פרעזידענט טראמפ - אימפיעטשמענט 2.0

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נארמאליזעם
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

תגובהדורך נארמאליזעם » מיטוואך ינואר 13, 2021 9:37 pm

סאיז דא א חילוק צווישן פארברענען אידישע פארמעגן און פארברענען די בית המקדש?

די זעלבע דא אויך סאיז דא א חילוק צווישן פארמעגנס און פאליס קארס און די קרוין פון דעמאקראטיע

ווילאנג די ביסט א איד גייסטו עס נישט פארשטיין
( איך בין א איד אבער איך פארשטיי זיי)
נישט נארמאלע רייזעס ארום די וועלט מיט נארמאליזעם.



אלעס איבער לענדער

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר ששת אלפים
תגובות: 6901
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אימפיעטשמענט 2.0

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך ינואר 13, 2021 9:40 pm

ס'איז געבליבן אז מ'גייט זיך פארהוילן פון דעם לאו עכברא גנב אלא חורא גנב..
בלינדע קלעצער לאמיר נישט רעדן אז די ראיאטירער האבן נישט געפעיסט קיין שום באדייטענדע ווידערשטאנד פון די אינסטאנצן.
די קשיא איז אויף די ראיאטירער? (אנטשולדיגט אויב איך קיי איבער וואס מ'האט שוין גערעד דא)
מ'דארף עס נאכאמאל אויסשמועסן נאך מ'האלט אין איין איבערקייען רחמנא לצלן "א אטאקע אויף די הארץ פונעם לאנד" שומו שמים מיט קראקעדייל טרערן.
איז דען א ספק וויפיל מאל די הויז וואלט שוין אפגעפלאקערט כליל ווען דאס איז די גאנצע באוואכונג וואס מ'שטעלט צי?
אמת! די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס מ'האט ערלויבט פראטעסטירער אנקומען צים געביידע..

און אלע איבעריגע ויכוחים זענען איבעריג.
צוריק צים גמרא

אוועטאר
Rak Tov
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: זיך אקציע אונטערגענימענגעווארן

Re: אימפיעטשמענט 2.0

תגובהדורך Rak Tov » מיטוואך ינואר 13, 2021 9:52 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
חיימאוויטש האט געשריבן:אימפיטשמענט איז פאר טראמפ א געווינס.

יעדע פון זיינע נאנטע וואס האבן רעזיינט איז פאר אים א געווינס.

יעדע מאל וואס דעמאקראטן האבן אים פארדאמט שארף איז געווען פאר אים א געווינס.

אז די ביג-טעק האט ענדליך פארשטומט די פליסנדע שקרים זיינע - איז אויך געווען זיין געווינס.

ווען אכציג מיליאן מענטשן זענען אויסגעקומען וואויטן קעגן אים, האט ער דאך אויך קלאר און גראד געווינען.

פיינעלי פארשטיי איך די קאנסעפט 'מיד ווערן פון געווינען'...

איך כאפ נישט, קענסט ביטע בעסער מסביר זיין?

- אימפיטשמענט איז א געווינס (ענדערש ווי א פארלוסט) פאר די רעפאבליקענס, פאר טראמפ איז עס נישט קיין געווינס און נישט קיין פארלוסט. ס'איז נישט מעלה ומורד זיין רעזומעי קיין כי הוא זה וואס די פארדאופטע פעלאוסי און שומער האבן אויסגעניצט זייער מאכט פאר. דער זיכערע געווינער האט דא איינער פריער דערמאנט איז פרעזידענט ניקסען ז"ל

- יעדע פון זיינע נאנטע וואס האבן רעזיינט איז א געווינס (ענדערש ווי א פארלוסט) פאר די רעפאבליקענס צי וויסן ווער אויף זייער פארטיי איז פון די שוואכע מאטריאל וואס מאכט באשלוסן לויט די ווינט וואס בלאזט אויפן גאס אוועקגעשטעלט בי די מענטשהייט שונא, די מידיע. טראמפ? נישט משנה גארנישט פאר איהם.

- יעדע מאל די דעמאקראטן האבן איהם פארדאמט אלץ זייער פערזענליכע ווייטאג און אויפברויז און נישט צוליב זיינע פארלעצונגען איז געוויס געווען א געווינס פאר יעדן רעכטדענקיגע מענטש וואס וויל קענען די אמת'ע פנים פון די געמיינע ליבעראלען. און פאר טראמפ געוויס האט ער געצויגן דערמיט שטיצע פון נורמאלערע מענטשן.

- דאס איהם פארקנאקן די מויל העלפט איהם רעאליסטיש ווייל ער קען זיך נישט לייגן טיעפער אין גרוב. און אויך אידעלאגיש צייגט עס די קאמיוניזם מענטאליטעט וואס הערשט ביי די דעמאקראטן. ווייטער א געווינס.

- דאס כאפ איך נישט, ווען 80 מיליאן מענטשן האבן געשטימט קעגן איהם איז עס א געווינס? כ'כאפ נישט וויאזוי.

- גאנץ פיין אבער ס'איז נישט די נושא



100% אז די אימפיטשמענט איז א געוואונס פאר טראמפס לעגענסי,
ספראווד די פוינט וויאזוי די דעמס האבן זיך אויפגעפירט די פיר יאר וואס טראמפ איז געווען פרעזידענט,

ווען מוועט צוריק קוקן אויף די אימפיטשמענט וועט מען פרעגן מיט וואונדער פארוואס האט מען עם אימפיטשט? וואס איז געווען די קרייעם? וויזוי איז די אימפיטשמענט פראסעס צוגעגאנגען? ווער האט ארויסגעשטעלט די קלאגעס? א.א.וו.
Multiple sources called this election differently

Programming
שר האלף
תגובות: 1492
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

תגובהדורך Programming » מיטוואך ינואר 13, 2021 9:55 pm

בלינצע האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:איך זעה דער עולם דא האט מער געבאדערט די צענזור פון ביג טעק ווי אימפיטשמענט.

דעס מיינט אז אימפיטשמענט איז געווארן א וויץ.

1000%
די ביג טעק צענזור האט באמת ב'עוולט מיליאנען מענטשען וואז פילן ווי מוויל זיי צונעמען זייערע רעכטן.
משא"כ די אימפיעטשמענט האט קיינעם קיין קראץ נישט געגעבן נאר פאר די אימיפיעטשער אליין.....

כזעה די דעמאקראטען זענען עפעז פארריקט עקסיידעט מיט די אימפיעטשמענט, איינער קען אפשר מסביר זיין פארוואס?


ביי וועמען איינברעכן אין קעפיטאל באדייט דאס זעלבע ווי בארויבן א מעיסי'ס, איז טאקע נישט קיין חילוק וואס אזאנס עס טוט זיך אפ אין דעם קעפיטאל יא אימפיטשמענט נישט אימפיטשמענט, און למשל אויב מען זאל אפילו רימאוון טראמפ פון אמט אבער זיין לעצטער טאג אלס פרעזידענט וועט עס זיי אויך נישט צופיל אנגיין, ווייל למעשה איז ער דאך געווען פרעזידענט א פולער טערמין מיינוס העכסטנס איין טאג. וההיפך בהיפך.


איז דען דא איינער וואס האלט אז זיך איינברעכן אינעם קעפיטאל איז די זעלבע ווי פארברענען און בא'גנב'נען האלב אמעריקע?

אויב איז דא אזא איינער, איז ער אויך פייער קעגן שלאגן כפרות ערב יום הקדוש.

און יא, א מענטש ביים פולן דעת לאכט פון די פורימדיגע אימפיטשמענט, און דאס אז עס פאסירט געציילטע טעג פאר ער פארלאזט אפיס, מאכט עס פאר די גרעסטע ליצנות וואס סאיז נאר שייך.


דו ברענגסט דאך זייער גוט ארויס וואס איך האב געשריבן

ייש"כ

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר ששת אלפים
תגובות: 6901
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אימפיעטשמענט 2.0

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך ינואר 13, 2021 9:56 pm

חיימאוויטש האט געשריבן:
אמת, לויט דעם חשבון איז יעצט טראמפ'ס בעסטע טעג אין זיין קאריערע. מ'האט אים אימפיטשט [און ניקסאן האט נעבעך דערלייגט]. די שוואכע מאטריאל האבן זיך פרייוויליג אפגעזאגט. פון די דאמאקראטישע אטאקעס האט ער צובאקומען שטיצע פון די נארמאלע מענטשן. ער קען שוין נישט רעדן סאו קען ער נישט גיין טיעפער אין גרוב [דאס בין איך גראדע מודה...] און די דעמאקראטן שטעלן זיך ארויס קאמוניסטיש.

כ'בין העפי פאר אים.

אין א זייטיגע קרישקעלע האב איך אייך סתם געוואלט מודיע זיין אז ס'איז געווען זעלבסט פרעדיקטעבל אז איר וועט מודהזיין נאר צי עפעס וואס מתוך געווינסו אתה מוצא גנותו. נישט ערווארטעט אנדערש.

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4218
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך ינואר 13, 2021 9:57 pm

בלינצע האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:סאמהאו ווער איך נישט איבערגענומען פון אימפיטשמענט

עס איז געווארן א דזשאוק

פרעזידענט ניקסען האט די מערסטע פארדינט פון טראמפ אימפיטשמענט

ביז היינט האב איך אראפגעקוקט ניקסען פארן ווערן אימפיטשט
יעצט האב איך געטוישט מיין בליק אויף אימפיטשמענט עס איז בכלל נישט געפערליך


דיין פוינט איז וואליד. אבער ניקסאן איז נישט געווארן אימפיטש, ער האט רעזעגנירט נאך פאר מען האט געהאט א שאנס אים צו אימפיטשן און רעמאווען פון אפיס.


גערעכט איך האב מיך טועה געווען מיט קלינטאן. מיין פוינט איז וועגן קלינטאן..

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6301
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אימפיעטשמענט 2.0

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך ינואר 13, 2021 10:00 pm

abeg האט געשריבן:בעסיקלי האט פעלאסי געבעטען פון פענס צי אביוזן זײן פאױער (אין אױך פון גענעראל מילי)

רבי איד, ס'דא א אמענדמענט אינעם קאנסטיטוציע, וואס געט די רעכט פאר פענס דאס צו טוען.
סאו אויב דו ווילסט ווייסן וואס פעלאוסי האט געטוען, אי עס "בעטן פענס צו נוצן זיין קאנסטיטוציאנאלע רעכט".


אגב, ס'איז היבש אינטערסאנט (/מאדנע/פאני) צו זעען ווי פלוצלונג פרייט מען זיך מיט דער "שטאאטסמאן" פענס, ווי זענט איר אלע געווען ווען פענס האט נישט געהאלטן ביים מיטארבעטן מיט טראמפ אים צו געבן א צווייטע טערמין אנטקעגן די ווילן פונעם פאלק, דעמאלטס איז ער אויך געווען אזא שטאאטסמאן??...

גראדע האט דער פענס א פוינט, דער 25טע איז מער געמאכט ווען דער פרעזידענט קען נישט פירן דאס לאנד, למשל ווען ער איז קראנק, אבער אלס א שטראף איז דאך דא אימפיעטשמענט.
לעצט פאראכטן דורך וואס טוט זיך אום מיטוואך ינואר 13, 2021 10:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6301
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אימפיעטשמענט 2.0

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך ינואר 13, 2021 10:04 pm

שליו ודגים האט געשריבן:דאנעלד טראמפס קאבינעט איז אויך עפעס וואס וועט אריינגיין אין היסטארי אלס בעסטע

:lol: :lol:
יווי ביסטו גוט...

טראמפ'ס קאבינעט גייט אריינגייען אין היסטערי בוקס אלס דער מערסט צופראסקעטע קאבינעט אין היסטאריע.
דער ערשטע "דרייו-טרו" קאבינעט.

און ניין, איין גוטע פאמפעיא (און אפשר נאך צוויי דריי גוטע חברה), קען נישט טוישן די אימעזש פון אזא מעסד-אפ קאבינעט.
לעצט פאראכטן דורך וואס טוט זיך אום מיטוואך ינואר 13, 2021 10:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: אימפיעטשמענט 2.0

תגובהדורך שיעלע בהמה » מיטוואך ינואר 13, 2021 10:09 pm

נארמאליזעם האט געשריבן:סאיז דא א חילוק צווישן פארברענען אידישע פארמעגן און פארברענען די בית המקדש?

די זעלבע דא אויך סאיז דא א חילוק צווישן פארמעגנס און פאליס קארס און די קרוין פון דעמאקראטיע

ווילאנג די ביסט א איד גייסטו עס נישט פארשטיין
( איך בין א איד אבער איך פארשטיי זיי)

סאיז בכלל נישט קיין צישטעל צום בית המקדש

זעה דא
viewtopic.php?p=2575619#p2575619

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4510
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך ינואר 13, 2021 10:10 pm

איך זעה דא עפעס אנדערש.
ביז היינט איז 'אימפיטשמענט' געווען טאבו. דאס איז גענוצט געווארן זעלטן, און מ'האט דאס אוועקג'לייגט אלס נשק יום הדין. מ'האט ג'פאכעט דאמיט פאר ניקסאנען "מ,מ,מ *גייט* דיך אימפיטשען"...
ווי אסאך אנדערע זאכן איז עס געווארן א טיפיקל פאליטישע טול, וועלכע מ'קען נוצן ווען אימער דו ביסט אין קאנטראל פון קאנגרעס.
מהיום והלאה גייט מען אימפיטשען יעדע פרעזידענט אויב נאר קאנגרעס איז נישט פון זיין פארטיי.
שרייבט עס אראפ.
קומט אויס אז די דעמקראטן האבן ביליג געמאכט א חשוב'ע שרעק מיטל פון די קאנסטיטוציע אן קיין גרויסע צורך.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: אימפיעטשמענט 2.0

תגובהדורך שיעלע בהמה » מיטוואך ינואר 13, 2021 10:15 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:איך זעה דא עפעס אנדערש.
ביז היינט איז 'אימפיטשמענט' געווען טאבו. דאס איז גענוצט געווארן זעלטן, און מ'האט דאס אוועקג'לייגט אלס נשק יום הדין. מ'האט ג'פאכעט דאמיט פאר ניקסאנען "מ,מ,מ *גייט* דיך אימפיטשען"...
ווי אסאך אנדערע זאכן איז עס געווארן א טיפיקל פאליטישע טול, וועלכע מ'קען נוצן ווען אימער דו ביסט אין קאנטראל פון קאנגרעס.
מהיום והלאה גייט מען אימפיטשען יעדע פרעזידענט אויב נאר קאנגרעס איז נישט פון זיין פארטיי.
שרייבט עס אראפ.
קומט אויס אז די דעמקראטן האבן ביליג געמאכט א חשוב'ע שרעק מיטל פון די קאנסטיטוציע אן קיין גרויסע צורך.

די דעמאקראטן'ס גאנצע ישות איז דעסטרויען אלעס וואס איז נאר פארהייליגט ביז אהער אזוי אז דו אליינס זאלסט ווערן איבערצייגט אז פראגרעסיוויזעם איז די איינציגסטע אפשאן גאאינג פארווערד

-- סאיז נישטא צו וואס צוריקצוקוקן
-- סאיז קיינמאל נישט געווען קיין געזונטע סיסטעם
-- די סטאטוסקווא סיסטעם האט קיינמאל סייווי נישט געארבעט
-- קיינער האט סייווי קיינמאל נישט געהאט קיין רעכטן
וכו' וכו'

#גיפט

Programming
שר האלף
תגובות: 1492
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

תגובהדורך Programming » מיטוואך ינואר 13, 2021 10:22 pm

פארקערט, די שרעק איז געווארן נאך גרעסער וויבאלד פאר די קלענסטע פארלעצונג (לשיטתכם) אימפיטשט מען שוין א פרעזידענט וועלן דאך פרעזידענטן זיין גאר איינגעהאלטן מיט זייער אויפפירונג כדי נישט צו געבן א מעגליכקייט פאר די אפאזיציע זיי צו אימפיטשן

-----

שיעלע האקט. ס'איז דא א געוויסע אמת אין דיינע ווערטער און מאנכע דענקער טענה'ן טאקע אז דער אמעריקאנער באפעלקערונג קען נישט פארנעמען דעם אמת וואס אנטפלעקט זיך פאר זייערע אויגן, זיי האבן זיך איינגערעדט אז זיי זענען דאס בעסטע און דאס שענסטע און דאס וויסן אז נישט איז נישט אלעמאל א גוטע זאך (אין חינוך איז אויך אזוי כידוע ואכמ"ל

אבער צו קומען דאס זאגן אויף די דעמאקראטן נאך 4 יאר פון די רעפובליקאנער און טראמפ בראשם טרעטן אויף כל הקדוש והיקר אין אמעריקע איז שוין אביסל א סטרעטש...

חזן
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 1:54 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

תגובהדורך חזן » מיטוואך ינואר 13, 2021 10:29 pm

ביי אינז איז ער נאך פרעזידענט... אין קיקט נישט אויס ווי ער וועט ווערן אויס אזוי שנעל...

[image][/image]
צוגעלייגטע
aCapture.JPG
aCapture.JPG (70.1 KiB) געזעהן 327 מאל

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: אימפיעטשמענט 2.0

תגובהדורך שיעלע בהמה » מיטוואך ינואר 13, 2021 10:30 pm

Programming האט געשריבן:פארקערט, די שרעק איז געווארן נאך גרעסער וויבאלד פאר די קלענסטע פארלעצונג (לשיטתכם) אימפיטשט מען שוין א פרעזידענט וועלן דאך פרעזידענטן זיין גאר איינגעהאלטן מיט זייער אויפפירונג כדי נישט צו געבן א מעגליכקייט פאר די אפאזיציע זיי צו אימפיטשן

-----

שיעלע האקט. ס'איז דא א געוויסע אמת אין דיינע ווערטער און מאנכע דענקער טענה'ן טאקע אז דער אמעריקאנער באפעלקערונג קען נישט פארנעמען דעם אמת וואס אנטפלעקט זיך פאר זייערע אויגן, זיי האבן זיך איינגערעדט אז זיי זענען דאס בעסטע און דאס שענסטע און דאס וויסן אז נישט איז נישט אלעמאל א גוטע זאך (אין חינוך איז אויך אזוי כידוע ואכמ"ל

אבער צו קומען דאס זאגן אויף די דעמאקראטן נאך 4 יאר פון די רעפובליקאנער און טראמפ בראשם טרעטן אויף כל הקדוש והיקר אין אמעריקע איז שוין אביסל א סטרעטש...

זינט ווען זענען בלויז די לינקע ענטייטלד פארן כבוד נאמען "דענקער"?

(בען שאפירא לדוגמה איז א פלעינער העצער.. שטייצעך..)

Programming
שר האלף
תגובות: 1492
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

תגובהדורך Programming » מיטוואך ינואר 13, 2021 10:35 pm

איך האב גערעדט פון רעכטע דענקער גראדע

Mezofzef
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: אימפיעטשמענט 2.0

תגובהדורך Mezofzef » מיטוואך ינואר 13, 2021 10:37 pm

מצב כללי האט געשריבן:סאמהאו ווער איך נישט איבערגענומען פון אימפיטשמענט

עס איז געווארן א דזשאוק

פרעזידענט ניקסען האט די מערסטע פארדינט פון טראמפ אימפיטשמענט

ביז היינט האב איך אראפגעקוקט ניקסען פארן ווערן אימפיטשט
יעצט האב איך געטוישט מיין בליק אויף אימפיטשמענט עס איז בכלל נישט געפערליך

Nixon wasn't impeached

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6301
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אימפיעטשמענט 2.0

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך ינואר 13, 2021 10:38 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:סאיז דא א חילוק צווישן פארברענען אידישע פארמעגן און פארברענען די בית המקדש?

די זעלבע דא אויך סאיז דא א חילוק צווישן פארמעגנס און פאליס קארס און די קרוין פון דעמאקראטיע

ווילאנג די ביסט א איד גייסטו עס נישט פארשטיין
( איך בין א איד אבער איך פארשטיי זיי)

סאיז בכלל נישט קיין צישטעל צום בית המקדש

זעה דא
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 9#p2575619

ס'איז להבדיל אא"ה די זעלבע קאנצעפט, און @נארמאליזעם האט ארויסגעברענגט זייער א וואליד פוינט.

ביי יעדע נארמאלע גוי וואס איז א פאטריאט, אזא איינער וואס וועט גייען דינען אין די מיליטער פאר אפאר יאר לאפוקי אונזער חשובע פרעזידענט), האט די קאפיטאל א חשיבות, ס'איז די קרוין פון די אמעריקאנע דעמעקראטיע, און ספעציעל ווען מ'האלט אינמיטן אויספירן די שפיץ פון די אמעריקאנע דעמעקראטיע, צו קענען טראנספירירן פאוער פון איין אדמיניסטראציע צו אן אנדערע אדמיניסטראציע (ס'איז א בחינה פון להבדיל אא"ה די כהן גדול בעצם יום הכיפורים אינעם קודש הקדשים..), און ס'באדערט אים אז אומצוויליזירטע חיות קענען דאס צושטערן.
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5530
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך ינואר 13, 2021 10:42 pm

דער טיימס
20210113_224052.jpg
20210113_224052.jpg (325.64 KiB) געזעהן 256 מאל

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2052
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך ינואר 13, 2021 10:46 pm

מען קען פארשטיין די אימפיטשמענט,
און פארוואס רעפובליקאנער זענען אפילו מיטגעגאנגען דערמיט,
ווייל זיי אליינס זענען ארפגעלאפען אין די בונקערס ציטערנדיג פאר זייער לעבען,

ווי AOC האט זיך אויסגעדריקט,
אז זי האט געציטערט אז ווייסע סופרעמאסיסטישי קאנגרעסלייט וואס האבען זיך צוזאמען אויסבאהאלטען,
קענען יעדע ליאדע מינוט ארויסגעבען איר באהעלטעניש,
און מען גייט איר אפענדיגען,

עס האט גארנישט מיט קאונסטיטושין,
פארדעם הייסט עס אז אין אפאר וואכען ווען די סענאט גייט עס באקומען,
און טראמפ גייט שוין נישט זיין אין אפיס,

גייען זיך די רעפובליקאנער האבען בארואיגט פון זייער שרעק
אז יענער קען קענסטו אויך

בלינצע
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

תגובהדורך בלינצע » מיטוואך ינואר 13, 2021 10:50 pm

Programming האט געשריבן:פארקערט, די שרעק איז געווארן נאך גרעסער וויבאלד פאר די קלענסטע פארלעצונג (לשיטתכם) אימפיטשט מען שוין א פרעזידענט וועלן דאך פרעזידענטן זיין גאר איינגעהאלטן מיט זייער אויפפירונג כדי נישט צו געבן א מעגליכקייט פאר די אפאזיציע זיי צו אימפיטשן

-----

שיעלע האקט. ס'איז דא א געוויסע אמת אין דיינע ווערטער און מאנכע דענקער טענה'ן טאקע אז דער אמעריקאנער באפעלקערונג קען נישט פארנעמען דעם אמת וואס אנטפלעקט זיך פאר זייערע אויגן, זיי האבן זיך איינגערעדט אז זיי זענען דאס בעסטע און דאס שענסטע און דאס וויסן אז נישט איז נישט אלעמאל א גוטע זאך (אין חינוך איז אויך אזוי כידוע ואכמ"ל

אבער צו קומען דאס זאגן אויף די דעמאקראטן נאך 4 יאר פון די רעפובליקאנער און טראמפ בראשם טרעטן אויף כל הקדוש והיקר אין אמעריקע איז שוין אביסל א סטרעטש...


פון קלענסטע פארלעצונג ביז קיין פארלעצונג איז פאלג מיר א גאנג. די נייע נארמע וועט זיין אז מען וועט אימפיטשן א פרעזידענט אן קיין שום פארלעצונג, בלויז ווייל ער איז פון די אנדערע פארטיי, און דאס האט נישט קיין שום גוטע זאך אין זיך.

דיין צווייטע העלפט תגובה איז סתם פארפוילטע ליבערעליזם.

אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

תגובהדורך ממש אזוי » מיטוואך ינואר 13, 2021 10:55 pm

פרוביר אויך האט געשריבן:ווי AOC האט זיך אויסגעדריקט,
אז זי האט געציטערט אז ווייסע סופרעמאסיסטישי קאנגרעסלייט וואס האבען זיך צוזאמען אויסבאהאלטען,
קענען יעדע ליאדע מינוט ארויסגעבען איר באהעלטעניש,
און מען גייט איר אפענדיגען,


הער אויס, זי האט טאקע געהאט וואס צו זיין באזארגט...

איך גלייב אז זיי וואלטן איר באמת ליקווידירט. ענדערש ווי סיי וועלכע קאנגערס מיטגליד.
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 600 אינספערעישענעל quotes.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

בלינצע
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

תגובהדורך בלינצע » מיטוואך ינואר 13, 2021 10:57 pm

נארמאליזעם האט געשריבן:סאיז דא א חילוק צווישן פארברענען אידישע פארמעגן און פארברענען די בית המקדש?

די זעלבע דא אויך סאיז דא א חילוק צווישן פארמעגנס און פאליס קארס און די קרוין פון דעמאקראטיע

ווילאנג די ביסט א איד גייסטו עס נישט פארשטיין
( איך בין א איד אבער איך פארשטיי זיי)


א להבדיל וואלט געווען אין פלאץ (ביי אידן איז דער בית המקדש זייער פארהייליגט, מען ניצט דאס נישט אויף קיין משלים, און אודאי נישט אן א להבדיל).

פוילער
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: אימפיעטשמענט 2.0

תגובהדורך פוילער » מיטוואך ינואר 13, 2021 10:59 pm

7EA291E5-6D1A-4BAF-A48F-10BC4FA1282F.jpeg
7EA291E5-6D1A-4BAF-A48F-10BC4FA1282F.jpeg (40.71 KiB) געזעהן 189 מאל

אוועטאר
נארמאליזעם
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

תגובהדורך נארמאליזעם » מיטוואך ינואר 13, 2021 11:03 pm

בלינצע האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:סאיז דא א חילוק צווישן פארברענען אידישע פארמעגן און פארברענען די בית המקדש?

די זעלבע דא אויך סאיז דא א חילוק צווישן פארמעגנס און פאליס קארס און די קרוין פון דעמאקראטיע

ווילאנג די ביסט א איד גייסטו עס נישט פארשטיין
( איך בין א איד אבער איך פארשטיי זיי)


א להבדיל וואלט געווען אין פלאץ (ביי אידן איז דער בית המקדש זייער פארהייליגט, מען ניצט דאס נישט אויף קיין משלים, און אודאי נישט אן א להבדיל).




אבער האסט פארשטאנען די להבדיל זאך
נישט נארמאלע רייזעס ארום די וועלט מיט נארמאליזעם.



אלעס איבער לענדער

אוועטאר
מומחה יוחס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4247
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: אימפיעטשמענט 2.0

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך ינואר 13, 2021 11:06 pm

דער היינטיגע שמוציגע אימפיעמשטמענט גייט ווערן געדענקט לדראון עולם, וואס פארא שמוציגער מענטשן דער דעמאקראטן זיי זענען פארפוילט פין קאפ ביז פיס, א באנדע קאמאניסטן
איך בין די פרעזידענט אין אמעריקא


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], PetalBot, ברוך פריעדמאן, ממש אזוי און 20 געסט