ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:עמרם האט געשריבן:דערשאוויץ רופט אז מען זאל אוועקנעמען די סעקשן 230 באשיצונג פון טוויטער און פעיסבוק נאכן בענען טראמפ׳ס אקאונט
סעקשאן 230 איז וואס באשיצט דעם וועלטל.
אן דעם וואלטן אלע מיני מענטשן געקענט דא שרייבן פרייערהייט.
אפיקורסים, גוים, פרויען, איבער אלעס וואס זייער הארץ באגערט.
יעדע שמויגער וואלט געקענט סוען אויב מען באשמיצט זיין קאמפעני אדער זיין נאמען.
די ערשטע חלק האט גארנישט מיט סעקשאן 230. אייוועלט איז א פריוואטע קאמפאני (?) און זיי האבן רעכט צו האלטן א קאנטראל און צענזורירן וויאזוי זיי פארשטייען און ווען עס געפעלט זיי.
230 באשיצט סאציאלע מידיע פלאטפארמעס פון ווערן געסוט און דעטס איט.
וועגן דעם האט טראמפ'ס סטראשע קעגן טוויטער קיינמאל נישט געמאכט קיין סענס. ער האט פשוט געסטראשעט אז אויב לאזט מען אים נישט אנגיין מיט זיין העצערישע ליגנטס און מען באגרעניצט זיין אקאונט, גייט ווארפן אן אטאם באמבע אויף די גאנצע סאציאלע מידיע וועלט. אלעס, אבער ממש אלעס וואלט איבערנאכט געגאנגען כאדאראם.
צו קענען ווייטער פארשפרייטן זיין פארעטערישע באוועגונג און ווייטער פלאנירן זיין פוטש פארזוך האט ער גענומען אייוועלט האסטידזש.
געוויסע ליידן פון שטאקהאלם סינדראם און נעמען זיך אן פארן משכונת כאפער...