ר' יום טוב האט געשריבן:די רעפאבליקאנער פארטיי האט גאר א שטארקע פאטענציאלע צוקונפט, אויב בויען זיי א ברייטע קאליציע.
די רעפובליקאנער פארטיי האט טאקע א גאר א שטארקע פאטענציאלע צוקונפט אויב זיי בויען א ברייטע קאאליציע, אבער צו טוהן דאס דארפן זיי רעאליזירן וואו דאס פאלק שטייט.
אויב קוקן זיי אן די פלאץ פונעם פאלק אזויווי דו שרייבסט דא, זענען זיי זיך טועה, ווי איך וועל ערקלערן.
ר' יום טוב האט געשריבן:במציאות איז דא א מאיאריטעט אמעריקאנער וואס זענען בכלל נישט אנציקט פון די דעמאקראטן, ובפרט וויאזוי די פארטיי האט געמאכט א שארפן לינקס די לעצטע פאר יאר.
ס'איז טאקע דא א גאר גרויסע מאיאריטעט אמעריקאנער וואס זענען בכלל נישט אנציקט פון די דעמאקראטן, אבער צו זאגן אז דאס האט צוטוהן מיט די פאקט אז זיי האבן געמאכט א שארפן דריי אויף לינקס קען מען אפפרעגן בלויז מיט דעם איינעם פאקט אז "די דעמאקראטישע פארטיי" איז היינט ווייניגער פאפולער אין אמעריקע ווי "סאציאליזם", און דאס איז פארשטייט זיך נישט ווייל די דעמאקראטישע פארטיי איז צו לינקס פון סאציאליזם...
עס אראפצולייגן אין קורצן: ווען מ'לייגט אין פערספעקטיוו ווי שטארק לינק אמעריקאנער בכלל זענען היינט, און אז אלס די לינקערע פארטיי אין א צוויי פארטיי סיסטעם דארף די דעמאקראטישע פארטיי צו פארטרעטן די לינקערע האלב פון די באפעלקערונג, קען מען נישט זאגן אז די פארטיי איז "צו לינק" ווען די פארטיי שטייט אויף די זאכן אויף וואס זיי שטייען, און דאס אז מענטשן זענען נישט אנציקט פון די פארטיי פרעגט עס נישט אפ, ווייל ס'איז בכלל נישט דא קיין אנדייטונג אז דאס האט צו טוהן מיט דעם וואס זיי זענען צו לינק.
איך קען פארשטיין פארוואס געוויסע מענטשן זאלן יא זען די פראבלעם פון די דעמאקראטישע פארטיי דאס אז זיי זענען צו לינק, און דאס איז ווייל די מענטשן זענען צו רעכטס פון די דעמאקראטישע פארטיי, און אזעלכע מענטשן וועלן אבוויעסלי האלטן אז די דעמאקראטישע פארטיי איז צו לינק, און זייער אומצופרידנהייט מיט די פארטיי וועט זיין דאס.
אבער אויב מ'קוקט דערויף פון איין ספעציפשן קוק ווינקל קען מען דאך פונקט אזוי קוקן דערויף פונעם לינקן קוק ווינקל און שרייען אז "די דעמאקראטישע פארטיי איז אזוי נאנט צו די רעפובליקאנער פארטיי (וועלכער איז לויט די היינטיגע באגריפן ווייט רעכט) אז די לינקע האבן בכלל נישט קיין פארטיי וואס פארטרעט זייערע אינטערעסן, טראצדעם וואס זיי האבן א ריזן ציבור מיט זיך, טראצדעם וואס די קארפארעט מידיא זעט זיי אלס די גרעסטע סטראשע קעגן זיי און טוט זיי דערפאר באשמוצן אלס דאס ערגסטע"...
יעצט פארשטייט זיך אז די ערשטע זאך אויף וואס מיר זענען נישט איינשטימיג איז וועגן "וואו דאס פאלק שטייט", און דערפאר וועל איך ערשט ברענגען פירכות צו וואס דו האסט געשריבן.
דערנאך וועל איך ברענגען נאך אפאר אנדערע אנעקדאטן וואס ווארפט א ליכט איבער די נאראטיוו אז דאס פאלק וויל א "נארמאלע רעכטע פארטיי", און אין איינוועגס וועל איך ארויסלאזן די לופט פון די געדאנק אז א רעכטע פארטיי קען בכלל לויפן אויף א מהלך פון טוהן וואס איז גוט פאר די בירגער.
און צום לעצט וועל איך פארשלאגן וויאזוי איך האלט דאך אז די רעפובליקאנער פארטיי האט א מעכטיגע פאטענציאל צו זיין א גאר סוקסעספולע פארטיי מיט א גאר ברייטע אפיעל.
ר' יום טוב האט געשריבן:רוב לאנד - אדער אמווייניגסטנס א פעסטע האלב פאפולעישאן
איז פאר law & order.
ס'איז שווער צו דעפיינען "law & order" בכלל, אבער איך זע נאכנישט פון וועלכע "law & order" דו רעדסט צו וואס לינקע זענען זיך מתנגד, און די דעמאקראטישע פארטיי גייט מיט דערמיט, און רוב לאנד איז דערפאר, סאו וואלסטו געדארפט מער ערקלערן אז איך זאל דאס קענען געהעריג אפפרעגן (די איינציגסטע ארגומענט וואס רעפובליקאנער האבן אפילו פרובירט צו נוצן קעגן די דעמאקראטן איז געווען אז זיי ווילן דיפאנדן די פאליציי, אבער אפילו בערני וואס איז די לינקסטע פנים אין די פארטיי האט דאך געזאגט אז ער איז קעגן דעם).
ר' יום טוב האט געשריבן:איז פאר א שטארקע מיליטער.
"א שטארקע מיליטער" איז א רעלאטיווע טערמין, אבער פון די אויפברויז אין די אזויגערופענע רעכטע פאפוליסטישע באוועגונג ווען מ'טיילט פאר אנדערע לענדער אין די צייט וואס דער פשוט'ער מענטש האט נישט אויף ברויט און פוטער, און פון די אנדערע זייט זענען נאך דא די אין די רעכטע זייט וואס זענען באזארגט אז די גרויסע נאציאנאלע חוב איז די ענדע פון אמעריקע, קוקט נישט אויס אז אויפבויען די מיליטער איז יעצט א וויכטיגע פריאריטעט אפילו אין די רעכטע לאגער.
ר' יום טוב האט געשריבן:איז פרא-לייף.
לויט פיו ריסערטש איז דא א ריזיגע מערהייט אמעריקאנער וואס זענען אויף די פראגרעסיווע זייט פון די ארגומענט, און אויף די עצם פראגע צו מ'אידענטיפיצרט זיך אלס "פרא-לייף" אדער "פרא-טשויס" ווייזן די גאלאפ אנקעטעס (אין וואס רעכטע קומען געווענליך שטערקער ווי ביי אנדערע) אז מער אידענטיפיצירן אלס "פרא-טשויס".
ר' יום טוב האט געשריבן:איז קעגן רעגירונג'ס פינאנצירן די אומווירדיגע בודזשעטן.
א מאסיווע רוב שטיצןדאס וואס דו טענה'סט אז רוב לאנד שטיצט נישט, און אויך שטיצן זיי דאס אז די רעגירונג זאל צווינגען העלט אינשורענס פירמעס צו דעקן אימווירדיגע (לויט אונזערע באגריפן) זאכן.
ר' יום טוב האט געשריבן:איז פרא ביזנעס און נידריגע שטייערן, קעגן אומנויטיג העכערן טאלס און רעגירונג'ס אפצאלן.
נאכאמאל לויט פיו ריסערטש, באלד האלב פון רעפובליקאנער האלטן אז גרויסע ביזנעסער מאכן "צופיל" פראפיט!, און צוויי דריטל אמעריקאנער לויט גאלאפ שטיצן דאס אז העכערע פארדינער זאלן צאלן פאר סאושעל סעקיוריטי אויף אלע זייערע פארדינסטן.
ר' יום טוב האט געשריבן:איז קעגן בעפארצוגן עמיצן באזירט אויף זיין ראסע, פארטיי, גענדער, אדער רעליגיע.
נו, דאס מיינט אז זיי זענען אויף די פראגרעסיווע זייט פונעם ארגומענט...
ר' יום טוב האט געשריבן:איז קעגן גאווערמענט געפירטע העלט-קעיר.
יוגאוו טענה'עט אז זעכציג פראצענט אמעריקאנער זענען דערפאר.
ר' יום טוב האט געשריבן:ווילן פאראנטווארטליכע גאווערמענט און באלאנסירטע בודזשעטן.
פראגרעסיוון ווילן עס אויך, נאר זיי ווילן עס ענדערש טוהן דורך העכערן שטייערן אויף רייכע.
ר' יום טוב האט געשריבן:איז פאטריאטיש פארן לאנד און שעצט איר קאנסטיטוציע און היסטאריע.
וואס? רוב אמעריקע שטיצט נאך היינט קנעכטשאפט?
ר' יום טוב האט געשריבן:האלט אז די מידיא איז איינזייטיג.
פראגרעסיוון האלטן אויך אזוי, זיי האלטן נאר אז ס'איז איינזייטיג קעגן זיי.
ר' יום טוב האט געשריבן:איז אומאיינשטימיג מיט ראדיקאלע ענווייראמענט רעגולאציעס.
נישט נאר איז אפגעפרעגט דאס אז אמעריקאנער זענען נישט שטארק באזארגט איבער קלימאטן טויש, נאר דאס וואס רעפובליקאנער וואס ארויפקלעבן אז באשיצן די ענווירענמענט (וואס דעמאקראטן ווילן ענדערש טוהן) מיינט טשעפענען דזשאבס ווערט נישט געקויפט דורך באלד זיבעציג פראצענט אמעריקאנער!
ר' יום טוב האט געשריבן:שטיצט ברייטע רעכטן צו פראקטיצירן רעליגיע אומגעשטערט.
דאס וואס דו רופסט "נישט שטיצן רעליגיע" וואס דו קלעבסט ארויף אויף די פראגרעסיוון איז "נישט צולאזן דיסקרימינאציע אין נאמען פון רעליגיע", און דאס איז גאר פאפולער אין אמעריקע.
ר' יום טוב האט געשריבן:איז קעגן גלאבאליזאציע.
אה, יעצט זענען שוין די דעמאקראטן "צו לינק" ווייל זיי שטיצן גלאבאליזאציע... נישטא ווער ס'זאל לאכן.
ר' יום טוב האט געשריבן:איז קעגן אומלעגאלע אימיגראנטן און פאר שטארקע גרעניצן.
58% רעגיסטרירטע וויילער שטיצן דאס לאזן דרימערס ווערן בירגער, און נאך 18% ווילן אז זיי בלויז ווער לאגאלע איינוואוינער, זיי צו דעפארטירן האט שטיצע בלויז פון 15%.
ר' יום טוב האט געשריבן:איז קעגן די מאכטפולע גרויסע יוניאן'ס.
61% שטיצן זיי.
ר' יום טוב האט געשריבן:איז פרא נארמאלע פאמיליע לעבן.
ווער איז קעגן?
ר' יום טוב האט געשריבן:איז פאר סקול טשויס.
אבער שטיצן אויך דאס פאנדן פון פובליק שולעס.
-
אלזא, איך ווייס נישט אויף וואס דו האסט געבויט די אלע הנחות וואס דו האסט געשריבן, אבער ס'איז קלאר פון אויספרעגן מענטשן (וואס כ'האב געברענגט דא און פילע אנדערע וואס כ'האב נישט געברענגט) אז די באפעלקערונג איז פיל מער לינק ווי ס'קוקט אויס ווען מ'קוקט אויף די עסטעבלישמענט פון די צוויי הויפט פארטייען.
אויך איז ווערד צו דערמאנען אז ווען ביידען האט געוואונען די דעמאקראטישע נאמינאציע האבן א ריזיגע טייל אויסגעפרעגטע דעמאקראטן געזאגט אז זיי שטימען פאר ביידען ווייל פאר זיי איז גאר וויכטיג צו ארויסשטויסן דאנאלד טראמפ, און (די אנגענומענע מיינונג איז געווען אז) ביידען האט דאך אויך דעם די גרעסטע שאנס, אבער בעצם אלס פאליסי וואלטן זיי נישט געגאנגען מיט אזא מעסיגן.
און בעצם איז גאר מאדנע וויאזוי רעפובליקאנער ווילן זיך נישט דערלערנען דאס, נאכ'ן אדורכפאלן דערמיט איינמאל און נאכאמאל.
למשל, אין 2008 איז געלאפן אבאמא וואס האט געהייסן היבש לינקער ווי די מעסיגע דעמאקראטן, און די רעפובליקאנער האבן געהאט דעם גאר מעסיגן מעקעין, און טראצדעם האט אבאמא אנגעצויגן 53% אין א הויכע טוירנאוט פארמעסט (אין וואס מ'קען נישט חושד זיין אז ער האט אנגעצויגן אזוי שטארק ווייל רעפובליקאנער זענען געבליבן אינדערהיים), אבער וואס איז געווען די קאמף צו וואס רעפובליקאנער אויפגערעגטע וויילער האבן זיך גענומען? צו זיכער מאכן אז די פארטיי רוקטס זיך מער צו רעכטס! און ס'איז זיי נישט איינגעפאלן אז דער דמיון אז רוב לאנד האט א פראבלעם צו שטימען פאר א לינקן איז בלויז א דמיון.
אן אדורכצוגיין די לאנגע השתלשלות פון די אכט יאר שימפן און שעלטן מצד רעפובליקאנער אויף יעדן איינעם פארוואס זיי פארלירן, האבן זיי ענדליך געטראפן דעם קאנדידאט וואס גייט זיי מאכן געווינען... און דאס איז טראמפ וואס איז פונקט גוט פאר די אויפגערעגטע מאסן וואס זענען אויפגעברויזט אויף יעדן איינעם פארוואס די רעכטע געווינען נישט, אבער ווען מ'גיבט א קוק אויף וואס זיי באדערט עכט זעט מען אז זיי זענען די נידריגסטע פונעם שטייסל וואס וואלטן די מערסטע בענעפיטירט פון אביסל לינקערע פאליסיס, און טראמפ האט טאקע גערעדט צו זיינע חברה טיילווייז אויף יענע שפראך.
פארשטייט זיך אז קיין סך סענס מאכט נישט צו שטיצן א רעכטן ווייל ער זאגט אז דו זאלסט אים "גלייבן" אז ער גייט געבן פאר די פשוט'ע בירגער, אבער וועגן דעם זענען זיינע חברה בעיקר נישט געלערנטע נישט קלוגע מענטשן וואס כאפן נישט וויאזוי די וועלט ארבעט.
אבער אין די גאנצע צייט ווילן זיך די רעפובליקאנער נאך אלס נישט דערלערנען אז דער עולם איז נישט רעכט, אזש אז היינט לערנט מען שוין אריין פשטים אין געוויסע לינקע זאכן (וואס זענען פאפולער) אז דאס איז גאר רעכט...
און לאמיר קלארשטעלן וואס רעכט מיינט טאקע: די צוטיילונג צווישן רעכט/לינק איז די קלאסן געראנגל צווישן די עליטע און די פשוט'ע בירגער, אויף ווער ס'זאל האבן די מאכט, און רעכט מיינט ווייניגער דעמאקראטיע (ווי אז מ'קען אריינקומען ביים פארלירן), מער קאפיטאליזם (אז ביל געיטס זאל קענען הרג'נען מענטשן ווייל ער מאכט געלט פון וואקסינ'ס, און אז פריוואטע פירמעס זאלן קענען לימיטען טראמפ'ס באנוץ פון סאציאלע מידיא), און לעבן אין לאנד ווי לאביאיסטן זענע די וואס האלטן אויס די ערוויילטע באאמטע.
און פארשטייט זיך אז ווען מ'רעאליזירט דאס זעט מען איין אז דאס אז רעפובליקאנער שטעלן נישט צו פאר פ'שוט'ע מענטשן נישט בטעות, נאר ווייל אויף דעם איז זייער אידעאלאגיע געבויט, און דאס אז מענטשן זענען ארויסגעקומען פון די לעכער און אריינגעוועלט טראמפ און די צייט וואס מעקעין און ראמני האבן פארלוירן, איז טאקע א באווייז אז דער עולם האט שוין גענוג געליטן פון די רעכטע טיראניע און זיי ווילן זיך ארויסזען דערפון, נאר די גאר גרויסער פראצענט אמעריקאנער וואס זענען אויפגעצויגן דורי דורות אז לינק איז טרייף ווייסן נאר נישט וויאזוי עס צו עסן...
גיב א קוק יעצט אין דזשארדזשיע. א טיף רויטע סטעיט וואס איז געווען מיט דאבל דידזשיטס רויטער פון דאס לאנד נאך אין אבאמא'ס צייטן, טראמפ איז נישט געווען אויפ'ן בעלאט, אין א הויכע טוירנאוט, האבן 51% געשטימט פאר צוויי דעמאקראטן איבער צוויי רעפובליקאנער, וואוסענדיג אז דאס גייט איבערגעבן סענאט קאנטראל פאר דעמאקראטן! איז דאס נישט די גרעסטע באווייז אז די בלאק וואס האלט אז "די דעמאקראטן זענען צו לינק" (ווען זיי זענען בלויז אזןי לינק ווי זי זענען היינט) איז א ווייטע מיעוט אין לאנד???
אלזא, וואס איז יא א מהלך פאר רעפובליקאנער צו געווינען? זייער פשוט.
זיי זאלן טוהן דאס וואס איז נישט אזוי גרינג, און אנהייבן צו שטיצן זאכן וואס ביז יעצט האט מען געדארפט זיין א עכטע דעמאקראט דאס צו שטיצן! און די זעלבע צייט וועלן די דעמאקראטן זיך רוקן צו זיין נאך פיל מער לינק, און דעמאלס וועלן די רעפובליקאנער קענען שרייען אז די דעמאקראטן זענען צו לינק...
און אנדערע ווערטער: אויב איז טאקע דיין איינציגסטע פראבלעם מיט די דעמאקראטן אז זיי זענען "צו" לינק, ביסטו דאך מודה אז אביסל לינק איז נישט קיין פראבלעם, נו טו עס... קענסט נישט שרייען אז יענער איז "צו לינק" און לכבוד דעם זאל מען ערווארטן צו באקומען די שטימען וואס האלטן טאקע אז די דעמאקראטן זענען צו לינק אבער זיי האלטן אויך אז די רעפובליקאנער זענען צו רעכט.
און בעצם איז דאס וויאזוי פאליטיקס ארבעט אין די גאנצע וועלט, די קאנסערוואטיווע פארטייען זענען בערך אזוי רעכט ווי דער דעמאקראטישער פארטיי אין אמעריקע, איי ס'איז דא רעכטערע פון דעם? זיי זענען אבער א מיעוט וואס מוזן זיך צושטעלן כדי צו בוחר זיין הרע במיעטו (אויסער אויב מ'קען סוקסעספולי האבן מער פארטייען), סוף כל סוף זענען זיי ביים עק פונעם ספעקטרום לגבי דאס פאלק.
(באמת קען מען זאגן אז סדנא דארעא חד הוא, און אז די פאלשע אנגענומענע מיינונג אז אמעריקאנער זענען מער רעכט ווי אנדערע וואס איז גורם אז רעפובליקאנער זאלן זיך נישט ברעכן איז גורם די שטארקע צוטיילונג אין וועלכע אמעריקע געפונט זיך.)
ר' יום טוב האט געשריבן:די פראבלעם איז אבער אז די רעפאבליקאנער האבן נישט געמאכט די לינקס וואס די דעמאקראטן האבן געמאכט בכדי אריינצוברענגען די וואס זענען אין די לעצטע יארן ארויסגעפאלן פון די דעמאקראטישע פארטיי. זיי האבן זיך קיינמאל נישט עכט באמיעט אריינצונעמען די אלגעמיינע ארבעט'ס אמעריקאנער וואס זענען נישט קיין ליבעראלן. און דאס נישט ווילן אויפברענגען די $2000 סטימוליס איז די גרעסטע באווייז. יעדער פארשטייט אז מ'קען נישט ערלויבן דעפיציטן, און קיינער האלט נישט אז די גאווערמענט דארף זיך נעמען טיילן געלטער וואס זי האט נישט. אבער וויאזוי אין די וועלט פארט יערליך ארויס טריליאנען אין באשטעטיגטע געלטער פאר זאכן וואס איז נישט עכט נוגע דעם דורכשניטליכן אמעריקאנער?ר' יום טוב האט געשריבן:וואס האלט צוריק די אלע מענטשן פון פון זיך פילן באקוועם מיט די רעפאבליקען פארטיי?
זיי דארפן א נארמאלע העלט-קעיר פלאן,
זיי ווילן איבערזיכט אויף ריזיגע בענק און ביזנעס גענוי ווי אויף די ריזיגע סאשעל מידיא אינדעסטריע.
זיי ווילן מער שטיצע פאר גרויסע פאמיליעס, פינאנציעל און גייסטיש.
זיי ווילן מער פיסקעל ריספאנסיביליטי.
זיי ווילן מער הערן רעדן אין קעפיטאל פונעם פשוט'ן מענטש.
זיי ווילן נישט א פארטיי וואס איז פארקויפט פאר סיי וועלכע זייטיגע פאליטישע גרופע, אפילו א גוטע.
אויב די רעפאבליקאנער פארטיי וועט זיך מאדיפיצירן אלס פאלקס פארטיי און נענטער ווערן צום ארבייטער קלאס וועלכע שטייט מיט 80 פראצענט מיט יעצטיגע פארטיי פלאטפארמע, דאן שטייט זי אויס איבערצושטייגן די דעמאקראטן, און ווערן די גרעסטע פארטיי.
נאר אז די פארטיי זאל ווערן א פארטיי וואס איז דא פארן פשוט'ן מענטש, נישט פאר א געוויסע ראסע, ספעציעלע אינטערעסע, צ.ב.ש די גאן לאבי, נאר אזוי וועט מען קענען אקטיוו באקעמפן די ליבעראלע אגענדע.
יעצט, ס'דארף זיין א פירער. און א שטארקער פירער מוז נישט זיין איינער וואס שרייט הויעך ווי טראמפ. דאס איז געווען א נחיצות אין די מיטל-אלטער. היינט אין די מאדערנע עפאכע איז מען אויפגעקומען מיט אן איידיע, אז מען האט אזא פארטיי עהרן פארזיצער, אזויווי ביידען..., וואס זאל מענעדזשן די פארטיי מיט די הילף פון א ווירקזאמע שטאב. ס'קען זיין פענס אדער רוביא. אבער א נארמאלער פערזאן וואס זאלן צומאל קענען האבן א שמועס און צוזאמענארבייט מיט די געציילטע מעסיגע דעמאקראטן געבליבן, ווייל מיט די ליבעראלע דעמאקראטן און מידיא אינטערעסן וועט מען זיך סייווי נישט קענען דורכקומען אויף גארנישט.
ווען איך זע וואס די שרייבסט ווייטער באמערק איך אז דיין סך הכל איז דער זעלבער ווי מיינער, און אז דו שרייבסט אזויווי ביידען, אפשר טאקע ביידען וואלט געווען גוט פאר דעם... לויט ווי ער שטייט אויף זאכן, און לויט ווי מעסיג איך האלט אז די רעפובליקאנער פארטיי דארף זיי צו קענען האבן א ברייטע קאאליציע פון האלב אמעריקע, וואלט ער געווען א גאר פאסיגע קאנדידאט פאר א שטארקע רעפובליקאנער פארטיי.