תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג דעצמבער 15, 2020 8:11 am
אני הקטן א
האב אים געגעגעבן א קוויטל דרייצן יאר צוריק, ער האט אראפגעלייגט א געוואלדיגע עבודה דערביי, דורכגייענדיג יעדע נאמען און בקשה באזונדער ווי ער לערנט אפ א רשב"א, אנווינטשענדיג יעדער איינער לפי בקשתו
אינטערסאנט ווי ער האט זיך אפגעשטעלט ביי איין נאמען איבער די וועג וויאזוי משרייבט עס, ער איז ארויפגעקראכן אויף זיין לייטער צו אראפנעמען די נחלת שבעה פון די הויכע פאליציעס, און זיך געזעצט לערנען מיט מיר די גאנצע שטיקל און פאר א היבשע וויילע מיר מסביר געווען די גאנצע סוגיא פון די ראשונים ביז צום הייליגן דברי חיים
גיי ווייס פארוואס האט ער האט געפילט פאר וויכטיג צו זיך אראפלאזן צו א שנאקעל און אים פונקטליך מסביר זיין די גאנצע ענין
דענק איך ווי כהאב זיך געבעטן אז די דיין דארף זיך נישט מטריח זיין ארויף צו קריכן, אבער ער האט אוועק געמאכט מיין בקשה, ווי איינער זאגט סאיז גארנישט
די מחזה ווי א איד א זקן קריכט ארויף א לייטער אראפצונעמען א ספר שפרינגט מיר פאר די אויגן, מ'האט געקענט טאפן די אהבת התורה וואס האט געברענט אין אים, די ליכטיגע צהלת פנים ווען ער האט אונז אנגעוויזן די פונקטליכע הלכה וויאזוי צו טוהן לא ימוש מזכרוני
ער האט דעם נחלת שבעה מסתמא שוין געקענט אויפן לשון, אבער ער האט דייקא געוואלט עס זעהן נאכאמאל אינעווייניג און ער אויסלערנען פאר נאך א איד
איי מי יתן לנו תמורתו
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער
בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני
דע לאן אתה הולך