פארשער האט געשריבן:געשטימט רענד פאול. אויב פאול ציט זיך ארויס בעפאר מען קומט אן צו ניו יארק איז מיין צווייטע אויסוואל פענס, קרוז, אדער פאמפעיא.
ראן דיסענטיס איז אויך אויף מיין קורצע ליסטע.
פארשער האט געשריבן:געשטימט רענד פאול. אויב פאול ציט זיך ארויס בעפאר מען קומט אן צו ניו יארק איז מיין צווייטע אויסוואל פענס, קרוז, אדער פאמפעיא.
פעיק ניוז האט געשריבן:בעסער אזוי האט געשריבן:פעיק ניוז האט געשריבן:חיימאוויטש האט געשריבן:פעיק ניוז האט געשריבן:רייט. ער איז זייער קלוג און אויסגערעכנט, טראכט ווי א ביזנעסמאן און שיינט צו זיין א גוטער נעגאושיעיטער.
נאר עטליכע נקודות וואס מיר באדערט. ער איז נישט קיין רעדנער, אפשר וועט ער זיך צולערנען. ווי אויך דארף מען וויסן ווי שטארק ער איז, אויף צו זיין א לידער.
אידעלאגיש אין פאלעסי און אין ווירדן איז ער אויך זייער גוט.
שטארק? טאקע א פראגע. גראדע, פון א 'חכמת החיים פערספעקטיוו', איז ער א געוואלדיגע 'גבור הכובש את וואטעווער', אז ער האט באוויזן זיך צו קאנטראלירן גאנצע פיר יאר, קיינמאל קיינמאל אריינפאלן אין א געפעך מיט זיין אויבערהאר [ווי פילע אנדערע זענען], טראץ וואס ס'הונדערט פראצענט זיכער אז ער האט מער ווי איינמאל געהאט חילוקי דעות, אדער הערות אויפן ווירטשאפט. דאס פאדערט א גבורה, אפשר טאקע נישט קיין לידערשיפ סטיל גבורה.
דאס פאדערט מער חכמה ווי גבורה. אבער ביזסט גערעכט.
ברויך מען זען. לכאורה איז דאס טאקע זיין איינציגסטע חסרון. זענען בכלל דא שאנסן אז ער זאל וועלן זוכן דעם פרעזידענט אמט?
אויב איינער וועט עס זיין די רעבעצן, זי וועט ענדרעשער לויפן, זי האט סאך מער קאנפידענס און פאליטישע סקילס
זי איז גארנישט נאר א געספוילטע פרינצעסין. איז וואס אז זי האט מער קאנפידענס? וואס האב איך דערפון?
בבקשה האט געשריבן:די רעדסט פון ראמני? אדער פון רוביא? ווייל רוביא האט ערלעדיגט $300 פער קינד יערליך
ישראליק'ל האט געשריבן:קאנגרעסמאן מעט געיטס וועט לכאורה זיין א גרויסער שטערן און 2024, לדעתי וועט אים טראמפ נעמען אלס מיטלויפער אויב זאל ער זיך פארזיכערן מיט די נאמינאציע אין 24
אזוי וויל איך האט געשריבן:זשעב! בוש
קומט אריין קלאר האט געשריבן:טעד קרוז. ער פארדינט זיך דער שטימע פון די ריפאבליקאנער פארטיי
אזוי וויל איך האט געשריבן:זשעב! בוש
פעיק ניוז האט געשריבן:קומט אריין קלאר האט געשריבן:טעד קרוז. ער פארדינט זיך דער שטימע פון די ריפאבליקאנער פארטיי
אין א וועג קומט זיך עס אים טאקע. דער איינציגסטער וואס האט נישט מורא געהאט ארויסצוזאגן וואס ער האלט, אין סיי וועלכע מצב, און זיך אלעמאל געהאלטן צו זיינע ווירדן.
קרוב ה׳ האט געשריבן:עס װענט זיך בּאמת װאס ער װעט טון די קומעדיגע 4 יאר
פעיק ניוז האט געשריבן:פון די נעמען וואס איך קען גוט, שטים איך אדער פאר טראמפ אדער פאר דיסטענטיס.
צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: david11219, Good eye, masmid, Potus, Trying, בארג, בעריש'ל, דברים אלו, האדסאן ריווער, משה בן יעקב, סטיטשינער, קרוב ה׳, ר' זעקל, שטארקע חסיד, שליו ודגים און 85 געסט