Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 7:38 pm

קרעמי, כ'על דיר זאגן דעמעמעס, כ'האב געטראכט דאס צו שרייבן, כ'האב נאר מורא געהאט מען זאל מיר נישט אויסלאכן......

Advertisement

דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 8:59 pm

איך בין אנאנים דא :roll: האב איך נישט מורא

דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 9:02 pm

:P

ביידאוועי, וואס טיצעך מיט ראמני און האקעבי(?) ביי מעקעין.

און מיט רענדעל און סעבעליוס ביי אבאמא? און קלארק??

דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 9:06 pm

ראמני האט גאר שטארקע מעלות (זיין שארפקייט, לעבעדיגקייט, פאנד-רעיזינג, עקאנאמישע ערפארונג) אבער פון די אנדערע זייט האט ער שטארקע חסרונות (מינאריטעט רעליגיע, טוישט מיינונגען מיט די ווינט [דאס דארף שוין נישט צו זיין אזא חסרון מיט אונזערע צוויי ריזיגע פליפ-פלאפערס מעקעין און אבאמא וואס די איינציגסטע זאך וואס זיי טוישן דערווייל נישט איז די הויט פארב, היהפוך כושי עורו], זיך שטארק געקריגט מיט מעקעין ביי די פריימעריס). אויב מעקעין וועלט אים אויס, איז דאס א צייכן אז ער איז 'דעספערעט' געווען!

האקעבי איז שוין בכלל נישט קיין רעדע היינט צוטאגס, ער איז מער א וויץ ווי א ערנסטער קאנדידאט.

רענדעל פון פענסילוועניע איז פון די הויכע אויף די ליסטע, סעבעליוס איז א פרוי - ארויף אויף די ליסטע, קלארק? איינס נאך קערי.

פרייטאג אוגוסט 08, 2008 9:21 am

קרעמער, דיין לעצטע תגובה האט מיך געמאכט לאכן עטליכע מאל.

זונטאג אוגוסט 17, 2008 10:42 am

איך האב מיך יעצט איינגעשריבן ביי די אבאמא קאמפיין צו באקומען א טעקסט מעסעדזש ווי נאר ער איז גרייט צו מעלדן זיין וויצע פרעזידענט אויסוואל.

איר קענט אויך זיין פון די ערשטע דאס צו באקומען. שיקט די אותיות VP צום נומער 62262

זונטאג אוגוסט 17, 2008 3:35 pm

איך באקום ב"ה גענוג און נאך מעסעזשעס, און איך בכלל נישט נייגעריג אויף פרישע, אבער צו וויסן די ווייס פרעזידענטשאפט, האפעך צו געוואר ווערן דורך די קרעטשמע, אדער איי וועלט.

מאנטאג אוגוסט 18, 2008 5:56 pm

ברעקינג:

אבאמא שוין אפגעמאכט ווער עס זאל זיין דער וויצע פרעזידענט קאנדידאט.

לויט ווי באראק אבאמא'ס נאנטע האבן געמאלדן האט ער שוין אפגעמאכט ווער עס זאל זיין זיין מיטלויפער און ער וועט עס מעלדן גאר בקרוב, קען זיין שוין מארגן דינסטאג אינדערפרי. ווי עס הייסט וועט ער עס מעלדן אינדערפרי מיט א אימעיל צו זיינע שטיצער.

א אנדערע מקור האט געזאגט אז עס וועט מיסתמא ארויסקומען מיטוואך אינדערפרי.

ווער עס וועט זיין? איר האט א גאנצע נאכט (וואך?) צו טראכטן.

http://www.drudgereport.com/flashom.htm

מאנטאג אוגוסט 18, 2008 9:12 pm

גוט נאכגעשריבן דראדזש (אפילו מיט די קוועסטשן מארק).

איך לאז שוין אנגעצינדן מיין טעלעפאן איבערנאכט, צו באקומען דעם טעקסט מעסעדזש.

די לעצטע שפעקולאציעס זענען צווישן "איוואן בעי" און "דזשאו ביידען".

דינסטאג אוגוסט 19, 2008 9:48 am

לויט ווי די אנקעטע אויף דראדזש קוקט אויס ווי דער עולם האלט אז ס'גייט זיין א נייער נאמען א סורפרייז.

{{{{DRUDGE POLL}}}}WHO WILL BE OBAMA'S VP?

Bayh 11% 12,167
Biden 26% 28,404
Clinton 10% 10,769
Kaine 7% 7,859
Kerry 6% 6,730
Nunn 3% 3,573
A Wildcard 36% 38,827

Total Votes: 108,329

דינסטאג אוגוסט 19, 2008 10:40 am

ווער איז ער

דינסטאג אוגוסט 19, 2008 2:22 pm

וואסאיזנייעס מעלדט יעצט אז MSNBC זאגט אז "דזשאו ביידען" איז געווארן אויסגעקליבן אלץ אבאמא'ס מיטלויפער.

איך קען לעת עתה נישט אריינגין צו MSNBC וועל איך עס איבערלאזן פאר אייך צו קאנפערמירן.

דינסטאג אוגוסט 19, 2008 3:10 pm

נישט MSNBC און נישט וואסי-נייעס מעלדן דאס אויף זייערע וועבזייטלעך.

דינסטאג אוגוסט 19, 2008 4:05 pm

קרעמער; דאס איז פריער געוען די נייעס ביי זייער "העפענינג נאו" אלערט:
Chicago, IL - MSNBC: Sen. Joe Biden Will Be Obama VP Pick

און דא האסטע א לינק צו זייער נייעס קאפירט פון MSNBC:
http://www.vosizneias.com/19487/2008/08 ... a-vp-pick/

פארשטייט זיך אז יעצט מיטן ליינען די נייעס איז עס אינגאנצן אנדערש ווי עס איז נאר מיטן קעפל.

דינסטאג אוגוסט 19, 2008 7:08 pm

דער חכם מחוכם ראלף נעידער זאגט פאר אז קלינטאן וועט זיין די אויסוואל:
http://www.politico.com/news/stories/0808/12652.html

און דער חולה מסוכן מייקל מאאר פארלאנגט מען זאל אויפנעמען די קענעדי טאכטער וואס אונטערזיכט די קאנדידאטן:
http://www.michaelmoore.com/words/messa ... php?id=226

מיטוואך אוגוסט 20, 2008 8:00 am

כ'האב נישט באזיכט דא פאר א וויילע. כ'וויל נאר רעקאדירן מיינע פרעדיקציעס.

כ'שפיר אז אבאמא מיז נעמען קלינטאן, און מ'קעין מיז נעמען א פרוי. כ'שפעקעליר נאך אויב אבאמא נעמט טאקע קלינטאן צו מק'קעין וועט ענדערש יא אדער נישט נעמען א פרוי.

מיטוואך אוגוסט 20, 2008 4:28 pm

מאנטי כ'שפיר שוין אויך אזוי
אין מער אין מער הייבן אן אזוי צי שפירען

מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:17 pm

מיין פריוואטער מיינונג איז אז אויב נעמט ער טאקע קלינטאן איז ער א זיכערער געווינער.

ועל זה קא בכי רבי ואמר "דריעם טיקעט"

מיטוואך אוגוסט 20, 2008 9:19 pm

שוטה אינו מרגיש, איך שפיר גארנישט. אבער איך פארשטיי נישט וויאזוי אבאמא קען געווינען מיט א קלינטאן אויפן טיקעט (נישט אז אנדעם קען ער יא געווינען), און איך פארשטיי אויך נישט פארוואס מעקעין דארף נעמען א פרוי (אגב, אויב נעמט ער ליבערמאן, האט ער שוין אויטאמאטיש א באבע אויפן טיקעט. איינער פון די שרייבער האט זיך אויסגעדרוקט אז ער וועט גיכער באטראכטן ווי גראז וואקסט, ווי איידער צו קוקען אויף א מעקעין-ליבערמאן קאמפיין).

דאנערשטאג אוגוסט 21, 2008 5:38 pm

איך האב באקומען א טעקסט מעסעדזש פון א איד אז די נאכט אום 3:30 פארטאגס גייט אבאמא שיקן די אימעל און טעקסט מעסדזש צו לאזן מעלדן ווער זיין וויצע פרעזידענט קאנדידאט וועט זיין.

דאנערשטאג אוגוסט 21, 2008 9:02 pm

צייטליך האט געשריבן:איך האב באקומען א טעקסט מעסעדזש פון א איד אז די נאכט אום 3:30 פארטאגס גייט אבאמא שיקן די אימעל און טעקסט מעסדזש צו לאזן מעלדן ווער זיין וויצע פרעזידענט קאנדידאט וועט זיין.



לייג עס אריין אין די טעקסט מעסעדזש אשכל. :wink:

פרייטאג אוגוסט 22, 2008 8:54 am

איך האלט אויך אז לכאורה גייט ער נעמען קלינטאן פאר ווייס פרעזידענט

דאס איז מיין מיינונג

פרייטאג אוגוסט 22, 2008 9:06 am

לאמיך אייך קלאר מאכן.

מיר וועט אויפרעגן א פרעזידענט וואס האלט סודות פונעם פאלק און שפאנט זיי אן מיט נייגער ווי א בעבי.

לדעתי איז זייער קינדעריש די גאנצער שפיל וואס ער שפילט יעצט. ער האט שוין נעכטן געזאגט פאר די פרעסע קלאר אז ער האט שוין אויסגעוועלט א מיטלויפער, אבער ס'איז א סוד!...

הי הי, נאר די ווייסט? יא? WOW ביסטו גוט!

פרייטאג אוגוסט 22, 2008 10:16 am

צייטליך A-1 ;l;p-

פרייטאג אוגוסט 22, 2008 10:23 am

מאנטי און יאסל,

איך האלט נישט מיט די ניייעס לעיטלי, אבער אויב נעמט ער קלינטאן צייגט ער שוואכקייט וואס איז ווי געוואונטשן פאר מעקעין, די גאנצע 'טשעינזש' ווערט צובלאזן, ער האט מורא פון זיין אייגענע באזע, ער ווערט א מיטלויפער אנשטאט א פאראויס-לויפער.

וואדען? קען זיין אז דאס איז באמת די מצב אז ער שפירט אז די הויט ברענט אים, און ער ברויך צוקומען צו קלינטאן פאר הילף, אויב יא גראטוליר איך אים פארן ווארטן ביז היינט און קודם מעסטן די וואסערען, אלענפאלס, איך קען נישט גלייבן אז אים פערזענליך איז ניחא צו נעמען די אלטע רביצין פאר וויצע, אבער ההכרח לא יגונה ולא ישובח.

ווייטער דאס וואס מר. סעלאו ברענגט ארויס צו מעקעין וועט מוזן רעאקטירען מיט א פרוי אלס מיטלויפער אלס רעזולטאט, עניות דעתי.קאם זאגט אז לאו דוקא אבער ער מוז סייווי אריינברענגען אנדערע דעמאגראפיקס ווי ער פערזענליך שטעלט פאר (אינג, שווארץ, פריש אא"וו) ממילא קען ער נוצן א פרוי פאר דעם געברויך און אינאיינוועגס האבן א דיו-דיליגענס מיט זיין אפאנענט אבאמא בן-חם.

סאמהאו, בין איך עפעס זייער נישט אטעטשט צו די עלעקשאנס, אנדערש ווי ביז היינט, עס פעלט לעבן דערין וואס פון אנפאנג ביי די פריימעריס איז יא געווען, איר האלט אז עס וועט נאך צוריקומען?
שרייב א תגובה

Advertisement