בלאט 7 פון 8

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 7:15 pm
דורך אלחנן
פריץ האט געשריבן:די פרוי פעילין הערט נישט אויף ארויפציברענגן נאך און נאך פראבלעמען פאר די רעפובליקענע פארטיי
יעצט איז די נייעס אז זי איז געווען אנגעשלאסען נישט אין די רעפובליקאנע פארטיי נאר אין די אינדעפענדענס פארטיי פון אלאסקע וואס זיי ווילן זיך אפטיילן פון די יונייידעט סטעיטס און ווילאנג מעקעין איז ביזי אויפציווייזען אז סאיז נישט אמת קומט ארויף נאך און נאך און נאך...


אויף יעדעם איינעם קען מען טרעפן שמיץ נאר אויף איר האט מען זיך נישט געגרייט!
קומט עס ערשט יעצט ארויס.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 8:02 pm
דורך John McCain
נאכן טשעקן איר Voter Regestration שטעלט זיך ארויס די ליגענט זי איז אייביג געווען רעגיסטערט Republican

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 07, 2008 7:19 pm
דורך האווערד דיען
איך האב היינט געהערט א גוט ווארט

פארוואס זאגרט מען זיך דאס מאל מער ווי אלעמאל וועגן וויצע פרעזידענטנס אייגענשאפט?

וועגן אדער גייט די פרעזידענט שטארבן

אבער גייט מען אים שיסן

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2008 1:01 am
דורך סאכדעס
אייין זאך קען איך דיר זאגן קרעמער, דיין ארטיקל איז זיס ווי צוקער, אבער מעגסט ארויסקריכן פון די משוגענע דעמאקראטישע בהמה'ישע שיך.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2008 6:01 am
דורך קרעמער
איך ווייס נישט וועמענס ארטיקל דו האסט געליינט, מר. סאכדעס.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2008 9:41 am
דורך אלטעבחורל
קרעמער; א אייזענער ארטיקל. דו ביסט ווערט אלע געלטער.
טענקס.

נישט אז איך קוק אויף פאולס, נאר פאר אינטערעסאנטקייט, איז אזוי; איין זאך וואס מיר זעהן אבער אין די לעצטע פאר טאג. אז דער 'ניגער' גייט מטה מטה... נאר אזוי זאל ער פיפטערן ביזן סוף,

האווערד-דיען; הערסטו? עס זאל אפילו נישט בלייבן אויף וואס צו שיסן.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2008 1:45 pm
דורך יעקעלע פוקס
איך מיין אז די שפעקעלאציע אשכול קען גיין שלאפען פאר א צירקע פון פיר יאר בערך, אויב ח"ו משיח וועט אונז נאך נישט אפנעמען פון דאנעט

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2008 4:43 pm
דורך בסייעתא דשמיא
דער המספיק שרייבער האט אונז אנטוישט, קיין ווארט רעדט ער נישט פון פעלין.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 09, 2008 11:14 pm
דורך קרעמער
איך האב געקלערט בדרך אפשר, אז דער המספיק פאליטיקאנט "פרידריך" וועט זיכער האבן איינע פון די ערשטע אוידיענצן ביי רעביצין פעילין אין ווייסן הויז.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2008 8:49 am
דורך יעקעלע פוקס
יש"כ פארן פאררעכטן דעם קעפל
(אז ס'שטינק, שטינק פון קאפ...)

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2008 11:58 am
דורך צייטליך
קרעמער, איך לאך נאך אלס פון דיין פרידריך פראדיקשן.

לאמיר א מינוט אוועק קוקען פון אבאמא און מקעין, לאמיר צוריק גיין צו רעבעצין פעילין און ...קלינטאן.

לויט ווי עס איז באריכטעט געווארן גייט סענעטאר הילערי קלינטאן מליפנים אמעריקע'ס ערשטע פרוי,דמאקראטישע פראנט ראנער ועוד. ערשיינען אין ניו יארק ביי א פראטעסט ראלי קעגן איראן, פארנט פונעם יו.ען. בילדונג אין מאנהעטן אויף די ערשטע עוועניו ביי די צוויי און פערציגסטע גאס.

א טאג דערנאך איז באריכטעט געווארן אז די ארגענעזירער האבן אויך געריפן די גאווענער פון אלאסקא, שרה פעילין, וויצע פרעזידענט קאנדידאט פאר די רעפובליקענער פארטיי אין די פאראייניגטע שטאטן, צו קומען פערזענליך און זיך באטייליגן ביים מעמד. זי איז ב"ה נעתר געווארן צו זייער בקשה.

ווי נאר פרוי קלינטאן איז געוואויער געווארן דורך די פרעסע אז רעבעצין פעילין וועט ערשיינען האט זי גלייך געמאלדן אז זי גייט נישט! בקהלם אל תחד כבודי שרייט זי, זי וויל זיך נישט טרעפן מיט די פרוי וואס וויל אוועק נעמען דאס ביסל מיט וואס זי איז נאך געבליבן, און זי האט מבטל געווען איר פלאן און אנשטאט וועט זי יעצט האבן עטוואס איבעריגע צייט צו אנעלעזירן איר דורכפאל.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2008 2:30 pm
דורך קרעמער
פארשטייסט נישט? קלינטאן גלייכט נישט צו שטיין אין שאטן. פינטל.

אויב זאל זי באוויליגן אהינצוגיין, מיינט דאס איז זי איז וויליג צו ליידן גיהנום אויף דער וועלט, און צוזעהן ווי א צווייטע אידענע (וואס?) באקומט די גאנצע מידיא דעקונג עמה בבית.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2008 4:45 pm
דורך מיללער
קרעמער,

דיין המספיק פראדיקשאן איז א גוטס, אבער איך האלט אז המספיק טוט א גרויסע עוולה מיט די בילדער און באריכטען פון דעם באגרעניצטער בחור וועלכע האלט אפ פאליטישע אודיענצן, עס איז א פריוואטע טעמע און טאר בשו"א נישט ווערן געליפטערט אין די ראמען פון א גאזעט (א גאזעט האט בכלל ראמען?) עס קען ווייטאן פאר די פאמיליע אז זייער מיטגליד איז א צירקוס אין די מאנטליכע אדווערטייזמענט בלעטל.

(דאס איז בנוסף צו מיינע אנדערע טענות קעגן דעם גאזעט, דאס אינעם מיוחד'יגען אשכול דערוועגן, קרעמער, ברענג עס טאקע אפיר)

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2008 4:54 pm
דורך שמערי בערי
ר' מיללער, אמערעדט שוין, כ'מיין אז זיי פרעגן די משפחה פונעם קינד אויב זיי זענען מסכים (המספיק איז שטארק פריוואט געווענליך)

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2008 5:12 pm
דורך קרעמער
לויט ווי איך קען דעם גאזעט שרייבער (פון זיין שריפט), איז דאס אן אויסגערעכנטע אקט צו הייבן א געמוט, און קומט גאנץ זיכער מיט די פולע פארשטענדעניש פון די בני המשפחה.

------
צוריקצודרייען דעם טעמע: פעילין'ס אימעיל קאנטע אויף יאהו איז איינגעבראכן געווארן דורך אומזיניגע העקערס, וועלכע האבן ארויסגעשנאפט פריוואטע בריוולעך און ארויפגעשטעלט אויף די נעץ.

מיין מיינונג (נאך פארן ליינען די אינהאלט פון די בריוולעך): דאס וועט מאכן פעילין פאר א פרישע נרדפת, און שאפן סימפאטיע ביים פאלק.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2008 6:30 pm
דורך שמערי בערי
קרעמער, ביסט לכאורה גערעכט, אבער די שאלה איז צו וואס מען האט דארט געטראפן קען איר מער שאטן אדער נישט. (כאבעס נאך אויך נישט געליינט...)

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2008 11:33 pm
דורך קרעמער
ווען מעקעין האט געהערט אז מען האט זיך איינגעבראכן אין פעילין'ס אימעיל קאנטע, האט ער זיך אנגערופן: יעצט פארשטייט איר שוין פארוואס איך האב נאך קיינמאל נישט אנגערירט קיין קאמפיוטער? (אייגנס)

עס שטעלט זיך ארויס אז ער איז שוין פון צוקונפטיגן דור, וואס פארכט זיך פון די קאנסעקווענצן פון די אלע סארט טעכנאלאגיעס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 10:09 am
דורך מיללער
גוט, קרעמער.

וואס האט מען געטראפן אין די אי-מעחלס, לויט ווי איך האב פארשטאנען נעכטן פון 'חדשות השועל' (פאקס-ניוס) איז די עיקר סקאנדאל אז גאווערנאר פעילין מיט די ליפ-שמיר האט גענוצט איר פריוואטע אי-מעיל קאנטע (יאהו מעיל) פאר רעגירונגס צוועקן און אזוי ארום פארמיטן די רעקארדס פונעם פאבליקום.

דאס איז באמת אן עוולה, וואס ענטפערן די מעקעינישע חברה?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 12:49 pm
דורך קרעמער
דערווייל זענען זיי שטיל, אבער אפילו אין געריכט קענסטו נישט אויפברענגן א באווייז וואס דו האסט ארויסבאקומען אומלעגאל, על כן איז די גאנצע טענה דיינע אומרעלעוואנט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 12:54 pm
דורך מיללער
קרעמער,
הייבסט אן גיין בלינד, די וואלען איז נישט קיין געריכט, אויב קען געלונגען פאר די אבאמעניקעס אנצושמירן פרוי פעילין מיט א טענה אז זי האט באהאלטן רעגירונג קארעספעדאנציעס אונטער פריוואטע אי-מעילס, קען עס שאטן פאר איר אימעזש און עווענטועל פארן רעפובליקאנער טיקעט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 12:57 pm
דורך קרעמער
די אבאמא'ניקעס קענען זיך גארנישט ארויפכאפן אויף די אימעילס, ווייל עס וועט אויסקוקן ווי זיי זענען (ח"ו...) צופרידן פון דעם שוידערליכן פארברעך וואס רופט זיך "אינוואדירן יענעמס פריוואטקייט".

מיליאנען אמעריקאנער ווערן יערליך באשווינדלט דורך אידנטיטעט גנבים, און וועלן יעצט סימפאטיזירן מיט שרה'לע, די נרדפת.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 2:38 pm
דורך מיללער
האסט א פאונט מיט אבאמאס פראבלעם עס אויפצושפילען, איי גיוו יו דעט וואן, אבער די מידיא קען עס מאכן פאר א טאפיק אן זיי.

למעשה מיט די עקענאמיע אויף די אגענדע האט אבאמא א עדזש אן די אימעילס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 2:44 pm
דורך יאסל
בכלל קיקט אויס אז די פעילין עקסייטמענט לאזט נאך מיט א גרויסע טריט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 2:47 pm
דורך מיללער
יאסל,
עקסטייטמענט האט יעדער געוואוסט אז עס וועט נאכלאזן, נאך די חתונה בין איך אויך געווען עקסיידעט, עס האט נישט לאנג גענומען און עס האט נאכגעלאזט, דער פראבלעם פאר מעקעין איז נישט אז די עקסייטמענט האט נאכגעלאזט, נאר אז די עקאנאמיע האט נאכגעלאזט... אויב נישט אינגאנצן באלאזט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 2:49 pm
דורך יאסל
אינטערסאנט ביי מיר האט נאכנישט נאכגעלאזט די עקסייטמענט פון מיין חתונה...