נארגוטס האט געשריבן:ווי קען מען הערן די דרשות פון די שלושים סעודה?
מערכת סאטמאר 1 1 6
נארגוטס האט געשריבן:ווי קען מען הערן די דרשות פון די שלושים סעודה?
אורח הכבוד האט געשריבן:כל מקדש האט געשריבן:נארגוטס האט געשריבן:ככלות השלושים צו די הסתלקות פון כ"ק הגה"צ ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן זצ"ל ראב"ד סאטמאר, וועט היינט אויפדערנאכט פארקומען די שלושים סעודה בהיכל בית מדרשו פונעם ראב"ד זצ"ל, אויף ראסס סטריט אין וויליאמסבורג, און מארגן נאכמיטאג וועט מען ארויפגיין צום ציון אויפן בית החיים אין קרית יואל
ווען גייט זיין הקמת מציבה
קומעדיגע וואך זונטאג אי''ה
קרייסלער האט געשריבן:כ'האב א בילד פונעם מציבה אבער די פייל איז צו גרויס צו אפלאדענען
נא_שכל האט געשריבן:ס'קומט עכט נישט דא אריין, אבער כאן מצא המקום לגבות...
וואס איז די פשט פון שרייבן די פסוקים פון יבכון את השריפה וכו' אויפן ראב"ד זצ"ל?!
אויף משה רבינו אדער אויף אהרן הכהן שטייט אין די תורה אז ס'איז געווען א שריפה? דער צדיק האט זיך שיין אויסגלעבט די יארן, געזען נחת ביי די קינדער און אייניקלעך, און ס'איז געקומען די צייט, איבערגעלאזט הערליכע דורות, וואס איז די שריפה?! דער צדיק איז נאסף געווארען, נסתלק מאתנו! אבער פארברענט?????
ביי בני אהרן וואס זענען נפטר געווארען שלא בעונתן, בלי בנים, און ס'איז פארגעקומען בשעת הקמת המשכן די שרעקליכע טראגעדיע, שרייבט מען אזוי, אבער ביי נארמאלע פעלער?!
מאדנע![]()
צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גוטן, גאלדגרוב, הויעך, מילכיגער, מרדכי ש, פעטער ליפא, קאפ און אקסל, קיטשי, קלאצער, רבותי און 55 געסט