אהער און אהין האט געשריבן:די קעפיטאל פאליציי אנטשולדיגט זיך אפיציעל, איבער זייער שלאבערישע ארבעט ביי די אומרוען אויפן קעפיטאל בארג, יאנוואר דעם זעקסטן.
(די געשיכטע האט פאסירט ווען טויזענטער האבן זיך פארזאמעלט פאר א פרידליכן מארש צו אויסדרוקן שאק און אויפברויז איבער די שרעקליכע מיסברויכן אין דעם 2020 עלאקשאן. ווי נאטורליך זענען פארהאן אייביג אזאנע וואס זענען זייער טרויעריג איבער דעם מצב, און פרובירן צו שטילן זייער טרויער און אויסגיסן דעם צער על עצים ואבנים. אין אזא פאל איז געווענליך פארהאן א פראסעס און א פראטאקאל. דא אבער האט עפעס די פאליציי זייער שוואך רעאגירט, און די סיבה ווערט צוגעשריבן צוליב דעם וואס אין אלגעמיין איז דער טראמפ עלעמענט א רוהיגערער סארט, ער פארברענט נישט קיין שטעט אזויווי מען האט געזעהן אויף די אנדערע זייט פאריגן זומער, ממילא איז די פאליציי געווען רוהיג.
אבער ווי מען זעהט איז דער טרויער געווען ביז אין די הימלען אויף די 2020 עלעקשאן מיסברויכן, אזוי אז א קליינע גרופע פראטעסטירער פון די צענדליגער טויזענטער מארשירער, האבן פרובירט זיך דורכרייסן און אויסגעבן זייער לעגיטימע טרויער).
די איינגערינגלטע איז נאך בעסער פון אלעם! שוין לאנג נישט געליינט א נייעס אראפגעלייגט אזוי אקוראט...