דער פילאנטראפ שעלדאן עידלסאן 87

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

בלינצע
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: דער פילאנטראפ שעלדאן עידלסאן 87

תגובהדורך בלינצע » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 11:21 am

דממה דקה האט געשריבן:שבר על גבי שבר על גבי שבר

Dr. Harold Bornstein, President Trump's former personal physician, is dead at 73


קאוויד?

עציץ נקוב
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

Re: דער פילאנטראפ שעלדאן עידלסאן 87

תגובהדורך עציץ נקוב » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 6:17 pm

אהער און אהין האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:סאראס האט גראדע געגעבן אסאך געלט פאר די מלחמה אקעגן די קליפת הציונות, וועלכע וועגט איבער אלע אנדערע פירצות כידוע

אויב איינער איז נייגעריג די היסטאריע וויאזוי דער וואוילטעטיגער אידישער ביליאנער איז אויפאמאל געווארן א טארגעט פון רעכטע, נאציאנאליסטן איבער דער וועלט, א היינטצייטיגער זקני ציון פון די פראטאקאלן, און אגב אויך כאפן א ביהיינד די סינס בליק וויאזוי פאליטיק - ספעציעל רעכט געשטימטע - ארבעט, ווען בלינצע ודעימי' עסן זיך דאס געזונט אויף "ליבעראלן" פון וואנעט קומט דאס, האב איך געטראפן זייער א באלערנדער ארטיקל

https://www.google.com/amp/s/www.buzzfe ... -netanyahu

עניוועי, דער אשכול איז איבער עדלסאן, סאראס דארף א באזונדערע אשכול פאר זיך.

אין דער שטערן איז אמאל געווען א לאנגן ארטיקל איבער די מייסטער-סטראטעגיסטן וואס האבן אנטוויקעלט סאראס'ן אלץ פיינט פון די רעכטע.....
ס'קומט צו לאכן און וויינען זעענדיג וויאזוי אמאל כיטרע מארקעטינג עקספערטן דרייען איבער לענדער און ברויזן אויף מענטשן צו די טיפענישן פון די נשמה.

מען קען אלעס טון, דורך מארקעטינג. בעסער אויב דער מארקעטער איז א כיטערער יונג, שארפער קאפ, ווילדער צונג, און פארדארבענע נשמה.

איך שרייב אזאנע לשונות אונטער איינדרוק פון דעם אויבענדערמאנטן שטערן ארטיקל, וואס דערציילט וויאזוי פיפיגע רעכט גענויגטע אינטערנאציאנאלע מארקעטיסטן, האבן געהאלפן רעכטע רעגירונגען פון אונגארן ביזן מיטל מזרח, און גענומען סאראס אלץ שעיר לעזא'.

קודם כל דער שטערן ארטיקל שרייבער איז לינק שבלינק און חוץ דעם ער נעמט עס פון די זעלבע מידיע וואס האט מחליט געווען אז ווער עס דערוואגט זיך צו רעדן קעגן דעם שונא ישראל איז אן אנטיסעמיט סאו עס איז פלעין פאליטיקס עס יוזשעל דריטנס אזוי ווי דער לויער האט געזאגט להבדיל אויף די חפץ חיים זצ"ל אז אויף דיך און אויף מיך זאגט מען עס נישט פערדענס אז מען קען אליין נאכקוקן וואס דער שונא ישראל האט שוין אלס אנגעדרייט סאו אפילו אויב די מארקעטערס האבן געמאכט א גוטע זשאב האבן זיי ס"ה געמארקעטעד אמתע סחורה
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6432
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: דער פילאנטראפ שעלדאן עידלסאן 87

תגובהדורך סראלי » מאנטאג ינואר 18, 2021 7:44 am

כי זה כל האדם
צוגעלייגטע
F2921469-8254-41FA-A0C1-AD45F909F959.jpeg
F2921469-8254-41FA-A0C1-AD45F909F959.jpeg (115.25 KiB) געזעהן 670 מאל
ישראל אשר בך אתפאר

אוועטאר
בן דותא
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 27, 2020 4:32 pm

Re: דער פילאנטראפ שעלדאן עידלסאן 87

תגובהדורך בן דותא » מאנטאג ינואר 18, 2021 12:16 pm

פון דער טעגליכער "דער איד"

אין מלווין לו לאדם לא כסף ולא זהב ... כאטש ער האט איבערגעלאזט א ריזיגן פארמעגן פון געלט און פארמאגט גרויס פּאליטישער איינפלוס אין אמעריקע און איבער דער וועלט, איז דער רייכער אידישער מאגנאט פון אמעריקע שעלדאן עדעלסאן געקומען לקבורה ערב שבת אויפ‘ן הר הזיתים אין דער אנוועזנהייט פון אן ענגע גרופּע משפחה מיטגלידער און געציילטע מלוים, נאכדעם ווי ער איז געשטארבן אינמיטן וואך אין עלטער פון 87 יאר. לויט פארבס' מאגאזין איז עדעלסאן, וועלכער האט געליטן פון א לענגערע קראנקהייט, געווען דער 19’טער-רייכסטער פּערזאן אין אמעריקע, מיט א ווערד פארמעגן פון 29.8 ביליאן דאלער.

אוועטאר
אוראייניקל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5226
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: דער פילאנטראפ שעלדאן עידלסאן 87

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג ינואר 18, 2021 2:49 pm

אינו דומה שמיעה לראיה...

-אין-מלווים-לו-כסף-וזהב-רק-מצוות-ומעשים-טובים---שלדון-אדלסון-זל-מובא-למנוחות.jpg
-אין-מלווים-לו-כסף-וזהב-רק-מצוות-ומעשים-טובים---שלדון-אדלסון-זל-מובא-למנוחות.jpg (46.15 KiB) געזעהן 266 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: קושטא און 10 געסט