תגובהדורך נקודהלע » מיטוואך ינואר 13, 2021 11:38 am
א ווארט בנוגע די קארדענירונג.
די ראדיע ווייזט אויס אז ס'איז לכאורה געווען א שטיקל קארדענירונג. נישט אז יעדער מיט אזא עיר פיס מוז זיין אין די קארדענירונג, אבער לכאורה איז עפעס געווען. די אראנדע היטליך איז מסתבר אז זיי זענען איין גראפ וואס איז געקומען צעזאמען פראטעסטן.
די שאלה איז נאר ווער די קארדענירער זענען... א אנטי וועט דיר זאגן אז ס'זיכער פרא טראמפער'ס און איינער וועט נאך צולייגן אז אינעם אויערן הערן זיי דיירעקטע באפעלן פון מר. פרעזידענט וסייעתו, א טראמפער קען שרייען אז ס'מעגליך אנטיפא, מ'קען טראכטן אז זיי זענען מעגליך גאר ריגירונג אגענטן, וואס אין אסאך פעלער פראבריט די רעגירונג צו האבן אריינגעדרייט אגענטן צעווישן די מאסן, און ס'קען זיין עפעס אנדערש. און אויך דארף מען איבערלאזן די געלעגנהייט אז זיי זענען נישט דוקא קארדענירטע אגענטן.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט