קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14468
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2022 1:51 pm

מייק פענס וואלט גראדע געווען א גוטע קאנדידאט פאר די אפענע אינדיאנע סענאט זיץ.

הינגער
שר האלף
תגובות: 1369
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע: אויפן טיש

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

תגובהדורך הינגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2022 2:29 pm

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:מייק פענס וואלט גראדע געווען א גוטע קאנדידאט פאר די אפענע אינדיאנע סענאט זיץ.

אבער נישט מיט די מאגא בייז בלוט
FOOD MAKES THE MOOD

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 26154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

תגובהדורך הכל הבל » מוצ"ש סעפטעמבער 24, 2022 10:24 pm

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:מייק פענס וואלט גראדע געווען א גוטע קאנדידאט פאר די אפענע אינדיאנע סענאט זיץ.

קאנגרעספרוי וויקטאריא ספארץ (ר) גרייט זיך צו לויפן פאר די סענאט זיץ אויב בראן לויפט טאקע פאר גאווערנאר

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 26154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 4:08 pm

ווערנדיג געפרעגט איבער מעקאנעל'ס אויסלויבן קירסטען סינעמא און אויב ער איז איר גרייט צו אינדארסירן פאר נאך א טערמין זאגט שומער בלויז אז זי האט געטוהן א געוואלדיגע ארבעט אויף מערערע אישוס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 26154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2022 5:32 pm

ווערנדיג געפרעגט אויב ער פלאנט צו לויפן פאר נאך א טערמין זאגט סענאטאר דזשאו מענשין: דאס איז נישט די בעסטע דזשאב אין די וועלט

איך קען אייך פארזיכערן אז איך האב שוין געהאלטן בעסערע דזשאבס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 26154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2022 5:33 pm

ווערנדיג געפרעגט אויב ער פלאנט צו לויפן פאר נאך א טערמין (אין 2024 למספרם) זאגט סענאטאר דזשאן טעסטער (ד מאנטאנא):

איך בין באזארגט איבער דארט זיין ביז די 70 אדער 74

(דער סענאטאר איז איצט 66)

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 24247
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2022 5:37 pm

אויב איינער פון די צוויי לויפן נישט, איז זייער זיץ א סעיף רעפאבליקאנער פליפ. (אדער לייקלי רעפאבליקאנער, אויב די דעמאקראטן שאפן מעכטיגע קאנדידאטן.)
"President Biden has always said don't compare me to the almighty, compare me to the alternative,"

אוועטאר
World Champion
שר חמש מאות
תגובות: 931
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

תגובהדורך World Champion » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2022 5:38 pm

2024 קומט א רויטע מאפע.
גענוג געווען מיט מעקאנעל, רענד פאול פאר סענאט מיאריטעט פירער!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 26154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2022 11:15 pm

באראסא אויף מענשין: ער איז געווען א ראבער סטעמפ פאר דזשאו ביידען

וויילער אין וועסט ווירדזשיניע גייען אים האלטן פאראנטווארטליך

מענשין רעאגירט און באצייכנט באראסא אלץ א פריינד און זאגט אז ער איז זיכער אז די באמערקונג איז געווארן ארויסגעשניטן פון קאנטעקסט (גראדע נישט)

אוועטאר
גיי פארשטיי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5087
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

תגובהדורך גיי פארשטיי » פרייטאג נובעמבער 11, 2022 11:07 am

ווילאנג רעפובליקאנער וויינען אויף זייערע פארלוסטן, און קוקען צו מיט אנגסט אויב זיי גייען טאקע באקומען די האוז, איז פארהאן גאהר גוטע נייעס פאר רעפובליקאנער גייענדיג פאראויס צו 2024. און דאס איז, אז וואו ערווארטעד, האבן רעפובליקאנער באקומען קאנטראל אויפן העכסטע געריכט אין אהייא און אין נארט קאראליינע.

אויף דאס צו פארשטיין געבן בעסער וואל איך ציטירן דא פון פריער.

גיי פארשטיי האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:די אהייא סופרים קארט האט ריזשעקטעט די נייע איבערגעשריבענע רעפאבליקאנער מאפעס אבער לאזט עס אין פלאץ פאר 2022.

גאהר גוטע נייעס פאר רעפובליקאנער.

די קאנסערוואטיווע ריכטער וואס שטעלט זיך צו צו די דעמאקראטס ארויסצוווארפן די מאפע ריטייערט ביי די ענד פון די יאהר, דאס מיינט אז יעצט ווען די רעפובליקענס דארפן מאכן א נייע מאפע, האבן זיי שוין די קואארט אויך און קענען מאכן א עכטע דזשערימענדער.

גיי פארשטיי האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:Wow

די נארט קאראליינע סופרים קאורט ווארפט ארויס די רעפובליקאנער דזשערימענדער מאפע פאר קאנגרעסיאנאלע און לעגיסלאטיווע וואלן דעם נאוועמבער, פארן פארלעצן די סטעיט'ס קאנסטיטוציע.
די מאפע וואלט געגעבן עלף פון די סטעיט'ס קאנגרעס זיצן פאר רעפובליקאנער און בלויז דריי פאר סאוט קאראליינע דעמאקראטן.

אין 2020 האבן דעמאקראטן פאקטיש געוואונען איבער 50% פון די אפגעגעבענע שטימע אין די סטעיט'ס קאנגרעסיאנאלע פארמעסטן, בשעת רעפובליקאנער האבן געווינען די פאפולערע שטימע אין 2018 מיט ווייניגער ווי אנדערהאלבן פונקטן.

די קאורט פארלאנגט א פארטייאישע אייניקייט מאפע, דאס מיינט אז די זיצן דארפן זיין ענליך צו די אפגעגעבענע שטימען. אין בעסטן פאל מיינט דאס א 7-7 איינטיילונג, פאר א נעט אכט זיצן סווינג לטובת דעמאקראטן, אבער א 8-6 איינטיילונג וואלט אויך געווען א נעט זעקס סווינג אין ריכטונג פון קאנגרעסיאנאלע דעמאקראטן. פארבלייבט צו זען צי די רעפובליקאנער ווילן פארשלאגן א 5-9 מאפע און ריזיקירן אז די געריכט שרייבט זייער אייגענע מאפע און ווי שווער די מידטוירמס אין אלגעמיין גייט זיין פאר דעמאקראטן.

למעשה, האט די סטעיט סענאט באשטעטיגט אויף פארטייאישע ליניעס א מאפע, וואס מאכט 6 העווי רויטע זיצן און 4 העווי בלויע זיצן. און לאזט איבער 4 סווינג דיסטריקט'ס, וואס וועלן גאנץ מסתבר גיין צו די רעפובליקענס אין 2022. אבער וועלן לכאורה כסדר סווינגען אהין און צוריק.
די מאפע גייט יעצט אריבער צום סטעיט אסעמבלי פאר א וואוט.

אויב ווערט דאס באשטעטיגט, גייט דאס אריינלייגן די קואארט אין א גרויסע נסיון.

אויף צו געבן אביסל הסבר. די נ. ק. סופרים קואארט איז צאמגעשטעלט פון 4 דעמס און 3 רעפס, אבער 2 דעמס דארפן לויפן נאכאמאהל די נאוועמבער, און זיי וועלן גאנץ ווארשיינליך פארלירן זייערע זיצן (אין 2020 האבן די דעמס פארלוירן 2 זיצן אויפן סופרים קואארט דארט).

און ווייל אין נארט קאראליינע איז א געריכט מאפע נישט גילטיג פאר מער וואו צוויי יאהר, און נאכדעם דארף די לעגיסלאטור מאכן א נייע מאפע. קומט אויס אז אויב די געריכט ווארפט ארויס די מאפע און מאכט א אייגענע מאפע, קענען די רעפס נעקסטע יאהר מאכן א אייגענע 11/3 דזשערימענדער. און מיט א רויטע סופרים קואארט קענען זיי גאנץ מעגליך געווינען אין געריכט, און בלייבן מיט א סעיף 11/3.

משא"כ אויב די קואארט לאזט די מאפע, קען די מאפע נישט ווערן איבערגעמאכט ביז די נעקסטע דעקעיט. און דעמאלטס קענען די דעמס גאנץ גרינג געווינען און א יאהר וואס איז פריינדליך צו זיי 8 פון די סטעיטס 14 קאנגרעס זיצן.די קאארט האט אין די ענד געמאכט א אייגענע מאפע וואס האט זיך היי יאהר געענדיגט מיט 7/7, צוליב א שוואכע רעפובליקאנער קאנדידאט.

מילא קומט אויס, אז אויב רעפס וועלן טאקע גיין פול פארס קענען זיי פארדינען נעקסטע יאהר 7 פרישע זיצן אין די שטאטן אליין.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 26154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 14, 2022 11:11 am

וועסט ווירדזשיניע אטוירני דזשענעראל פעטריק מאריסי (ר) וועלכע איז שוין אומסוקסעספול געלאפן אקעגן סענאטאר דזשאו מענשין טראכט פון אונטערנעמען א פרישע פארמעסט אקעגן סענאטאר מענשין

אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10097
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג נובעמבער 14, 2022 11:15 am

אין אהייא האף איך גייט מייק טוירנער לויפן קעגן שעראוד בראון.
Fix policy later, fix crazy now.
גאווערענער קריס סונונו איבער די מעסעדזש וואס די וויילער האבן געשיקט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 26154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 14, 2022 4:58 pm

ווערנדיג געפרעגט אויב ער וועט שטיצן סינעמא פאר ווידערערוויילונג זאגט שומער אז ער גייט טוהן אלעס וואס ער קענען ארויסצוהעלפן אמטירנדע סענאטארן

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 24247
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 14, 2022 5:10 pm

ר' זעקל האט געשריבן:אין אהייא האף איך גייט מייק טוירנער לויפן קעגן שעראוד בראון.

סתם אזוי א נקודה למחשבה.

טראמפ האט אריינגעברענגט ביי די רעפאבליקאנער דעם ענין פון טראסטן א צעלעבריטעט מער ווי א פאליטיקאנט, ווען עני קאנגרעסמאן פון פענסילוועניע וואלט געלאפן פאר סענאט, וואלט דער פארמעסט געווען פיל שמאלער, און פעטערמאן וואלט שטארק מעגליך פארלוירן, נאך מער, ווען עני דזשארדזשיע קאנגרעסמאן וואלט געלאפן צו סענאט, וואלט ער ווארשיינליך געווינען קעגן דעם גלח, אין דעם עלעקטאראט וואס האט געשטימט פאר טראמפ קעגן ביידן מיט עטליכע פראצענט, סיי לויט די עקזיט פאולס, סיי לויט ראסע טוירנאוט.
"President Biden has always said don't compare me to the almighty, compare me to the alternative,"

אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10097
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג נובעמבער 14, 2022 5:12 pm

צל עובר האט געשריבן:

ריכטיג. און פארדעם האף איך אז מייק טוירנער וואס איז א פאליטישען גייט לויפן פאר די סענאט זיץ.
Fix policy later, fix crazy now.
גאווערענער קריס סונונו איבער די מעסעדזש וואס די וויילער האבן געשיקט

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 24247
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 14, 2022 5:15 pm

טורנער איז נאך פיל מער ווי דעם, ער האט אווערפערפארמד טראמפ מיט 20% בערך.
"President Biden has always said don't compare me to the almighty, compare me to the alternative,"

אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10097
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג נובעמבער 14, 2022 5:26 pm

צל עובר האט געשריבן:טורנער איז נאך פיל מער ווי דעם, ער האט אווערפערפארמד טראמפ מיט 20% בערך.

יא יא, דאס האט צוגעגעבן מיין טראסט אין אים. און פארשטייט זיך זיין פערסענעליטי בכלל גלייך איך.
Fix policy later, fix crazy now.
גאווערענער קריס סונונו איבער די מעסעדזש וואס די וויילער האבן געשיקט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 26154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 14, 2022 5:59 pm

סענאטארן דזשאו מענשין און דזשאן טעסטער (ד) זאגן ביידע אציט אז זיי האבן נאכנישט באשלאסן אויב צו לויפן ווידערערוויילונג

ר' משה
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

תגובהדורך ר' משה » מאנטאג נובעמבער 14, 2022 10:50 pm

און 2024 זענען די קאנטעסטעד רעיסעס ווי פאלגענד

טעקסעס-טעד קרוז (ר)

אריזאנע-קירסטן סינעמא (ד)

פלארידע-ריק סקאט (ר)

מעין-ענגאס קינג (ד)

מישיגן-דעבבי סטעבענאוי (ד)

מיניסארע-עמי קלאבאטשער (ד)

מאנטאנא-דזשאן טעסטער (ד)

נוא מעקסיקאוי-מארטין היינריך (ד)

אהייאוי-שארעד בראוין (ד)

פענסילוועניא-באב קעיסי (ד)

ווערדזשיניע-טים קעין (ד)

וויסקאנסין-טעממי באלדווין (ד)

וועסט ווערדזשיניע-דזשאוי מענשין (ד)

אויב זאלן די רעפובליקאנער האבן א גוטע עלעקשאן קענען זיי גרינגערהייט אויפפיקן 5 זיצן דאס נעמט אריין מאנטאנא, אהייאוי, פענסילוועניא, וויסקאנסין, און וועסט ווערדזשיניע

אויב זאלן זיי האבן גאר א גוטע נאכט קענען זיי אויך אויפפיקן אריזאנע און מישיגן

אויב זאל גאר זיין א רויטע צונאמי א שטייגער ווי 2008 פאר די דעמאקראטן קענען זיי אויך אויפפיקן אזאנע זיצן ווי מעין, מיניסארע, נוא מעקסיקאוי, און אפילו ווערדזשיניע

און דאס וועט זיי געבן א היסטארישער 60 זיצן מאיאריטעט הגם דאס איז זיסע חלומות אבער וויאזוי גייט די לאויזונג "העי יו נעווער נאוי"

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 24247
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 14, 2022 10:53 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
ר' משה האט געשריבן:זו גייט לכאורה לויפן פאר סענאט און 2024 קעגן סינעמא

דעמאקראטישע סענאטאריעל קאמיטעט קען קענסלען אלע רעקלאמעס. סינעמא האט שוין געוואונען.

ראובן גאיעגא וויל ארויספירן סינעמע אין די פריימערי.

איר סטראטעגיע איז געווען, אז מארק קעלי וועט פארלירן אדער געווינען מיט די נשמה אין די הענט, ממילא וועט די גאנצע פריימערי שמועס גיין שלאפן.

למעשה אבער, געווינט ער אין גרויסן, וואס מאכט פונקט דאס פארקערטע.

בפשטות גייט נישט יעצט ווערן מער אין ליניע, און אויב נישט,וועט זי נישט געווינען די פריימערי.

--------

ר' משה האט געשריבן: פענסילוועניא, וויסקאנסין

בפשטות קענסטו אויף דערווייל אויסשטרייכן די צוויי זיצן.

באב קעיסי איז ווי שטארק שטארק קען זיין, און באלדווין איז אריינגעקומען 9% שטערקער ווי איווערס אין די פאולערייזד וויסקאנסין.
"President Biden has always said don't compare me to the almighty, compare me to the alternative,"

ר' משה
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

תגובהדורך ר' משה » מאנטאג נובעמבער 14, 2022 10:59 pm

צל עובר האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
ר' משה האט געשריבן:זו גייט לכאורה לויפן פאר סענאט און 2024 קעגן סינעמא

דעמאקראטישע סענאטאריעל קאמיטעט קען קענסלען אלע רעקלאמעס. סינעמא האט שוין געוואונען.

ראובן גאיעגא וויל ארויספירן סינעמע אין די פריימערי.

איר סטראטעגיע איז געווען, אז מארק קעלי וועט פארלירן אדער געווינען מיט די נשמה אין די הענט, ממילא וועט די גאנצע פריימערי שמועס גיין שלאפן.

למעשה אבער, געווינט ער אין גרויסן, וואס מאכט פונקט דאס פארקערטע.

בפשטות גייט נישט יעצט ווערן מער אין ליניע, און אויב נישט,וועט זי נישט געווינען די פריימערי.

--------
אויב סינעמא וועט נישט זיין די דעמאקראטישע קאנדידאט און 2024 זענען די רעפובליקאנער לכאורה פעיווערעד פאר די זיץ און א נאטירליכע יאר

אוועטאר
יונער
שר האלף
תגובות: 1564
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

תגובהדורך יונער » מאנטאג נובעמבער 14, 2022 11:04 pm

איך וואלט געוואלט זעהן גלען יאנגקין לויפן פאר סענאט און ווירדזשיניע
.Donald trump: I'm very rich

ר' משה
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

תגובהדורך ר' משה » מאנטאג נובעמבער 14, 2022 11:09 pm

יונער האט געשריבן:איך וואלט געוואלט זעהן גלען יאנגקין לויפן פאר סענאט און ווירדזשיניע

עס גייט בפשטות נישט געשעהן עכ"פ און 2024 ווייל זיין טערמין ענדיגט זיך סוף 2025 אבער פאר 2026 איז עס לכאורה א גוטער געדאנק ווייל מען קען נישט לויפן פאר א צוויטע טורם פאר גאווערנאר און דאן איז אויך דא א סענאט רעיס און ווערדזשיניע

אוועטאר
יונער
שר האלף
תגובות: 1564
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

תגובהדורך יונער » מאנטאג נובעמבער 14, 2022 11:13 pm

ר' משה האט געשריבן:
יונער האט געשריבן:איך וואלט געוואלט זעהן גלען יאנגקין לויפן פאר סענאט און ווירדזשיניע

עס גייט בפשטות נישט געשעהן עכ"פ און 2024 ווייל זיין טערמין ענדיגט זיך סוף 2025 אבער פאר 2026 איז עס לכאורה א גוטער געדאנק ווייל מען קען נישט לויפן פאר א צוויטע טורם פאר גאווערנאר און דאן איז אויך דא א סענאט רעיס און ווערדזשיניע

ווי לאנג ער איז גאווערנער זענען זיינע שאנסן ליכאורה גרעסער.

#ראן_גלען_ראן
.Donald trump: I'm very rich

ר' משה
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

תגובהדורך ר' משה » מאנטאג נובעמבער 14, 2022 11:16 pm

פארלאזן א גאווערנאר זיץ פאר סענאט זיץ מיין איך קען ווערן באטראכט ווי א פארראט

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], Rishi Sunak, מה בכך און 18 געסט