פארשער האט געשריבן:מעקאנעל האט שווער געארבעט דורך צו שטופן דעם שטייער שניט און צו באשטעטיגן קאנסערוואטיווע ריכטער וואס דאס זענען פון די גרעסטע טראמפ אויפטוען, אויב שטעלט ער זיך נישט צו 100% צו אלע טראמפ'ס פארלאנגען ווערט ער נאך נישט קיין שלאנג.
ער איז א שלאנג אין כאראקטער
ער איז די מעדזשאריטי לידער נישט ווייל רוב רעפאבליקאנער ווילן אים, נאר ווייל ער איז א טיף איינגעווארצלטע ביוראקראט מיט די ריכטיגע קאנעקשאנס און קיינער וויל זיך מיט אים נישט פארטשעפענען (אזוי איז אויכעט גראדע מיט נענצי פעלאוצי)
ער האט מיט דעם רעפאבליקאנער וויילער זיראו
ער האט מיט די קאנסערוואטיווע אידעאלאגיע זיראו
ער איז א סעלפיש מיאוסע פאליטישאן וועלכער מיינט קיינמאל נישט קיינעם חוץ זיך אליינס
ווען די דעמאקראטן שרייען אז די רעפאבליקאנער זענען בלויז דא פאר די עשירים און קעירן גארנישט פארן פשוטן המון עם זענען זיי פולי גערעכט ווען סקומט צו די אלטע גווארדיע רעפאבליקאנער, ער באלאנגט נאך אריין אינעם חדר פון דיק טשעיני און דאנאלד ראמספעלד וועלכע מהאט פון זיי קיין טובה פאר קיין נברה קיינמאל נישט באקומען
נאכדעם איז דא א אנדערע קלאס אין די רעפאבליקאנער חדר פון פשוטע רעכטפארטיגע צדיקים, א שטייגער ווי
דזשאן מעקעין
לינדזי גרעהעם
מיט ראמני
מארקאו רוביא
און נאך וועלכע איך געדענק נישט אויסעווייניג זייערע נעמען
מאנכע ליידן גאר סיי פון דומע צדקות און סיי פון סעלפיש ביוראקראטיע
אלנפאלס, די דעמאקראטן מיט זייער אגענדע קענען מיט די חברה האקן א לעבן
-------------
א נערישע דוגמה איבער מיטש מעקאנעלס ווירטשאפט
דער פרעזידענט פון דיין פארטיי וויל געבן געלט פארן פאלק צוליב א טראגעדיע (סאיז נישט אבי נאך א פראגראם) און סאיז אין די אינטערעסן פון דיינע וויילער אז דו זאלסט עס צושטעלן
קומט דער מעקאנעל און רעפיוזד..
וואלסטו אוואדע געוואלט מיינען אז דאס קומט צוליב זיין שטארקע קאנסערוואטיזעם.. הלמאי נעמען שווער געארבעטע געלט פון אמעריקאנער??
אבער וואס..
א גרויס חלק פון די "עמערדזשנסי ביל" באשטייט פון ביליאנען דאללארן נדבות צו אנדערע לענדער (פאר שגעון און טפשות)
די ביל באשטייט פון טויזענטער זייטן און איך גלויב אז קיין איין סענאטאר האט דאס נישט דורכגעליינט
ווער האט דאס געשריבן? די אומערוועלטע לאביאיסטן
באדעם ליין, פאר יעדעם איבער די וועלט גיבט מען געבן געלט חוץ פאר מיטגעמאכטע אמעריקאנער שווער ארבעטער
פון די געלט קען מען ווען רואיג געבן מער פון 2 טויזנט פער קאפ גאר גרינג
דאס איז די באדייט פון א איגנאראנטע אזוי גערופענע רעפאבליקאנער וועלכע האלט דעם דומער וויילער אין בוידעם בשעתן זיך צו'חנפנען צו זיינע לאביאיסט ביישטייערער
אין מיין שמאלע רעפאבליקאנער קאפ גייט נישט אריין וויאזוי מפירט דורך א "עמערדזשענסי קאראונע רעליעף ביל" און משטעלט דארטן אריין נאך צענדליגע זייטיגע זאכן