בלאט 1 פון 8

וויצע פרעזידענט שפעקולאציעס (+אנאליזן)

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2008 2:48 pm
דורך קרעמער

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2008 3:51 pm
דורך farshlufen
הרב קרעמער

מיט א יעדע שורה עקסטער האסטו מיך מחי' געווען, ספעציעל מיט דיין אראפ לייגן אונזער חכם מחוכם בלומבערג.

מיר ערווארטן נאך צו הערן די רעאקציע פון אונזערע הויך ראנגיקע פאליטישאנס דא אינעם פאליטישן טענה'ן אשכול.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2008 4:08 pm
דורך Monticello
[align=right]קרעמער זייענדיג א געליטענער ווייס איך שוין אז טאלאנט געפינט זיך נישט ביי יעדען. לאמיך דיר גראטולירן. בראווא! שיינע אפדעיט פראם ארונד די ווארלד.

מיר איז געפאלן: "[אין ישראל] דאס האלבע לאנד געפונט זיך אונטער טעראר און דאס אנדערע האלב אונטער אויספארשונג."....

און פארשטייט זיך דיין פאונטש ליין.

דיין ארטיקל קומט אין א פאסיגע צייט. די ני טיימס באריכטעט אז מ'קעין גייט האבן באשוי מיט צוויי מעגליכע קאנדידאטן: קריסט און אונזער באבי...


http://www.nytimes.com/2008/05/21/us/po ... DXpx/6ApzQ[/align]

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2008 4:53 pm
דורך וויכטיג מאכער
קרעמער, איך בין טאקע נישט קיין געליטענער, אבער א ליינער בינעך יא, און צו הנאה האבן פון דיין ארטיקל איז דעיס גענוג, (ווער ווייסט? אפשר אז מ'איז א געליטענער האט מען מער הנאה?)

דו (נישט דו, דיך קענעך נישט,) דיין געשרייבעכץ איז עפעס נישט פלעין!

נהניתי, וויכי.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2008 5:09 pm
דורך קרעמער
יישר כח פארשלאפן, וויכטיג-מאכער, ואחרון חביב מאנטיסעלאו (מיין קאלעגע שרייבער אין אידישע וועלט).

יישר כח מאנטי פאר די לינק צום ניו יארק טיימס, עס איז נייעס ביי מיר, איך האב געזוכט און געזוכט עפעס פריש איבער די טעמע, און נישט געפונען.

די ווערטל פון האלב אונטער טעראר און האלב אונטער אויספארשונג, האב איך גע'גנב'ט טאקע פון באבי דזשיינדל! אויף יונה לענאו האט ער געזאגט אז לואיזיאנא ווערט אפטמאל אנגערופן א סטעיט וואס איז האלב אונטער וואסער און האלב אונטער אויספארשונג.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2008 7:28 pm
דורך מאשקע
קרעמער, זייער זייער אינטערעסאנט און רייך באשריבן.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2008 9:59 pm
דורך קרעמער
שערקויך מאשקעלע.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2008 10:27 pm
דורך קרעמער
ווען מען רעדט פון באבי דזשינדל (אינעם ארטיקל האב איך בטעות געשריבן דזשיינדל, ווייל באבילאן האט מיר דאס אזוי פארגעזאגט), קומט אויף די טעמע פון די מינימום עלטער וואס א פרעזידענט אין אמעריקע מעג זיין. דאס האב איך געפונען אין וויקיפעדיע, א זאך וואס איך האב קיינמאל נישט געוואוסט:

In the United States a person must be at least 35 to be President or Vice President, 30 to be a Senator, or 25 to be a Representative, as specified in the U.S. Constitution. Most states in the U.S. also have age requirements for the offices of Governor, State Senator, and State Representative. Some states have a minimum age requirement to hold any elected office (usually 21 or 18).

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2008 10:31 pm
דורך בן יועזר
קרעמר שטארק הנאה געהט, לעט מי נאו ווען יא העוו מאר!!

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2008 10:40 pm
דורך איך_הער
קרעמער, געוואלדיג, כ'האב זייער הנאה געהאט פון דיין ארטיקל דארט, דיינע אויסדרוקן איינס ביי איינס, איז איינס בעסער פונעם פריערדיגן.

און נאכן דיך רעיטן דארט, (א-וואו געווענליך.) גראטוליר איך דא, שרופטליך, שכוח.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2008 10:51 pm
דורך קרעמער
יישר כח יוסי, יישר כח איך הער.

יוסי; כ'מעלד געווענליך אין דעם פארום יעדע מאל איך שליידער אהין אריין אן ארטיקל.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2008 11:07 pm
דורך זיידעניו
קרעמער שטארק הנאה געהאט

ספעציעל איז די בלוט אין קאפ געקומען ווען כ'האב געטראכט וויזוי מקעין'ס מאמע וועט איבערטראגן זיין פטירה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2008 6:30 am
דורך שמערי בערי
אזוי ווי אויף אייוועלט איז אביסל קליינע ווערטער, סאו האב איך געבעטן דעם פרינטער עס צו פרינטן, און כאב עס דארעכגעליינט און אוועק געלייגט אין ארכיוו צוזאמען מיט קרעמערס אלע ארטיקלען פון די קוק ןוינקל, דאס איז א הערליכע ארבעט.

קיפ אן גאוינג, איך בין די לעצטע פאר וואכן כמעט יעדן טאג ארויף אייוועלט און די ערשטע זאך געקוקט אויב עס איז דא נאך א ארטיקל פון קרעמער....
און ב"ה היינט האב איך געטראפן.

יאשערקע-הויעך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2008 9:04 am
דורך יצמח
שכוח קרעמער, צו קענען קעדענקען אלע נייעס'ער פון ארום די וועלט םון די לעצטע פאר וואכן און נאך צוזאמשטעלען אזא שיינע פשעטיל דארך מען זיין א גאון.

וויאזוי האט ער נאר געזאגט: אז מקען, קען מען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2008 9:13 am
דורך Monticello
אויב היסטאריע איז א אנצייגער, וואלט איך געזאגט אז מ'קעין'ס שפילען אזוי אפען אזוי פרי אין די געים באדייט מסתם אז ער ברויך בלויז אביסעל מידיא אטענשאן, עפעס וואס ער האט נישטבאקומען לעצטענס. אדער וויל ער פארשטוישן די סאביעקט, מ'זאל נישט רעדן פון זיינע מעדיקעל רעקארדס וואס ער האט איצט געוויזן.

די VP סעלעקציע איז א גיטע קארטל פאר א קאנדידאט צו ציען אטענשאן. מ'מאכט עס א סוד. די מידיא ווערט נייגעריג און הייבט אן שפעקאלירן. די קאמפעין לייקענט, און זאגט אז די ליסטע איז לאנג. שפעטער קומט פרישע נייעס אז די ליסטע איז געווארן קערצער. נאכדם נאך קערצער. און נאכדעם קומט א סופריייז סעלעקציע וואס גיט מידיא קאווערעדזש פאר איבער א וואך.

אנצוהייבן מיט א קורצע "אפענע" ליסטע מיינט מסתם אז קיינע פון דיע וועלן נישט זיין די עווענטועלע VP קאנדידאט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2008 12:24 pm
דורך שמערי בערי
http://www.yiddishworld.com/forum/viewtop ... highlight=


איך האב היינט דאס געטראפן, אינטרעסירט דאס אייך????.....????

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2008 7:30 pm
דורך פאטאקי08
קרעמער דאס מאל אז מיר געלונגען אפציגעבן א שיינע פינעפער שטערן שטימע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2008 10:57 pm
דורך קרעמער
יישר כח זיידעניו, שמערי בערי, יצמח, און פאטאקי08 פאר אייערע דערפרישענדע רייד (יצמח; איך בין א נייעס דזשאנקי, קענסט מיך פארהערן די נעמען פון אלע אפאזיציע פירער אין שווארצן אפריקע).

---------
איך האב געשריבן אלס א וויץ אינמיטן דעם ארטיקל דארט אז דער גאז סטאנציע ביים קארנער הייבט יעצט די פרייזן בשעת איך שרייב מיינע ווערטער. ארויסגייענדיג נעכטן צו מנחה, האב איך געזען אז נבאתי ולא ידעתי, פון שחרית ביז מנחה האבן זיי ארויפגעצויגן מיט נאך 6 צענט.

יעצט אהיימקומענדיג פון די ל"ג בעומר סעודה, איז עס געשריבן (אין קוים 26 שעה) מיט גאנצע 10 צענט.
---------

איך האלט אז מעקעין וועט נעמען טשארלי קריסט איבער באבי דזשינדל, ווייל באבי'ס יונגקייט וועט אוועקנעמען די אומערפארענקייט טענה וואס מעקעין האט קעגן אבאמא, ועוד כמה סיבות.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2008 8:57 am
דורך יצמח
קרעמער האט געשריבן:איך האלט אז מעקעין וועט נעמען טשארלי קריסט איבער באבי דזשינדל, ווייל באבי'ס יונגקייט וועט אוועקנעמען די אומערפארענקייט טענה וואס מעקעין האט קעגן אבאמא, ועוד כמה סיבות.


אלס ערפארענקייט איז דאך דא מעקעין, אפשר וועגן די כמה סיבות.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2008 9:12 am
דורך אנדי פעטיט
איך ווייס ניטאמאל ווער האלב פון די קאנדידאטען (די 10-15 וואס ווערען שפעקולירט אין די מידיע) זענען און איך האב מיך נישט אינטרעסירט דערווייל אין די גאנצע נושא, אבער לענ"ד דארף מקעין וויכטיג זוכען צוויי זאכען אין זיין מיטלויפער, איינס יענער דארף זיין שטארק קאנסערוויטיוו אין פיסקעל און אין סאשעל אישוס, צווייטענס דארף יענער קענען אויף טרייבען פאנדס פאר די קאמפיין, ביידע זאכן זענען מקעינ'ס שוואכקייטען.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2008 9:14 am
דורך שמערי בערי
און ביי ביידע זאכן האט מיט ראמני א שטארקקייט

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2008 11:24 am
דורך קרעמער
יצמח;

מעקעין איז טאקע ערפארען (עכ"פ אזוי הייסט עס, פרעג מיר נישט ווען ער האט געפירט א רעגירונג), אבער אויב נעמט ער יצמח פאר וויצע, קען ער נישט שרייען אויף אבאמא אז ער האט נישט קיין אנונג וואס טוט זיך מיט זיך צוליב זיין יונגקייט און ערשט-טערמיניגקייט אין סענאט.

די כמה סיבות זענען: עס וועט צו שטארק ארויסברענגן אז מעקעין איז באזארגט וועגן זיין עלטער, אויך געט עס אן איינדרוק ווי כאילו מיר זענען סטאק מיט א 72 יעריגן, אדער איינער וואס איז כמעט האלב זיין עלטער - האסט נישט עפעס אינדערצווישן??? נאך א סיבה: דזשינדל איז אביסל טונקל-הויטיג, שטאמנדיג פון אינדיאנער עלטערן, דאס איז אפשר א פלאס ביי דעמאקראטן, אבער נישט ביי די 'ביטערע' רורעל אמעריקאנער וועלכע כאפן זיך צו גאנס און רעליגיע (ראסיסטן בלע"ז).

אנדי;

מעקעין האט נישט קיין שוואכקייט מיט פאנד רעיזינג, ער האט דעם חודש געהאט זיין בעסטע חודש דערווייל. ער האט א פראבלעם, ווייל ער איז לכאורה פארפליכטעט צו רעגירונגס פאנדס, און דאס וועט אים שטערן פון אויסגעבן צופיל געלטער (אויף דעם איז אבער דא אן עצה: די רעפובליקאנער קאמפיין אדער אנדערע זעלבסטשטענדיגע גרופעס וועלן דאס טאן במקומו).

ער דארף אבער יא איינער וואס איז באהאווענט אין עקאנאמישע הינזיכטן, וואס דאס איז אפשר מיט ראמני, אבער זיינע פליפ-פלאפס זענען צו שווער צו האנדלן.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2008 2:40 pm
דורך אנדי פעטיט
איך האב געליינט אין די היינטיגע U.S. NEWS אז עס איז דא גרויסע אויסזוכטען פאר גענעראל וועסלי קלארק צו זיין אבאמא'ס ראננינג מעיט. זיי זאגן אז אבאמא וויל קלארק צו פארשטארקען זיין שוואכע אימעדזש אז ער וועט נישט קענען קעמפען ווי א לייב ווען עס פעלט זיך אויס, ווי אויך איז ער גוט פאר אויסערן פאליסי ווייל קלארק האט דאך אנגעפירט די נאטו ארמיי פון די UN.

זיי שרייבען אויך אז די קאנסערוויטיווע פארטיי לייגט גרויס דרוק אז מקעין זאל נעמען האקעבי (איר געדענקט אים נאך?) אלץ ראננינג מעיט. יא! ראמני וועט אפשר זיין גוט מיט פיסקעל ריספאנסיביליטי און עקאנעמי אישוס זייענדיג א גרויסע ביזנעס מאן, אבער האקעבי איז זייער גוט אין ספענדען זייער ווייניג, ווי ער האט געוויזן אין זיין קאמפיין אז ער האט געוואונען דאס ביסל וואס ער האט געוואונען מיט זייער ווייניג געלט, ווי אלע גדענקען. ווי אויך איז האקעבי זייער נאנט צו די קאנסערוויטיווע סאשעל אישוס, משא"כ ראמני וועלעכע האט געפליפ פלאפט אפאר מאל.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2008 3:46 pm
דורך Monticello
אנדי פעטיט האט געשריבן: ... די קאנסערוויטיווע פארטיי לייגט גרויס דרוק אז מקעין זאל נעמען האקעבי ... האקעבי איז זייער גוט אין ספענדען זייער ווייניג


צו ניצן די רעפובליקאנע לאגיק: אויב האקעבי איז גיט אין שפענדן ווייניג, דאן פארוואס האט ער נאכאנאנד געהעכערט טעקסעס אין זיין שטאט? עיין קלאב פאר גראט, ראש לימבאו, שאן הענעטי, מיט ראמני' וכו'.

חוץ מזה האט ער שוין א זשאב: א קאמענטעטאר אויף NBC...

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2008 3:52 pm
דורך אנדי פעטיט
Monticello האט געשריבן:
אנדי פעטיט האט געשריבן: ... די קאנסערוויטיווע פארטיי לייגט גרויס דרוק אז מקעין זאל נעמען האקעבי ... האקעבי איז זייער גוט אין ספענדען זייער ווייניג


צו ניצן די רעפובליקאנע לאגיק: אויב האקעבי איז גיט אין שפענדן ווייניג, דאן פארוואס האט ער נאכאנאנד געהעכערט טעקסעס אין זיין שטאט? עיין קלאב פאר גראט, ראש לימבאו, שאן הענעטי, מיט ראמני' וכו'.

חוץ מזה האט ער שוין א זשאב: א קאמענטעטאר אויף NBC...


קודם לא :wink: ז אים ווערען אויסגעקליבן און דערנאך וועטו דיך שוין נעמען צו זיינע ביינער.