רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9662
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 7:55 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:ערגעץ האב איך געזען אז די גאנצע רעדע פון סיטי ווערסעס רורעל איז ארום א פראצענט אראפ און ארויף, נאר די מידיא נעמט דאס נעקסט לעוועל.

אזוי אויך ווען איך האב געוואלט זוכן די פשוט'ע פאפולעישאן וואוקס רעזולטאטן פאר אלע געגנטער איז עס נישט געווען צום געפינען אין קיין שום נייעס באריכט. אלעס איז געווען פארנומען פייערן די זיג אז אמעריקע איז געווארן מער ראסע דייווערסיפייד, און מער אורבען.
עס האט מיך גענומען 15 צומישטע מינוטן ביז איך האב געטראפן ערגעץ די פארשטופטע לינק אויפן צענזוס זייטל, פארשטייט זיך נאכן האלטן אין איין אריינבאמפן אין די העדליין, וואס האט פאר סאם ריעזען עפעס א אומבאהאלטענע פרייד ביים מעלדן די היילייט'ס.

וואס מיינט "ארום א פראצענט אראפ און ארויף?"

שיקאגאו (אויב רעכטס) וואס איז דירעקט שוואך געוואקסן (1.9%) איז מיט פופצן ביז צוואנציג פראצענט שטערקער ווי ווייניגסטנס צען דיסטריקטס און ארום צען פראצענט שטערקער ווי צענדליגע אנדערע רורעל דיסטריקטס.
61159834856cc.preview.jpg
61159834856cc.preview.jpg (159.55 KiB) געזעהן 1387 מאל


פילאדעלפיע קאונטיס (אונטן רעכטס) זענען געוואקסן מיט בערך 5% אין דורכשניט בשעת אסאך קאונטיס זענען געשרינקן מיט זעקס, אכט און צען פראצענט.
Screenshot_20210812-191613.jpg
Screenshot_20210812-191613.jpg (188.6 KiB) געזעהן 1387 מאל


אין ניו יארק סיטי איז ברוקלין געוואקסן מיט כמעט צען פראצענט, קווינס אכט, מאנהעטן זיבן און בראנקס און סטעטן איילענד בערך זעקס פראצענט און לאנג איילענד און די סובארבס ארום די סיטי זענען אויך שטארק געוואקסן. איך האב נישט געטראפן די פונקטליכע פראצענט פון די רורעל קאונטיס אין אפסטעיט אבער פילע פילע זענען געשרינקן, פילע זענען שטארק אראפ.

Brooklyn: 2.7 million (+9.2%)
The Bronx: 1.5 million (+6.3%)
Manhattan: 1.7 million (+6.8%)
Queens: 2.4 million (+7.8%)
Staten Island: 496,000 (+5.8%)
City total: 8.8 million (+7.7%)
Screenshot_20210812-192722~2.jpg
Screenshot_20210812-192722~2.jpg (115.76 KiB) געזעהן 1387 מאל


טעקסאס, ווירדזשיניע, נארט קאראליינע, סאוט קאראליינע, דזשארדזשיע, אהייאו, אינדיענע, ארקענסאו, אלאבאמע און נאך, האבן נאך גרעסערע פראצענט חילוקים צווישן סטעיט און רורעל.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2736
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 7:59 pm

צל עובר האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:ערגעץ האב איך געזען אז די גאנצע רעדע פון סיטי ווערסעס רורעל איז ארום א פראצענט אראפ און ארויף, נאר די מידיא נעמט דאס נעקסט לעוועל.

אזוי אויך ווען איך האב געוואלט זוכן די פשוט'ע פאפולעישאן וואוקס רעזולטאטן פאר אלע געגנטער איז עס נישט געווען צום געפינען אין קיין שום נייעס באריכט. אלעס איז געווען פארנומען פייערן די זיג אז אמעריקע איז געווארן מער ראסע דייווערסיפייד, און מער אורבען.
עס האט מיך גענומען 15 צומישטע מינוטן ביז איך האב געטראפן ערגעץ די פארשטופטע לינק אויפן צענזוס זייטל, פארשטייט זיך נאכן האלטן אין איין אריינבאמפן אין די העדליין, וואס האט פאר סאם ריעזען עפעס א אומבאהאלטענע פרייד ביים מעלדן די היילייט'ס.

שוין יארן וואס מען מצב'ט קאנסטענטלי אז מענטשן פוצן אפ פון ניו יארק סיטי, און דערווייל איז עס גאר געוואקסן מיט קנאקעדיגע מער ווי שישים רבוא, די ערשטע מאל אין דורי דורות וואס עס וואקסט מער ווי די נעשאנעל עוורידזש, איז נישט מער ווי נארמאל אז אלע סיטי פאטריאטן וואס האלטן מיט די זאכן, טאנצן ביזן דאך.

אמת, אבער ביי מאנכע איז דאס אבער בלויז נאך א טרעפל אנצוקומען צום ציהל. די מיסיע גייט ענדגילטיג ווערן אקאמפלישד הערשט אין 50 יאר ארום.
דאן גייט א ניו יארק סיטי סקול זיך ארויסלאזן אויף א היסטאריע טריפ צו די אלטמאדישע מדבריות, עפעס א פארעם אין אפסטעיט. מ'גייט זיי ווייזן וויאזוי מ'האט אמאל געלעבט, אזוי אפגעזונדערט און ווייט.
א חלק פון די טריפ גייט זיין זיך טרעפן צום ערשטן מאל מיט א אלט-געזעסענער ווייסער אומשכל'דיגער פארשוין, (וועלכער באקומט באצאלט צו שפילן זיין ראלע..)
דערנאך גייט א פראפעסאר געבן א לעקציע וויאזוי מ'האט אמאל געלעבט אין די צוריקגעשטאנענע צייטן, ווען ס'איז געווען אזא מין זאך ווי ווייסע ראסיסטן און א רעפאבליקאנער פארטיי,... עפעס וואס מ'טרעפט שוין היינט גאר זעלטן...

מישאן אקאמפלישד..

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9662
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 8:01 pm

דא האסטו נאציאנאל. די שטארק טונקל גרין איז צוואנציג פראצענט וואוקס אדער מער און מיטל גרין איז צען בעז צוואנציג פראצענט וואוקס. די אלע אראדזש קאלירטע דיסטריקטס (קיין וואוקס אדער געשרינקן) זענען ווייניגסטנס צוואנציג און צען פראצענט שוואכער ווי די טונקל און מיטל גרינע קאונטיס. מן הסתם דא געפס וואס זענען דאפלט ווי דעם.
צוגעלייגטע
20210812_162715.jpg
20210812_162715.jpg (237.36 KiB) געזעהן 1378 מאל
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 8:01 pm

האלצשטיין האט געשריבן:אקעי, איך בין נישט אזא עקספערט אין דיסטריקט ביי דיסטריקט ווי @צל און @שלמה,

די היינטיגע צענזוס ציפערן קען אויסמאכן לגבי טראמפ 2024 צו ער זאל זיין מער רואיג צו לויפן, אדער האבן שלשול איבער דעם? אדער מאכט עס בכלל נישט אויס?

אין קורצן: גארנישט.

מבואר: היינט האט גארנישט מיט דעם עלעקטארל קאלעדזש, ווייל די סטעיטווייד ציפערן זענען שוין ארויסגעקומען אפאר מאנאטן צוריק, ווי דו קענסט זעהן אנהייב אשכול. סך הכל האט טראמפ פארדינט 3 עלעקטארל שטימען אויב קוקט מען אויף 2020, איין עלעקטארל שטימע אויב קוקט מען אויף 2016.

-------

ר' יום טוב, קען זיין אז דיין שיטה איז אפשר גערעכט, אבער דאס האט גארנישט מיט די היינטיגע שמחה, עס איז זייער נארמאל זיך צו פרייען ווען די וואס לאכן פון דיין שטאט פאר יארן, ווערן געפראווד ראונג אויף א שטארקן אופן.

און אודאי מיט דעם וואס עס שטעלט זיך ארויס אז די שטאט בומט לייק נעווער בעפאר אין דעקעידס.

Garden
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 19, 2021 8:23 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך Garden » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 8:08 pm

צל עובר האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:אקעי, איך בין נישט אזא עקספערט אין דיסטריקט ביי דיסטריקט ווי @צל און @שלמה,

די היינטיגע צענזוס ציפערן קען אויסמאכן לגבי טראמפ 2024 צו ער זאל זיין מער רואיג צו לויפן, אדער האבן שלשול איבער דעם? אדער מאכט עס בכלל נישט אויס?

אין קורצן: גארנישט.

מבואר: היינט האט גארנישט מיט דעם עלעקטארל קאלעדזש, ווייל די סטעיטווייד ציפערן זענען שוין ארויסגעקומען אפאר מאנאטן צוריק, ווי דו קענסט זעהן אנהייב אשכול. סך הכל האט טראמפ פארדינט 3 עלעקטארל שטימען אויב קוקט מען אויף 2020, איין עלעקטארל שטימע אויב קוקט מען אויף 2016.

-------


יא אבער פון די אנדערע זייט קוקט אויס אז די דעמאקראטן האבן מער אראפגענאגלט די סטעיטס וואס זיי האבן גאר שמאל געווינען אין 2020 צו זייער זייט
סוי די אינפארמעישן פון היינט פעיווארט לכאורה די דעמאקראטען אויפן פרעזידענטשיעל פראנט, ריכטיג?

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9662
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 8:20 pm

צל עובר האט געשריבן:...


...
עס איז זייער נארמאל זיך צו פרייען ווען די וואס לאכן פון דיין שטאט פאר יארן, ווערן געפראווד ראונג אויף א שטארקן אופן.

און אודאי מיט דעם וואס עס שטעלט זיך ארויס אז די שטאט בומט לייק נעווער בעפאר אין דעקעידס.


ברוקלין איז געוואקסן מיט צוויי הונדערט פינף און דרייסיג טויזנט נייע איינוואוינער. מער ווי סיי וועלכע שטאט איבער לאנד און אויף א שנעלערע ראטע ווי אסאך פון די שנעלסט-וואקסענע שטעט (פון די צען גרעסטע סיטיס איז נאר פיקניקס געוואקסן אויף א שנעלערע ראטע).

די טייערע ברוקלין מיט די קליינטשיגע דירותלעך אויפן זעקסטן שטאק און טרעפיק און שטייערן און קאלטע ווינטערס און טייערע פרייזן איז געוואקסן שנעלער ווי א דאלאס אדער יוסטאן וואו מען קען זיך איינהאנדלען א פאלאץ מיט א גוט ארום פאר א האלב מיליאן.

דאס קומט נאך יארן וואס די נעראטיוו איז אז דא קומט פאר א מאסן אויסוואנדערונג צוליב דעבלאזיאו אדער ליבערלס אדער קריים צי וואס.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

קוק אויף דיך אליינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6296
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 8:28 pm

- די קאנגרעשענאל דיסטריקט מיט די שטערקסטע ווייסע באפעלקערונג איז קענטאקי'ס 5'טע דיסטריקט.

93.8% פונעם דיסטריקט זענען ווייסע.

- די קאנגרעשענאל דיסטריקט מיט די שטערקסטע שווארצע באפעלקערונג איז מיסעסיפי'ס 2'טע דיסטריקט.

64.1% פונעם דיסטריקט זענען שווארצע.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9662
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 8:30 pm

איך כאפ יעצט אז אויך קריים אין די סיטי האט יעצט געטראסקעט מיט א גוטע זעקס ביז אכט פראצענט per capita.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3148
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 8:40 pm

יעצט גייט זיך אנהייבן די רוטינע קלוג ווס. נאריש (אקא סטאטיסטיק ווס אנעקדאטעל) טענה'ריי

"איך האב דאך אליין געהערט פון מענטשן וואס מופן אוועק אין די מאסן" די נומבערס זענען בעלויני וכו' וכו'

(דער אמת איז אבער אז עס איז סיי ווי קנאפ נוגע. די גאנצע שמחה וואס איז דא ביי קאנסערוואטיוון אויב עס איז דא אויסוואנדערונג פון ליבעראלע שטאטן צו קאנסערוואטיווע איז אויב די סטעיטס וועלן דערפאר געינען פאוער, אויב אבער די דעמאקראטישע סטעיטס און דיסטריקטס געינען גאר - כאטש וואס עכט האבן זיי דערלייגט מענטשן... - איז דאס נאר א ווין ווין, סיי א רואיגערע ווייניגער אנגעלייגטע שטאט און סיי די פאוער...)
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.


קוק אויף דיך אליינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6296
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 8:42 pm

טעקסאס וועט לויט באריכטן ארויסלייגן זייער נייע דיסטריקט מאפע סעפטעמבער 1.

קוק אויף דיך אליינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6296
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 9:02 pm

דעיוויד בעילער פון די וואשינגטאן פאוסט:

די 2020 עלעקשאנס, און די 2020 נייע צענזוס רוזעלטאטן זענען געשען אין די זעלבע יאר.

די 2020 עלעקשאנס רוזעלטאטן זענען געווען ממש האלז צו האלז.

איז איך זעה נישט קיין שום סיבה פארוואס די דעמאקראטן זאלן זיך יעצט איינרעדן אז זיי האבן היינט באקומען עפעס אויסטערליש.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9662
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 9:09 pm

ווייל פארמעסטן פאר קאנגרעס און סטעיט לעגיסלאטיווע זיצן זענען געווארן באשטימט לויט די אלטע און out of date אינפארמאציע פון צען יאר צוריק. אין הכי נמי אז לגבי די עלעקטארל קאלעדזש איז דאס נישט קיין אויפטו פארן דעמאקראט, על כל פנים ווילאנג דעמאקראטן האבן נישט קיין ערנסטע שאנסן אין טעקסאס וכו.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

והיתם נקיים
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך והיתם נקיים » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 9:57 pm

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:דעיוויד בעילער פון די וואשינגטאן פאוסט:

די 2020 עלעקשאנס, און די 2020 נייע צענזוס רוזעלטאטן זענען געשען אין די זעלבע יאר.

די 2020 עלעקשאנס רוזעלטאטן זענען געווען ממש האלז צו האלז.

איז איך זעה נישט קיין שום סיבה פארוואס די דעמאקראטן זאלן זיך יעצט איינרעדן אז זיי האבן היינט באקומען עפעס אויסטערליש.

למעשה האט מען ביז יעצט נישט געוואוסט מיט וויפיל יעדע פארטיי האט אויסגעמעקסט זייער באזע'ס טוירנאוט, יעצט שטעלט זיך ארויס אז דעמאקראטן האבן א פאטענציאל ארויסצוברענגען מער פרישע וויילער ווי רעפובליקאנער.

למשל אין ניו יארק, די ביידען קאונטיס האבן געהאט 51.3 שטימען פאר יעדע איינוואוינער העכער אכצן (אום אפריל 1), און טראמפ קאונטיס האבן געהאט 60.2 שטימען פאר יעדע איינוואוינער העכער אכצן (אום אפריל 1).

דאס מיינט אז ווען ביידען קאונטיס וואלטן געהאט אזא טוירנאוט ווי טראמפ קאונטיס וואלט ביידען געוואונען מיט 4.1 פונקטן ברייטער.
לעצט פאראכטן דורך והיתם נקיים אום דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 10:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9662
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 10:08 pm

"ערגעץ האב איך געזען אז די גאנצע רעדע פון סיטי ווערסעס רורעל איז ארום אזא צוואנציג, פינף און צוואנציג פראצענט אראפ און ארויף, נאר די מידיא..."

דזשארדזשיע אין פארגלייך צו צען יאר צוריק.
צוגעלייגטע
Screenshot_20210812-220457.jpg
Screenshot_20210812-220457.jpg (272.02 KiB) געזעהן 1220 מאל
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

אוועטאר
האלצשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך האלצשטיין » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 10:58 pm

צל עובר האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:אקעי, איך בין נישט אזא עקספערט אין דיסטריקט ביי דיסטריקט ווי @צל און @שלמה,

די היינטיגע צענזוס ציפערן קען אויסמאכן לגבי טראמפ 2024 צו ער זאל זיין מער רואיג צו לויפן, אדער האבן שלשול איבער דעם? אדער מאכט עס בכלל נישט אויס?

אין קורצן: גארנישט.

מבואר: היינט האט גארנישט מיט דעם עלעקטארל קאלעדזש, ווייל די סטעיטווייד ציפערן זענען שוין ארויסגעקומען אפאר מאנאטן צוריק, ווי דו קענסט זעהן אנהייב אשכול. סך הכל האט טראמפ פארדינט 3 עלעקטארל שטימען אויב קוקט מען אויף 2020, איין עלעקטארל שטימע אויב קוקט מען אויף 2016.

-------

ר' יום טוב, קען זיין אז דיין שיטה איז אפשר גערעכט, אבער דאס האט גארנישט מיט די היינטיגע שמחה, עס איז זייער נארמאל זיך צו פרייען ווען די וואס לאכן פון דיין שטאט פאר יארן, ווערן געפראווד ראונג אויף א שטארקן אופן.

און אודאי מיט דעם וואס עס שטעלט זיך ארויס אז די שטאט בומט לייק נעווער בעפאר אין דעקעידס.

אויב וואלט טראמפ געזען אין די היינטיגע נומבערס גוטע נייעס פאר 2024 וואלט שוין געווען דא MAGA סטעטמענט פונעם געוועזענעם פרעזידענט וואס קוקט אזוי שטארק ארויס צו ארויסלייגן סטעטמענטס יעדע פאר מינוט.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך הלבלר בקולמסו » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 11:19 pm

eller האט געשריבן:און דאס איז אלעס וואס א גרויסע חלק היימישע אידן האבן נישט אויסגעפילט די צענזוס וואס כ'גלייב אז ועון יעדער פילט ווען אויס קען כמעט יעדע היימישע געגענט האבן א אייגענע קאנגראסמאן און אפגערעדט א אסעמבלימאן..

לייג אוועק די תגובה פאר 10 יאר ארום...
א שפריצקעלע טינט פונעם לבלר'ס פעדער. . . . .

משהלע
שר האלף
תגובות: 1764
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך משהלע » פרייטאג אוגוסט 13, 2021 12:16 am

וואונדערבאר צו זעהן אויפן צענזוס אז אלט וויליאמסבורג האט פארלוירן מענטשן זייט 2010. ניי וויליאמסבורג איז געוואקסן. בארא פארק נישט געוואקסן אזוי פיל.

No surprise. אונז אלע ווייסן אז די ריזיגע וואוקס אין אלע אנדערע געגנטער איז פון מענטשן וואס האבן זיך געצויגן, חוץ פון די נאטירליכע וואוקס.

משהלע
שר האלף
תגובות: 1764
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך משהלע » פרייטאג אוגוסט 13, 2021 12:19 am

.

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2736
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג אוגוסט 13, 2021 7:19 am

נאך 2010 איז געווען א גרויסע אפהאנדלונג אין נייעס באריכט ווי ווייט פון רעאליטעט די דעמאלסדיגע צענזוס האט אפגעשפיגלט די ברוקלינער ציפערן. ער האט בעיקר דאכצעך אנגעוויזן, אז בלויז די געבורטן ביים חרדישן ציבור איז געווען דאפעלט פון די גאנצע וואוקס וואס איז אפיציעל צוגעקומען פון גאנץ ברוקלין! עס איז אויך דאן געווען פילע אקטיוויסטן וואס האבן געשריגן שווארץ אויף ווייס אז אין פילע געדעכט באוואוינטע צענזוס טרעקט'ס איז געשטאנען 0! (מן הסתם די פירות פון א טיפישע ברוקלין אנגעפירטע צענזוס ווירטשאפט..)

דעריבער קען פשוט זיין אז דאן האט מען אינטערגעשאצט די נאמבער'ס, און אצינד איז דאס פאראכטן געווארן.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג אוגוסט 13, 2021 9:25 am

איך בין גראדע אויף דעם מיט @ר' יום טוב, יתכן אז א גרויס טייל פון דעם וואוקס איז וואס מען האט נישט געציילט פאריגע מאל.


אבער די געבורטן חלק זאגט גארנישט, ווייל דאס איז קלאר אז מאסן מענטשן ציען זיך כסדר ארויס פון שטאט, אבער מאסן אנדערע ציען זיך אריין פון די גאנצע וועלט און פון גאנצן לאנד, קינדער ווערן געבוירן, מענטשן שטארבן, ממילא איז וויפיל קינדער ווערן געבוירן אומרעלעוואנט אלס ראי' אז עס האט געדארפט וואקסן, ווייל עס קען דאך זיין אז די נעט מיינוס פון מופן, איז מער ווי די נעט פלאס פון געבורטן/טויטפעלער.


די זעלבע זאך איז דאך פארקערט, עס איז כסדר דא באריכטן ווי סאך מענטשן מופן ארויס, דאס ווערט נישט אויס אמת, עס מופן טאקע אוועק גאר אסאך, מען האט נאר פארזעהן אז אין נעט מופן למעשה נאך אריין אסאך מער ווי עס מופן ארויס.

--------

הרב @משהלע, עס קען זיין אז אין אלט וויליאמסבורג האט מען נישט געהעריג געענטפערט דעם צענזוס...

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2736
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג אוגוסט 13, 2021 11:04 am

ראמאפא איז געוואקסן מיט 17.6% צו 148,919
שיכון כתר איז געוואקסן 16.2% צו 5491
שיכון סקווירא איז געוואקסן 39.4% צו 9679
קרית יואל איז געוואקסן 63.3% צו 32,954

בלומינגבורג איז געוואקסן 143.5% צו 1032

קוק אויף דיך אליינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6296
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » פרייטאג אוגוסט 13, 2021 11:10 am

IMG_20210813_111003.jpg
IMG_20210813_111003.jpg (165.09 KiB) געזעהן 845 מאל

קוק אויף דיך אליינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6296
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » פרייטאג אוגוסט 13, 2021 11:11 am

IMG_20210813_111101.jpg
IMG_20210813_111101.jpg (198.78 KiB) געזעהן 845 מאל

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9662
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג אוגוסט 13, 2021 11:19 am

ניינציג פראצענט קאונטיס וואס האבן פארלוירן באפעלקערונג האבן זיך גערוקט צו רעכטס און געווארן מער רעפובליקאנער געשטימט אין פארגלייך צו 2012. פון די קאונטיס וואס האבן געזען א באפעלקערונג וואוקס אין די לעצטע צען יאר זענען זיבציג פראצענט געווארן מער בלוי-דעמאקראטיש אין פארגלייך צו 2012.

IMG_20210813_110212.jpg
IMG_20210813_110212.jpg (68.37 KiB) געזעהן 828 מאל


קאונטיס וואס האבן פארלוירן מער ווי צען פראצענט פון זייער באפעלקערונג.

IMG_20210813_111802.jpg
IMG_20210813_111802.jpg (241.43 KiB) געזעהן 828 מאל
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוגוסט 15, 2021 2:30 am

און מיט דעם אלעם, האט טראמפ כמעט געווינען...


ווי דער רעכטער עלעקשן אנאליסט פעטריק רופיני ווייזט אן..

Screenshot_20210815-022928_Twitter.jpg
Screenshot_20210815-022928_Twitter.jpg (203.09 KiB) געזעהן 1253 מאל


און אויך מיינט דאס אז טראמפ האט געהאט נאך שטערקערע טוירנאוט ווי געמיינט אין זיינע פלעצער, וועלכע האבן ווייניגער מענטשן ווי געמיינט, און א עטוואס שוואכער ווי געמיינט טוירנאוט פאר ביידן, וואס זיינע פלעצער האבן מער מענטשן ווי געמיינט.

זייטיגע נאטיץ
לדוגמא, עטוואס מער ווי דריי מיליאן האבן געשטימט אין די סיטי, פאר א שטאט פון 8.4 מיליאן איז דאס בערך 36% פון די באפעלקערונג, אבער פאר א שטאט פון 8.8 מיליאן, איז דאס בלויז ארום 34.5%.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, א גולם, אשר ברא, הר גריזים, טשיינע רב, פונדערנאנט און 58 געסט