אייגנארטיג האט געשריבן:הפלא ופלא, ממש די ווערטער וואס די דעמס האבן געניצט פיר יאהר צוריק, וואוטער פראוד איז נישט אויפגעוויזן געווארן אין צענדליגער געריכטן און זענען ארויסגעווארפן געווארן דורך ריכטער פון אלע פאליטישע זייטן, גענוג איז גענוג, ס'איז קינדעריש סוארלאוזעריש, און ברענגט אז טראמפ-רעפאבליקאנער-ליבהאבער ווי איך זאלען זיך שעמען און עקלען אז כ'בין אמאל געשטאנען מיט אזוינע מענטשן, אויב דאס איז דער ציל, יעלה ויצלח, אבער אויב איז דער ציל צו קענען געווינען אין פיר יאר איז צייט צו שטיין ווייט פון דעם. טראמפ איז אראנגעקראכן באצייטנס פון'ם בירדער קאנספיראציע און זאל טוהן די זעלבע דא.
און איך קען זאגן הפלא ופלא אויף די פאראויסגעשטעלטע פלאן פון די דעמאקראטן פאר די 2020 וואלן וואס האט געארבעט ווי א פידל. און טאקע דו אויך שפילסט מיט דערמיט אזוי ווי זיי האבן געהאפט אז עס וועט זיין.
דאס פונטליך האבן די דעמאקראטן געטראכט. אונז קענען אנגיין מיט אונזער פלאן, צום סוף גייט קיינער אונז סייווי נישט אפיר האלטן, און ווער יא וועט סייווי ווערן באשמירט אלס א קאנספיראציע טעאראטיקער. די ריכטער פון אונטען ביז אויבן וועלן מער מורא האבן פאר זיך און זייער פאמיליע, ווי אז טראמפ זאל זיין פרעזידענט, און זיי וועלן שוין טרעפן א וועג זיך ארויסצודרייען פון דארפן זיך אריינמישן אין די עלעקשען סומאטוכע, פאר די עלעקשן האט דאך קיינער נישט קיין סטענדינג, נאכ'ן עלעקשען איז עס דאך שוין מאאט, דארף מען פון די געריכטן אויך נישט מורא האבן, סא איז דאך ממש א שאד נישט צו אויסנוצען די געלעגענהייט און אריינרוקען טויזענטע נעמען וואס קיינער גייט נישט נאכגיין. עס איז דאך א ווין ווין סיטואציע, וואס איז ממש א שאד דורכצולאזן.
ווען 2020 וואלן זאל ווען זיין אפגעהאלטן אויף פונקטליך דעם זעלבן וועג ווי 2016, וואלט איך געקענט אננעמען דיין קריטיק אויפן נישט אננעמען דעם אויסגאנג און דער צוגלייך צו די דעמאקראטן פון 2016, (וואס -אגב- זעה איך נישט אז עס זאל זיי האבן געשאדט צו "געווינען" די וואלן 2020, פארוואס פונקט פאר די רעפאבליקאנע דארף עס שאטן אין 2024?). אבער למעשה ווייסטו דאך אויך אז אין 2020 עס איז געווען אן אומגעהויערע צאל פון מעיל אין בעללאטס, וואס דו ווייסט און יעדער איינער ווייסט אויך אז עס האט א גרעסערע פאטענציאל צו זיין געפעלשטע. ממילא איז עס אינגאנצען נישט קיין צוגלייך צו 2016.
דאס וואס דו ווילסט טענה'ן אז וואויטער פראויד איז נישט געווארן אויפגעוויזן, איז פשוט ווייל מען האט נישט געגעבן קיין געלעגנהייט דאס אויפצוווייזן, ווי געזאגט פריער אז די געריכטן האבן זיך אפגעשאקעלט דערפון. און אויך ווייל די לאקאלע מוניציפאליטיס האבן זיכער געמאכט אז עס זאל נישט זיין וואס צו ווייזן.
און פארוואס מיינסטו אז טאמער מען וועט זיך אפלאזן פון די גאנצע נושא פון עלעקשען אינטעגריטי וועלן די רעפאבליקאנער יא געווינען אין 2024? פונקט פארקערט! דעמאלס האבן זיי סאך ווייניגער שאנסן. ווייל די דעמאקראטן זעענדיג אז עס איז געלונגען איינמאל אן קיין קאנסעקווענצן, און די ציבור האט זיי נאך גאר צוגעהאלפן מיט מיטגיין דערמיט, פארוואס זאלן זיי דאס נישט טון נאכאמאל?, און נאך דערצו ווען זיי האבן די ווייסע הויז צו זיך?
און נאך א קליינע שאלה: פארוואס זענען אייביג די דעמאקראטן די וואס שטעלן זיך ארויס מיט ציין און נעגל אנטקעגן פארלאנגען אן איי די ווען מען גייט וואויטען?