בלאט 8 פון 8

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 2:55 pm
דורך מיללער
טאקע אינטערעסאנט, ווען האסטו חתונה געהאט?

למעשה ברויך מעקעין גרויס רחמים אז די אישו זאל זיך אוועקדרייען פון די טראסקענדע סטאק-מארקעטס און דורכגעפאלענע מארגעזטש אגענטורען, איך קלער אריין וואס קען נאך געשעהן אין די פארבליבענע קוים צוויי מאנאטן צו די עלעקשאנס וואס זאל זיין גונסטיג פאר מעקעין און זיין זווג-שני פרוי פעילין, אדער כאפן בין-לאדין הארט פאר די וואלען, אדער ח"ו א טעראר-אטאקע אויף אלע גוים געזאגט.

איך גלייב נישט אז די דעבאטעס זאלן זיין א טורנינג-פאונט פאר די רעפאבליקאנער טיקעט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 3:00 pm
דורך יאסל
העי העי סאיז נאך נישט לאחר היאוש
בכלל נעמט בערך צוויי וואכן צי זען דעם פולען פיקטשער ווי שטארק ס'האט געהאלפן פאר אבאמא די סומטאכע אויף וואל סטריט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 3:02 pm
דורך זארעכפעפער
מיללער, כ'בין עטוואס אנטוישט אין דיין שטעלע.

קענסטו דען נישט די נאטורן פון עולם גולם? היינט אהער, מארגן אהין. היינט אזוי, מארגן אזי. ס'דרייט זיך לויט די סווינגינג מודס. ווארט צו א טאג-צוויי און די פאול-רעדלעך וועלן זיך צוריק דרייען. דערויף ווארט צו נאך א טאג דריי-פיר און צוריק צו אבאמא'ן, און פינעוו-זעקס וועט דאס צוריק דרייען צו מ'קעינ'ען, וחוזר חלילה וחס צו אבאמאן...

ס'איז גלגלים החוזרים ביז צו נאוועמבער פיר. ווער נישט צובראכן... חזק חזק.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 3:58 pm
דורך קרעמער
זארעכפעפער ;1@
האסט מיר אויסגעכאפט די ווערטער פון מויל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 6:29 pm
דורך מיללער
יאסל,
דו ביסט געווען דער ערשטער דא אין קרעטשמע וואס האט מיך געשטעלט אויפן מיינונג אז אויב גייט די עקאנאמיע זיין די אישו ביי די וואלען, האבן די דעמאקראטן די עדזש, ענד איי גרענט יו דעט 100 פערסענט (פרעג מיך אבער נישט פארוואס עס איז אזוי)

דערווייל איז דאס זייער א שטארקע אישו אין די עלעקשאנס, מעקעין האט צוויי וואכן דאמינירט די פאולס וועגן די פעילין שאק וואס האט אויסגעוועפט ביי נאו, יעצט איז ביזנעס עז יוזשאעל, נישט קיין ליפסטיק, נישט קיין מינדעריעריגע טראגערענס, נישט קיין רעוורענד רייט, פשוט און גראד, מיר זענען בידיוטא התחתונה עקענאמיש, ווער קען העלפן בעסער? דער שווארצער אבאמא מיט זיין ביידל-וויידל אדער דער שייסער מעקעין מיט זיין פיטבאל פריינדינע.

זארעך און קרעמער, איך בין נישט צובראכן, איך שמועס אויס די צדדים, אדרבא פרובירט צו זאגן א פראדיקשאן וואס גייט זיין גונסטיג פאר מעקעין, איך בין אפען פאר טשעינזשעס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 10:06 pm
דורך אינטעליגענט
הרב מיללער
אנטשולדיגט כ'האק אריין, דו ווארטסט בודאי אויף אן ענטפער פון קרעמער (?, כ'בין פויל אויספיגערן צו וועלכע זייט דו נויגסט), אבער די שענסטע טרייסט וואס קען נוצן סיי פאר די אבאמיסטן צוגלייך ווי פאר די מעקעניסטן, איז דער פאקט אז דער היי יעריגער פארמעסט איז געווען אן אבנארמאלער ראולערקאוסטער-געלויף, מיט סורפרייזעס ביי יעדן שריט, נעם למשל דעם קלינטאן מפלה פאר א ביישפיל, אדער, דאס אז אלע האבן קלאר גערעדט מיט פולע קאנפידענס אז דער כוליגאן 'גוליאני' וועט לייכט דערווישן דעם רעפוליקאנער טיקעט, בעת וואס מקעין איז געווען טיף אין דער אדמה, ווער'ס געדענקט.

[אגב, אויב דו הערסט אמאל קול מבשר וואלט אינטרעסאנט געווען אויסצוהערן אויף נומער 3 אויפן מעין מעניו, דערנאך 8 דערנאך 3 ממישט אביסל (דער 9 שיקט פאראויס עטליכע מינוט, דער 6 דוכט זיך מיט איין מינוט) הערט מען דארט א שמועס פון ר' שמעון ראלניצקי, דער באקאנטער שריפטשטעלער, און גרויסער פאליטיק מבין, האט ער א שמועס מיט דעם מאן דהוא כ'ווייס נישט ווער דאס זאל זיין (ס'איז אפשר דו אליין, אדער אן אנדערע ניק וואס דרייצעך דא)(דער וואס רעדט היינט אויפן קאכלעפל), יענער פרעגט אויס ר' שמעון'ס מיינונג איבערן אויסקוק אויף די פריימעריס, און דער לעצטער זאגט מיטן פולן זיכערקייט אז די פארמעסט איז א קלארער, צווישן פרוי קלינטאן און מר. דזשוליאני.... און ער דער ראלניצקי איז נישט קיין בטלן, אזוי האבן עס אלע דאן געזעהן]

נאך אן אינטרעסאנטע ערשיינונג האט מען געהאט, די דעמאקראטישע קאנווענשאן וואס איז צוגעגאנגען מיטן גאנצן קנאק און טאראראם, האט קיינמאל זיי געברענגט עפעס רעזולטאטן, פארקערט גאר, אין יענע גאנצע וואך זענען די פאולס געווען זייער אומגינסטיג פארן ניגער, אינדערצייט וואס בעפאר איז אים די זאך געגאנגען אומבארעכטיגט-גוט, ווידעראום די רעפוליקאנער מיט זייער אומבאלימפערטע קאנווענשאן נאכן גוסטאווישע שטורעם, האט אים די פעילן אויסוואל געהויבן אין די לופטן אומערווארטעט, מ'קען געבן נאך פילע ביישפילן.
וואס איך בין מכוון מיטן גאנצן פלפול איז, אז אינעם היי יעריגע פארמעסט קען מען גארנישט פאראויס זאגן, ס'איז מלא סורפרייזעס, די וואס לאכן היינט וויינען מארגן וכן להיפוך.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2008 8:24 am
דורך לעווי
איך זעה נישט בכלל וואו די דעמאקראטן שטייען בעסער אין די עקאנאמי אישו! איך די לעצטע וואך בין איך זייער טונד אין צו די עקאנמיע און איך האב געהערט כאטש א צוואנציג דרייסיג אנדערע מבינים און פאליטיקאנטן רעדן איבער די ענין און קיין איינער פון זיי האט נישט געהאט קיין געהעריגע לעהזונג צו די איצטיגע קריזיס. נאך מער, קיין איינער האט נישט געקענט זאגן קיין שום קלארע סטראטעגיע ווי אזוי זיי וואלטן געקענט אפהאלטן די היינטיגע קריזיס. די איינציגסטע זאך וואס מ'ווייסט איז אז שולדיג אין דעם זענען די בענק וואס האבן ארויס געגעבן אזוי פיל סוב-פריים מארטגעדזשעס.

מקעין און אבאמא רעדן און רעדן און רעדן, אבער ביידע ווייסן נישט בחייכון וביומיכון וואס עס טוט זיך מיט די עקאנאמי. איין זאך יא, אבאמא קען האקן אויף מקעין אז דאס אלעס איז געשעהן אונטער די בוש אדמיניסטראציע (שוין ווידער בוש, ער לויפט דאך נישט). און מקעין קען אויף ווייזן אז רוב פאליטיקאנטן אין די פיינענס קאמיטעען זענען דעמאקראטן, און צוויי סי אי או'ס פון פעני מעי זענען היינט אבאמא אדווייזערס. אבער קיין סאלושענס האט קיינער.

און ממילא זעה איך נישט בכלל אז איינער זאל זיין שטערקער ווי די אנדערע אין די אישוס. מען וועט צוריק קומען צו די געשוואורענע דעמאראטן וואס זענען נישט קיין קלינטאניסטןוועלן וואוטן פאר אבאמא, די געשוואורענע ריפאבליקאנער וואס זענען נישט קיין ביוקענע/באאר חברה וועלן וואוטן פאר מקעין, און די איבריכע אנדיסיידעד וועלן מחליט זיין לויט די ווינט אין די וואך/טאג פון די אלעקשאנס.

לגבי די אקענאמיע אליינס האלט איך אין מיטן שרייבן א לענגס און א ברייטס אבער דערווייל לאזט די שאור שבעיסה נישט צורו וועלן מיר זיך מוזן באגונען מיט דעם, ולכשירחיב, אויב ס'וועט נאך זיין נוגע וועט מען עס לייגן דא.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2008 8:38 am
דורך צייטליך
(אנטשודלגיט פארן אריינהאקן, סוף כל סוף איז דאס די וויצע אשכול.)

די היינטיגע נייעס איז אז גאווערנער שרה פעילין איז געווארן אפגעזאגט פון האלטן די דרשה ביים ראלי קעגן די יו.ען. בילדונג.

מקעין האט אין סטעיטמענט געזאגט אז אויף דער אישו וואלטן זיך אלע פארטייען געברויכט פאראייניגן און ארבייטן צוזאמען קעגן אכמידאנידזשאד, ס'איז א שאד אז אבאמא האט ענדערש אויסגעוועלט צו שפילן פאליטיק.

מקעין האט באשולדיגט די אבאמא קאמפיין מיט לייגן דריק אויף די ארגענעזירער אז מ'זאל אפזאגן פעילין פון איר געפלאנטע דרשה.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2008 3:12 pm
דורך קרעמער
איין זאך האבן זיי אויפגעטאן, אז פעילין האט זיך אריינגעלייגט אין די איראן עסק אין בעפארברייטונג צו א רעדע ביים פראטעסט, און היינט ביי די קאמפיין אויפטריט אין מינעסאוטע האט זי געשימפט מיטן גאנצן כעס אקעגן איראן און זייערע דראאונגען. דאס האט עטוואס געטוישט אין קאמפיין סטיל פון איבערזאגן שטיקער פון איר אננעמונגס רעדע.