בלאט 1 פון 1
האלט מען ביים כאפן בין לאדין????
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2008 3:19 pm
דורך John McCain
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2008 3:30 pm
דורך וויכטיג מאכער
אסאך שפעקולאנטן האבן געהאלטן אז ווען מ'גייט האלטן נאנט צום אילעקשען דעי, גייט מען כאפן בין לאדין.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2008 3:38 pm
דורך צייטליך
אלץ תורה טרייער JNET באנוצער קען איך דעם לינק נישט ליינען.
אבער צו מיינט איר טאקע אז עטליכע טעג ביפאר מ'כאפט בין לאדען גייט ארומפארן א קאר מיט הויכהילכער'ס בכדי מודיע צו זיין און האלטן אינפארמירט דעם עולם ווי מ'האלט מיט זיין כאפעריי?
ווי איך פארשטיי וועט דאס זיין דער סאמע גרעסטער מיליטערישער סוד אינערהאלב די סי.איי.עי. קארידארן.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2008 4:35 pm
דורך קרעמער
יישר כח דזשאן מעקעין פאר די לינק. נעכטן שפעט ביינאכט פרעגט מיר איינער אין גוגעל-טאלק אויב מען האט געכאפט בין-לאדין, בליץ שנעל שפרינג איך אריבער צו דראדזש, און איך זאג אים אז מתתיהו רעדט נישט דערפון. איך האב דערויף געמאכט א גוגעל זוכעניש מיט די ווערטער ביל-לאדין-געכאפט, אבער עס האט נישט אויפגעברענגט קיין פרישע נייעס. יעצט זעה איך וואס די רעדע איז.
פאר די דזשעי-נעט באנוצער:
Al-Qaeda leader Osama Bin Laden is hiding in the K2 mountains of northern Pakistan, according to sources cited by Arabic television network, Al-Arabiya.
The report also said US secret services were intending to drive him out in a major military operation encompassing the northern Pakistani tribal areas.
According to the Dubai-based network, in the past few days US security and military officials had a top-level summit at a military base in the Qatari capital, Doha, to plan an operation to hunt for the al-Qaeda leader.
General David Petraeus, the US commander in Iraq and the US ambassador to Islamabad, Anne Petersen, were reported to have attended the summit.
Last week Petraeus testified before a US Congressional committee about security in Iraq and warned that members of al-Qaeda based in Pakistan’s tribal areas were planning a new September 11 attack.
Reports say that the CIA has located the Saudi terrorist in so-called “rooftop of the world”, the area of Pakistan that borders Afghanistan to the west, in particular the chain of mountains of Nurestan and China to the north.
There are fears that Bin Laden is planning new attacks on the west using Arabs but also Europeans who have converted to Islam.
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 26, 2008 12:27 am
דורך שוועמל
אינטערעסאנטע לינק געטראפן יעצט אז בוש האט קלאר פארארדענט צו כאפן ביל לאדען איידער ער פארלאזט דעם אפיס.
http://www.timesonline.co.uk/tol/news/w ... 138791.ece
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 26, 2008 2:29 am
דורך לאקשען ברעט
בוש קען פארארדענען ביז נאכען קוגעל
אויב האטער נאכנישט איינגעזעהן אז ער פירט נישט די וועלט דאן דארף ער עמערדשזענסי א פסיכיארטער
אז די גרויסע שטארקע אמעריקע האט עים נישט געקענט טרעפען ביז יעצט
דעמאלץ זעה איך נישט פארוואס פונקט יעצט זאלען זיי עים טרעפען
אלעס קען געשען אבער ס'קוקט נישט אויס
אין אפילו מען טרעפט עים יא וועט עס נישט מאכען קיין גרויסע חוליק די טעראריסטען וועלען ווייטער אנגיין מיט זייער עקשנות זיך אויפצירייסען
פארפאלען די סוף פין אדום איז זייער נאנט אין נאנטער ווי מען מיינט יודען טוטס ערענסט תשובה אויף אלע עבירות ווייל ס'וועט שוין נישט דויערען לאנג אין די גאנצע וועלט גייט זיך שאקלען זאל גאט אונז אלע אפהיטען
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 26, 2008 4:34 am
דורך געשמאקער
איך האב א חשד אז מ'האט אים שוין לאנג געכאפט , נאר א טאג פאר בוש וועט אראפגיין פין בענקל וועט מען עס מודיע זיין פאר'ן עולם,
שא!!! דערווייל מאכטס א שווייג דערפון ווייל ס'איז נאך סוד
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2008 1:11 pm
דורך בן בוזי
איך מעג זאגען מיין מיינונג?
אזוי האלט איך, אז ווען אמעריקע וואלט איהם ווען געוואלט כאפן, וואלטן זיי איהם שוין לאנג ווען געכאפט, ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל אז א וועלטס מערסטנס געזוכטער פארשוין וואס אויף זיין קאפ איז דא א צענדליג מיליאן דולערדיגע אפצאל זאל נישט קענען געכאפט ווערן דורך אמעריקע וועלעכע איז אזא סופער פאוער, נאר וואס דען? אמעריקע ווייסט גאנץ גוט אז די נאכווייען פון אזא כאפצעם זענען רחמנא ליצלן..., ממילא איז בעסער איהם צו האלטן פארמאכט אין זיין לעכעל ווי ער האלט זיך היבש שטיל, מיט דער צייט וועט ער אפשר אויסגיין און ס'וועט אליינס קומען די סוף צו זיין גרופע.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2008 2:25 pm
דורך אלעקסיי
א גלייכע נקודה
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2008 2:59 pm
דורך יגרסהדותא
אדער ווייסט שוין היינט די אראבישע וועלט אז אמעריקא האט נישט די פאר מעלאנעס צו געבן פאר לאדין'ס קאפ.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2008 6:44 pm
דורך יאנאש