רעפאליקאנער שווארצע אויסקוק פאר 08'

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

רעפאליקאנער שווארצע אויסקוק פאר 08'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

די מצב וואס ערווארט די רעפאבליקאנער אין נאוועמבער הייבט אן אויסציקוקען ערגער ווי מהאט ביז יעצט געמיינט.
נעכטען איז פארגעקימען א קאנגרעס פארמעסט אין מיסיסיפי אין א דיסטריקט וואס בוש האט אין 04' געווינען מיט 25 פראצענט די רעפאבליקאנער פארטיי האט אנגעוואנדען אלע כוחות מיטן אראפ ברענגען ווייס פרעז. טשעני אין אויפשפילען אבאמא'ס גלח.
דער טאטעל, דעמאקראט געווינען מיט 8 פראצענט
יודע דבר זאגען אז אויב בלייבט עס פארן אין דעי דעירעקשען רעדט מען פון א פאליטישע ערד ציטערניש אין נאוועמבער כדוגמת 94' אדער ערגער.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יאסל, א שטארקע פונקט, אז אין קאנגרעס, סענעט, קוקט אויס שווארץ פאר די ריפאבליקאנער, אבער אינעם פרעזידענטליכן פארמעסט, זענען די דעמעקראטן אויף גרויסע צרות, וויל ווי באקאנט דארף א דעמעקראט וואס וויל געווינען דעים ווייסן הויז געווינען אין וועסט ווערדזשיניע, און אויב אבאמא וועט זיין דער קאנדידאט, וואס לויט ווי ס'קוקט אויס, איז כמעט אוממעגליך אז נישט, וועט ער נישט קענען געווינען וועסט ווירדזשיניע, לויט די פאולס וואס מ'האט גענומען דעי וואך, וואס א גרויסן חלק פון די וויילער האבן געזאגט אז אויב גייט נישט קלינטאן זיין די קאנדידאט, גייען זיי וואוטען פאר מ'קעין,

און פון די אנדערע זייט האלט נאך קלינטאן נישט ביים אויפגעבן דעים פארמעסט, דעיס פארשטערקערט די צושפליטערינג אין די פארטיי, וואס איז שוין אזוי אויך צושפליטערט, דעיס קען מאכן אז ווען אבאמא וועט עווענטשעלי לויפן קעגן מ'קעין, וועט ער נישט קענען געווינען אין רעגולער דעמעקראטישע סטעיטס, ווי א פאול האט נישט לאנג צוריק געוויזן, אז ס'איז דא א טשענס אז מ'קעין זאל געווינען נוא יארק,
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

וויכטיג
דאס אז די דעמאקראטישער נאמינירטער קאנדידאט, קען נישט געווינען די ווייט-האוז אן וועסט ווירדזשיניע, ווי מ'האט געזעין די לעצטע 100 יאהר. איז נישט מער ווי הויקעס פויקעס, אין הויל פראפאגאנדע.

ווען איז געווען אזא נונטער פארמעסט אזוי שפעיט אינעם קאמפיין? נו אודאי האט דער נאמינירטער קאנדידאט געווינען.. ס'איז שוין דאמאלט ממילא נאר געווען איינ'ס.
ס"ה, וועסט ווידזשיניע איז אייביג געגאנגען פארן נאמינירטן קאנדידאט, ווייל ס'איז שוין דאמאלט לאנג נישט געווען קיין צווייטער.

אין אויב ס'האט זיך שוין יא נאכאמאל געמאכט געוואלדן אזוי שפעיט אינעם פארמעסט, איז דאס געווען אפשר נאך איין מאל אין די לעצטע 100 יאהר. נו איז דעמאלט געווען אנדערשט, מה קול הרעש, אז ס'איז איינמאל געווען אזוי, איז עס נאך נישט קיין הוראה לדורות.

כ'ווייז צוריק אמעריקע'ס דיעל מיט וועסט ווירדזשיניע...
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

SALADS, ביסט גראדע גערעכט, אבער וואס טוצעך מיט די פאולס פון דעמאראטישע וויילער אין וועסט ווערדזשיניע, און אין אנדערע סטעיטס, וואס זאגן כסדר אז אויב נישט זייער קאנדידאט, איז מ'קעין?

די זעלבע איז אין די אנדערע גרויסע "סווינג סטעיטס" וואס קלינטאן האט געווינען, אהייאו, און עספעשעלי טאמער מ'גייט נישט רעכענען די פלארידא דעלעגעטס, וועלן די דעמעקראטישע וויילער זיין אויפגערעגט, און נישט שטימען, אדער שטימען פאר מ'קעין, און אפילו מ'גייטעס יא רעכענען, קענעס שוין זיין צו שפעיט פאר אבאמא, ווייל ער האט געפייט אנטקעגן, ממילא איז דא א שטארקע טשענס אז די דעמעקראטן גייען פארלירן מיט א לענדסלייד די עלעקטארעל שטימען!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

מאכער

א לענדסלייד?!
שווער צו זאגן, אבער העלפן וועט עס זיכער פאר מ'קעין. מיט דעם אלעם וועט מ'קעין האבן א ביטער שווער פעלד, מיט שוואכע טשענסעס פאר סוקסעס.

אבער אז דעמאקראטישע קלינטוינים וועלן דעפעקטירן צו מ'קעין, דאס איז זיכער, וגם אנו בתוכם. די שאלה איז נאר וויפול, אין צו דאס וועט זיין געניג אים צו דעליווערן א געווינס.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

salads האט געשריבן:מאכער

א לענדסלייד?!
שווער צו זאגן, אבער העלפן וועט עס זיכער פאר מ'קעין. מיט דעם אלעם וועט מ'קעין האבן א ביטער שווער פעלד, מיט שוואכע טשענסעס פאר סוקסעס.


SALADS, ליין גוט איבער וואס כ'האב געשריבן, ער קען געווינען מיט א לענדסלייד די "אילעקטארעל שטימען", כאפסט? אויב ער געווינט נאו יארק, ("אויב", דעיס איז עכט נאר לויט איין פאול פון אפאר וואכן צוריק) און נאך אפאר סווינג סטעיטס, מיט א קליינע מערהייט, גייטער טאקע נישט געווינען די פאפולערע שטימען מיט א לענדסלייד, אבער די אילעקטארעל שטימען, מיט א ריזיגע לענדסלייד,
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

למשל דשארדזש מעגאווערן האט אפשר געווינען אין פאפולערע שטימען א היבשע צאל פון די שטימען, אבער אין אליעקטאעלס האט ער פארלורין מיט א רעקארד לענדסלייד געווינענדיג בלויז איין סטעיט מיט זייערע אילעקטארלס.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

וויטא פאסעלא, א רעפובליקאנער קאנגרעסמאן פון ניו יארק, האט געמאלדן אז ער וועט נישט זוכן ווידערוויילונג צוליב פערזענליכע סקאנדאלן, צוגעבנדיג צום רעפובליקאנער ערווארטעטע אנזעץ אין נאוועמבער.
אוועטאר
Chuchem Atik
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 30, 2008 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Chuchem Atik »

די סיבה פארוואס זיי זעצן אזוי אן איז ווייל זיי האבן נישט קיין זאך וואס צו פארקויפן. זיי ווילן נישט אויסזען אזוי קאנסערוואטיוו ווייל דאס האט שוין אנגעזעצט (אפי' ראש לימבוי אין שאן הענעטי זאגן אז נישט) אין אויב נישט קאנסערוואטיוו וואס פארקויפן זיי?! די דעמאקראטען דארפ'ן פשוט פארקויפן אז אלעס איז געגאנגען קאפויער ווייל בוש איז געווען פרעזידענט אבער איינמאל וואס ער וועט נישט זיין וועט אלעס זיין א מחי', אין די דעמאקראטען וועלן זיין ביים רודער אפאר יאר, אין נאך דעם וועט זיך איבערדרייען די דאטשיק אין די רעפאבליקאנער וועלן פארקויפן אז אלעס גייט קאפויער ווייל די דעמאקראטען זענען ביים רודער אין ווען זיי וועלן זיין וועט אלעס פארן א מחי'...

די עיקר פוינט איז ווער עס דארף ארויסווארפן יענעם האט א שטארקע טענה. אין ווער עס דארף זיך דיפענדען דער האט א פראבלעם.
אוועטאר
Chuchem Atik
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 30, 2008 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Chuchem Atik »

די דעמאקראטען האבן יעצט אויך א טענה חאטש זיי זענען ביי די מאכט ווייל זייער מעסעדש איז "בוש" ער איז א געפערליכע מענטש וואס מאכט אלע צרות פאר די גאנצע וועלט אין פאר אמעריקא בפרט, אין דאס פארקויפט זיך זייער גוט פאר'ן המון עם, וואס זענען פארביטערט, וואס מען קען זען אז די א'באמא רייסט אראפ מקעין דורך אים פארבינדען מיט בוש כאטש יעדע בר דעת וואס ווייסט אביסל פאליטיק פון די לעצטע צען יאר ווייסט אז די צוויי זענען בלוט שונאים וואס האבן שלום געמאכט נאר ווייל בוש האט געדארפט צוקומען צו מעיקען אין 04 אין בוש האט אים צוגעזאגט שטיצע אין 08.

מיט דעם אלעם זעט מען אז מען שטעלט צאם די צוויי כאלו זיי זענען מיט ארבעטער'ס פאר די לעצטע 20 יאר.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ביידעוועי, די סטעיט ביי סטעיט פאולס, ווייזן אז אויב וואלט היינט פארגעקומען א פארמעסט, וואלט מ'קעין געווינען די פארמעסט קעגן אבאמא,

דעיס איז נאך א ראי' צו מיינע רייד, אז אפילו אינעם גאנצען לאנד אויפאמאל, ווייזן די פאולס אז אבאמא שטייט העכער, אבער ווען ס'קומט צו סטעיט ביי סטעיט, איז מ'קעין העכער פון אבאמא, דעיס איז צו פארדאנקען די אויפגערעגטע קלינטאן שטיצער פון ארקענסאו, און פלארידא, און נאך סטעיטס, ווי נאו העמפשער.....
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
Chuchem Atik
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 30, 2008 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Chuchem Atik »

לכאורה וועט מקעין געוואונען, ווייל סוף כל סוף איז אמעריקא נאך אלץ ראסיסטיש געשטומט אין זיי קענען זיך נישט זען האבן א טונקעלען פאר פרעזידענט. אוודאי ווען די וועסט פרעגן א גוי וועט ער דיר זאגן א עס גייט מיך נישט אן אבער ווען עס קומט צום בודקע ווען קיינער זעט נישט וועלן זיי ענדערש שטימען פאר מקעין וואס איז א אמעריקאנער העלד. נאכדערצו אין די דרום שטאטען וואס זיי וואלטן נאך אלץ געהאט עבדים ווען נישט עס איז אומגעזעצליך, די בעסטע ראי' איז קענטאקי וואס קיינער האלט נישט אז קלינטאן קען עס נאך מאכן אבער די ראסיסטען דארט האבן נאך אלץ געוואלט ווייזן אז זיי ווילן נישט אבאמא, אין דאס איז וואס טרייבט נאך קלינטאן אז זי זאל קענען איבערווייזן פאר די סופערדעליגעטס אז אמעריקא איז נישט גרייט פאר א שווארצען. זי קען עס נישט זאגן הויך אבער דאס איז איר שטערקסטע טענה, אין וועסט ווירזשינישע אין קענטאקי יוכיח.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”