ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1784
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:54 pm

די קאשמאר וואס טעקסאס סענעטאר טעד קרוז גייט אצינד אדורך פארן אנטלויפן פון טעקסאס, און דאס זעלבע די פראבלעמען פאר ענדרו יענג פארן לויפן קיין ניו פאלטץ, ווייזט אז א פאליטישאן טאר קיינמאל נישט אנטלויפן.
דער עולם האלט נישט אויס ווען די עליטע פילט נישט מיט די צרות פון פאלק...

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בעסער אזוי » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:55 pm

ענדרו יענג איז נישט קיין עלעקטעד אפישל
לעצט פאראכטן דורך בעסער אזוי אום דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארשפרייט דעם מעסעדזש, עס קען ראטעווען לעבנ'ס פון אידישע מאמעס, ולמצוה גדולה יחשב

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1784
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:55 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:פראגע'ס פארוואס יענג איז געלאפן צו זיין הויז אין ניו פאלטץ ווען קאוויד האט געשטורעמט אין די שטאט ניו יארק.


קלוג האט ער געטוהן, אזא מעיאר דארף מען! איינער וואס טוט וואס מען דארף אפגעזען וואס די כאפטע ליידיגייער רעפארטער וועלן מאכן דערמיט...

חוץ מזה, איז ער נאך נישט געווען דעמאלטס מעיאר. טא פארוואס זאל ער נישט אוועקפארן קיין אפסטעיט מיט זיינע קליינע קינדער בשעת א לאקדאון?..

דער ניו יארק טיימס פירט למעשה די דעת הקהל, און זיי האבן געפרעגט די פראגעס, מיז יענג ענטפערן.

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1784
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:56 pm

בעסער אזוי האט געשריבן:ענדרו יענג איז נישט קיין עלעקטעד אפישל

ער לויפט פאר מעיאר פון ניו יארק, האט דער טיימס און אנדערע פראמינענטע מידיא אים געצימבלט דערוועגן.

אוועטאר
זיסע פיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך זיסע פיש » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 2:05 pm

אהער און אהין האט געשריבן:פראגע'ס פארוואס יענג איז געלאפן צו זיין הויז אין ניו פאלטץ ווען קאוויד האט געשטורעמט אין די שטאט ניו יארק.

דאכציך מיך אז דאס איז שוין א אלטע מעשה, די סקאנדאל איז נישט אז ער איז אנטלאפן ער איז ניטאמאל געלאפן פאר מעיאר דאמאלס, די זאך איז געווען אז ער האט א הויז און אפסטעיט און ער האט זיך דארטן אויף געהאלטן פאר חדשים און מען האט עם נישט געזען פאר די אויגן און די סיטי, און איינמאל ער לויפט איז ער ציריק דא, יענג האט אבער געזאגט אז ער איז דארט געווען ציליב די לאקדאון און ער האט א קליינע הויז אין די סיטי און מיט די קינדער אינדערהיים האט ער זיך נישט געקענט דא אויפהאלטן.
די תגובה איז געשריבן לויט מיין מיינונג, אויב איר האלט אנדערש האט איר דאס פולסטע רעכט זיך צו קריגן איבער דעם.

נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך נפשי חמדה » פרייטאג פאברואר 19, 2021 12:26 am

עמיצער מאכט אפ אויף עפעס אז עס איז א סקאנדאל - און יעצט פארענטפער דיך.
ארבייט מאכט פריי! דאס האט היטלער ימ"ש געזאגט..

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5909
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך eller » פרייטאג פאברואר 19, 2021 11:30 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:יענג האט מיר אביסל פארלוירן זיין גלאנץ, זיינע פרינציפטן לויפן נאך מער ווייניגער וואס די אודיענס וויל הערן, preaching to the choir קיינד אף גיי, נישט אז סאיז שלעכט זיינע סטעיטמענטס כלפי חינוך אדער סארסור, סגעט נאר עפעס א נישט א באקוועמע אימעידזש אויף דער מענטש אווער אלל.

איך קען נישט מער ווי אגריען.
אין בין געווען זייער שטארק פאר יענג, אבער זיינע לעצטע מאווס, האט אביסל פארשווארצט זיין אימעזש ביי מיר.
נישט אז איך גלייך נישט זיינע סטעיטמענטס, און אז כ'וואלט ווען נישט געוואט פאר אים פאר אלע אנדערע קאנדידאטן ווען כ'בין א סיטי רעזידענט. אבער נאכאלס פאר אים עס צו זאגן, שטארצט סאך מער ארויס אז ער זוכט אונזער שטיצע, און וועט טוען אלעס אויף די וועלט עס צו באקומען, וואס הגם ווילאנג ס'בלייבט נאר ביי אונזער קאמיוניטי איז עס זייער גוט, ס'ארבעט אבער נישט אזוי.. ס'ווייזט אז זיין פערסענאלעטי איז נישט אזוי שטארק ווי כהאב געמיינט ס'איז, און דאס לאזט א מקום חושש צו זיין אז אויב ער גייט אנערקענען אז אן אנדערע דירעקשאן וועט זיין סאך א גרינגערע פעלד פאר אים, וועט ער גייען מיט עס..

אגעין, נישט אז אנדערע פאלאטישענס זענען בעסער, פארקערט, רוב זענען ערגער אין דעם הינזיכט, אבער יענג'ס גלאנץ וואס ער האט געהאט, איז אביסל אוועקגעגאנגען..

הלואי בין איך ווראנג.

ער האט נעכטן גערעדט צו א ליבעראלע נייעס און געזאגט אז אויב די ישיבות זענען גוט וויל ער בכלל נישט אריינרעדן אין זייער קריקולים.
דאס מיינט אז ער מיינט דאס ערענסט, און ער איז גרייט צו פארלירן די ליבעראלע שטומען.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7878
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג פאברואר 19, 2021 12:20 pm

גראדע האלט איך אז ליבעראלען איבער גרעיטער ניו יארק קעירן נישט וואס און וויאזוי מיר לערנען אין אונזערע בתי חינוך, עס איז די שאנדפוהלע מכם ובכם מיט די טרויעריגע בארימטע מידיע וואס מאכען אז די פאליטישענס זאלען אונז מאכען צרות.

די מעלה פון יענג איז אז ער שטעלט זיך ארויס קעגן די מידיעס נעראטיוו אויף אונזער חינוך און דאס איז ווערט אן אפלאדירונג.
שרייב שוין עפעס

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13003
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג פאברואר 19, 2021 12:26 pm

מטעמים האט געשריבן:
די מעלה פון יענג איז אז ער שטעלט זיך ארויס קעגן די מידיעס נעראטיוו אויף אונזער חינוך און דאס איז ווערט אן אפלאדירונג.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

פוילער
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך פוילער » פרייטאג פאברואר 19, 2021 1:43 pm

דער יענג הייבט אן צו האבן מיין סופארט הגם איך בין נאך אביסל צומישט איבער אים, איך האב אים נאכנישט געהעריג ארויס.

זיינע קאמענטארן איבער חינוך האט מיר געכאפט, אויך זיין שטעלונג איבער האומלעסנעס און קריים האט מיר באפרידיגט, איך ווייס נאר נישט צו ער איז אלל טאק נאו עקשען.

אויך אז איין ליביראלע אקטיוויסט איז ארויסגעקומען קעגן אים האט מיר אויך געכאפט.

אונז דארף מער האבן איינער וואס זאל צירוק שטעלן די סיטי אויף די רעלסן.

עדעמס האט קיינמאל געהאט מיין שטיצע, און יעצט נאך זיינע ווערטער איבער חינוך האט ער נאך ווייניגער שטיצע ביי מיר. ער האט קיינע שאנסן און מיין מיינונג.

5D406612-89BA-45CC-9CCB-EE64C985D496.jpeg
5D406612-89BA-45CC-9CCB-EE64C985D496.jpeg (118.73 KiB) געזעהן 1459 מאל

שאבעלע
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך שאבעלע » פרייטאג פאברואר 19, 2021 2:27 pm

פוילער האט געשריבן:דער יענג הייבט אן צו האבן מיין סופארט הגם איך בין נאך אביסל צומישט איבער אים, איך האב אים נאכנישט געהעריג ארויס.

זיינע קאמענטארן איבער חינוך האט מיר געכאפט, אויך זיין שטעלונג איבער האומלעסנעס און קריים האט מיר באפרידיגט, איך ווייס נאר נישט צו ער איז אלל טאק נאו עקשען.

אויך אז איין ליביראלע אקטיוויסט איז ארויסגעקומען קעגן אים האט מיר אויך געכאפט.

אונז דארף מער האבן איינער וואס זאל צירוק שטעלן די סיטי אויף די רעלסן.

עדעמס האט קיינמאל געהאט מיין שטיצע, און יעצט נאך זיינע ווערטער איבער חינוך האט ער נאך ווייניגער שטיצע ביי מיר. ער האט קיינע שאנסן און מיין מיינונג.

5D406612-89BA-45CC-9CCB-EE64C985D496.jpeg

נישט מיטגעהאלטן. וואס האט עדעמס געזאגט וועגן חינוך?
תכלית הידיעה לידע שלא נדע
      ידיעות, איז א כלי.
      וויסען וואס מען ווייסט נישט, איז חכמה.
      מיינען אז מען ווייסט, איז טיפשות.
      טוישן א מיינונג, איז חכמה אין מידות
.

זיי אמתדיג
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:12 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך זיי אמתדיג » מוצ"ש פאברואר 20, 2021 9:54 pm

נו וואס?
זיין אמתדיג = זיך נישט אליין פאפען!

אוועטאר
עולם ומלואו
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך עולם ומלואו » מוצ"ש פאברואר 20, 2021 10:01 pm

שאבעלע האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:דער יענג הייבט אן צו האבן מיין סופארט הגם איך בין נאך אביסל צומישט איבער אים, איך האב אים נאכנישט געהעריג ארויס.

זיינע קאמענטארן איבער חינוך האט מיר געכאפט, אויך זיין שטעלונג איבער האומלעסנעס און קריים האט מיר באפרידיגט, איך ווייס נאר נישט צו ער איז אלל טאק נאו עקשען.

אויך אז איין ליביראלע אקטיוויסט איז ארויסגעקומען קעגן אים האט מיר אויך געכאפט.

אונז דארף מער האבן איינער וואס זאל צירוק שטעלן די סיטי אויף די רעלסן.

עדעמס האט קיינמאל געהאט מיין שטיצע, און יעצט נאך זיינע ווערטער איבער חינוך האט ער נאך ווייניגער שטיצע ביי מיר. ער האט קיינע שאנסן און מיין מיינונג.

5D406612-89BA-45CC-9CCB-EE64C985D496.jpeg

נישט מיטגעהאלטן. וואס האט עדעמס געזאגט וועגן חינוך?

אז ס'דארף זיין איין סטאנדארט פאר פובליק סקולס און פאר פרייוועט סקולס און ער גייט זיך נישט קריגן מיט די סטעיט אויב זיי פארלאנגען אזוי און ער גייט עס אינפארסירן

פלעסטיק
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 12:56 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך פלעסטיק » מוצ"ש פאברואר 20, 2021 10:05 pm

מא[נ]סטערס טוויטס איז קעגן יענג, איז גענונג א באווייז אז מיר דארפן אים שטיצן.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

Re:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג פאברואר 21, 2021 8:46 am

איבער די שרעקליכע גזירה אז ענדרו יענג קומט זיך לעקן צו אונז, וויל איך נאר ציטירן וואס איך האב דא געשריבן ווען ער האט נאך גארנישט געהאט גערעדט וועגן אונז ברבים.

Yang2020 האט געשריבן:איך האב זיך אביסל געשריבן מיט אים אמאל, לויט מיין איינדרוק פארשטייט ער אונז בעסער ווי יעדע אנדערע גוי וואס איך האב נאר אנגעטראפן, אריינגערעכנט אלע "אוהבי ישראל" וועלכע זענען געבוירענע פאליטיקער און מיינען גארנישט מער ווי פאליטיק. ער האט מיר דאן אויך געשריבן אז אמעריקע איז מתחילה באזעצט געווארן דורך פליטים וועלכע האבן געזוכט רעליגיעזע פרייהייט, און דאס באגרעניצן מיט סיי וועלכע אויסרייד טייטשט אפצושניידן דעם צווייג אויף וועלכע דאס לאנד זיצט.


(נעמט אין אכט אז דאס האט ער מיר געשריבן ווען ער האט נאכנישט גע'חלומ'ט פון לויפן פאר ניו יארקער מעיארשאפט, און אפאר אידישע שטימען אין ניו יארק וואלטן אים אפילו טעארעטיש נישט אויסגעמאכט)

אין אנדערע ווערטער: ער קומט זיך נישט לעקן צו אונז, און ער פארבויגט נישט זיינע פרינציפן צו געווינען אונזערע שטימען, נאר טאקע דאס זענען זיינע פרינציפן און ער זאגט זיי אפענערהייט אפגעזען די פאליטישע קאנסעקווענצן, ווי זיין שטייגער פון אלעמאל אן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך אידיש.טייפינג » זונטאג פאברואר 21, 2021 9:21 am

פינאנציעל איז ער אויך בעסער פאר אונזערע אינטערעסן
ער איז געווען דער ערשטער וואס האט פארגעשלאגן צו געבן א חודש'ליכע אינקאם פאר יעדן אמעריקאנער

שארף און קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 11:45 am

Re: Re:

תגובהדורך שארף און קליג » זונטאג פאברואר 21, 2021 11:40 am

Yang2020 האט געשריבן:איבער די שרעקליכע גזירה אז ענדרו יענג קומט זיך לעקן צו אונז, וויל איך נאר ציטירן וואס איך האב דא געשריבן ווען ער האט נאך גארנישט געהאט גערעדט וועגן אונז ברבים.

Yang2020 האט געשריבן:איך האב זיך אביסל געשריבן מיט אים אמאל, לויט מיין איינדרוק פארשטייט ער אונז בעסער ווי יעדע אנדערע גוי וואס איך האב נאר אנגעטראפן, אריינגערעכנט אלע "אוהבי ישראל" וועלכע זענען געבוירענע פאליטיקער און מיינען גארנישט מער ווי פאליטיק. ער האט מיר דאן אויך געשריבן אז אמעריקע איז מתחילה באזעצט געווארן דורך פליטים וועלכע האבן געזוכט רעליגיעזע פרייהייט, און דאס באגרעניצן מיט סיי וועלכע אויסרייד טייטשט אפצושניידן דעם צווייג אויף וועלכע דאס לאנד זיצט.


(נעמט אין אכט אז דאס האט ער מיר געשריבן ווען ער האט נאכנישט גע'חלומ'ט פון לויפן פאר ניו יארקער מעיארשאפט, און אפאר אידישע שטימען אין ניו יארק וואלטן אים אפילו טעארעטיש נישט אויסגעמאכט)

אין אנדערע ווערטער: ער קומט זיך נישט לעקן צו אונז, און ער פארבויגט נישט זיינע פרינציפן צו געווינען אונזערע שטימען, נאר טאקע דאס זענען זיינע פרינציפן און ער זאגט זיי אפענערהייט אפגעזען די פאליטישע קאנסעקווענצן, ווי זיין שטייגער פון אלעמאל אן.



אויב יענג נעמט 'דיר' אויף פאר זיין אידישע אדווייזער, וואוט איך זיכער פאר אים!

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5945
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג פאברואר 21, 2021 5:56 pm

איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס "נטרונא" דארף זיך מישן כסדר אין פאליטיק, און שוין טאנצן קעגן יענג, ווייל ער האט אויך אויסגעדרוקט שטיצט צו מדינת ישראל?!
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

סמעטענע
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 27, 2020 9:35 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך סמעטענע » זונטאג פאברואר 21, 2021 6:16 pm

ווי האט נטרונא געלאזט הערן א מיינונג וועגן די מעיאר קאנדידאטען

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15276
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך צל עובר » זונטאג פאברואר 21, 2021 6:31 pm

חס ושלום, נטרונא האט נישט אראפגעריסן יענג.

זיי האבן נאר ארויסגעברענגט אז זיי האבן ארויסגעגעבן א סטעיטמענט זיך אפצוטרייסלן פון דעם צודרייטקייט אז איזראעל איז אונזער טאפ אישו.

-------

ישר כח @יענג 2020 פאר דעם וויכטיגן פרט.

וואלט טאקע געווען א שטארקע זאך פאר יענג דיר אויך צו הייערן.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

גיי פארשטיי
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך גיי פארשטיי » מאנטאג פאברואר 22, 2021 5:02 pm

נפשי חמדה האט געשריבן:עמיצער מאכט אפ אויף עפעס אז עס איז א סקאנדאל - און יעצט פארענטפער דיך.

100%!!!

גיי פארשטיי
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך גיי פארשטיי » מאנטאג פאברואר 22, 2021 5:04 pm

פלעסטיק האט געשריבן:מא[נ]סטערס טוויטס איז קעגן יענג, איז גענונג א באווייז אז מיר דארפן אים שטיצן.

נו ברענג עס נאך.

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5909
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך eller » מיטוואך פאברואר 24, 2021 5:46 pm

ניו יארק סיטי - די סאמע וויכטיגסטע אישו אויפן סדר היום פארן חרדי'שער ציבור איז דער נושא פון חינוך אין ניו יארק וואס איז באדראעט דורך די מעגליכע אינטערווענץ מצד די רעגירונגס אינסטאנצן. די טעמע איז פארוואנדלט געווארן אין א פאליטישע אישו ווען פון איין זייט האט ענדרו יענג זיך אויסגעדרוקט קעגן די רעגירונגס אריינמישן אין די חינוך פון די קינדער אבער פון די אנדערע זייט האט מען געהאט 2 אנדערע הויפט קאנדידאטן - עריק עדעמס און סקאט סטרינגער - וועלכע האבן נישט געוואלט זיך אונטערנעמען אזא צוגאנג צום חינוך. אין א ארטיקל פון די באקאנטע פורקי עול ארגאניזאציע האבן זיי אראפ געריסן יענג און אויסגעלויבט די אנדערע קאנדידאטן פאר זייערע שטעלונגען, ברענגענדיג א פארקערטע רעאקציע ביי שלומי אמוני ישראל אין די בחינה פון "מאויבי תחכמני", אז מען זעהט וואס די פיינט זאגן ווייסט מען צו טון דאס פארקערטע.
JD MEDIA
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

אוועטאר
בן ימיני
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 02, 2018 9:21 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בן ימיני » מיטוואך פאברואר 24, 2021 7:06 pm

eller האט געשריבן:ניו יארק סיטי - די סאמע וויכטיגסטע אישו אויפן סדר היום פארן חרדי'שער ציבור איז דער נושא פון חינוך אין ניו יארק וואס איז באדראעט דורך די מעגליכע אינטערווענץ מצד די רעגירונגס אינסטאנצן. די טעמע איז פארוואנדלט געווארן אין א פאליטישע אישו ווען פון איין זייט האט ענדרו יענג זיך אויסגעדרוקט קעגן די רעגירונגס אריינמישן אין די חינוך פון די קינדער אבער פון די אנדערע זייט האט מען געהאט 2 אנדערע הויפט קאנדידאטן - עריק עדעמס און סקאט סטרינגער - וועלכע האבן נישט געוואלט זיך אונטערנעמען אזא צוגאנג צום חינוך. אין א ארטיקל פון די באקאנטע פורקי עול ארגאניזאציע האבן זיי אראפ געריסן יענג און אויסגעלויבט די אנדערע קאנדידאטן פאר זייערע שטעלונגען, ברענגענדיג א פארקערטע רעאקציע ביי שלומי אמוני ישראל אין די בחינה פון "מאויבי תחכמני", אז מען זעהט וואס די פיינט זאגן ווייסט מען צו טון דאס פארקערטע.
JD MEDIA


לענ''ד דארף מען טאקע ארויסהייבן די וועלעכע שטעלן זיך צו אונזער זייט אבער איך זע נישט ס'זאל אויספעלן צו רעדן פון די אנדערע וד''ל

בן כלבא שבוע
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 22, 2018 11:25 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בן כלבא שבוע » דאנארשטאג פאברואר 25, 2021 12:05 pm

פונדערנאנט האט געשריבן:
לבלר האט געשריבן:
א דריטער האט געשריבן:
לבלר האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:
מעגליך, אבער איך בין משער אז די עסקנים וועלן עס ענדערש נוצן אויף צו לייגן פרעשור אויף די אנדערע קאנדידאטן אז זיי זאלן אויך ארויסקומען מיט ענליכע סטעיטמענטס.

דער וואס אנדארסירט דע בלאזיא וועט לכאורה אים אויך אינדארסן
אבער דע ר וואס אינדארסירט ביל טאמפסאן וועט - לויט ווי איך קען - אינדארסן עריק עדעמס אדער זיין חבר.

זיי מסביר

ופאר ווער עס געדענקט נישט,
וען דער מעיאר ירום הודו איז געלאפן איז געווען וואס האבן אים אינדארסירט על סמך פון זיין פארשפרעכונג זיך אנצונעמען פאר מציצה, און אויך ווייל ער אייז געווען פראנט ראנער,
אנדערע האבן געשטיצט טאמפסאן אלס "הכרות הטוב" כאטש זיינע נידריגע פאולס און האבן געזאגט פאר דע-בל אז אויב דו געווינסט און דוו וועסט אונז אונז העלפן וועלן מיר האבן הכרות הטוב פאר דיר אויך.

און לויט ווי איך קען די מענטשן האבן זייי זיך נאכנישט געטוישט

ס'איז נישט ממש ווי די זאגסט,

טאמפסאן איז טאקע געוועהן נידריגער אבער איז געשטאנען ביי 2 און דיבלאזיא איז געשטאנען זייער שמאל ביי 40% וואס האט געמיינט אז א שטארקע קאמפיין פאר טאמפסאן וואלט עס געשלעפט צו א ראנאף און דעמאלטס וואלט טאמפסאן געשטאנען זייער גוט און דאס איז געווען די חשבון פון די עסקנים וואס האבן אים אינדארסירט,

ווידערוים די עסקנים וואס האבן אינדארסירט דיבלאזיא האבן געהאט שטארקע קשרים מיט אים נאך פון די יארן וואס ער איז געווען קאנסילמאן אין א חלק פון בארא פארק און האבן טאקע געהאט שפעטער אסאך פערזענליכע טובות פון אים פאר זייער קהילה און מוסדות שאכמ"ל, און די עולם העט טאקע מיטגעהאלטן אז ווען בארארא האט גערודפט דיבלאזיא האט ער סאבפינעט אפאר פון די דערמאנטע עסקנים וויסענדיג זייער שטארקע קשרים,

ביסט זיכער אין וואס דו זאגסט? איז עס נישט אומלעגאל?
ווייל מיר ליגט אין קאפ, אז ווען איינע פון די היימישע צייטונגען האט אינדארסירט הילערי קלינטאן ווען זי איז געלאפן פאר סענעטאר, איז געווען א גאנצע סקאנדאל אז דאס איז צוליב פערזענליכע טובות, ממילא איז מיר שווער צו גלייבן אז די פארפיינטעטע דיבלאזיא האט זיך ארויסגעדרייט פון אזא זאך


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ליבי ובשרי און 15 געסט