מטעמים האט געשריבן:מצב כללי האט געשריבן:אין איין ווארט וואס איז די לעגאלע סיבה פארן אימפיטשען טראמפ?
אנגעהעצט מאסען פאר ווייאלענס, עס איז אומלעגאל.
די אמת איז נאר אז טראמפ האט עס קיינמאל נישט געטוהן, עס איז א מידיע קריעטעד האוקס, זיי האבען גענומען די גאנצע מעשה פון די קעפיטעל אנגעהאנגען אויף טראמפ און ניטאמאל לאזט מען אים זיך דיפענדען.
איך בין א טראמפ שטיצער אין קיינמאל נישט געטראפען אז זיינע ווערטער זאלען ברענגען ווייאלענס.
ער איז עבר ובטל סאו עס איז נישט שייך זיך אנצונעמען פאר אים, איך בין בכלל נישט סארפרייזד אין די גאנצע מעשה, עס איז די מידיע מיט איר פרישע הכנסה פון מאכט גייט שטאפעל ווייז ארויף.
די רעכט צו פראטעסטירן ווערט מעיקרא בטל אויב האט זיך עס אויסגעלאזט מיט ראיאטן?
לאמיר זיין אביסל קלארער, וואס עקזעקטלי האט טראמפ געטון ראנג? ער האט פאררופן א פראטעסט, ער האט אויסדריקליך נישט גערופן פאר ווייאלענס!!
ער האט אלע רעכטן צו מאכן אפילו פאלטשע קלעימס אזויווי יעדער פון אונז איז ערלויבט צו רעדן שטותים!!
(איך פערזענליך בין גראדע קאנווינסד אז די גאנצע עלעקשאן סיסטעם בכלליות איז גאר לעכעריג, לאו דוקא אז עפעס איז יעצט געווען ערגער...)
טראמפ מעג רעדן שטותים!!
טראמפ מעג מאכן מיליאנען מענטשן אנגעווייטאגט!!
טראמפ מעג פאררופן א פראטעסט!!
און טראמפ איז נישט שילדיג אז פון די פראטעסט האט זיך אויסגעלאזט א ראיאט!! (ער האט ניטאמאל מרמז געווען אויף ווייאלענס)
וואס איז דא די ראציאנאל פאר אן אימפיטשמענט????