האט איר אן עצה פאר טראמפ? וואס קען/זאל ער טוהן *יעצט*?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: אחראי, געלעגער

מנהיג הדורות
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 17, 2019 7:15 pm

Re: האט איר אן עצה פאר טראמפ? וואס קען/זאל ער טוהן *יעצט*?

תגובהדורך מנהיג הדורות » זונטאג ינואר 10, 2021 7:06 pm

ער האט גארנישט שלעכטס געטוהן ער דארף גארנישט טוהן ער זאל זיין שטיל פאר א וואך און פערטיג

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1990
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: האט איר אן עצה פאר טראמפ? וואס קען/זאל ער טוהן *יעצט*?

תגובהדורך גרשון » זונטאג ינואר 10, 2021 7:08 pm

חיימאוויטש האט געשריבן:מיין איינציגסטע הצעה, געב איבער ביטע:

זיך צום ערשטן מאל אין לעבן אוועקזעצן פארנט פון א פסיכיאטער, מיטן אמת'דיגע גרייטקייט צו הערן א דיאגנאז, און נעמען די נויטיגע טערעפי זיך צו העלפן.

דער פארשוין פארמאגט געוויסע זעלטענע שטארקייטן וואס ברענגט באמת אסאך פארן לאנד, פאר די וועלט, און פאר יעדעם איינעם, און ס'א שאד אז זיינע קראנקע חלקים לייגן אים אריין אין די אדמה, ליטערלי. ס'שעדיגט זיין הצלחה, ס'שטערט זיין לעגעסי, ס'שחט זיין רעפוטאציע, ס'הרג'ט אוועק זיין עתיד.

כ'טראכט יעצט: געזעצליך-אויס קען אפשר די פראפעשאנעל-העלפ קאסטן באצאלט ווערן דורך זיין לעגאלע-פייט קאסע - אויב דאס איז די פראבלעם...
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1990
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: האט איר אן עצה פאר טראמפ? וואס קען/זאל ער טוהן *יעצט*?

תגובהדורך גרשון » זונטאג ינואר 10, 2021 7:09 pm

YIDALA האט געשריבן:יעצט זאל ער ליטערלי גארנישט טון סוועט זיף טון פין זיך אליין ווי זיין מזל האט געוויזען. ווען ער ווערט א נרדף הייבט זיך זיינע סטאקס גאר הויך. ווי נאר ביידן קימט אריין געב עס א חודש אוי עט די מערעקאנע פאלק זיך בענקען נאך עם

אויב בויסטו אויף זיין מזל, איז דער מצב גאנץ שמאל...
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

רואה חשבונות
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 22, 2019 2:41 pm

Re: האט איר אן עצה פאר טראמפ? וואס קען/זאל ער טוהן *יעצט*?

תגובהדורך רואה חשבונות » זונטאג ינואר 10, 2021 7:19 pm

בארן קלאפן, גראדן באנאנעס, בליי שייצן, רעדן צום דופן העקומה, גיין אויף חרוסת און דינען אלץ שמש נעקסטע יאר אויף די חנוכה מנורה!

וכולי והאי ואולי.

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

Re: האט איר אן עצה פאר טראמפ? וואס קען/זאל ער טוהן *יעצט*?

תגובהדורך בר דעת » זונטאג ינואר 10, 2021 7:25 pm

זיך צאמשטעלן מיט א גרופע אינווועסטערט און אפקויפן 10-20 פראצענט פון די טוויטער שעירס, אזוי ארום וועט ער קענען ארויסוואוטען דעים עוף דורסי.

אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: האט איר אן עצה פאר טראמפ? וואס קען/זאל ער טוהן *יעצט*?

תגובהדורך הערינג מיט ברוינפען » זונטאג ינואר 10, 2021 7:29 pm

חיימאוויטש האט געשריבן:מיין איינציגסטע הצעה, געב איבער ביטע:

זיך צום ערשטן מאל אין לעבן אוועקזעצן פארנט פון א פסיכיאטער, מיטן אמת'דיגע גרייטקייט צו הערן א דיאגנאז, און נעמען די נויטיגע טערעפי זיך צו העלפן.

דער פארשוין פארמאגט געוויסע זעלטענע שטארקייטן וואס ברענגט באמת אסאך פארן לאנד, פאר די וועלט, און פאר יעדעם איינעם, און ס'א שאד אז זיינע קראנקע חלקים לייגן אים אריין אין די אדמה, ליטערלי. ס'שעדיגט זיין הצלחה, ס'שטערט זיין לעגעסי, ס'שחט זיין רעפוטאציע, ס'הרג'ט אוועק זיין עתיד.

כ'טראכט יעצט: געזעצליך-אויס קען אפשר די פראפעשאנעל-העלפ קאסטן באצאלט ווערן דורך זיין לעגאלע-פייט קאסע - אויב דאס איז די פראבלעם...

דו ביסט גערעכט אז ער קען ניצען א פסיכיאטאר אבער איך האב מורא אז איין מאל מען גייט אים אויסהיילען גייט ער מער נישט זיין אזוי נוצבאר, א גרויס חלק פון זיין סוקסעס איז געקומען דוקא ווייל ער איז א ווילדע אימפולסיוו מענטש וואס טראכט נישט צופיהל, איינמאל ער הייבט אן טראכטען וועט ער טראכטען און טראכטען און טראכטען אזוי ווי רוב פאליטישאנס.

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 950
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: האט איר אן עצה פאר טראמפ? וואס קען/זאל ער טוהן *יעצט*?

תגובהדורך בעל דמיון » זונטאג ינואר 10, 2021 8:34 pm

ער זאל איבערלאזן א נאוט פאר ביידן אויפן דעסק
You know what was done and you and your party will pay for it
און רואיגערהייט עפענען או ארגעניזאציע וואס זאל אנפירן פריוואטע אינוועסטיגעשינס און נאכגיין יעדעם איינעם און יעדע שטיקל עווידענס, מיט געלט און צייט וועט אלעס ארויסקומען און זיי אלע לייגן אין דער ערד איינמאל פאר אלעמאל
זיי האבן וואס מורא צו האבן און זייערע לעצטיגע מעשים פראווט עס נאך שטערקער!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: האט איר אן עצה פאר טראמפ? וואס קען/זאל ער טוהן *יעצט*?

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג ינואר 10, 2021 9:25 pm

פינעף יאר שיסען צען יאר הענגען,
און אזוי וועט דאס ארדערנונג אין לאנד ברענגען,
קרעדיט המן בן המדתא,,,,,,,
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?

אוועטאר
tesla
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: האט איר אן עצה פאר טראמפ? וואס קען/זאל ער טוהן *יעצט*?

תגובהדורך tesla » זונטאג ינואר 10, 2021 9:27 pm

ארויסשיקן א טוויט אז...?
זייטיגע נאטיץ
איך האב נישט וואס צי שרייבן

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7160
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: האט איר אן עצה פאר טראמפ? וואס קען/זאל ער טוהן *יעצט*?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג ינואר 10, 2021 9:28 pm

סארקאזי האט געשריבן:פינעף יאר שיסען צען יאר הענגען,
און אזוי וועט דאס ארדערנונג אין לאנד ברענגען,
קרעדיט המן בן המדתא,,,,,,,

קרעדיט: מגילת אסתר מיט געזאנג

סקאטש
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 7:46 am

Re: האט איר אן עצה פאר טראמפ? וואס קען/זאל ער טוהן *יעצט*?

תגובהדורך סקאטש » זונטאג ינואר 10, 2021 9:31 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:גלייך מארגן אינדערפרי נאך פרישטאג פאדראנען אלע יושבי חושך, גלייך דערנאך מעלדן אז ער גייט צוריק אין פריוואטן ביזנעס לעבן, און בעטן פארגעבונג אויב ער האט איינעם וויי געטאן.

בר דעת האט געשריבן:זיך צאמשטעלן מיט א גרופע אינווועסטערט און אפקויפן 10-20 פראצענט פון די טוויטער שעירס, אזוי ארום וועט ער קענען ארויסוואוטען דעים עוף דורסי.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 12600
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: האט איר אן עצה פאר טראמפ? וואס קען/זאל ער טוהן *יעצט*?

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג ינואר 10, 2021 9:32 pm

סקאטש האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:זיך צאמשטעלן מיט א גרופע אינווועסטערט און אפקויפן 10-20 פראצענט פון די טוויטער שעירס, אזוי ארום וועט ער קענען ארויסוואוטען דעים עוף דורסי.

סאונדט נישט שלעכט דאס.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: האט איר אן עצה פאר טראמפ? וואס קען/זאל ער טוהן *יעצט*?

תגובהדורך ממש אזוי » זונטאג ינואר 10, 2021 9:36 pm

ער זאל נישט ווייזן קיין פנים זועפות. די דעמאנס דארשטן נאך דעם ווי אין מדבר פאר א קאלט ציפעדיג גלאז סעלצער.

אויב ער וויל זיי גוט אפטון בלייבט ער מיטן קאפ אין די הייעך און בלייבט אין די פייט.

מארטין לוטער קינג האט אויך געצאלט א ביטערער פרייז פארן זיך וואגן צו גיין קעגן דעם שטראם און אזוי איז כמעט יעדער וואס האט געקעמפט ציין און נעגל געליטן אבער נאכדעם האט יעדער מודה געווען צו אים.
לעצט פאראכטן דורך ממש אזוי אום זונטאג ינואר 10, 2021 9:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 600 אינספערעישענעל quotes.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: האט איר אן עצה פאר טראמפ? וואס קען/זאל ער טוהן *יעצט*?

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג ינואר 10, 2021 9:36 pm

חיימאוויטש האט געשריבן:מיין איינציגסטע הצעה, געב איבער ביטע:

זיך צום ערשטן מאל אין לעבן אוועקזעצן פארנט פון א פסיכיאטער, מיטן אמת'דיגע גרייטקייט צו הערן א דיאגנאז, און נעמען די נויטיגע טערעפי זיך צו העלפן.

דער פארשוין פארמאגט געוויסע זעלטענע שטארקייטן וואס ברענגט באמת אסאך פארן לאנד, פאר די וועלט, און פאר יעדעם איינעם, און ס'א שאד אז זיינע קראנקע חלקים לייגן אים אריין אין די אדמה, ליטערלי. ס'שעדיגט זיין הצלחה, ס'שטערט זיין לעגעסי, ס'שחט זיין רעפוטאציע, ס'הרג'ט אוועק זיין עתיד.

כ'טראכט יעצט: געזעצליך-אויס קען אפשר די פראפעשאנעל-העלפ קאסטן באצאלט ווערן דורך זיין לעגאלע-פייט קאסע - אויב דאס איז די פראבלעם...

דאס וואלט אויך געווען מיין עצה, אבער וויבאלד דאס איז אן אוממעגליכע זאך, מ'דארף א קריעת ים סוף אזא זאך זאל פאסירן, איז מיינעך מיין איינציגסטע הצעה ער זאל אייננעמען אביסל פון די ריכטיגע סחורה (שטייטזיך נאכן פארדענען דיע וואס זיצן נאך ליידער), און גייען הנאה האבן פון די טובות וואס ער האט געטוען פאר אונז אידן...
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

טאנץ 2
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

Re: האט איר אן עצה פאר טראמפ? וואס קען/זאל ער טוהן *יעצט*?

תגובהדורך טאנץ 2 » זונטאג ינואר 10, 2021 9:38 pm

אוי טראמפ....

די זאך איז אזוי...

אין מיינע אויגן ארבעט שוין קושנער אויף א לענגערע צייט אויף א אייגענע סושעל מידיע און א בראדקעסטונג

די יעצטיגע סומוטוכע האט צושאקעלט די קארטן... און אנשטאט אנצוהייבן צוביסלעך א נייע פלעטפארעם גייט עס זיין זייער ווילד

ווי מיליאנען גייען זיך פלוצים אנשלוסען

חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: האט איר אן עצה פאר טראמפ? וואס קען/זאל ער טוהן *יעצט*?

תגובהדורך חיימאוויטש » זונטאג ינואר 10, 2021 9:39 pm

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
חיימאוויטש האט געשריבן:מיין איינציגסטע הצעה, געב איבער ביטע:

זיך צום ערשטן מאל אין לעבן אוועקזעצן פארנט פון א פסיכיאטער, מיטן אמת'דיגע גרייטקייט צו הערן א דיאגנאז, און נעמען די נויטיגע טערעפי זיך צו העלפן.

דער פארשוין פארמאגט געוויסע זעלטענע שטארקייטן וואס ברענגט באמת אסאך פארן לאנד, פאר די וועלט, און פאר יעדעם איינעם, און ס'א שאד אז זיינע קראנקע חלקים לייגן אים אריין אין די אדמה, ליטערלי. ס'שעדיגט זיין הצלחה, ס'שטערט זיין לעגעסי, ס'שחט זיין רעפוטאציע, ס'הרג'ט אוועק זיין עתיד.

כ'טראכט יעצט: געזעצליך-אויס קען אפשר די פראפעשאנעל-העלפ קאסטן באצאלט ווערן דורך זיין לעגאלע-פייט קאסע - אויב דאס איז די פראבלעם...

דו ביסט גערעכט אז ער קען ניצען א פסיכיאטאר אבער איך האב מורא אז איין מאל מען גייט אים אויסהיילען גייט ער מער נישט זיין אזוי נוצבאר, א גרויס חלק פון זיין סוקסעס איז געקומען דוקא ווייל ער איז א ווילדע אימפולסיוו מענטש וואס טראכט נישט צופיהל, איינמאל ער הייבט אן טראכטען וועט ער טראכטען און טראכטען און טראכטען אזוי ווי רוב פאליטישאנס.

וואס וואלסטו גע'קרעדיט אלס חלק פון זיין סוקסעס - א דאנק זיין ווילדע אימפולסיוו'קייט? די ארגסטע פוש-בעק פון די אייגענע פארטיי אין היסטאריע וואס ער האט געהאט די לעצטע וואך צייט? די רעקארד-ברעקינג נומער וואויטערס וואס די דעמאקראטן האבן מצליח געווען ארויסצוברענגען קעגן אים ביזן אראפזען פון בענקל נאכן ערשטן טערמין? די נאכאנאנדע רעזיגנאציעס פון זיינע נענטסטע ראט-געבער, וועלכע זענען איינס ביי איינס ארויסגעקומען קעגן אים? די שארפע שריט פון פארשטומען זיין וואויס דורך אלע גרויסע קאמפעני'ס צוגלייך?

די אלע זאכן - און נאך פיל מער - זענען אין מיינע אויגן א רעזולטאט פון זיין ווילדקייט. היילט ער ווען די איין יסודית'דיגע קראנקהייט וואלט ער געהאט מיין שטימע פון די ערשטע טאג ביז די לעצטע...
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...

יצחק ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 19, 2018 11:05 am

Re: האט איר אן עצה פאר טראמפ? וואס קען/זאל ער טוהן *יעצט*?

תגובהדורך יצחק ברוך » זונטאג ינואר 10, 2021 9:41 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:
סקאטש האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:זיך צאמשטעלן מיט א גרופע אינווועסטערט און אפקויפן 10-20 פראצענט פון די טוויטער שעירס, אזוי ארום וועט ער קענען ארויסוואוטען דעים עוף דורסי.

סאונדט נישט שלעכט דאס.

די שעירס וואס מען פארקויפט קען מען וואוטען אדער דאס איז נאר אזעלכע וואס מען קען נישט וואוטען?

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1990
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: האט איר אן עצה פאר טראמפ? וואס קען/זאל ער טוהן *יעצט*?

תגובהדורך גרשון » זונטאג ינואר 10, 2021 9:42 pm

@חיימאוויטש, נארסיסיזם האט גארנישט מיט ווילדקייט. און אפילו אויב מ'קען עס היילן, נישט אין דעם עלטער.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

סקאטש
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 7:46 am

Re: האט איר אן עצה פאר טראמפ? וואס קען/זאל ער טוהן *יעצט*?

תגובהדורך סקאטש » זונטאג ינואר 10, 2021 9:48 pm

אנזייען חרבנות אין אנדערע לענדער אז די קומענדיגע אדמיניסטראציע זאל זיין פארנומען פאר די קומענדיגע פיר יאר

אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: האט איר אן עצה פאר טראמפ? וואס קען/זאל ער טוהן *יעצט*?

תגובהדורך ממש אזוי » זונטאג ינואר 10, 2021 9:52 pm

גרשון האט געשריבן:@חיימאוויטש, נארסיסיזם האט גארנישט מיט ווילדקייט. און אפילו אויב מ'קען עס היילן, נישט אין דעם עלטער.

ער זאל מאכן אן אפוינטמענט אינאיינעם מיט פרוי פעלאוסי, פרוי קארטעז, פרוי טאליב, פרוי אמאר, בערני סענדערס, טשאק שומער, מארק זוקערבורג, דזשעק דורסי, פרוי קלינטאן מיט איר רעבעלע, ענדרו קאומא, ביל דעבלאזיא, האנטער ביידען, ועוד.

א לאנגע ליסטע פון נארצעציסטן און אנדערע פערסאנעלעטי דיסארדערס דא.
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 600 אינספערעישענעל quotes.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

עם הארץ
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am
לאקאציע: נישט ביי זיך

Re: האט איר אן עצה פאר טראמפ? וואס קען/זאל ער טוהן *יעצט*?

תגובהדורך עם הארץ » זונטאג ינואר 10, 2021 9:54 pm

אנהייבען ניצען טעלעגראם פאר יעצט.
פרובירן מיט אינוועסטערס צי אויסקויפן א קאנטראלינג שעיר אין טעלעגראם.
אנהייבען בויען זיין אייגענעם מעססעדשינג עפפ.
ארויסקומען מיט אן אפיציעלע טראמפ מידיע.

זיכער מאכן אז זיין מעסעדשינג עפפ און מידיע קאמפאני זאל ווערן געפירט און קאנטראלט באזעצן און מסודר און זאל האבן פארן באנוצער מעלות איבער די קאמפאטישען און נישט בלויז ווערן געניצט ביי טראמפ פארנאטיקער.

חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: האט איר אן עצה פאר טראמפ? וואס קען/זאל ער טוהן *יעצט*?

תגובהדורך חיימאוויטש » זונטאג ינואר 10, 2021 9:55 pm

ממש אזוי האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:@חיימאוויטש, נארסיסיזם האט גארנישט מיט ווילדקייט. און אפילו אויב מ'קען עס היילן, נישט אין דעם עלטער.

ער זאל מאכן אן אפוינטמענט אינאיינעם מיט פרוי פעלאוסי, פרוי קארטעז, פרוי טאליב, פרוי אמאר, בערני סענדערס, טשאק שומער, מארק זוקערבורג, דזשעק דורסי, פרוי קלינטאן מיט איר רעבעלע, ענדרו קאומא, ביל דעבלאזיא, האנטער ביידען, ועוד.

א לאנגע ליסטע פון נארצעציסטן.

כ'האב גראדע נישט געשריבן דא די ווארט נארסיסט, וואטעווער זיין דיסארדער איז וועל איך לאזן דעם פראפעסאר מחליט זיין, העיקר ער זאל גיין פאר אן אפאוינטמענט, איינמאל מ'האלט דארט העט מען שוין ווייטער זען.

@ממש אזוי. קיין איינע פון די ליסטע וואס דו האסט אויסגערעכנט גייט נישט אריין אין די קאטעגאריע וואס איך האב געשריבן:

חיימאוויטש האט געשריבן:
דער פארשוין פארמאגט געוויסע זעלטענע שטארקייטן וואס ברענגט באמת אסאך פארן לאנד, פאר די וועלט, און פאר יעדעם איינעם, און ס'א שאד אז זיינע קראנקע חלקים לייגן אים אריין אין די אדמה, ליטערלי. ס'שעדיגט זיין הצלחה, ס'שטערט זיין לעגעסי, ס'שחט זיין רעפוטאציע, ס'הרג'ט אוועק זיין עתיד.

הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1646
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: האט איר אן עצה פאר טראמפ? וואס קען/זאל ער טוהן *יעצט*?

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג ינואר 10, 2021 9:59 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:גלייך מארגן אינדערפרי נאך פרישטאג פאדראנען אלע יושבי חושך, גלייך דערנאך מעלדן אז ער גייט צוריק אין פריוואטן ביזנעס לעבן, און בעטן פארגעבונג אויב ער האט איינעם וויי געטאן.

בעטן פארגעבונג.... נארצעסיסטן ווייסן נישט ווי מען טוט דאס.
זיי נעמען נישט קיין בלעים אויף זיך קיינמאל.
און אויב מען רעדט שוין פון בעטן פארגעבונג פון אזויפיל לעבעדיגע מענטשן (ווי אזוי? דורך טוויטער?), וואס טוצעך מיט די טויטע? דארף ער גיין אויף מ'קעינ'ס קבר מיט א מנין אנע שיך?

אוועטאר
נארמאליזעם
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

Re: האט איר אן עצה פאר טראמפ? וואס קען/זאל ער טוהן *יעצט*?

תגובהדורך נארמאליזעם » זונטאג ינואר 10, 2021 10:00 pm

זיך אראפנעמען זיין בלאנדע שירעם פון קאפ
זיך נישט שמירן
מאכן א פלסטיק סערזשערי פאר זיין פאני לאך
זיך מער אריינלייגן אין ריעל עסטעיט
גיין פאר העלפ און ווערן א בעל תשובה

נישט גיין אויף טעלעגראם ער גייט שיקן אלע נייע סידיס
ער גייט זיין אויף יעדע גרופ וואס האט נאר 15 בחורים און שיקן גופס אדער סטיקערס
נישט נארמאלע רייזעס ארום די וועלט מיט נארמאליזעם.

אלעס איבער לענדער

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], בלייב געזונט, קרייסלער, רינדעכיג און 8 געסט