רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18174
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מאי 09, 2021 4:41 pm

וואסערמאן מאפע שפעקולאציעס.

על פי בקשת א חשוב'ער ניק וואס געבט אסאך צו דא.

קודם כל לאמיר ברענגן ניו יארק סטעיט. די קאלירן איז די קוק פי ווי איי אינדעקס, וואס גייט לויט די צוויי לעצטע פרעזידענט פארמעסטן, נישט די יעצטיגע פארטרעטער. יעצט האט 19 א דעמאקראט, און 24 א רעפאבליקאנער. 21 איז סטעפאניק'ס דיסטריקט.
IMG_20210509_163319.jpg
יעצטיגע ניו יארק מאפע
IMG_20210509_163319.jpg (134.37 KiB) געזעהן 1623 מאל

IMG_20210509_163321.jpg
וואסערמאן דעמאקראטישע דזשערימענדער שפעקולאציע
IMG_20210509_163321.jpg (137.03 KiB) געזעהן 1623 מאל

און ער שרייבט דאס:
Reminder: NY losing a seat isn't necessarily "bad for Dems." If the Dem legislature overrules the commission, it could replace the current 19D-8R map w/ the hypothetical 23D-3R map below. How maps are drawn will matter more than each state's number of seats. https://t.co/AAQXO18C5P

-------------

אזוי ווי מינעסאטע איז דאך די סטעיט וואס באקומט די דיסטריקט וואס ניו יארק פארלירט גאר שמאל, ברענגט מען דאס נעקסט. מען זעהט אז די רעפאבליקאנער פארדינען מער פון דעם וואס עס פארלירט נישט די אכטע זיץ.
Screenshot_20210509-163906_Twitter.jpg
מינעסאטע מיט זיבן זיצן, קעגן אויב עס בלייבט מיט אכט.
Screenshot_20210509-163906_Twitter.jpg (339.4 KiB) געזעהן 1623 מאל

-----------

עס גייט נאר אריין דריי בילדער אין א תגובה, ממילא וועלן די איבעריגע דארפן ווארטן אביסל.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך גיי פארשטיי » זונטאג מאי 09, 2021 5:21 pm

א גרויסן ייש"כ!
מיר ווארטן מיט שפאנונג!
ר' זעקל האט געשריבן:איך מיין מען זאל פון היינט אין ווייטער פארלאנגן אין ערעפארט און ביי די באן סטאנציעס חוץ באווייז פאר אלע 10 באסטער שאטס אויך באווייז אז מען האט נישט געוואוט פאר טראמפ.
#אמעריקע אן די רייט דירעקשאן.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך גיי פארשטיי » זונטאג מאי 09, 2021 5:31 pm

אינטערעסאנט כלפי וואסערמאנ'ס ניו יארקער מאפע איז, אז ער רעכנט אריין 3 שמאלע דעמאקראטישע דיסטריקט'ס, דאס הייסט אז אויב די רעפ'ס האבן הצלחה קענען זיי ענדיגן מיט 6 אפי' אין אזא מאפע.
ר' זעקל האט געשריבן:איך מיין מען זאל פון היינט אין ווייטער פארלאנגן אין ערעפארט און ביי די באן סטאנציעס חוץ באווייז פאר אלע 10 באסטער שאטס אויך באווייז אז מען האט נישט געוואוט פאר טראמפ.
#אמעריקע אן די רייט דירעקשאן.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18174
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מאי 09, 2021 6:48 pm

דיסטריקט 19 רעכנט מען אז דעלעגאדא (ד) דארף עס צו קענען ווייטער אנהאלטן אן שוועריקייטן, זינט עס איז דאך א שיינע פאר פראצענט מער לינק ווי זיין יעצטיגע 19.

די נייע דיסטריקט 12 רעכנט מען אז ברינדיסי (ד) וועט גאר גרינג קענען אנהאלטן, האבנדיג געווינען און פארלוירן גאר שמאל די יעצטיגע דיסטריקט 22 וואס איז היפש רויט.

די נייע דיסטריקט 24 רעכענט ער טאקע אז דזשאן קאטקא (ר) וועט טאקע אנהאלטן ווי לאנג ער לויפט, מכל שכן וואס דעם נאך מער בלויען יעצטיגן 24 געווינט ער, אבער נאך אים וועט עס רוב מאל לכאורה גיין בלוי.

(דאס איז אלעס סתם א בערך'דיגע איידיע פון וואסערמאן ווי אזוי עס קען זיין, באמת קען זיין אסאך מער א קרום אויסזעהנדיגע מאפע ווי דאס, מיט פעסטערע בלויע זיצן. זיין מאפע קוקט גראדע אויס היפש נארמאל און איניסענט..)

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך גיי פארשטיי » זונטאג מאי 09, 2021 8:27 pm

12 איז די אלטע 22?

וואס מיינט סטאטוס קווא אין מינעסאטע נאר 7-8, אדער בכלל?
ר' זעקל האט געשריבן:איך מיין מען זאל פון היינט אין ווייטער פארלאנגן אין ערעפארט און ביי די באן סטאנציעס חוץ באווייז פאר אלע 10 באסטער שאטס אויך באווייז אז מען האט נישט געוואוט פאר טראמפ.
#אמעריקע אן די רייט דירעקשאן.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18174
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מאי 09, 2021 8:57 pm

12 איז א נייע דיסטריקט פאר ענטאני ברינדיסי.

וואס ער טוט איז אז ער נעמט אוועק דיסטריקט 12 אין די סיטי אלס א דיסטריקט וואס מען איז מבטל, און שלעפט אריין דיסטריקט 17 און 18 טיפער אריין אין שטאט, און מאכט א נייע דיסטריקט 12 אינגאנצן אין אפסטעיט. (חוץ מזה וואס דיסטריקט 27 ווערט אויס.)

די אנדערע וועג איז פשוט מבטל זיין בלויז דיסטריקט 27, און אלע דיסטריקטן וואס זענען צווישן די סיטי און אפסטעיט זאלן אריינגיין טיפער אין אפסטעיט.

די סטאטוס קווא אין מינעסאטע מיינט מאכן א אכט זיצן, 4-4 מאפע פאר ביידע פארטייען, און בלויז אביסל ארומרוקן די גרעניצן.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך גיי פארשטיי » זונטאג מאי 09, 2021 10:32 pm

צל עובר האט געשריבן:12 איז א נייע דיסטריקט פאר ענטאני ברינדיסי.

וואס ער טוט איז אז ער נעמט אוועק דיסטריקט 12 אין די סיטי אלס א דיסטריקט וואס מען איז מבטל, און שלעפט אריין דיסטריקט 17 און 18 טיפער אריין אין שטאט, און מאכט א נייע דיסטריקט 12 אינגאנצן אין אפסטעיט. (חוץ מזה וואס דיסטריקט 27 ווערט אויס.)

די אנדערע וועג איז פשוט מבטל זיין בלויז דיסטריקט 27, און אלע דיסטריקטן וואס זענען צווישן די סיטי און אפסטעיט זאלן אריינגיין טיפער אין אפסטעיט.

די סטאטוס קווא אין מינעסאטע מיינט מאכן א אכט זיצן, 4-4 מאפע פאר ביידע פארטייען, און בלויז אביסל ארומרוקן די גרעניצן.

מיין שאילה איז צו מינעסאטע-2 וועט ווערן מער בלוי אדער די רעפ'ס האבען א שאנס דארט?
ר' זעקל האט געשריבן:איך מיין מען זאל פון היינט אין ווייטער פארלאנגן אין ערעפארט און ביי די באן סטאנציעס חוץ באווייז פאר אלע 10 באסטער שאטס אויך באווייז אז מען האט נישט געוואוט פאר טראמפ.
#אמעריקע אן די רייט דירעקשאן.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18174
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מאי 09, 2021 11:18 pm

איך גלייב אז אלע סווינג זיצן וועלן מער סעיף פאר זײערע פארטייען ווי יעצט.

פשטות גייען די סאבורבען זיצן ווערן אביסל קלענער ווי יעצט, ווייל זיי האבן פארדינט מער מענטשן, אין אנדערע ווערטער, געוויסע רעפאבליקאנער געגענטער וועלן זיך רוקן פון די סאבורבען זיצן צו די רורעל זיצן.

אבער מען דארף שטייצעך האבן די עקטשועל לאקאלע צענזוס ציפערן צו זעהן אויב איז טאקע אזוי.

והיתם נקיים
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך והיתם נקיים » מאנטאג יולי 12, 2021 1:33 pm

ווען דער עולם וואלט ארויסגעהאט די שטארקע משמעות פונעם צענזוס, וואלט דער אשכול געווען מער אקטיוו. אלנפאלס, די צענזוס ביורא האט היינט געמאלדן אז אין פינף וואכן ארום (אוגוסט 16) גייען זיי ארויסגעבן די צענזוס רעזולטאטן פון קאונטיס, שטעט, און שטעטלעך וכדו', ווי אויך די צענזוס באפעלקערונג לויט יארגאנג, ראסע, און פאלק.

ס'דארף אנגעמערקט ווערן אז די יערליכע שאצונג פון די אלע אינפארמאציע וואס איז שוין ארויסגעקומען פאר 2020 איז נאך באזירט אויף די 2010 צענזוס (הגם די דאטום פון די יערליכע שאצונג איז יולי 1, און די צענזוס דאטום איז אפריל 1, וואס מיינט אז די 2020 שאצונג איז שוין פאר א דאטום נאך די 2020 צענזוס), און הערשט אין א צייט ארום וועט די צענזוס ביורא אויך איבערמאכן די שאצונגען פון די לעצטע עלף יאר (2010-2020) אז ס'זאל רעפלעקטירן די מציאות לויט די למעשה'דיגע שיפט אין באפעלקערונג פון די 2010 ביז די 2020 צענזוס.

והיתם נקיים
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך והיתם נקיים » מאנטאג אוגוסט 09, 2021 11:18 am

והיתם נקיים האט געשריבן:ווען דער עולם וואלט ארויסגעהאט די שטארקע משמעות פונעם צענזוס, וואלט דער אשכול געווען מער אקטיוו. אלנפאלס, די צענזוס ביורא האט היינט געמאלדן אז אין פינף וואכן ארום (אוגוסט 16) גייען זיי ארויסגעבן די צענזוס רעזולטאטן פון קאונטיס, שטעט, און שטעטלעך וכדו', ווי אויך די צענזוס באפעלקערונג לויט יארגאנג, ראסע, און פאלק.

ס'דארף אנגעמערקט ווערן אז די יערליכע שאצונג פון די אלע אינפארמאציע וואס איז שוין ארויסגעקומען פאר 2020 איז נאך באזירט אויף די 2010 צענזוס (הגם די דאטום פון די יערליכע שאצונג איז יולי 1, און די צענזוס דאטום איז אפריל 1, וואס מיינט אז די 2020 שאצונג איז שוין פאר א דאטום נאך די 2020 צענזוס), און הערשט אין א צייט ארום וועט די צענזוס ביורא אויך איבערמאכן די שאצונגען פון די לעצטע עלף יאר (2010-2020) אז ס'זאל רעפלעקטירן די מציאות לויט די למעשה'דיגע שיפט אין באפעלקערונג פון די 2010 ביז די 2020 צענזוס.

מיט עטליכע טאג צוריק האט די צענזוס ביורא געמאלדן אז זיי גייען למעשה ארויסגעבן די רעזולטאטן דעם דאנערטאג (אוגוסט 12) איינס אזייגער.

אנדערש ווי געווענליך, וועלן דאסמאל די רעזולטאטן ארויסגעגעבן דורך צוויי פארמאטן ביי עקסטערע דאטומען.

געווענליך ווערן די רעזולטאטן ארויסגעגעבן אין איין טאג, מיט א פארמאט וואס איז צוגענגליך פאר פראפעסיאנאלן וואס האבן פראגראמען זיך אומצוגיין דערמיט און ווייסן וויאזוי עס צו ליינען, און ווי אויך מיט א פארמאט וואס איז צוגענגליך פאר'ן פשוט'ן מענטש.

צוליב קאוויד האט זיך עס פארשלעפט און זיי זענען נאכנישט גרייט מיט ביידע פארמאטן, אבער צוליב וואס די סטעיטס און לאקאלע רעגירונגען דארפן שוין וויכטיג די דאטא צו קענען אנהויבן ציען פרישע דיסטריקטן, וועלן זיי דאסמאל ערשט ארויסגעבן בלויז די פארמאט פאר פראפעסיאנאלן וואס מיט יענץ וועלן די רעגירונגען קענען אנהויבן מיט די ארבעט, און די אנדערע פארמאט וועט ווערן ארויגעגעבן אין די קומענדיגע וואכן (זיי זאגן ביז סעפטעמבער 30).
-
אויסער וואס ס'איז נוגע רעדיסטריקטינג, וועט די אינפארמאציע זיין אינטערסאנט צו באטראכטן סתם אזוי.

די דאטא וואס זיי גייען ארויסגעבן גייען ענהאלטן אינפארמאציע ווי די באפעלקערונג צאל פון ערוואקסענע און פון קינדער פון יעדע ראסע און פון יעדע פאלק עקסטער פאר יעדע קליינע געגנט, און אויך וויפיל דירות ס'זענען דא אין יעדע געגנט און וויפיל ס'זענען באוואוינט.

למשל אז איינער איז נייגעריג אויף אן אפדעיט וויפיל איינוואוינער ס'וואוינען אין געוויסע היימישע געגנטער, וועט מען עס קענען זען צום ערשטן מאל אין צען יאר (די נומערן וואס קומען ארויס יעדע יאר זענען בלויז שאצונגען, און די לעצטע אינפארמאציע וואס איז יעצט אינדרויסן פון א פאקטישע ציילונג אין ערשט פון ניסן תש"ע וואס איז שוין לאנג נישט נוגע).

והיתם נקיים
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך והיתם נקיים » מאנטאג אוגוסט 09, 2021 11:45 am

והיתם נקיים האט געשריבן:אז איינער איז נייגעריג אויף אן אפדעיט וויפיל איינוואוינער ס'וואוינען אין געוויסע היימישע געגנטער, וועט מען עס קענען זען צום ערשטן מאל אין צען יאר (די נומערן וואס קומען ארויס יעדע יאר זענען בלויז שאצונגען, און די לעצטע אינפארמאציע וואס איז יעצט אינדרויסן פון א פאקטישע ציילונג אין ערשט פון ניסן תש"ע וואס איז שוין לאנג נישט נוגע).

ס'איז וויכטיג אנצואווייזן אז די יערליכע שאצונגען פון די צענזוס ביורא קענען זיין גאר אומפונקטליך, און אפשר איז עס אין אונזערע געגנטער ערגער צוליב וואס זיי פארשטייען נישט צו אונזער לעבנס שטייגער? און אפשר ווייל אין די לעצטע צען יאר האבן מיר זיך גענומען צו ארויסציען פון ניו יאר סיטי אויף א פארנעם וואס איז פארדעם נישט געווען?

מ'דארף געדענקען אז צווישן ניו יארק און ניו דזשערסי זענען געציילט געווארן אינעם צענזוס (אפריל 1, 2020) באלד 1.3 מיליאן! איינוואוינער (4.5%) מער ווי מ'האט גערעכנט אז ס'האבן געוואוינט דארט אום יולי דער ערשטער פון יענע יאר (ניין, ס'איז נישט אז די מגיפה האט גע'הרג'עט אזויפיל מענטשן אין די דריי חדשים...), און די צענזוס ביורא האט נאכנישט ארויסגעגעבן קיין שום אינפארמאציע ווי אין וועלכע געגנטער די מענטשן זענען קאנצענטרירט.

דאס אלעס וועט מען אויסגעפונען ווען די צענזוס רעזולטאטן וועלן ארויסקומען דעם דאנערשטאג.

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג אוגוסט 09, 2021 1:12 pm

לויט די 538 ליסטע זענען די רעפובליקאנער דערווייל פארזיכערט מיט 4 זיצן, און דעמאקראטן מיט 2 זיצן.

מען רעדט דא פארשטייט זיך פון די שטעט מיט בלויז איין קאנגרעסניאלע דיסטריקט.

רעפובליקאנער - צפון דעקאטע, מאנטענע, וויאמינג, און אלאסקע.

דעמאקראטן - דעלעוויר, און ווערמאנט.

6.PNG
6.PNG (96.35 KiB) געזעהן 791 מאל

והיתם נקיים
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך והיתם נקיים » מאנטאג אוגוסט 09, 2021 2:15 pm

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:לויט די 538 ליסטע זענען די רעפובליקאנער דערווייל פארזיכערט מיט 4 זיצן, און דעמאקראטן מיט 2 זיצן.

מען רעדט דא פארשטייט זיך פון די שטעט מיט בלויז איין קאנגרעסניאלע דיסטריקט.

רעפובליקאנער - צפון דעקאטע, מאנטענע, וויאמינג, און אלאסקע.

דעמאקראטן - דעלעוויר, און ווערמאנט.

6.PNG

קלארצושטעלן: "פארזיכערט" מיינט נישט אז ס'איז אינעם "סעיף" קאלום פאר יענע פארטיי, נאר אז ס'איז א זיץ וואס איז "פארזיכערט צו זיין גענויגט צו יענע פארטיי" (ווייל מ'ווייסט שוין די גרעניצן פון די דיסטריקט).

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג אוגוסט 09, 2021 2:41 pm

והיתם נקיים האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:לויט די 538 ליסטע זענען די רעפובליקאנער דערווייל פארזיכערט מיט 4 זיצן, און דעמאקראטן מיט 2 זיצן.

מען רעדט דא פארשטייט זיך פון די שטעט מיט בלויז איין קאנגרעסניאלע דיסטריקט.

רעפובליקאנער - צפון דעקאטע, מאנטענע, וויאמינג, און אלאסקע.

דעמאקראטן - דעלעוויר, און ווערמאנט.

6.PNG

קלארצושטעלן: "פארזיכערט" מיינט נישט אז ס'איז אינעם "סעיף" קאלום פאר יענע פארטיי, נאר אז ס'איז א זיץ וואס איז "פארזיכערט צו זיין גענויגט צו יענע פארטיי" (ווייל מ'ווייסט שוין די גרעניצן פון די דיסטריקט).

יאפ, איך האב דאס געמיינט..

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג אוגוסט 09, 2021 2:53 pm

והיתם נקיים האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:לויט די 538 ליסטע זענען די רעפובליקאנער דערווייל פארזיכערט מיט 4 זיצן, און דעמאקראטן מיט 2 זיצן.

מען רעדט דא פארשטייט זיך פון די שטעט מיט בלויז איין קאנגרעסניאלע דיסטריקט.

רעפובליקאנער - צפון דעקאטע, מאנטענע, וויאמינג, און אלאסקע.

דעמאקראטן - דעלעוויר, און ווערמאנט.

6.PNG

קלארצושטעלן: "פארזיכערט" מיינט נישט אז ס'איז אינעם "סעיף" קאלום פאר יענע פארטיי, נאר אז ס'איז א זיץ וואס איז "פארזיכערט צו זיין גענויגט צו יענע פארטיי" (ווייל מ'ווייסט שוין די גרעניצן פון די דיסטריקט).

און איך מיין אז אויף די 6 זיצן קען מען רואיג זאגן פארזיכערטע..

והיתם נקיים
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך והיתם נקיים » מאנטאג אוגוסט 09, 2021 4:46 pm

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:

אגב, די זעקס סטעיטס זענען גאר אנדערש אין באפעלקערונג איינע פון די אנדערע, אבער פארט האבן זיי אלע פונקט איין קאנגרסיאנאלע דיסטריקט.

די עקסטרעמסטע דוגמא איז ווייאמינג קעגן דעלעוועיר, וואס איינע האט 577,719 טויזענט איינוואוינער און די אנדערע האט 990,837 טויזענט איינוואוינער, דאס הייסט אז פאר יעדע הונדערט מענטשן וואס דער ווייאמינג קאנגרעס מיטגליד פארטרעט, פארטרעט דער דעלעוועיר קאנגרעס מיטגליד ארום 171.5 מענטשן!

די איינציגסטע פיקס פאר דעם וואלט געווען מער דיסטריקטן (למשל מיט צען מאל אזויפיל דיסטריקטן וואלט ווייאמינג באקומען 8 דיסטריקטן און דעלעוועיר 13, וואס וואלט געמאכט אז די חילוק זאל זיין פיל פיל קלענער, אז דעלעוועיר וואלט בסך הכל געהאט 105.5 מענטשן פער דיסטריקט פאר יעדע הונדערט מענטשן פער דיסטריקט אין ווייאמינג).

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג אוגוסט 09, 2021 5:03 pm

פון דא שטעקט טאקע די באקאנטע טענה פון די דעמאקראטן, אז וואשינגטאן די. סי. וואס פארמאגט א פאפאלאציע פון קרוב צו 700,000 מענטשען, וואלט שוין לאנג געמעגט האבן א רעפעזענטעטיוו אין קאנגרעס און אין סענאט.

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 10:18 pm

וואסערמאן זאגט אז לויט די שאצונג נאך פארן ארויסגעגעבן די איבערגעמאכטע רידיסטרעקטינג איז אמעריקע ציטיילט לויט די אויסזען:

ווייסע - 59.8%
ספאנישע - 18.6%
שווארצע - 12.5%
אנדערע - 9.1%

Programming
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך Programming » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 10:24 pm

דאס מיינו באזירט אויפן צענזוס פון 10'?
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 11:15 am

Programming האט געשריבן:דאס מיינו באזירט אויפן צענזוס פון 10'?

בלויז געשאצט.

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 11:15 am

היינט איינס אזייגער וועט ווערן ארויסגעגבן די איבערגעמאכטע ציפערן.

אוועטאר
ר' זעקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך ר' זעקל » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 11:20 am

לויט וואסערמאן שטייען די רעפאבליקאנער אויס צו פארדינען פון 0-7 זיצן פון רידיסטריקטינג.

והיתם נקיים
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך והיתם נקיים » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 12:53 pm

אין זיבן מינוט הייבט זיך אן די נייעס קאנפערענץ.

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 1:24 pm

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:וואסערמאן זאגט אז לויט די שאצונג נאך פארן ארויסגעגעבן די איבערגעמאכטע רידיסטרעקטינג איז אמעריקע ציטיילט לויט די אויסזען:

ווייסע - 59.8%
ספאנישע - 18.6%
שווארצע - 12.5%
אנדערע - 9.1%

לויט די ערשטע בליקן, קוקט אויס ווי ספאנישע זענען טאקע 18.7%.

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 1:28 pm

52% פון די קאונטי'ס האבן יעצט א שוואכערע פאפאלאציע פון 2010.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: moshenies, YandexBot, בועז, הר גריזים, וימאןX3, זעהער און 39 געסט