צל עובר האט געשריבן:וויפיל געלט אין דעם 900 ביליאן דאלער סטימילוס איז פאר אנדערע לענדער? זעראו דאלער!
וויפיל געלט אין דעם 1.4 טריליאן יערליכן בודזשעט אויף וואס מען האט געגעבן א היטש פאר דעם סטימילוס האט טראמפ אויסגערעכנט אין זיין קליפ דעמאלסט? אונטער פינעף ביליאן דאלער! (און א ביליאן פון דעם גייט פאר די קענעדי צענטער אין אמעריקע.)
וויפיל געלט קען מען געבן פאר יעדן אמעריקאנער אויב מען צוטיילט פאר אלע אמעריקאנער די אונטער פינעף ביליאן דאלער? אונטער "צוויי" דאלער!
און וויפיל גיבט מען פאר דעם אמעריקאנעם בירגער וואס סטראגעלט? גאר אסאך! מער אנעפלויעמענט! פי פי פי! מער פוד סטעמפס! עקסטערע פוד סטעמפס קארטלעך פאר די קינדער אין די מוסדות! און נאך אסאך זאכן.
און וויפיל געבט מען פאר די אמעריקאנער בירגער וואס סטראגלען נישט? 600 דאלער א נפש!
וואס נאך ווילסטו?
קיינער רעדט נישט 'נאר' פון די ספענדן געלט פאר פארעין קאנטריס. עס איז א דוגמא פון ספענדן פאר יעדע אומוויכטיגע זאך וואס איז נאר פארהאן.