פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 אין די סי

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג ינואר 12, 2021 4:37 pm

לכאורה האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:

א דיבור איז נישט א מעשה

ער מעג זאגן וואס ער וויל, דאס איז זיין רעכט, אויב דו האסט א פראבלעם הער אים נישט אויס

צוברעכן מיינט צוברעכן..

נישט צו פארגלייכן, אבער דער ימח שמו'ניק פון דייטשלאנד האט איינעם פערזענליך גע'הרג'עט? כ'מיין ער האט אויך נאר גע'דיבור'ט

ער האט "בפירוש" גערופן פאר מארד און אינטערדריקונג

שיעלע וואלט געשריבן: "א דיבור איז נישט א מעשה"

נ"ב: היטלער איז געשטאנען בראש פון דעם גאנצן דעפארטאציע פון אידן צו די גאז קאמערן. ווי אויך איז ער געווען פרעזידענט פון דייטשלאנד, סאו זיין רעגירונג האט אנגעפירט די הריגות, פארשטייט זיך אונטער זיין דירעקטיוו.

נעקסט...
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך הערינג מיט ברוינפען » דינסטאג ינואר 12, 2021 4:40 pm

Goodmorning האט געשריבן:
יא איך האט געשריבן:עס קוקט אויס אז די FBI מאכט א געוואלדיגע ארבעט מיטן קעיר נעמען פון די חברה וואס האבן זיך אריין געבראכען און די קעפיטעל

אבער איך וויל פארשטיין פארוואס ווען BLM האט גערצחט אז אמעריקע האט אויסגעקוקט ווי דריטע וועלט לאנד (סיריע?) און מען האט כסדר געהערט אז עס קוקט אויס צוזיין געוויסע מענטשען אדער לענדער וואס זיכען אנצוזייען כאאס און אמעריקע איז פארוואס דעמעלטס האט נישט די FBI געמאכט פרעסע קאנפערענצן און פארוואס האט זיך נישט ארום געדרייט בילדער פון אלע פארעכער וועם מען האט געכאפט מיט די פונקטליכע יחוס זייערע?

ראיאטן ווי בלמ איז שוידערליך, אבער מאכט זיך אין יעדע דעמאקראטישע לאנד פון צייט צו צייט.

איבערנעמען קאנטראל פון די הויפט רעגירונג געביידע צו שטערן דאס באשטימען א לאנד פירער, נאר ביי רעוואלוציעס אין דריטע וועלט לענדער.

ווען א לאנד אינוואדירט איר שונא, איז די מלחמה פאראיבער ווען מען פארכאפט איר קעפיטאל אדער פארליאמענט. נישט ווען צענדליגער שטעט ברענען

איך פארשטיי נישט וויאזוי די שכיחות פון די זאך מאכט עס מער אדער ווייניגער הארב,

פארברענען שטעט איז א פראבלעם וואס מען דארף טון וואס מען קען עס צו סטאפען, משא"כ איינעמען א קעפיטאל בילדינג איז ס"ה א סימבאלישע זאך און קיינער דארף פארדעם נישט געבן קיין דעקל. און לגבי די מלחמה איז עס נישט קיין סיבה נאר א סימן, ווער רעדט נאך ווען די וואס האבן עס איינגענומען זענען נישט א פרעמדע לאנד נאר דיינע אייגענע בירגער וואס זענען נישט צופרידען מיט די ארבעט וואס זייערע שליחים טוען פאר זיי.

אוועטאר
נקודהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3894
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך נקודהלע » דינסטאג ינואר 12, 2021 4:42 pm

זארג נישט ;l;p-
ריכטיג געזאגט.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 25389
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 12, 2021 4:44 pm

נקודהלע האט געשריבן:.
קיינער האט נישט געסטראשעט מיט די יארן טורמע וואס מ'רעדט יעצט.

ס'איז נישט פונקט א סטראשע, נאר א געזעץ אויף די ביכער.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
נקודהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3894
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך נקודהלע » דינסטאג ינואר 12, 2021 4:46 pm

farshlufen האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:.
קיינער האט נישט געסטראשעט מיט די יארן טורמע וואס מ'רעדט יעצט.

ס'איז נישט פונקט א סטראשע, נאר א געזעץ אויף די ביכער.

דארט איז אויך געווען געזעץ ביכער. וואס זאגסטו דא?
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 25389
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 12, 2021 4:50 pm

נקודהלע האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:.
קיינער האט נישט געסטראשעט מיט די יארן טורמע וואס מ'רעדט יעצט.

ס'איז נישט פונקט א סטראשע, נאר א געזעץ אויף די ביכער.

דארט איז אויך געווען געזעץ ביכער. וואס זאגסטו דא?

דער געזעץ לגבי טרעפעססינג אדער שעדיגן גאווערנמענט פראפערטי איז א הארבערער, מיט פיל שטרענגערע שטראפן.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2239
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 אין די סי

תגובהדורך שיעלע בהמה » דינסטאג ינואר 12, 2021 4:54 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:א דיבור איז נישט א מעשה

ער מעג זאגן וואס ער וויל, דאס איז זיין רעכט, אויב דו האסט א פראבלעם הער אים נישט אויס

צוברעכן מיינט צוברעכן..

נישט צו פארגלייכן, אבער דער ימח שמו'ניק פון דייטשלאנד האט איינעם פערזענליך גע'הרג'עט? כ'מיין ער האט אויך נאר גע'דיבור'ט

ער האט "בפירוש" גערופן פאר מארד און אינטערדריקונג

שיעלע וואלט געשריבן: "א דיבור איז נישט א מעשה"

נ"ב: היטלער איז געשטאנען בראש פון דעם גאנצן דעפארטאציע פון אידן צו די גאז קאמערן. ווי אויך איז ער געווען פרעזידענט פון דייטשלאנד, סאו זיין רעגירונג האט אנגעפירט די הריגות, פארשטייט זיך אונטער זיין דירעקטיוו.

נעקסט...

בכלל האב איך פריער געשריבן אז "בפירוש" רופן פאר גוואלטאטן/מערדעריי און אינטערדריקונג איז אימלעגאל און זעלבסטפארשטענדליך פארשטענדליך נישט ערלויבט

דאס אז "א דיבור איז נישט א מעשה" איז בדרך כלל, די יוצא מן הכלל האב איך יעצט געשריבן
און די סופרים קאורט האט אויכעט אזוי אוועקגעשטעלט די ליניע

אוועטאר
נקודהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3894
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך נקודהלע » דינסטאג ינואר 12, 2021 4:55 pm

farshlufen האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:.
קיינער האט נישט געסטראשעט מיט די יארן טורמע וואס מ'רעדט יעצט.

ס'איז נישט פונקט א סטראשע, נאר א געזעץ אויף די ביכער.

דארט איז אויך געווען געזעץ ביכער. וואס זאגסטו דא?

דער געזעץ לגבי טרעפעססינג אדער שעדיגן גאווערנמענט פראפערטי איז א הארבערער, מיט פיל שטרענגערע שטראפן.

איך רעדט לגבי דאס וואס די לאו אינפארסמענט זאגט אז זיי גייען זיך באגיין שטייף און מיט די הארבסטע שטראפן.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג ינואר 12, 2021 4:57 pm

יא איך האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:לאמיר טראכטן גראד.

אריינגיין און חרוב מאכן וויכטיגע רעגירונג בנינים איז געוויס הארבער געזעצליך ווי צו אריינקריכן אין מעיסיס פון אן אויפגעראכענע פענסטער צו שאפן אין After hours.

איך ווייס נישט אויב די מיינסט מיר און אוודאי איז עס ערגער, אבער זיי האבן זיך נישט אריין געבראכען און מעסיס און שוין, נאכט נאך נאכט שטעט נאך שטעט איבער גאנץ אמעריקע גאס נאך גאס אויסגעראכען שויבען בארויבט געשעפטען געווען גרייט צו שעדיגן יעדער וואס שטייט זיי און וועג, און געדענק נאך אזאך די פרא טראמפערס זענען פרא אמעריקע זיי האבן נישט געוואלט שעדיגען סתם פאליס (איך וועל דיר באלד ברענגען ראוית פארדעם אבער 1 זאך 2 חברה האבן געהארגעט א פאליס פארטרעט עס נישט די מיינונג פון יעדן) משא"כ די BLM זיי האבן געוואלט אז אמעריקע זאל אינטער גיין פאברענט אמעריקאנע פענער זיי האבן געוואלט אז יעדע פאליס זאל שטארבען

א פארברעכער וואס נוצט אויס פראטעסטן מו זיינע געווענליכע פארברעכנס, איז געפערליך. דער וואס נוצט אויס פראטעסטן פאר פלענער צו נישט צולאזן דעמאקראטישע רעגירונג פראצעדורן. איז נאך אלס הונדרעט מאל ערגער.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
נקודהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3894
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך נקודהלע » דינסטאג ינואר 12, 2021 5:00 pm

farshlufen האט געשריבן:לאמיר טראכטן גראד.

אריינגיין און חרוב מאכן וויכטיגע רעגירונג בנינים איז געוויס הארבער געזעצליך ווי צו אריינקריכן אין מעיסיס פון אן אויפגעראכענע פענסטער צו שאפן אין After hours.

כ'האף אז דו ביסט געווען סארקאסטיש מיטן אנרופן די אלע גניבות הריגות און ברעכעריי שאפן אין מעיסי אין עפעטר אוערס
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 25389
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 12, 2021 5:01 pm

ס'פאלט אייך ביי?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 16695
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 אין די סי

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג ינואר 12, 2021 5:15 pm

פארשער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:איינער האט שוין געענטפערט מיין פראגע?

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 1#p2574031

viewtopic.php?p=2574185#p2574185

@לכאורה ידנ, ביסט לכאורה נדנ אריינגעקומען אינמיטן דעם שמועס, שיעלע האט זייער קלאר אראפגעשטעלט זיין מייינונג אנפאנג אז ס'איז א חילוק ווען איינער רופט "בפירוש" פאר געוואלדטאטן וואס דאס דארף מען צענזורירן צו ווען איינער זאגט רייד וואס מען טייטשט אויס אז דאס פירט צו געוואלדטאטן וואס דאס זאל מען נישט צענזורירן ווייל ווער זאל באשלוסן ווען ווערטער זענען שעדליך און ווען נישט, ס'איז סך הכל א ווארט קעגן א ווארט און דער סוף דבר וועט זיין אז כל דאלים גבר און דער שטארקער וועט פארשטומען דעם שוואכן וואס דאס איז סאך א גרעסערע סכנה.

אה, יעצט הער איך די ערשטע ענטפער. יישר כח פאר'ן אנמערקן!
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 16695
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג ינואר 12, 2021 5:18 pm

זארג נישט האט געשריבן:אין מיינע אויגען (אויב איך האב נאך די רעכט צו זאגען) זענען רוב געקומען פראטעסטירען און נישט רייאטען, און די וואס האבען אנטייל גענומען אין די רייעטס הייסען א "מאב" וואס האט רייאטירט. געווען אויך געוויסע רעכטע (א מיעוט שבמיעוט) וואס מען קען רופען טעראריסטען און זענען געקומען מלחמה האלטען, און אויך איז געוווען פראוואקיוטערס פון אנטיפע וואס זענען אויך טעראריסטען. פון איין אנטיפא טעראריסט ווייסט מען שוין זיכער אןו דער שכל זאגט אז עס זענען געווען מערערע. אבער אפילו מיט די איבערקערעניש וואס זיי האבען צוגעהאלפען איז דער רייאט געווען פון די רעכטע (נאכמאל א מיעוט רעכטע).

די אלע משלים וואס איך גיב איז נישט מיין שטעלונג אדער פארקערט (קען זיין דא און דארט ערגעץ אין צווישען) אבער דאס איז די מציאות אז אמעריקע איז צוטיילט און יעדער רעדט פון זיין פערספעקטיוו און גלייבט וואס ער וויל.

מקור?
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2239
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 אין די סי

תגובהדורך שיעלע בהמה » דינסטאג ינואר 12, 2021 5:34 pm

לכאורה האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:איינער האט שוין געענטפערט מיין פראגע?

viewtopic.php?p=2574031#p2574031

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 5#p2574185

@לכאורה ידנ, ביסט לכאורה נדנ אריינגעקומען אינמיטן דעם שמועס, שיעלע האט זייער קלאר אראפגעשטעלט זיין מייינונג אנפאנג אז ס'איז א חילוק ווען איינער רופט "בפירוש" פאר געוואלדטאטן וואס דאס דארף מען צענזורירן צו ווען איינער זאגט רייד וואס מען טייטשט אויס אז דאס פירט צו געוואלדטאטן וואס דאס זאל מען נישט צענזורירן ווייל ווער זאל באשלוסן ווען ווערטער זענען שעדליך און ווען נישט, ס'איז סך הכל א ווארט קעגן א ווארט און דער סוף דבר וועט זיין אז כל דאלים גבר און דער שטארקער וועט פארשטומען דעם שוואכן וואס דאס איז סאך א גרעסערע סכנה.

אה, יעצט הער איך די ערשטע ענטפער. יישר כח פאר'ן אנמערקן!

שכויעך

דאס האב איך טאקע געמיינט צו זאגן

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך זארג נישט » דינסטאג ינואר 12, 2021 5:41 pm

ביל אוריילי זאגט אזוי. ער זאגט אז ער האט עס אויס געפארשט.

אבער אז מען האט געפרעגט האביך געקוקט און געטראפען אז John Earle Sullivan וואס has used the Antifa hashtag in his social media posts
און איז א סופארטער פון BLM און האט א אייגענע ארגעניזאציע קעגן אמעריקע וואס הייסט Insurgence USA
זאגט יעצט נאכדעם וואס מען האט אים ארעסטירט אז ער איז נאר דארט געווען צו דאקומענטירן וואס גייט פאר.

אויב איז עס נישט אמת וועט עס אוריילי זיכער צוריק ציהען וואס דערוויל האט ער נישט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9284
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג ינואר 12, 2021 5:44 pm

פון צוויי טעג צוריק

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:דזשאן סאליווען


פון די ארטיגע טוויטער שנירל
צוגעלייגטע
Screenshot_20210112-174534.jpg
Screenshot_20210112-174534.jpg (267.24 KiB) געזעהן 378 מאל
לעצט פאראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום דינסטאג ינואר 12, 2021 5:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך זארג נישט » דינסטאג ינואר 12, 2021 5:46 pm

איך האב נישט קיין עקסעס דערצו

ווילסט זאגען אז אוריילי זאגט דא ליגענט?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך זארג נישט » דינסטאג ינואר 12, 2021 5:54 pm

אויב האב איך גוט פארשטאנען פון די געברענגטע טוויטס האט ער א ברידער וואס האט א פרא טראמפ ארגאנציזאציע און ער האט א פרא אנטיפא ארגאנציזאציע און זיי זענען ביידע שחורים, און ביידע זענען סאבאטורס (sabotage) און מיינען נישט גארנישט נאר זיין גרויס אין וועליכע לאגער עס איז נאר שייך צו זיין.

איך האב קיין אייגענס נישט געזאגט נאר וואס אוריילי האט געזאגט. ביטע זייט מסביר ווער האט דא דער טעות.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

עציץ נקוב
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך עציץ נקוב » דינסטאג ינואר 12, 2021 7:12 pm

farshlufen האט געשריבן:לאמיר טראכטן גראד.

אריינגיין און חרוב מאכן וויכטיגע רעגירונג בנינים איז געוויס הארבער געזעצליך ווי צו אריינקריכן אין מעיסיס פון אן אויפגעראכענע פענסטער צו שאפן אין After hours.

נא די בל"מ טערראריסטען האבן אויך א פעדעראלע קאורט און נאך גאווערנמענט זאכן
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג ינואר 12, 2021 7:15 pm

ווען עס זענען געקומען פעדעראלע אגענטן ארעסטירן די וואס האבן געוואלט אטאקירן דעם קאורט האוז, האבן די דעמאקראטן פארפירט היתכן מען שיקט אגענטן אין אנמארקד קארס...
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

נפשי חמדה
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך נפשי חמדה » מיטוואך ינואר 13, 2021 3:51 am

נקודהלע האט געשריבן:זייט 1: ס'דאך ליגאל! ער מעג אויסדירקן זיין מיינונג.
זייט 2: ס'איז אבער אומארליש! א סכנה אויף דעמעקראטיע...
-
זייט 2: זיי מעגן! ס'ליגאל! זיי זענען א פריוואטע קאמפעני.
זייט 1: אבער זיי דריקן אינטער דעמעקראטיע און פרייהייט פון אויסדירק...

וחוזר חלילה כגלגל החוזר, ועל כל גל וגל נענתי ראשי.

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
ארבייט מאכט פריי! דאס האט היטלער ימ"ש געזאגט..

אוועטאר
נשמת השכל
שר האלפיים
תגובות: 2266
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך נשמת השכל » מיטוואך ינואר 13, 2021 4:23 am

לענ"ד צו דעבאטירן וועמענ'ס פארברעכן עס איז ערגער די בל"מ צו די טראמפ פראטעסטירער - איז נישט אקוראט.

לכאורה דארף מען באטראכטן די טריגער'ס פון אלע ביידן וואס האט זיי געטריבן צו מאכן די ווילדערייען - און לויט דעם פארשטיין און אפשאצן ווי אומריכטיג די זאך איז.

לדוגמא: אויב מען וועט זאגן היינט אז די אמעריקאנער זענען געווען חיות רעות \ טעראריסטן וכו' פאר אנזייען כאאס און מלחמה און צושטערונג איבעראל, און אז 'דזשארדזש וואשינגטאן' איז א העצער צו געוואלטאטן - איז פארשטייט זיך נאנסענס. מען פארשטייט אז וויבאלד זיי זענען געווען געטריבן פון א מיינונג אז זיי ווערן בא-עוולט און דערדריקט ממילא האבן זיי געפילט אז זיי האבן די רעכטן צו טוהן וואס עס פעלט זיך אויס צו טוהן בכדי צו ברענגען יושר וצדק צו זייער זייט.

משא"כ לדוגמא: ווען מען זאל היינט קומען זאגן אז דער מערדער פון פרעזעדענט לינקלאן און די גאנצע מאוומענט וועלעכע האט אים געטריבן צו זיין אקט - איז ריכטיג, וועט מען פארשטיין אז דאס איז נאנסענס, אפילו מען קען קומען זאגן אז; קוק אבער, למעשה האבן זיי געהאלטן אז זיי זענען גערעכט, ממילא מעגן זיי טוהן דאס וואס זיי האבן געטוהן. אבער דאס איז נישט ריכטיג, וויבאלד בסך הכל רעדט מען דא פון א פאלעסי וואס דיר געפעלט נישט, הארגעט מען נישט מען אטאקירט נישט וכו'.

לענינינו, ווען מען רעדט פון בל"מ, זייער טענה איז אז מען באגייט זיך צו שטרענג צו שווארצע וכו'. יעצט, קען זיין אז עס איז אזוי אין געוויסע פעלער - איך ווייס נישט, אבער אויב פארשטייט מען אז אזא טענה מאכט גערעכט צו טוהן דאס וואס זיי האבן געטוהן דעם פארגאנגענעם זומער, און זיי הייסן נישט דערפאר קיינע מערדער און ריאטירער, נאר בסך הכל אנגעווייטאגטע מענטשן וועלעכע ווילן פשוט ארויסברענגע זייער ווייטאג.
אויב אזוי, דארף מען אויך קענען פארשטיין די טראמפ פראטעסטירער וואס לשיטתם ווערט דא געטוהן א אומרעכט צו זייער'ס א קאנדידאט בפרט און צו זייער כוח פון אריינוועלן זייערע קאנדידאטן בכלל.

און קום נישט יעצט מיט די טענה אז די בל"מ איז נישט געגאנגען אטאקירן די קעפיטאל און די טראמפ פראטעסטירער יא, ווייל קודם כל די בל"מ זייערע שיך וואלט נישט אויסגעזעהן בעסער [אפשר ערגער], אבער די עיקר פוינט דא איז; אויב האלטן זיי אז מען ברענגט דא אונטער זייער כוח פון דעמאקראטיע, און זיי קומען אהין צום פלאץ ווי מען פירט היצט אדורך א חלק פון די פראצעדור וועלעכע איז לשיטתם אומ-אויסגעהאלטן און דיקטאקטוריש - דאן פון זייער פערספעקטיוו טוען זיי דאס ריכטיגסטע וואס שייך!

ער שפירט זיך ווי דער זעלבער פרייהייט קעמפער - פונקט ווי דער אמעריקאנער וועלעכע וואלט אטאקירט די ענגלישע פארלימענט בימים ההם.
לעצט פאראכטן דורך נשמת השכל אום פרייטאג ינואר 15, 2021 4:13 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א חכם גלויבט אין די פאקטן לויט ווי אזוי ער "פארשטייט" עס, א נער גלויבט אין די פאקטן 'נאר' לויט ווי אזוי ער "זעהט" עס!

כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

קאמענטארן אויף: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 אין די סי

תגובהדורך טוב לב » מיטוואך ינואר 13, 2021 8:38 am

ס'איז אימגלויבליך צו זעהן ווי די פאלק ווערט געפירט דורך די מידיע ביי די נאז.
ווען מ'טראכט אריין זעהט מען אז ס'איז פארגעקומען א מאסיווע פראטעסט לטובת טראמפ מיט טויזענטער טויזענטער באטייליגטע און ס'איז כמעט נישט פארגעקומען קיין ווייעלענס, אמת מ'האט טאקע אויפגעבראכען אפאר טירען כדי זיך אריין צובאקומען אינעווייניג אבער גארנישט מער פון דעם. די פראטעסטירער זענען אריינגעקומען נעמען אפאר סעלפיס און זיי זענען אהיים געגאנגען..
אבער די מידיע האט אפגעמאכט אנשטאט צורעדן פון די מאסיווע פראטעסט גייט מען רעדן פון די שוידערליכע ווייעלענס.
און יעדער בלאבעלט עס נאך, טאקע שוידערליך. און די רעפאבליקאנער פארענטפערן זיך אז אפילו ס'איז טאקע שוידערליך איז אבער טראמפ למעשה נישט שילדיג.

די FBI פירט יעצט אדורך א מאסיווע אקציע צו כאפן די שוידערליכע פארברעכער, מיט וואס גייט מען זיי אנקלאגען??
מיט טרעספעסינג!!! What a joke

לאמיר זיך פאר איין מינוט פארשטעלן אויב ס'וואלט געווען פארקערט, ביידן פארלירט צו טראמפ און ס'קומט פאר די פראטעסט לטובת ביידען.
וואס וואלט די מידיע דאן געזאגט?
די מידיע וואלט זיך נישט געקענט כאפן די אטעם ווי אויפגעברויזט די פאלק איז אז טראמפ האט געגאנבעט די אלעקשן. און די דעמאקראטישע סענעטארן וואלט פארפירט אז מ'דארף שוין עפענען א מאסיווע אינוועסטיגעשן אויסציפארשען די אלעקשן, ווייל די פאלק איז דאך אזוי אויפגעברויזט.

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2239
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 אין די סי

תגובהדורך שיעלע בהמה » מיטוואך ינואר 13, 2021 9:08 am

אויב קומט נאכאמאל ראיאטן און דאסמאל פון באוואפנטע אויפגערעגטע מאסן, וואס גייט אפהאלטן א בלוט-באד??

-------------

(אני הקטן האלט אז טאקע פארדעם דארפן גאנס זיין לעגאל, די פאליציי און מיליטער דארפן וויסן אז אויב דער עולם ווערט צו אין כעס קען עס זיי קאסטן זייערע לעבנס, די מעכטיגע נעשענאל גארד וועלן אזוי מין ציטערן פון א באוואפנטע מאסע פראטעסטירער, די אלע נערישקייטן אז מדארף צינעמען דאס געווער פונעם עולם ווייל דער מיליטער איז "סייווי" שטערקער וועט פליען פון די פענסטער)

אינטערסאנטע איד
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 08, 2020 11:30 am

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך אינטערסאנטע איד » מיטוואך ינואר 13, 2021 9:18 am

נקודהלע האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:לאמיר טראכטן גראד.

אריינגיין און חרוב מאכן וויכטיגע רעגירונג בנינים איז געוויס הארבער געזעצליך ווי צו אריינקריכן אין מעיסיס פון אן אויפגעראכענע פענסטער צו שאפן אין After hours.

כ'האף אז דו ביסט געווען סארקאסטיש מיטן אנרופן די אלע גניבות הריגות און ברעכעריי שאפן אין מעיסי אין עפעטר אוערס



אויך אנהאקן פאליציי אפיצירן, פון די blm jcrv, עד כדי הריגה, אדער שיסן פייער קרעקער אויף מענטשן און אויף פאליציי וכדו' איז אויך נאר שאפן עפטער אויערס... יא יא .... שיין זעהן מיר ארויס מיט די דאמאקראטן

לאמיר לאזן אלע ויכוחים אין א זייט,

עס איז קלאר אז אלע שארפע פארדאמונגען (אפילו מיר וועלן מודה זיין אז זיך אריינברעכן אין די קעפיטעל איז סאך ערגער ווי הארגענען די גאנצע לאנד, און פארברענען קארס און מענטשן וכו' (בעיני ראיתי blm חברה אונטערצינדן קארס מיט פאליציי דערינען, און זיי האבן געדארפט ארויסשפרינגען פאר זייער לעבן, אבער נאכאלץ דאס וואס איז געשען jan 6 איז נאכאלץ ערגער, איך בין מסכים) אבער נאכאלץ די אלע ליארמען און פארדאמונגען איז אלץ פאליטיש ווייל עס איז פון די רעפאבליקאנע זייט, ווען עס קומט פון די אנדערע זייט איז עס גארנישט [עיין ערך blm, וואס דעמאלטס איז אלעס פארענטפערט געווארן און אפילו געשטיצט געווארן דורך אונזער געוואלידגע פאליטישענס און די מידיע, די וואס זענען נישט סובל ווען מען צעטיילט די לאנד, און די וועלכע האבן מורא פאר א בירגער קריג] ממילא הערטס אויף מיט די ויכוחים עס איז קלאר ווי די טאג, און אפילו די רעפאבליקאנער וואס פארדאמען [איך מיין צו זאגן די וועלכע באשוליגן די פרעזידענט, און די וואס זאגן אז דאס איז די ערגסטע וואס האט נאר געקענט פאסירן אין אמעריקע, בו בזמן ווען אין אמעריקע האט פאר חדשים לאנג געברענט און געפאלקערט געפלינדערט און געראבעוועט געהאקט און געשלאגן פאליציי, זענען די אלטע טראמפ שונאים, אדער די וואס האבן מורא און פאלן כסדר מיט מיט די ווינט וואס די מידיע מאכט

ממילא האלטס ענק די קאפ גראד און הערט אויף מיט לויפן מיט יעדע ווינט וואס די מידיע באווייזט צו שטורעמען


צוריק צו “נייעס קאך לעפל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Goodmorning און 8 געסט