אנקעטע: אייער מיינונג אויף טראמפ און די פראטעסטן אין וואשינגטאן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

טראמפ און דער היינטיגער טאג אין וואשינגטאן

די וואלן האבן זיך פארמאכט מיטוואך ינואר 13, 2021 9:01 pm

טראמפ האט גארנישט געטון שלעכט
106
40%
טראמפ האט עס נישט גענוג פארדאמט
55
21%
טראמפ זאל פאררופן מער ראיאטן קעגן דעמאקראטן
35
13%
מ'מוז זאפארט ארויסשטויסן טראמפ פון ווייסן הויז
67
25%
 
סך הכול שטימען: 263

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6331
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אנקעטע: אייער מיינונג אויף טראמפ און די פראטעסטן אין וואשינגטאן

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך ינואר 06, 2021 11:29 pm

געמבלער האט געשריבן:מיין מיינונג : די גאנצע טאג איז איין שטיק סעט-אפ. וואס איז זיי ליידער געלונגען.
קאפיטאל פאליציי איז פון די מאכטפולסטע אגענטורן אין לאנד און איינער האט זיי פארארדנט צו זיך אויפפירן ווי סדרנים ביי א קליינע רבישע מצוה טאנץ

אריין אין קאנספיראציע אשכול...

מ'קען גייען גראד, פשוט אז די טאג טעגליכע סעקיוריטי איז נישט גענוג אפצוהאלטן אזא מאב.
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: אנקעטע: אייער מיינונג אויף טראמפ און די פראטעסטן אין וואשינגטאן

תגובהדורך שליו ודגים » מיטוואך ינואר 06, 2021 11:31 pm

איך ליין די אלע אפציעס, איך לייג אריין בלאזיא אנשטאט טראמפ און וואויט לויט דעם נאכן אפליינען די דעמאקראטישע תגובות פון יענע צייטן מיין וואויט גייט לויט די מיינונג פון רוב דעמאקראטן דאן , ס'קומט אויס פאר די ערשטע אפציע

איפכא מיסתבר
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: אנקעטע: אייער מיינונג אויף טראמפ און די פראטעסטן אין וואשינגטאן

תגובהדורך איפכא מיסתבר » מיטוואך ינואר 06, 2021 11:34 pm

שליו ודגים האט געשריבן:איך ליין די אלע אפציעס, איך לייג אריין בלאזיא אנשטאט טראמפ און וואויט לויט דעם נאכן אפליינען די דעמאקראטישע תגובות פון יענע צייטן מיין וואויט גייט לויט די מיינונג פון רוב דעמאקראטן דאן , ס'קומט אויס פאר די ערשטע אפציע

;l;p- קלאר! אין איין ווארט!
נישט ווייל יענער שרייט הויך אדער זאגט עס איבער אפאר מאל, מיינט אז עס איז אזוי - ס'קען גאר זיין קאפויער

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3163
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: אנקעטע: אייער מיינונג אויף טראמפ און די פראטעסטן אין וואשינגטאן

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך ינואר 06, 2021 11:49 pm

ימים על ימי מלך תוסיף, שטויסטס אים און קאפעטס אים ארויס!

אוועטאר
הענדימען
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: אנקעטע: אייער מיינונג אויף טראמפ און די פראטעסטן אין וואשינגטאן

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 2:20 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:
געמבלער האט געשריבן:מיין מיינונג : די גאנצע טאג איז איין שטיק סעט-אפ. וואס איז זיי ליידער געלונגען.
קאפיטאל פאליציי איז פון די מאכטפולסטע אגענטורן אין לאנד און איינער האט זיי פארארדנט צו זיך אויפפירן ווי סדרנים ביי א קליינע רבישע מצוה טאנץ

אריין אין קאנספיראציע אשכול...

מ'קען גייען גראד, פשוט אז די טאג טעגליכע סעקיוריטי איז נישט גענוג אפצוהאלטן אזא מאב.

אינטערעסאנט אז זיי האבן נישט געוואוסט וואס ס'גייט פארקומען. זעהט אויס זיי ליינען נישט אייוועלט

איך ווייס נישט פארוואס זיי האבן נישט אנגעגרייט מער געקוקט סעקיוריטי אבער ס'איז לכה"פ אינטערעסאנט

קען זיין זיי האבן געמיינט אז די טראמפיסטן זענען אביסעלע נארמאלער
ווען משיח וועט קומען וועט ער נישט ווייזן מיט די פינגער וועלכע קאנדידאט איז גערעכט אבער יא וויפיל מען האט איינגעהאלטן די פינגער פון טייפן א גוטן שטעך און איינגעהאלטן די אויגן פון מיטהאלטן אן אינטערעסאנטע פרעס קאנפערענס וכדו' וואו מ'קען געשטרויכעלט ווערן
goodmorning

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: אנקעטע: אייער מיינונג אויף טראמפ און די פראטעסטן אין וואשינגטאן

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 2:35 am

ביי די בי על עם זענען די חברה געווען פיל מער גרייט.

איך הער אז קאפיטאל פאליציי האבן געפענט די געיטס פאר די פראטעסטירער היינט. אעז עס אמת?
שויתי ה' לנגדי תמיד

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אנקעטע: אייער מיינונג אויף טראמפ און די פראטעסטן אין וואשינגטאן

תגובהדורך קענטאקי » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 2:38 am

Goodmorning האט געשריבן:ביי די בי על עם זענען די חברה געווען פיל מער גרייט.


זיכער אזוי. עס איז דאס ערשטע מאל זינט טראמפ איז אין פאליטיק וואס זיינע מענטשן פירן דורך אזוינע
סארט זאכן, פון וואנעט האט די פאליציי געזאלט וויסן צו זיין גערישט אויף אזעלכס.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15010
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אנקעטע: אייער מיינונג אויף טראמפ און די פראטעסטן אין וואשינגטאן

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 2:42 am

יואל שרייבער האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:יא!!
קען זיין מער מענשטן זענען גע'הרג'ט געווארן ביי בלמ.
אבער די עוולה פון דיי היינטיגע פראטעסטירער איז טויזענט מאל ערגער. זיי דארפן באקומען צוויי מאל אזויפיל יארן.
די בלמ זענען געווען וויילענס, אין אין געוויסע קעיס מארד.
די היינטיגע פראטעסטירער איז א געהעריגע פארראט און רעוואלוציע אויפן אמעריקאנער רעגירנג.

איך אגרי מיט יעדעס ווארט, ס'איז אסאך ערגער ווען ס'איז אויף א גאווערמענט לעוועל, און איבער אזא האקאלע אישו. די היינטיגע מצב קען זיך רואיג איבערשפילן יעדע פיר יאר ביי אזא פראצעדור.

אבער ווען נישט די בל"מ ראיאטן וואלטן די היינטיגע נישט פאסירט.


די יעצטיגע מצב קען זיך נאר איבערשפילן ווען די טירן זענען אפן, אויב געדענקט איר נישט, מען האט שוין געשטורעמט די ווייסע הויז אמאל, נישט אזוי לאנג צוריק, האסט א ספק צו יענע חברה וואלטן נישט אריינגעגאנגען ווען זיי וואלטן געקענט, נאר מען האט זיי נישט געלאזט.

די שאלה איז, פארוואס די חברה האבן געקענט אנקומען אינעווייניג, אויב איז עס סתם געווען א דורכפאל דארף מען זעהן צוצושטעלן געהעריגע שוץ פאר די קעפיטאל, אויב האט איינער במזיד געזען אז מען זאל נישט זיין צוגעגרייט איז יענער באגאנגען פארראט.

איך עגרי היפש מיט ר' יואל.

און עס איז דא א קלא דלא פסק אז מען האט זיי מער ווייניגער טו סאם עקסטענט אריינגעלאזט. עס איז דא בילדער ווי פאליציי בילדערט זיך מיט פראטעסטירער אינעווייניג. און דאס איז זיכער אז עס איז נישט געווען גענוג סעקיוריטי לפי המצב פון דעם עולם וואס איז געווען ביי די ראלי. און עס איז דא א שטארקע חשד אז מען האט פשוט נישט געהאלטן ביים אהינשיקן די נעשאנעל גארד ביז עס איז נישט געווען קיין ברירה.

דאס איז זיכער אז באאמטע דארפן פליען, יתכן אז גיין זיצן אויב עס איז דא פרוף אויף ר' יואל'ס לעצטע אפציע.

עס איז דא א קליפ ווי פאליציי עפנט א באריקאדע אויפן גאס, אבער דאס מוז נישט זיין אױף אריין, ווי אויך איז אויך דא קלארע ווידיאו ווי מען שלאגט זיך מיט פאליציי אויף כמה פוינטס ביים אריינגיין.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

Re: אנקעטע: אייער מיינונג אויף טראמפ און די פראטעסטן אין וואשינגטאן

תגובהדורך א גוטן » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 2:49 am

געשטימט פאר די צווייטע אפציע, דערמאנט מיך פון שמיני עצרת אין ראדני תשס...
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

פוילער
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: אנקעטע: אייער מיינונג אויף טראמפ און די פראטעסטן אין וואשינגטאן

תגובהדורך פוילער » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 3:06 am

צל עובר האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:יא!!
קען זיין מער מענשטן זענען גע'הרג'ט געווארן ביי בלמ.
אבער די עוולה פון דיי היינטיגע פראטעסטירער איז טויזענט מאל ערגער. זיי דארפן באקומען צוויי מאל אזויפיל יארן.
די בלמ זענען געווען וויילענס, אין אין געוויסע קעיס מארד.
די היינטיגע פראטעסטירער איז א געהעריגע פארראט און רעוואלוציע אויפן אמעריקאנער רעגירנג.

איך אגרי מיט יעדעס ווארט, ס'איז אסאך ערגער ווען ס'איז אויף א גאווערמענט לעוועל, און איבער אזא האקאלע אישו. די היינטיגע מצב קען זיך רואיג איבערשפילן יעדע פיר יאר ביי אזא פראצעדור.

אבער ווען נישט די בל"מ ראיאטן וואלטן די היינטיגע נישט פאסירט.


די יעצטיגע מצב קען זיך נאר איבערשפילן ווען די טירן זענען אפן, אויב געדענקט איר נישט, מען האט שוין געשטורעמט די ווייסע הויז אמאל, נישט אזוי לאנג צוריק, האסט א ספק צו יענע חברה וואלטן נישט אריינגעגאנגען ווען זיי וואלטן געקענט, נאר מען האט זיי נישט געלאזט.

די שאלה איז, פארוואס די חברה האבן געקענט אנקומען אינעווייניג, אויב איז עס סתם געווען א דורכפאל דארף מען זעהן צוצושטעלן געהעריגע שוץ פאר די קעפיטאל, אויב האט איינער במזיד געזען אז מען זאל נישט זיין צוגעגרייט איז יענער באגאנגען פארראט.

איך עגרי היפש מיט ר' יואל.

און עס איז דא א קלא דלא פסק אז מען האט זיי מער ווייניגער טו סאם עקסטענט אריינגעלאזט. עס איז דא בילדער ווי פאליציי בילדערט זיך מיט פראטעסטירער אינעווייניג. און דאס איז זיכער אז עס איז נישט געווען גענוג סעקיוריטי לפי המצב פון דעם עולם וואס איז געווען ביי די ראלי. און עס איז דא א שטארקע חשד אז מען האט פשוט נישט געהאלטן ביים אהינשיקן די נעשאנעל גארד ביז עס איז נישט געווען קיין ברירה.

דאס איז זיכער אז באאמטע דארפן פליען, יתכן אז גיין זיצן אויב עס איז דא פרוף אויף ר' יואל'ס לעצטע אפציע.

עס איז דא א קליפ ווי פאליציי עפנט א באריקאדע אויפן גאס, אבער דאס מוז נישט זיין אױף אריין, ווי אויך איז אויך דא קלארע ווידיאו ווי מען שלאגט זיך מיט פאליציי אויף כמה פוינטס ביים אריינגיין.

סאיז אינטערעסאנט וואס עטס צוויי זאגסט, אויב אמת טוישט עס די גאנצע נערעטיוו.

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

Re: אנקעטע: אייער מיינונג אויף טראמפ און די פראטעסטן אין וואשינגטאן

תגובהדורך פערדס מיניסטער » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 8:30 am

יואל שרייבער האט געשריבן:
פערדס מיניסטער האט געשריבן:איך בין "געווען" זייער א גרויסע טראמפ שטיצער ביז היינט, ליידער האט זיך היינט עס געטוישט ווען איך האב איינגעזעהן אז ער קען נישט הענדלען זיין פארלוסט און ער טוט סטופיד זאכן, ער עקט ווי א בעבי וואס ווארפט א טענטרום ווען מ'לאזט אים נישט עסן א קוקי


איך וויל פארשטיין וואס איז היינט געשעהן מער ווי די לעצטע צוויי חדשים מצידו?


איך האב עס נישט איינגעזעהן ביז נעכטן

אוועטאר
צוריקגעצויגן
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 8:15 am

Re: אנקעטע: אייער מיינונג אויף טראמפ און די פראטעסטן אין וואשינגטאן

תגובהדורך צוריקגעצויגן » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 8:56 am

וועל איך צולייגן מיינע נישטיגע 2 סענט. שילדיג זענען די וואס האבן דערשטיקט איעדע קעיס פון וואוטער פראוד אויב מען וואלט עס געהעריג אויסגעהערט וואלטן אסאך טראמפ שטיצער עס געקענט אראפשלינגען אפילו עס וואלט גארנישט געטוישט אבער יעצט פילן זיי זיך דערשטיקט פון די מידיע און דעמאקראטן

עכט היימיש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3224
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אנקעטע: אייער מיינונג אויף טראמפ און די פראטעסטן אין וואשינגטאן

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 9:14 am

צוריקגעצויגן האט געשריבן:וועל איך צולייגן מיינע נישטיגע 2 סענט. שילדיג זענען די וואס האבן דערשטיקט איעדע קעיס פון וואוטער פראוד אויב מען וואלט עס געהעריג אויסגעהערט וואלטן אסאך טראמפ שטיצער עס געקענט אראפשלינגען אפילו עס וואלט גארנישט געטוישט אבער יעצט פילן זיי זיך דערשטיקט פון די מידיע און דעמאקראטן

און די רעפובליקאנע ריכטער אין אלע שטאפלען פון דער געריכט סיסטעם וואס טראמפ האט אריינגעשטעלט.

ווען טראמפ שטעלט ווען זיי אריין ווואלטן זיי זיכער געקעמפט פארן אמת, ווייל טראמפ וואלט זיכער נאר אריינגעשטעלט קליגע און געריבענע ריכטער, אבער יעצט אז טראמפ האט זיי אריינגעשטעלט האבן זיי מורא געהאט צו זאגן דעם אמת, און צו פייטן דערפאר, שוין, וואס קען מען טון.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

Re: אנקעטע: אייער מיינונג אויף טראמפ און די פראטעסטן אין וואשינגטאן

תגובהדורך אימפעט » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 9:40 am

עכט היימיש האט געשריבן:
צוריקגעצויגן האט געשריבן:וועל איך צולייגן מיינע נישטיגע 2 סענט. שילדיג זענען די וואס האבן דערשטיקט איעדע קעיס פון וואוטער פראוד אויב מען וואלט עס געהעריג אויסגעהערט וואלטן אסאך טראמפ שטיצער עס געקענט אראפשלינגען אפילו עס וואלט גארנישט געטוישט אבער יעצט פילן זיי זיך דערשטיקט פון די מידיע און דעמאקראטן

און די רעפובליקאנע ריכטער אין אלע שטאפלען פון דער געריכט סיסטעם וואס טראמפ האט אריינגעשטעלט.

ווען טראמפ שטעלט ווען זיי אריין ווואלטן זיי זיכער געקעמפט פארן אמת, ווייל טראמפ וואלט זיכער נאר אריינגעשטעלט קליגע און געריבענע ריכטער, אבער יעצט אז טראמפ האט זיי אריינגעשטעלט האבן זיי מורא געהאט צו זאגן דעם אמת, און צו פייטן דערפאר, שוין, וואס קען מען טון.

שולדיג זענען די וואס פארפירן דיך אז מען האט עפעס דערשטיקט. שוא ושקר.
בלינצע: עס שרייט זיך ארויס פון אלעמענס מיילער, יה"ר שמשמחה זו יושפע שפע שמחה ברכה והצלחה לנו ולכל ישראל אמן נצח סלה ועד.

אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

Re: אנקעטע: אייער מיינונג אויף טראמפ און די פראטעסטן אין וואשינגטאן

תגובהדורך אימפעט » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 9:48 am

שטומפיג האט געשריבן:געוואויט פאר אפציע איינס.
אומדירעקט איז ער שולדיג אין די גאנצע זאך אבער נישט דירעקט.

האט ער נישט געשריבן עס וועט זיין א WILD פראטעסט?
אז דאס מיינט אומדירעקט, וואס מיינט דירעקט?
בלינצע: עס שרייט זיך ארויס פון אלעמענס מיילער, יה"ר שמשמחה זו יושפע שפע שמחה ברכה והצלחה לנו ולכל ישראל אמן נצח סלה ועד.

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2239
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: אנקעטע: אייער מיינונג אויף טראמפ און די פראטעסטן אין וואשינגטאן

תגובהדורך שיעלע בהמה » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 9:57 am

הענדימען האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
געמבלער האט געשריבן:מיין מיינונג : די גאנצע טאג איז איין שטיק סעט-אפ. וואס איז זיי ליידער געלונגען.
קאפיטאל פאליציי איז פון די מאכטפולסטע אגענטורן אין לאנד און איינער האט זיי פארארדנט צו זיך אויפפירן ווי סדרנים ביי א קליינע רבישע מצוה טאנץ

אריין אין קאנספיראציע אשכול...

מ'קען גייען גראד, פשוט אז די טאג טעגליכע סעקיוריטי איז נישט גענוג אפצוהאלטן אזא מאב.

אינטערעסאנט אז זיי האבן נישט געוואוסט וואס ס'גייט פארקומען. זעהט אויס זיי ליינען נישט אייוועלט

איך ווייס נישט פארוואס זיי האבן נישט אנגעגרייט מער געקוקט סעקיוריטי אבער ס'איז לכה"פ אינטערעסאנט

קען זיין זיי האבן געמיינט אז די טראמפיסטן זענען אביסעלע נארמאלער

איך האב געזעהן די ווידעאוס ווי די FBI סוואט טעים איז זיך אנגעקומען אין די קעפיטאל הילל
מיך איז די סצענע געווען טראמעטייזינג, סזעהט עפעס אויס ווי זיי פילן פערזענליך געטשעלענדזשד
זיי זענען ארויסגעקומען פון אינטער די דיעפ סטעיט צו ארלעדיגן אז זאכן גייען ווייטער אויף זייער וועג.. כמיין, אויב איז דאס סתם א קאנספיראציע, וואו ביסטו געווען ביי די BLM פראטעסטן??

די FBI קען ארויסשפראצן וואו אימער, אומגערופן (ווער איז דער רופער), אינטער סיי וועלכע סיטואציע, אינטער סיי וועלכע מאנטל (ברענגען ראיאטן אינטער קאנטראל איז נישט זייער דזשאב, זיי זענען א אינלאנד אינטעלידזשענס אגענטור)??!!

געמבלער
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: אנקעטע: אייער מיינונג אויף טראמפ און די פראטעסטן אין וואשינגטאן

תגובהדורך געמבלער » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 10:30 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:
געמבלער האט געשריבן:מיין מיינונג : די גאנצע טאג איז איין שטיק סעט-אפ. וואס איז זיי ליידער געלונגען.
קאפיטאל פאליציי איז פון די מאכטפולסטע אגענטורן אין לאנד און איינער האט זיי פארארדנט צו זיך אויפפירן ווי סדרנים ביי א קליינע רבישע מצוה טאנץ

אריין אין קאנספיראציע אשכול...

מ'קען גייען גראד, פשוט אז די טאג טעגליכע סעקיוריטי איז נישט גענוג אפצוהאלטן אזא מאב.

די טאג טעגליכע סעקיורעטי איז געטרעינט פונקט פאר דאס און פיהל ערגערס (טעראריסטן מאכן געווענדליך נישט קיין אפוינטמענטס...) און צו די נעכטיגע געשעעניש גרייט מען זיך שוין עטליכע חדשים

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנקעטע: אייער מיינונג אויף טראמפ און די פראטעסטן אין וואשינגטאן

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 11:03 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:זאפארט ארויסקאפענען פונעם וויסן הויז.

גא"מ.
כ'האב געמיינט אז פארמעלי זוכט ער נאך א האלב גוטע לעגעסי, און וועט נאר טוען זאכן וואס מ'קען האלבוועגס פארענטפערן אין פובליק.
למעשה זעה איך אז ער איז עלול פאר אלעס.. דער איז א געהעריגע סכנה פאר אמעריקע פאר די נעקסטע צוויי וואכן.. ער קען עכט באשטייט מיטצוברענגען אמעריקע ווי ער גייט.. (האפענטליך אין תפיסה)
און כ'זעה א גרויס חלק פון זיינע קאבינעט מעמבערס האלטן אויך ווי מיר....


און בד"וו, דער וואס וואט פארן ערשטן אפציע, האט אדער נישט געהערט קיין טראפ אמעריקאנע פאליטיק די לעצטע צוויי חדשים, אדער איז ער מער תמימות'דיג ווי טורנהיים!!

העצט אויף זיינע שטיצער פאר גאנצע צוויי חדשים אויף יעדע עלעקטעד אפישעל, אינקלודינג פענס און מעקענאל וואס זענען געווען אינעם קעפיטאל דעמאלטס. פאררופט א מאסן פראטעסט פון הונדערטער טויזענטער מענטש אפאר גאסן פונעם קעפיטאל אינעם טאג וואס מ'פראקטאצירט דאס הארץ פון אמעריקע'ס פרייהייט. שרייט אז יעדער בא'גנב'ט אים, און מען דארף אלעס טוען עס צו ראטעווען. אבער עעההה... ער איז אין "גאאארנננישט" שולדיג...


בד"וו, ווער געדענקט נאך די פארטיי פון "לאו און ארדער"?? ווער געדענקט נאך אז טראמפ און די רעפובליקענס זענען אקעגן ווילדע מאבס??
און די בלמ פראטעסטן קומען נישט צו צום שטויב פונעם היינטיגן רעוואלוציע.

סאחידוש אז דו האלטסט אזוי..
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

חסד השם
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: אנקעטע: אייער מיינונג אויף טראמפ און די פראטעסטן אין וואשינגטאן

תגובהדורך חסד השם » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 11:22 am

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:יא!!
קען זיין מער מענשטן זענען גע'הרג'ט געווארן ביי בלמ.
אבער די עוולה פון דיי היינטיגע פראטעסטירער איז טויזענט מאל ערגער. זיי דארפן באקומען צוויי מאל אזויפיל יארן.
די בלמ זענען געווען וויילענס, אין אין געוויסע קעיס מארד.
די היינטיגע פראטעסטירער איז א געהעריגע פארראט און רעוואלוציע אויפן אמעריקאנער רעגירנג.

איך אגרי מיט יעדעס ווארט, ס'איז אסאך ערגער ווען ס'איז אויף א גאווערמענט לעוועל, און איבער אזא האקאלע אישו. די היינטיגע מצב קען זיך רואיג איבערשפילן יעדע פיר יאר ביי אזא פראצעדור.

אבער ווען נישט די בל"מ ראיאטן וואלטן די היינטיגע נישט פאסירט.


די יעצטיגע מצב קען זיך נאר איבערשפילן ווען די טירן זענען אפן, אויב געדענקט איר נישט, מען האט שוין געשטורעמט די ווייסע הויז אמאל, נישט אזוי לאנג צוריק, האסט א ספק צו יענע חברה וואלטן נישט אריינגעגאנגען ווען זיי וואלטן געקענט, נאר מען האט זיי נישט געלאזט.

די שאלה איז, פארוואס די חברה האבן געקענט אנקומען אינעווייניג, אויב איז עס סתם געווען א דורכפאל דארף מען זעהן צוצושטעלן געהעריגע שוץ פאר די קעפיטאל, אויב האט איינער במזיד געזען אז מען זאל נישט זיין צוגעגרייט איז יענער באגאנגען פארראט.

%100
גײט מיר נישט ארײן אין קאפ װיאזױ דאס האט געקענט פאסירן, ס׳איז מיר נישט אין חלום געקומען אז די אמעריקאנע גאװערמענט איז אזױ צוריקגעשטאנען, אנלעס ס׳איז טאקע אינטערגעשטעלט װאס דעמאלטס האמיר טאקע נאך א גרעסערע פראבלעם

האקט
אװדאי האבן זײ געדארפט צולײגן סעקיארוטי, אפי׳ נאר פאר א פיצי טשענס אז ס׳קען צוקומען צו דעם, און זײ דארפן אלץ האבן גענוג און נאך אין רעזערװ װאס מ׳קען עקטיװעיטן אין מינוטן, און פארשטײט זיך מאניטערן די פולװער פאר ס׳גײט ארױס פון קאנטראל

בקיצור, דיסעפױנטינג, כ׳האב אלץ געמײנט אמעריקע קען בעסער פון דעם

גוט ארויסגעברענגט ר' יואל!
סהאט מיך באמת שטארק געווינדערט מקען מיינען מהאט דא גערעדט פון טויזענטער צולאזטע כוליגיאנעס מיט שטעקענעס צו שעדיגן און פייער צו פארברענען בילדינגס ווי ביי די בלמ פראטעסטן... מרעדט פון עטליכע הונדערט מענטשען וואס האבן זיך אריינגעשטיפט און די קעפיטעל. פאליציי קען דאס באמת נישט צוריקהאלטן???? כהאף אז דא איז נישט געשטאנען איינער אינטערדעים זיכער צו מאכן אז סאיז נישטא גענוג פאליציישע כוחות אזוי סזאל צוקומען זיי זאלן באווייזן אנצוקומען אינסייד....
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

חסד השם
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: אנקעטע: אייער מיינונג אויף טראמפ און די פראטעסטן אין וואשינגטאן

תגובהדורך חסד השם » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 11:28 am

צל עובר האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:יא!!
קען זיין מער מענשטן זענען גע'הרג'ט געווארן ביי בלמ.
אבער די עוולה פון דיי היינטיגע פראטעסטירער איז טויזענט מאל ערגער. זיי דארפן באקומען צוויי מאל אזויפיל יארן.
די בלמ זענען געווען וויילענס, אין אין געוויסע קעיס מארד.
די היינטיגע פראטעסטירער איז א געהעריגע פארראט און רעוואלוציע אויפן אמעריקאנער רעגירנג.

איך אגרי מיט יעדעס ווארט, ס'איז אסאך ערגער ווען ס'איז אויף א גאווערמענט לעוועל, און איבער אזא האקאלע אישו. די היינטיגע מצב קען זיך רואיג איבערשפילן יעדע פיר יאר ביי אזא פראצעדור.

אבער ווען נישט די בל"מ ראיאטן וואלטן די היינטיגע נישט פאסירט.


די יעצטיגע מצב קען זיך נאר איבערשפילן ווען די טירן זענען אפן, אויב געדענקט איר נישט, מען האט שוין געשטורעמט די ווייסע הויז אמאל, נישט אזוי לאנג צוריק, האסט א ספק צו יענע חברה וואלטן נישט אריינגעגאנגען ווען זיי וואלטן געקענט, נאר מען האט זיי נישט געלאזט.

די שאלה איז, פארוואס די חברה האבן געקענט אנקומען אינעווייניג, אויב איז עס סתם געווען א דורכפאל דארף מען זעהן צוצושטעלן געהעריגע שוץ פאר די קעפיטאל, אויב האט איינער במזיד געזען אז מען זאל נישט זיין צוגעגרייט איז יענער באגאנגען פארראט.

איך עגרי היפש מיט ר' יואל.

און עס איז דא א קלא דלא פסק אז מען האט זיי מער ווייניגער טו סאם עקסטענט אריינגעלאזט. עס איז דא בילדער ווי פאליציי בילדערט זיך מיט פראטעסטירער אינעווייניג. און דאס איז זיכער אז עס איז נישט געווען גענוג סעקיוריטי לפי המצב פון דעם עולם וואס איז געווען ביי די ראלי. און עס איז דא א שטארקע חשד אז מען האט פשוט נישט געהאלטן ביים אהינשיקן די נעשאנעל גארד ביז עס איז נישט געווען קיין ברירה.

דאס איז זיכער אז באאמטע דארפן פליען, יתכן אז גיין זיצן אויב עס איז דא פרוף אויף ר' יואל'ס לעצטע אפציע.

עס איז דא א קליפ ווי פאליציי עפנט א באריקאדע אויפן גאס, אבער דאס מוז נישט זיין אױף אריין, ווי אויך איז אויך דא קלארע ווידיאו ווי מען שלאגט זיך מיט פאליציי אויף כמה פוינטס ביים אריינגיין.

איך האלט אז דאס איז נישט קיין סתם קאנספיראציע. עפעס מאכט נישט קיין סענס ווי גרינג זיי זענען אנגעקומען אינסייד ווען זיי זענען בכלל נישט קיין גרויסע גרופע געווען און די פאליציי האט נישט קיין סאך געטוען זיי צו סטאפן....
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנקעטע: אייער מיינונג אויף טראמפ און די פראטעסטן אין וואשינגטאן

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 11:43 am

א ספק צו מען וואלט זיי געקענט אפהאלטן? דו האסט נישט כמעט נישט געזען דארט קיין פאליציאנט פאר א רפואה. די חברה זענען נישט געווען אזוי ווילד. מען וואלט זיי רואיגערהייט געקענט משלח זיין פון דארט. והא ראי' שפעטער ווען עס זענען אנגעקומען מערערע כוחות, האבן אפגעליידיגט דאס פלאץ ביז מינוטן.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

עפרות זהב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 2:42 pm

Re: אנקעטע: אייער מיינונג אויף טראמפ און די פראטעסטן אין וואשינגטאן

תגובהדורך עפרות זהב » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 11:50 am

נארמאל פאר טראמפ!
איך שטים פאר ביידען, ווייל איך האב שוין נישט קיין כח צו פארענטפערן טראמפ, פינטעל!
The point of politics is no longer to settle arguments — it’s to keep them going endlessly

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: אנקעטע: אייער מיינונג אויף טראמפ און די פראטעסטן אין וואשינגטאן

תגובהדורך ישוב הדעת » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 11:56 am

ווען די אלע וואס האבן געשטורעמט א פעדערעל קארט האוז אין סיעטל פאר איבער חודש וועלן גיין זיצן וועל איך אנהייבן טראכטן... דערווייל וואס נאר איין זייט ווערט געטריעט בחומר הדין, איז אלעס איין שטיק קארפשען.
ביידן איז נאט מיי פרעזידענט!

נשמת השכל האט געשריבן:מיר זענען נישט 'פרא טראמפ!' טראמפ איז 'פרא אונז!'

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: אנקעטע: אייער מיינונג אויף טראמפ און די פראטעסטן אין וואשינגטאן

תגובהדורך shalsheles » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 12:01 pm

רודי דזשוליאני, איינע פון די גרעסטע לוזער׳ס פון די גאנצע טראמפ פרעזידענטשאפט:
0BAD71AE-0ED0-4551-979D-2F115E39049B.jpeg
0BAD71AE-0ED0-4551-979D-2F115E39049B.jpeg (152.77 KiB) געזעהן 251 מאל

בסד
שר חמש מאות
תגובות: 992
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

Re: אנקעטע: אייער מיינונג אויף טראמפ און די פראטעסטן אין וואשינגטאן

תגובהדורך בסד » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 12:06 pm

דער עולם שלעפט זיך נאך די מידיע און גרויסן.

טראמפ האט געמאכט א פראטעסט. יעדן טאג זענען דא דארט פראטעסטן.
ווען מען איז איבערגעפאלן די קאפיטאל. האט טראמפ אהיימגעשיקט און געשריבן אז מיר זענען פאר געזעץ און סדר.

עס איז נישט געווען קיין טויזנטער מענטשן וואָס האָבן זיך אריינגעריסן אינעם קעפיטאל. דאס וואלט גרינג געדארפט ווערן צוריקגעהאלטן.

וואלט מען געגעבן א טשאנס אויסצולופטערען אלע טענות אין א געהעריגע געריכט. וואלט די מצב געווען רואיגער.

עלעקשאנס איז די פונדאמענט פון אמעריקע. דאס וואלט געדארפט אויספרובירט ווערן דורך א וואוטער קאמיסיע פאר יעדע עלעקשאנס. יעדע רויטע לעקטער וואלט געדארפט ווערן נאכגעפאלגט און געפארשט.

למעשה איז עס די אינטערעסן פון די מידיע עס זאל נישט זיין אויסגעהאלטן. און דא איז ווי מיר שטייען.
דאס איז לגבי די נארישע אמעריקע.

אבער אלץ א גלות איד בעט איך ביים באשעפער אז מיר זאלן שוין ארויסגענומען ווערן פון די עול הגוים וועל גליות מעל צוארנו, ותוליכנו מהרה קוממיות לארצנו.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: alpinest, Trying, איזי גאואינג, בואי בשלום, בעסער אזוי, היסטאריקער, חלה לכבוד שבת, מרדכי ש, משה בן יעקב, קרוב ה׳, ר' זעקל און 81 געסט