רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6856
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך eller » מאנטאג אפריל 26, 2021 4:33 pm

ווי אמת איז די פאקטישע רעזולטאטען ?
כ'רעדט מציאותדיג וויפיל פראצענט קען מען רעכענען איז דאס טאקע ?
ברכת השנה תשפ"ב ברכת השנה תשפ"א
---
זייט א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר חמש מאות
תגובות: 904
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך טעארעטישע פאקטן » מאנטאג אפריל 26, 2021 4:34 pm

eller האט געשריבן:
אור האט געשריבן:קוקט אויס ווי די רויט געשטימטע שטאטן באקומען צו, און די בלוי פארלירן.
איא?

כ'האב נאר מורא אז דאס וואס טעקסעס באקומט צו איז דאס ווייל די דעמאקראטן וואקסן זייער שטארק דארט..

לכאורה זענען די װאס זענען אנטלאפן פון די סטעיטס מער רעכט געשטימט
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט, (אלבערט אײנשטײן)
די אײנגעבױרענע חסרון פון ״קאפיטאליזם״ איז די ״אומגלײכע״ אױסטײלונג פון שפע,
די אײנגעבױרענע מעלה פון ״סאציאליזם״ איז די ״גלײכע״ אױסטײלונג פון צרות, (װינסטאן טשוירטשיל)

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך גיי פארשטיי » מאנטאג אפריל 26, 2021 4:47 pm

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
אור האט געשריבן:קוקט אויס ווי די רויט געשטימטע שטאטן באקומען צו, און די בלוי פארלירן.
איא?

כ'האב נאר מורא אז דאס וואס טעקסעס באקומט צו איז דאס ווייל די דעמאקראטן וואקסן זייער שטארק דארט..

לכאורה זענען די װאס זענען אנטלאפן פון די סטעיטס מער רעכט געשטימט


די בלויע געגנטר אין טעקסעס זענען די וואס וואקסן.

אפי' די וואס וואוטן בלוי קענען סוף פסוק באשטיין צו אוועק לויפן פון די רעזולטאטן.
ר' זעקל האט געשריבן:איך מיין מען זאל פון היינט אין ווייטער פארלאנגן אין ערעפארט און ביי די באן סטאנציעס חוץ באווייז פאר אלע 10 באסטער שאטס אויך באווייז אז מען האט נישט געוואוט פאר טראמפ.
#אמעריקע אן די רייט דירעקשאן.

אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר חמש מאות
תגובות: 904
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך טעארעטישע פאקטן » מאנטאג אפריל 26, 2021 4:48 pm

איך האלט נישט אז 2020 איז געװען א גוטע מעסטער װעלכע סטעיטס האבן געטרענדט בלױ, כ׳װאלט געגאנגען מיט אנדערע פאקטארן, (קאװיד וכו׳) כ׳נעם אן אז די װאס לױפן אװעק זענען רעכט געשטימט, ממיאל איז לכאורה ריכטיג אז רעכטע סטעיט זענען געװאקסן,
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט, (אלבערט אײנשטײן)
די אײנגעבױרענע חסרון פון ״קאפיטאליזם״ איז די ״אומגלײכע״ אױסטײלונג פון שפע,
די אײנגעבױרענע מעלה פון ״סאציאליזם״ איז די ״גלײכע״ אױסטײלונג פון צרות, (װינסטאן טשוירטשיל)

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך גיי פארשטיי » מאנטאג אפריל 26, 2021 4:49 pm

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:איך האלט נישט אז 2020 איז געװען א גוטע מעסטער װעלכע סטעיטס האבן געטרענדט בלױ, כ׳װאלט געגאנגען מיט אנדערע פאקטארן, (קאװיד וכו׳) כ׳נעם אן אז די װאס לױפן אװעק זענען רעכט געשטימט, ממיאל איז לכאורה ריכטיג אז רעכטע סטעיט זענען געװאקסן,


איך רעד פון קאונטיס נישט פון טרענד.
ר' זעקל האט געשריבן:איך מיין מען זאל פון היינט אין ווייטער פארלאנגן אין ערעפארט און ביי די באן סטאנציעס חוץ באווייז פאר אלע 10 באסטער שאטס אויך באווייז אז מען האט נישט געוואוט פאר טראמפ.
#אמעריקע אן די רייט דירעקשאן.

אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר חמש מאות
תגובות: 904
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך טעארעטישע פאקטן » מאנטאג אפריל 26, 2021 4:52 pm

גיי פארשטיי האט געשריבן:
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:איך האלט נישט אז 2020 איז געװען א גוטע מעסטער װעלכע סטעיטס האבן געטרענדט בלױ, כ׳װאלט געגאנגען מיט אנדערע פאקטארן, (קאװיד וכו׳) כ׳נעם אן אז די װאס לױפן אװעק זענען רעכט געשטימט, ממיאל איז לכאורה ריכטיג אז רעכטע סטעיט זענען געװאקסן,


איך רעד פון קאונטיס נישט פון טרענד.

מ׳װעט לכאורה דארפן װארטן ביז די מידטױרמס געװאױר צו װערן,
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט, (אלבערט אײנשטײן)
די אײנגעבױרענע חסרון פון ״קאפיטאליזם״ איז די ״אומגלײכע״ אױסטײלונג פון שפע,
די אײנגעבױרענע מעלה פון ״סאציאליזם״ איז די ״גלײכע״ אױסטײלונג פון צרות, (װינסטאן טשוירטשיל)

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » מאנטאג אפריל 26, 2021 4:55 pm

אויפן עלקטאראל קאלעטש איז יעצט געווארען טייטער פאר די דעמאקראטען, זיי האבען פארלוירען אפאר זיכער בלוי עלעקטארעלס, מיטן נייע מעפ וואלט ביידען געווינען נאר מיט 203
keep your words tasteful, you may have to eat them later

אוועטאר
ר' זעקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג אפריל 26, 2021 5:04 pm

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:אויפן עלקטאראל קאלעטש איז יעצט געווארען טייטער פאר די דעמאקראטען, זיי האבען פארלוירען אפאר זיכער בלוי עלעקטארעלס, מיטן נייע מעפ וואלט ביידען געווינען נאר מיט 203

לויט ווי מען האט געשאצט היינט צופרי וואלט עס געמיינט אז ביידען וואלט געווינען נאר מיט 202, סאו די רעזולטאטן זענען א משהו בעסער פאר די דעמאקראטן ווי געראכטען.

אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: בלומען טאפ

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קלמן יאסעלע » מאנטאג אפריל 26, 2021 6:32 pm

ווען גייען די רויטע צובאקומען זייערע פאר בענקלעך שוין יעצט, אדער ביי די מידטורמ'ס הערשט?
האסט א מיינונג? נישקשה, גיב נאר אכט עס זאל נישט ווערן א שטעלונג!

אוועטאר
ר' זעקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג אפריל 26, 2021 6:32 pm

קלמן יאסעלע האט געשריבן:ווען גייען די רויטע צובאקומען זייערע פאר בענקלעך שוין יעצט, אדער ביי די מידטורמ'ס הערשט?

עס איז פאר די 2022 עלעקשאנס.

Kollel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך Kollel » מאנטאג אפריל 26, 2021 6:38 pm

זיסע פיש האט געשריבן:ניו יארק האט פארלוירן איר זיץ מיט 89 צו ווייניג מענטשן, אנשטאט דעם האט מינעסאטע געבליבן מיט איר זיץ.

האבן די אנטי'ס יא אויפגעטאן..
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
Rak Tov
שר האלף
תגובות: 1884
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: אינעם ווארט זאל
פארבינד זיך:

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך Rak Tov » מאנטאג אפריל 26, 2021 6:48 pm

Kollel האט געשריבן:
זיסע פיש האט געשריבן:ניו יארק האט פארלוירן איר זיץ מיט 89 צו ווייניג מענטשן, אנשטאט דעם האט מינעסאטע געבליבן מיט איר זיץ.

האבן די אנטי'ס יא אויפגעטאן..

זיי ענטפערן דאך נישט די צענזוס.

והיתם נקיים
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך והיתם נקיים » מאנטאג אפריל 26, 2021 6:53 pm

נישטאמת האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:רעזולטאטן!!!
331,449,281 אמעריקאנער רעזידענטס וואס דאס קומט אויס 760 טויזענט פער קאנגרעס דיסטריקט.

כווייס נישט צו סבלאנגט דא. פארוואס איז די צאל זיצן אין קאנגרעס א סעט אין סטאון נומבער און נישט וויפעל מענטשן מאכן א זיץ- למשל 500,000 מענטשן מאכן א זיץ, סאיז געווארן מער מענטשן ווערט מער זיצן? איך מיין אז די נומבער מענטשן וואס מאכן א זיץ מאכט מער סענס

אודאי באלאנגט עס דא. די צאל פון זיצן פלעגט טאקע אמאל ארויפגיין כמעט יעדע צען יאר, ביז אין די לעצטערע צענדליגער יארן ווען די באוועגונג נישט צו משנה זיין האט איבערגענומען דאס לאנד.

אין קאנאדא ארבעט עס טאקע אז פאר יעדע 100,000 מענטשן איז דא א דיסטריקט, אזוי אז מ'דארף נישט אדורכפירן א געזעץ יעדע צען יאר צוצולייגן זיצן ווייל ס'איז שוין אריינגעבויט אינעם געזעץ, אבער אין אמעריקע, פרובירן זאלסטו אפילו...

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3334
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אפריל 26, 2021 6:56 pm

והיתם נקיים האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:רעזולטאטן!!!
331,449,281 אמעריקאנער רעזידענטס וואס דאס קומט אויס 760 טויזענט פער קאנגרעס דיסטריקט.

כווייס נישט צו סבלאנגט דא. פארוואס איז די צאל זיצן אין קאנגרעס א סעט אין סטאון נומבער און נישט וויפעל מענטשן מאכן א זיץ- למשל 500,000 מענטשן מאכן א זיץ, סאיז געווארן מער מענטשן ווערט מער זיצן? איך מיין אז די נומבער מענטשן וואס מאכן א זיץ מאכט מער סענס

אודאי באלאנגט עס דא. די צאל פון זיצן פלעגט טאקע אמאל ארויפגיין כמעט יעדע צען יאר, ביז אין די לעצטערע צענדליגער יארן ווען די באוועגונג נישט צו משנה זיין האט איבערגענומען דאס לאנד.

אין קאנאדא ארבעט עס טאקע אז פאר יעדע 100,000 מענטשן איז דא א דיסטריקט, אזוי אז מ'דארף נישט אדורכפירן א געזעץ יעדע צען יאר צוצולייגן זיצן ווייל ס'איז שוין אריינגעבויט אינעם געזעץ, אבער אין אמעריקע, פרובירן זאלסטו אפילו...

זעה דא אז אמעריקאנע בירגער האבן די צווייט-שוואכסטע לעגיסלאטיווע פארטרעטערשאפט איבער די וועלט.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו (מוסף יוה"ק).
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א גמר חתימה טובה.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18174
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 26, 2021 7:46 pm

און איר ווילט אז אין אמעריקע זאל זיין איין זיץ פאר יעדע 100 טויזנט?

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך גיי פארשטיי » מאנטאג אפריל 26, 2021 8:27 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:רעזולטאטן!!!
331,449,281 אמעריקאנער רעזידענטס וואס דאס קומט אויס 760 טויזענט פער קאנגרעס דיסטריקט.

כווייס נישט צו סבלאנגט דא. פארוואס איז די צאל זיצן אין קאנגרעס א סעט אין סטאון נומבער און נישט וויפעל מענטשן מאכן א זיץ- למשל 500,000 מענטשן מאכן א זיץ, סאיז געווארן מער מענטשן ווערט מער זיצן? איך מיין אז די נומבער מענטשן וואס מאכן א זיץ מאכט מער סענס

אודאי באלאנגט עס דא. די צאל פון זיצן פלעגט טאקע אמאל ארויפגיין כמעט יעדע צען יאר, ביז אין די לעצטערע צענדליגער יארן ווען די באוועגונג נישט צו משנה זיין האט איבערגענומען דאס לאנד.

אין קאנאדא ארבעט עס טאקע אז פאר יעדע 100,000 מענטשן איז דא א דיסטריקט, אזוי אז מ'דארף נישט אדורכפירן א געזעץ יעדע צען יאר צוצולייגן זיצן ווייל ס'איז שוין אריינגעבויט אינעם געזעץ, אבער אין אמעריקע, פרובירן זאלסטו אפילו...

זעה דא אז אמעריקאנע בירגער האבן די צווייט-שוואכסטע לעגיסלאטיווע פארטרעטערשאפט איבער די וועלט.

איך קען פארשטיין ווער האט אפגעמאכט אז עס איז בעסער צו האבן א מענטש פאר ווייניגער מענטשן מיט ווייניגער כח?

(ד"ה אויב וואלט יעדע 500k מענטשן געהאט א קאנגרעסמאן וואלט יעדער קאנגרעסמאן געהאט ווייניגער כח אין קאנגרעס)
ר' זעקל האט געשריבן:איך מיין מען זאל פון היינט אין ווייטער פארלאנגן אין ערעפארט און ביי די באן סטאנציעס חוץ באווייז פאר אלע 10 באסטער שאטס אויך באווייז אז מען האט נישט געוואוט פאר טראמפ.
#אמעריקע אן די רייט דירעקשאן.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך גיי פארשטיי » מאנטאג אפריל 26, 2021 8:33 pm

ר' זעקל האט געשריבן:
די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:אויפן עלקטאראל קאלעטש איז יעצט געווארען טייטער פאר די דעמאקראטען, זיי האבען פארלוירען אפאר זיכער בלוי עלעקטארעלס, מיטן נייע מעפ וואלט ביידען געווינען נאר מיט 203

לויט ווי מען האט געשאצט היינט צופרי וואלט עס געמיינט אז ביידען וואלט געווינען נאר מיט 202, סאו די רעזולטאטן זענען א משהו בעסער פאר די דעמאקראטן ווי געראכטען.


ווערט צוצוצייכענען אז כלפי קאנגרעס איז עס געגאנגען אסאך שוואכער פאר רעפובליקאנער ווי ערווארטערט, זיי האבן גערעכנט צו באקומען צווישן פלארידע און טעקסעס (ווי זיי זענען פולי אין קאנטראל פון רידיסטריקטינג) 5 און נאר באקומען 3 און אריזאנע ווי זיי וואלטן געקענט פארדינען האט אויך נישט צובאקומען אין צווישן די 3 סטעטס וואס האבן למעשה נישט פארלוירן זענען צוויי געווען בלוי ר"א מינעסאטע.

אליבא דאמת איז עס אויך נוגע פאר פיוטשער פרעזידענטליכע עלעקשאנס ווי די רעפובליקאנער שטייען שוואכער ווי געמיינט.
ר' זעקל האט געשריבן:איך מיין מען זאל פון היינט אין ווייטער פארלאנגן אין ערעפארט און ביי די באן סטאנציעס חוץ באווייז פאר אלע 10 באסטער שאטס אויך באווייז אז מען האט נישט געוואוט פאר טראמפ.
#אמעריקע אן די רייט דירעקשאן.

והיתם נקיים
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך והיתם נקיים » מאנטאג אפריל 26, 2021 9:30 pm

א טיפערע אריינבליק אין די באפעלעקערונג שיפט צווישן סטעיטס ווען מ'קוקט אויף פאליטישע אפיליאציע, שטעלט זיך ארויס אז די מערסטע זענען געשטיגן די סטעיטס וועלכע זענען נישט גאר שטארק גענויגט צו איין פאליטישע צד.

ווען מ'קוקט אויף וויאזוי וויילער אין די סטעיטס האבן געשטימט אין די 2020 וואלן, שטעלט זיך ארויס אז די זיבעצן סטעיטס וואס זענען געגאנגען צו ביידען מיט דאבל דידזשיטס זענען געשטיגן מיט 6.3% אין די לעצטע צען יאר, די די צוואנציג סטעיטס וואס זענען געגאנגען צו טראמפ מיט דאבל דידזשיטס זענען געשטיגן מיט 6.0% אין די לעצטע צען יאר, און די איבריגע פערצן סטעיטס וואס זענען געגאנגען מיט ווייניגער ווי צען פוינטס צו איטליכער קאנדידאט איז געשטיגן מיט אזויפיל ווי 9.4%!

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6856
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך eller » דינסטאג אפריל 27, 2021 1:16 pm

eller האט געשריבן:ווי אמת איז די פאקטישע רעזולטאטען ?
כ'רעדט מציאותדיג וויפיל פראצענט קען מען רעכענען איז דאס טאקע ?

איך רעדט פון דעם אנגעגעבן איז יעצט דא 331,449,281
אבער ווי ווייט איז די נומבער פון אמת ? אויב איך (און נאך מיליאנען אנדערע..) האב נישט אריינגעגעבן די צענזוס קען גאר זיין אז די ציפער איז דאפעלט אדער אפילו נאך מער...
ברכת השנה תשפ"ב ברכת השנה תשפ"א
---
זייט א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

abeg
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך abeg » דינסטאג אפריל 27, 2021 1:48 pm

אױב האט טעקסעס ציבאקימען 4 מיליאן אין יעדע 760 טויזענט פער קאנגרעס דיסטריקט דאן פ״װ האט טעקסעס נאר ציבאקימען צװײ קונגרעס זיצן זײ װאלטען לױט די חשבון געדארפט ציבאקימען 4-5?

בן טוב
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך בן טוב » דינסטאג אפריל 27, 2021 2:42 pm

abeg האט געשריבן:אױב האט טעקסעס ציבאקימען 4 מיליאן אין יעדע 760 טויזענט פער קאנגרעס דיסטריקט דאן פ״װ האט טעקסעס נאר ציבאקימען צװײ קונגרעס זיצן זײ װאלטען לױט די חשבון געדארפט ציבאקימען 4-5?

אין 2010 איז געווען 710 טויזענט פער דיסטריקט אין יעצט דארף זיין נאך 50 טויזענט פער דיסטריק, פין די 4 מיליאן גייט נאך אראפ 50 טויזענט פאר די עקזיסטירענדע דיסטריקטס

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18174
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אפריל 27, 2021 4:35 pm

abeg האט געשריבן:אױב האט טעקסעס ציבאקימען 4 מיליאן אין יעדע 760 טויזענט פער קאנגרעס דיסטריקט דאן פ״װ האט טעקסעס נאר ציבאקימען צװײ קונגרעס זיצן זײ װאלטען לױט די חשבון געדארפט ציבאקימען 4-5?


עס איז צוטיילט אין צוויי סיבות. ראונדינג, און נאציאנאלע וואוקס.


פאריגע מאל האט טעקסאס פארדינט פון ראונדינג, און יעצט האבן זיי דערלייגט פון דעם.

נאר א משל, ווייל די חשבונות זענען מער פארדרייט ווי דעם: פאריגע מאל האבן זיי געהאט בערך 35.5 און באקומען 36, דאס מאל האבן זיי בערך 38.5 און באקומען 38. אין אנדערע ווערטער, טעקסאס האט פאריגע מאל "געצאלט" פער זיץ היפש "ביליג" קעגן דעם עוורידזש, און יעצט צאלן זײ היפש טייער קעגן דעם עוורידזש.


און א חלק פון דעם וואס מען גייט ארויף, רעכנט מען נישט, ווייל מען באקומט נאר צו פאר וויפיל מען וואקסט שנעלער ווי דאס לאנד.

צום ביישפיל קאליפארניע איז ארויף מיט 2.2 מיליאן, אבער "דערלייגט" א זיץ, ניו יארק איז ארויף מיט בערך א מיליאן, אבער "דערלייגט" - זײער שמאל טאקע - א זיץ. (קאליפארניע האט פאריגע מאל געצאלט ביליג, ניו יארק האט פאריגע מאל געצאלט אביסל טייער, נישט אזוי טייער ווי יעצט שטייצעך, יעצט צאלט דאך ניו יארק די סאמע טייערסטע..)

-------

דאס איז א מאפע צוזאמענגעשטעלט וויפיל פראצענט די סטעיטס זענען ארויף אדער אראפ, אינאיינעם מיט וויפיל זיצן זיי האבן פארדינט אדער דערלייגט.
20210427_164127.jpg
20210427_164127.jpg (689.24 KiB) געזעהן 788 מאל


ביידע עקסטער
IMG_20210427_165125.jpg
IMG_20210427_165125.jpg (104.92 KiB) געזעהן 758 מאל

אוועטאר
שעיר לעזאזל
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2020 1:09 am

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך שעיר לעזאזל » דינסטאג אפריל 27, 2021 5:10 pm

גיי פארשטיי האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:רעזולטאטן!!!
331,449,281 אמעריקאנער רעזידענטס וואס דאס קומט אויס 760 טויזענט פער קאנגרעס דיסטריקט.

כווייס נישט צו סבלאנגט דא. פארוואס איז די צאל זיצן אין קאנגרעס א סעט אין סטאון נומבער און נישט וויפעל מענטשן מאכן א זיץ- למשל 500,000 מענטשן מאכן א זיץ, סאיז געווארן מער מענטשן ווערט מער זיצן? איך מיין אז די נומבער מענטשן וואס מאכן א זיץ מאכט מער סענס

אודאי באלאנגט עס דא. די צאל פון זיצן פלעגט טאקע אמאל ארויפגיין כמעט יעדע צען יאר, ביז אין די לעצטערע צענדליגער יארן ווען די באוועגונג נישט צו משנה זיין האט איבערגענומען דאס לאנד.

אין קאנאדא ארבעט עס טאקע אז פאר יעדע 100,000 מענטשן איז דא א דיסטריקט, אזוי אז מ'דארף נישט אדורכפירן א געזעץ יעדע צען יאר צוצולייגן זיצן ווייל ס'איז שוין אריינגעבויט אינעם געזעץ, אבער אין אמעריקע, פרובירן זאלסטו אפילו...

זעה דא אז אמעריקאנע בירגער האבן די צווייט-שוואכסטע לעגיסלאטיווע פארטרעטערשאפט איבער די וועלט.

איך קען פארשטיין ווער האט אפגעמאכט אז עס איז בעסער צו האבן א מענטש פאר ווייניגער מענטשן מיט ווייניגער כח?

(ד"ה אויב וואלט יעדע 500k מענטשן געהאט א קאנגרעסמאן וואלט יעדער קאנגרעסמאן געהאט ווייניגער כח אין קאנגרעס)

די תורה'דיגע וועג איז צו האבן פארטרעטער פער מענטש און נישט פער פערסענט

בן טוב
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך בן טוב » מיטוואך אפריל 28, 2021 12:33 pm

Gov. Andrew Cuomo announced that New York is looking at its legal options after it was announced Monday that the state will be losing one congressional seat following the 2020 Census.

קען איינער ערקלערן וואס איז בכלל שייך צו טוהן? אפשר א ריקאונט?

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6856
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך eller » מיטוואך אפריל 28, 2021 1:21 pm

eller האט געשריבן:איך בין שוין לאנג ארויסגעסיינט פון פאליטיק,
איך בין נאר נייגעריג וויאזוי ס'זעהט יעצט אויס, וועלכע פארטיי גייט למעשה פארדינען פון די נייע אויסשטעל ?

אקעי דאס איז וואס דער איז זאגט

צענזוס אויבערהאנט פאר רעפּובליקאנער
וואשינגטאן – פּאליטישע אנאליסטן זאגן אז די רעפּובליקאנער זענען ארויסגעקומען אלס זיגער פון די צענזוס רעזולטאטן וואס זענען ארויסגעקומען מאנטאג. די רעזולטאטן האבן געצייגט אז אזעלכע גרויסע ליבעראלע סטעיטס ווי ניו יארק און קאליפארניע האבן פארלוירן קאנגרעס זיצן, און אזעלכע רעפּובליקאנער סטעיטס ווי פלארידע און טעקסאס האבן צובאקומען פרישע קאנגרעס זיצן, און אינאיינעם מיט דעם האבן זיי צובאקומען פרישע עלעקטארעל קאלעדזש זיצן, וואס קען זיי שטארק בענעפיטירן ביי פּרעזידענט וואלן.
ברכת השנה תשפ"ב ברכת השנה תשפ"א
---
זייט א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], moshenies, shimon7323, אלטער, אלי' מקוה יוד, הײמישער זײגער, והמבין יבין, טשיינע רב, מצליח, קאלערדיג און 56 געסט