רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 2:28 pm

IMG_20210812_142745.jpg
IMG_20210812_142745.jpg (269.76 KiB) געזעהן 903 מאל

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 2:29 pm

אינטרעסאנטע קרישקעלע פאר אונזערע דזשוירסי סיטי ברודער..

Jersey City is now the second densest city in the US, overtaking Paterson and San Francisco.

NYC 29,311 pp/sq mi
JC 19,773 pp/sq mi
Paterson 18,993 pp/sq mi
SF 18,631 pp/sq mi


(דאס איז נאר צווישן שטעט מיט איבער 100 טויזנט מענטשן.)

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 2:30 pm

יאנקערס איז יעצט די דריטע גרעסטע סיטי פון ניו יארק.

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 2:39 pm


eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6856
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך eller » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 2:43 pm

און דאס איז אלעס וואס א גרויסע חלק היימישע אידן האבן נישט אויסגעפילט די צענזוס וואס כ'גלייב אז ועון יעדער פילט ווען אויס קען כמעט יעדע היימישע געגענט האבן א אייגענע קאנגראסמאן און אפגערעדט א אסעמבלימאן..
ברכת השנה תשפ"ב ברכת השנה תשפ"א
---
זייט א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 3:11 pm

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
8.PNG
8.PNG (256.32 KiB) געזעהן 826 מאל



היוצא לנו מזה (און די אנדערע ציפערן וואס זענען היינט ארויסגעגעבן געווארן):
אמעריקאנער בירגער גלייכן גרויסע סיטיס און אז די טרענד פון געדעכטערע שטעט און נאך מער שיטערע רורעל געגנטער זעצט ווייטער פאר און האט זיך נאך פארשנעלערט איבער די פארגאנגענע יארצענדליג.

נעם, צום ביישפיל, ניו יארק סיטי. די סיטי וואס איז פון די טייערסטע ערטער צו וואוינען איבערן לאנד (מיט טייערע ריעל עסטעיט, טייערע פראדוקטן און סערוויסעס און הויכע שטייערן) קליינע הייזער און שווערע טראפיק, האט צובאקומען 625,000 איינוואוינער אדער 7.7%, דאס איז דריי אהאלב מאל אזא שנעלע וואוקס ווי די יארצענדליג פארדעם.
אדער שיקאגאו, א רעלאטיוו טייערע סיטי אין די מידוועסט און די ראסט בעלט וואס האט פארלוירן כמעט זיבן פראצענט פון זייער באפעלקערונג פון 2000-2010, האט ארומגעדרייט די טרענד און געזען א זייער מעסיגע וואוקס. דאס איז טראצדעם וואס די סיטי פלאגט זיך מיט א הויכע פארברעכן ראטע.
פילאדעלפיע, א טייערע געדעכטע שטאט אויף די קאוסט, איז געוואקסן מיט א מעסיגע פינף פראצענט, כמעט א צענפאכיגע פארבעסערונג פון די פארגאנגענע צענזוס ווען די סיטי איז מער ווייניגער נישט געוואקסן.

אין נאך א טרענד, האבן די פיל יונגערע, ביליגערע און מער אויסגעשפרייטע סיטיס, יוסטאן, פיניקס און סאַן אנטאניאו, צוגעזען רעלאטיוו קלענערע וואוקס אויפן חשבון פון די עלטערע טייערע סיטיס ווי אין די יארן פריער. דאס איז אנדערש פון די קאנווענציאנעלע וויסדאם וואס האט געזאגט א די הויכע שטייערן אין די טייערע סיטיס אין בלויע סטעיטס האבן פארשנעלערט די אויסוואנדערונג צו ביליגע סיטיס אין רויט-גענויגטע סטעיטס.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

אוועטאר
עמקות שלמה
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 26, 2011 12:46 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך עמקות שלמה » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 3:26 pm

והיתם נקיים האט געשריבן:אראנדזש קאונטי ניו יארק אן פאלם טרי איז געוואקסן מיט 4.5%, צו אריבער 400,000 מענטשן, און פאלם טרי מאכט האט אויסגעמאכט 8.2% פון איר סך הכל באפעלקערונג, ארויף פון די 5.5% וואס פאלם טרי האט אויסגעמאכט אין אראנדזש קאונטי.


בקשה,
אזוי ווי ס'איז ס'געווען א איד וואס האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, און זייער אסאך געארבעט אז ס'זאל בלייבן א שטאט לשמ"ו ולזכרו, און ער האט עס בפירוש געבעטן ווייזענדיג אויף א רש"י פ' מטות..
איז אפשר כדאי עס צו רופן ביים נאמען קרית יואל
(כמעט אלע אפיציעלע און גויאישע נייעסער רופן עס אויך קרית יואל. ולא תהא כהנת כפונדקית..)
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.

והיתם נקיים
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך והיתם נקיים » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 3:29 pm

צל עובר האט געשריבן:אינטרעסאנטע קרישקעלע פאר אונזערע דזשוירסי סיטי ברודער..

Jersey City is now the second densest city in the US, overtaking Paterson and San Francisco.

NYC 29,311 pp/sq mi
JC 19,773 pp/sq mi
Paterson 18,993 pp/sq mi
SF 18,631 pp/sq mi


(דאס איז נאר צווישן שטעט מיט איבער 100 טויזנט מענטשן.)

אודאי אזוי, צווישן קלענערע שטעט איז "כתר" די צוקוועטשסטע שטאט אין אמעריקע, מיט ארום 31,950 מענטשן פער סקווער מייל!

סקווירא האט ארום 26,350 מענטשן פער סקווער מייל, קרית יואל האט ארום 22,550 מענטשן פער סקווער מייל.

(לומר לך אז אונזער עולם האט ליב סיטי לייף נאך אלעם, מ'קען זיך עס נאר נישט ערלויבן... ווייל אונזערע אייגענע שטעטלעך זענען גארנישט אונטערשטעליג פון געדעכטע סיטיס.)
לעצט פאראכטן דורך והיתם נקיים אום דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 3:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

והיתם נקיים
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך והיתם נקיים » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 3:35 pm

עמקות שלמה האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:אראנדזש קאונטי ניו יארק אן פאלם טרי איז געוואקסן מיט 4.5%, צו אריבער 400,000 מענטשן, און פאלם טרי מאכט האט אויסגעמאכט 8.2% פון איר סך הכל באפעלקערונג, ארויף פון די 5.5% וואס פאלם טרי האט אויסגעמאכט אין אראנדזש קאונטי.


בקשה,
אזוי ווי ס'איז ס'געווען א איד וואס האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, און זייער אסאך געארבעט אז ס'זאל בלייבן א שטאט לשמ"ו ולזכרו, און ער האט עס בפירוש געבעטן ווייזענדיג אויף א רש"י פ' מטות..
איז אפשר כדאי עס צו רופן ביים נאמען קרית יואל
(כמעט אלע אפיציעלע און גויאישע נייעסער רופן עס אויך קרית יואל. ולא תהא כהנת כפונדקית..)

קוק אין מיין פאריגע תגובה רוף איך דעם שטעטל קרית יואל.

די סיבה פארוואס פריער האב איך עס גערופן פאלם טרי איז געווען, ווייל ביי די צענזוס ביורא איז דא סיי א ווילעדזש אוו קרית יואל און סיי א טאון אוו פאלם טרי, און זיי געבן ארויס אינפארמאציע פון ביידע עקסטער, און ווען כ'האב באריכטעט איבער קרית יואל האב איך געקוקט נאר אויף טאונס (קענסט זען ווי כ'האב ערשט דערמאנט די היימישע ווילעדזשעס ערשט אפאר תגיבות און א האלבע שעה שפעטער).

Garden
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 19, 2021 8:23 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך Garden » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 3:39 pm

כפארשטיי נישט אזוי גוט צו דאטא און נומבער,
לגבי פאליטיק וועלכע פארטיי פארדינט פון די נייע דאטא און וואס זאגט עס לגבי די טרענד פון די הייסע סווינג סטעיט
בעיקר טעקסאס, דזשארדזשיא, אריזאנא, וויסקאנסען און פענסלוועניא (אהייא פלארידא און אייאווע מיינעך איז שוין נישט קיין רעדע)

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 4:12 pm

עמקות שלמה האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:אראנדזש קאונטי ניו יארק אן פאלם טרי איז געוואקסן מיט 4.5%, צו אריבער 400,000 מענטשן, און פאלם טרי מאכט האט אויסגעמאכט 8.2% פון איר סך הכל באפעלקערונג, ארויף פון די 5.5% וואס פאלם טרי האט אויסגעמאכט אין אראנדזש קאונטי.


בקשה,
אזוי ווי ס'איז ס'געווען א איד וואס האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, און זייער אסאך געארבעט אז ס'זאל בלייבן א שטאט לשמ"ו ולזכרו, און ער האט עס בפירוש געבעטן ווייזענדיג אויף א רש"י פ' מטות..
איז אפשר כדאי עס צו רופן ביים נאמען קרית יואל
(כמעט אלע אפיציעלע און גויאישע נייעסער רופן עס אויך קרית יואל. ולא תהא כהנת כפונדקית..)

דאכציך אז עס הייסט פאלם טרי אויך נאך יענעם, זי"ע זצ"ל.

--------

Garden האט געשריבן:כפארשטיי נישט אזוי גוט צו דאטא און נומבער,
לגבי פאליטיק וועלכע פארטיי פארדינט פון די נייע דאטא און וואס זאגט עס לגבי די טרענד פון די הייסע סווינג סטעיט
בעיקר טעקסאס, דזשארדזשיא, אריזאנא, וויסקאנסען און פענסלוועניא (אהייא פלארידא און אייאווע מיינעך איז שוין נישט קיין רעדע)



די טרענד אין מער ווייניגער אלע סטעיטס איז אז די דעמאקראטישע געגנטער וואקסן שטערקער. און, בעיקר אין טעקסאס טאקע, וואס מער עס טרענדט לינקס, אלס מער איז עס געוואקסן..

חוץ פלארידע.....

כמעט גאנץ פלארידע בומט. סטעיטווייד איז טעקסאס טאקע בערך ווי פלארידע, אבער מיט דעם אלעם האבן רוב צו א ריזן חלק טעקסאס קאונטיס דערלייגט מענטשן.

(טראמפ האט געווינען טעקסאס היפש שטערקער ווי פלארידע, הגם די שיפט אין פלארידע איז געווען פארקערט ווי די שיפט אין טעקסאס, וואס שטימט ממש גוט מיט דעם צענזוס.)

-------

נעיט כהן ווייזט אן..
Some notable state data-points: Georgia just 50.1% non-Hispanic white, and probably majority minority by now


מער אויסגעשמועסט דורך סטיווען פאולער..
Looking quickly at Georgia's data I just downloaded, there are 10,711,908 people recorded in the 2020 Census.

White Alone - 5,555,483 (51.86%)
Black or African American Alone - 3,320,513 (31.00%)
Asian Alone - 479,028 (4.47%)

Hispanic or Latino - 1,123,457 (10.49%)

נישט במציאות אז אזא סטעיט זאל בלייבן רויט ווען אזא גרויסע טייל ווייסע וואוינען אין די שטעט און סאבורבס.

הוא הי' אומר...
Fulton County has 1,066,710 people, followed by Gwinnett County (957,062), Cobb (766,149), DeKalb (764,382) and Clayton (297,595).

The least populous is still Taliaferro, with 1,559 people.

36 of 159 counties have fewer than 10,000 people.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 4:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Garden
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 19, 2021 8:23 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך Garden » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 4:21 pm

סוי טעקסאס בלויער און פלארידא רויטער?
און וואס איז מיט די אנדערע סווינג סטעיטס?

אוועטאר
עמקות שלמה
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 26, 2011 12:46 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך עמקות שלמה » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 4:27 pm

צל עובר האט געשריבן:
עמקות שלמה האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:אראנדזש קאונטי ניו יארק אן פאלם טרי איז געוואקסן מיט 4.5%, צו אריבער 400,000 מענטשן, און פאלם טרי מאכט האט אויסגעמאכט 8.2% פון איר סך הכל באפעלקערונג, ארויף פון די 5.5% וואס פאלם טרי האט אויסגעמאכט אין אראנדזש קאונטי.


בקשה,
אזוי ווי ס'איז ס'געווען א איד וואס האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, און זייער אסאך געארבעט אז ס'זאל בלייבן א שטאט לשמ"ו ולזכרו, און ער האט עס בפירוש געבעטן ווייזענדיג אויף א רש"י פ' מטות..
איז אפשר כדאי עס צו רופן ביים נאמען קרית יואל
(כמעט אלע אפיציעלע און גויאישע נייעסער רופן עס אויך קרית יואל. ולא תהא כהנת כפונדקית..)

דאכציך אז עס הייסט פאלם טרי אויך נאך יענעם, זי"ע זצ"ל.

--------
גערעכט מיט דעם,
אבער מיט די בעסטע כוונות פון דעי הנהלה וואס האט געגעבן דעם נאמען, פאר אפיציעלע אדער לעגאלע טעמים
קומט דאס בכלל נישט אין באטראכט
אנטקעגן דעם אידישן און הייליגן נאמען וואס ער האט אליינס געגעבן
און געזאגט דערביי אז ער טוט דאס כדאי ס'זאל זיין לשמ"ו ולזכרו

טראכט אריין: א צדיק הדור, פון העכער 90 יאר, לאזט נישט איבער זש"ק, בעט פון אייך נישט קיין ספר תורה, נאר א קליינע טובה..

אפי' ווען איר סוירטש די טאון נאכאלץ צוליב טון דעם צדיק אין די זעלבע צייט.

יישר כח
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 4:43 pm

Garden האט געשריבן:סוי טעקסאס בלויער און פלארידא רויטער?
און וואס איז מיט די אנדערע סווינג סטעיטס?

נישט נאר די אנדערע "סווינג" סטעיטס.. דער ענטפער איז אז אין כמעט "אלע סטעיטס" זענען די דעמאקראטישע געגענטער מער געוואקסן.

די טרענד אין מער ווייניגער אלע סטעיטס איז אז די דעמאקראטישע געגנטער וואקסן שטערקער.


דאס רעכנט אויך אריין מישיגען וויסקאנסין פענסילוועניע נארט קארעליינע און אודאי דזשארדזשיע. (מילוואקי איז טאקע געפאלן, אבער מעדיסען איז אסאך מער ארויף, וכן במישיגען.)

אריזאנע איז עכט נישט שייך צו קוקן ביי קאונטי, ווייל מאריקאופע איז דאך רוב סטעיט, און ווער עס געווינט עס געווינט מער ווייניגער די סטעיט, און א מער לאקאלע מאפע פון אריזאנע האב איך נאכנישט געזען.

דא האט איר דעם מאפע, וואס איז שוין דאכציך געברענגט געווארן דא. דורך אנדערע.
צוגעלייגטע
IMG_20210812_135845.jpg
IMG_20210812_135845.jpg (327.25 KiB) געזעהן 512 מאל

Garden
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 19, 2021 8:23 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך Garden » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 4:56 pm

סוי אינדערצייט וואס די ריפאבליאנער פארדינען אויפן קאנגרעסיאנעל פראנט זעהן די דעמאקראטן א גוטע צייכענעס אויפן פרעזידענטיעל פראנט?
ווי איך פארשטיי איז די דאטא אין אהייא פלארידא אייאווא יא גוט פאר די ריפאבליקאנער

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 5:57 pm

צווייפאכיגע געוואונס פאר דעמאקראטן. די ערשטע איז נישט ממש א געוואונס, נאר די צענזוס צייגט סאך א ווייניגער שלעכטע אויסקום ווי עס איז געווען ערווארטעט א יאר צוריק. דאס איז נוגע בלויז צו די עלעקטארל קאלעדזש וואס ווערט פארגעטיילט לויט די סטעיטווייד אלגעמיינע שטימען געווינער אין די פרעזידענטליכע פארמעסט איינמאל אין פיר יאר.

די סטעיטווייד צענזוס ציפערן זענען ארויסגעקומען אין מערץ און האבן געצייגט אז שטארק בלויע שטאטן זענען געוואקסן שטערקער אדער, אין פאל פון אילינוי, פארלוירן ווייניגער, ווי ערווארטעט און רויט גענויגטע סטעיטס געוואקסן שוואכער ווי ערווארטעט (די ערווארטונג איז געווען באזירט אויף סוירוועיס דורכגעפירט דורך די צענזוס ביורא יערליך). צו אילוסטרירן די פונקט איז אינטערעסאנט די סטאטיסטיק פון וואסערמאן.

Screenshot_20210812-164734.jpg
Screenshot_20210812-164734.jpg (282.24 KiB) געזעהן 495 מאל


די צווייטע איז נוגע צו די יו עס האוז און סטעיט לעגיסלאטורן.
ריזיגע שטחים וואס זענען שוואך באוואוינט (רורעל) און שטארק רויט געשטימט האבן געזען גרויסע באפעלקערונג רעדוקציעס פון צען יאר צוריק.
IMG_20210812_171408.jpg
IMG_20210812_171408.jpg (239.77 KiB) געזעהן 495 מאל

טעקסאס האט צוגעזען צוויי קאנגרעס זיצן צוליב א שטארקע וואוקס אין די בלויע סיטיס (כאטש נישט אזוי שטארק ווי ערווארטעט. געווען ערווארטעט אז זיי גייען באקומען דריי זיצן סטעיטווייד), בשעת די רורעל געגנטער נישט אין און ארום די סגול פון דאלאס, יוסטין און סאן אנטאניאו-אוסטין, די גרויסע באוואוינטע שטעט אין טעקסאס, האבן פארלוירן באפעלקערונג, מיט איינצלנע אויסנאמען.

ניו יארק סטעיט האט פארלוירן איין זיץ (מיט אונטער הונדערט איינוואוינער סטעיטווייד) אבער די גאנצע פארלוסט איז געקומען פון די אויבערשטע טייל פון די סטעיט וואס איז רויט געשטימט. די סיטי זעלבסט, וואס איז געוואקסן מיט א געזונטע 625,000 איינוואוינער אין צען יאר, און די סובארבס ארום וואס זענען גענויגט דעמאקראטיש זענען שיין געוואקסן און צוגעזען אסאך איינוואוינער. דאס מיינט אז די סיטי און די סובארבס קומט זיך מער פארטרעטערשאפט אין קאנגרעס און די דעמאקראטן גייען - מיט רעכט- אוועקנעמען צוויי, דריי זיצן פון די רעפובליקאנער געגנטער וואס האבן יעצט ווייניגער מענטשן צו פארטרעטן, ספעציעל רעלאטיוו צו די בלוי געגנטער וואס פארטרעטן יעצט מער מענטשן.
ענליכע מעשה אין פענסילוועניע (די גרויסע סטעיט דרום פון ניו יארק סטעיט) וואו פילאדעלפיע און די סובארבס (דרום מזרח ווינקל) וואו די קאונטיס זענען געוואקסן מיט שווערע צענדליגע טויזנטער מענטשן בשעת די איבעריגע קאונטיס אין די סטעיט האבן פארלוירן באפעלקערונג, מיט איינצלנע אויסנאמען.
אילינוי (די דריטע סטעיט לינקס פון פענסילוועניע) האט פארלוירן פאפולאציע אין כמעט יעדע קאונטי מיטן אויסנאם פון שיקאגאו און אירע סובארבס, דאס מיינט אז קאנגרעס זיצן אין די שיטערע רויטע געגנטער גייען דארפן ארייננעמען מער שטח און שיקאגאו והגלילות גייען באקומען קלענערע קאנגרעס דיסטריקטס אזוי די קאנגרעס זיצן פארטרעטן אן אייניגע צאל מענטשן אין ביידע ערטער.
אן ענדליכן מעשה שפילט זיך אפ אין ווירדזשיניע, דזשארדזשיע, אהייאו און אין כמעט אלע סטעיטס, מיטן אויסנאם פון פלארידע, ווי הרב צל האט שוין אנגעוויזן.
דאס איז נוגע סיי פאר די יו עס קאנגרעס און נאך מער פאר די סטעיט לעגיסלאטורן.

אין דעמאקראטיש געפירטע סטעיטס מיינט דאס אז רעפובליקאנער גייען, מיט רעכט, פארלירן זיצן אלל אווער דע פלעיס. אין רעפובליקאנער געפירטע סטעיטס (וואס האבן נישט קיין אומפארטייישע קאמיסיעס וואס דארפן אנפירן רידיסטריקטינג) מיינט דאס אז די רעפובליקאנער וועלן האבן סאך א שווערע דזשאב צו בא'גנב'נען די געינס וואס דעמאקראטישע-בלויע געגנטער האבן געהאט און פארדעקן די באפעלקערונג פארלוסט פון וואס די איבערוויגנדע מערהייט שטארק רויטע געגנטער ליידן.
לעצט פאראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 6:03 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

Programming
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 6:02 pm

זיי פארדינען נאכנישט אויפן קאנגרעשאנעל פראנט אזוי שנעל. אויב זענען די סטעיטס געוואקסן מער צו די דעמאקראטישע באפעלקערונג מוזן זיי געבן מער זיצן פאר דעמאקראטישע געגנטער

---

שלמה האקט
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.


צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 6:11 pm

Garden האט געשריבן:סוי אינדערצייט וואס די ריפאבליאנער פארדינען אויפן קאנגרעסיאנעל פראנט זעהן די דעמאקראטן א גוטע צייכענעס אויפן פרעזידענטיעל פראנט?
ווי איך פארשטיי איז די דאטא אין אהייא פלארידא אייאווא יא גוט פאר די ריפאבליקאנער

ניין, ווען נישט די רעפאבליקאנער שליטה אויף די גרויסע סטעיטס וואס זיי געווינען שמאל, און די דעמאקראטן אויפגעבן די רידיסטריקטינג מאכט אין קאליפארניע, וואלטן די דעמאקראטן פארדינט אויף אלע לעוועלס.

אין איין ווארט פון וואסערמאן, די ביידן קאונטיס זענען ארויף ביז איבער 60%, האבנדיג איבער 65% פון די וואוקס. דאס מיינט אז די טראמפ קאונטיס וועלכע זענען אראפ צו אונטער 40% באפעלקערונג, האבן בלויז געהאט אונטער 35% וואוקס.

Screenshot_20210812-180806_Twitter.jpg
Screenshot_20210812-180806_Twitter.jpg (163.48 KiB) געזעהן 459 מאל


נאכמאל, ווען נישט דזשערימענדערינג, זענען די דעמאקראטן די קלארע פארדינער. אין אנדערע ווערטער, די דעמאקראטן פארדינען פון דעם צענזוס, אז די רעפאבליקאנער וועלן נישט אזוי שטארק קענען ריגן דעם סיסטעם דורך דזשערימענדערינג.

(קוק אויף די מאפע פון אהייא, אויב דו געדענקסט אביסל אויסעווייניג ווי עס איז רויט און ווי עס איז בלוי, און זאג דו מיר ווי איז געוואקסן. קליוולאנד איז טאקע געפאלן, אבער אזוי איז אויך די רויטע רורעל אהייא, משא"כ קאלאמבוס והגלילות וואס שיפטן לינקס.)

דאס אלעס איז בנוגע קאנגרעס, בנוגע דעם עלעקטארל קאלעדזש פארדינען די רעפאבליקאנער יא עטוואס.

------

@ר' שלמה, עס איז ברייט אנגענומען אז דאס מאל וועלן די רעפאבליקאנער פארלירן אין ניו יארק און אילינוי אויך דאס וואס עס קומט זיך זיי יא...

אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך פאטעיטא טשיפס » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 6:51 pm

@שלמה און אנדערע, איין זאך איז דא א מיסטעריע... די צענזוס איז גילטיג אפ טו פסח תש"פ, נו פעלט דאך די גאנצע זאך פון סיטי אויסוואנדערונג צו סאבארבס וועגן קאוויד וכו', ספעשל אין ניו יארק, ניין?
אין עוד מלבדו

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2729
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 7:03 pm

ערגעץ האב איך געזען אז די גאנצע רעדע פון סיטי ווערסעס רורעל איז ארום א פראצענט אראפ און ארויף, נאר די מידיא נעמט דאס נעקסט לעוועל.

אזוי אויך ווען איך האב געוואלט זוכן די פשוט'ע פאפולעישאן וואוקס רעזולטאטן פאר אלע געגנטער איז עס נישט געווען צום געפינען אין קיין שום נייעס באריכט. אלעס איז געווען פארנומען פייערן די זיג אז אמעריקע איז געווארן מער ראסע דייווערסיפייד, און מער אורבען.
עס האט מיך גענומען 15 צומישטע מינוטן ביז איך האב געטראפן ערגעץ די פארשטופטע לינק אויפן צענזוס זייטל, פארשטייט זיך נאכן האלטן אין איין אריינבאמפן אין די העדליין, וואס האט פאר סאם ריעזען עפעס א אומבאהאלטענע פרייד ביים מעלדן די היילייט'ס.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 7:11 pm

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:@שלמה און אנדערע, איין זאך איז דא א מיסטעריע... די צענזוס איז גילטיג אפ טו פסח תש"פ, נו פעלט דאך די גאנצע זאך פון סיטי אויסוואנדערונג צו סאבארבס וועגן קאוויד וכו', ספעשל אין ניו יארק, ניין?

So, who cares?
וועסט האבן נאך א שאנס צען יאר ארום...

ערנסט גערעדט. די אלע אויסוואנדערונגען זענען צייטווייליג און די נעראטיוו איבערגעטריבן. דאס איז די זעלבע doom and gloom נביאותער פון די לעצטע צען יאר וואס האבן זיך ארויסגעלאזט מיט א זייפן בלאז, ספעציעל איבער ניו יארק סיטי.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

אוועטאר
מים חיים
שר האלפיים
תגובות: 2683
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך מים חיים » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 7:13 pm

והיתם נקיים האט געשריבן:
(דאס איז נאר צווישן שטעט מיט איבער 100 טויזנט מענטשן.)

אודאי אזוי, צווישן קלענערע שטעט איז "כתר" די צוקוועטשסטע שטאט אין אמעריקע, מיט ארום 31,950 מענטשן פער סקווער מייל!

סקווירא האט ארום 26,350 מענטשן פער סקווער מייל, קרית יואל האט ארום 22,550 מענטשן פער סקווער מייל.

(לומר לך אז אונזער עולם האט ליב סיטי לייף נאך אלעם, מ'קען זיך עס נאר נישט ערלויבן... ווייל אונזערע אייגענע שטעטלעך זענען גארנישט אונטערשטעליג פון געדעכטע סיטיס.)[/quote]
ווי קען איך עס זעהן? איך זעה נאר ביי טרעקט און נישט ביי ווילעדזש

והיתם נקיים
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך והיתם נקיים » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 7:13 pm

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:@שלמה און אנדערע, איין זאך איז דא א מיסטעריע... די צענזוס איז גילטיג אפ טו פסח תש"פ, נו פעלט דאך די גאנצע זאך פון סיטי אויסוואנדערונג צו סאבארבס וועגן קאוויד וכו', ספעשל אין ניו יארק, ניין?

ס'האט געזאלט הייסן אז פון אפריל 2010 ביז אפריל 2020 איז די באפעלקערונג אין ניו יארק סיטי געוואקסן יערליך מיט 0.1% (ממש גארנישט), למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז זי איז געוואקסן יערליך מיט א זאפטיגע 0.7% (פונקט ווי דאס לאנד אין אלגעמיין).

יעצט ווילסטו גלייבן אומבאגרינדעטע שאצונגען אז נאך אפריל 2020 האבן מענטשן פליצלונג גענומען ארויסוואנדערן?
-
שלמה האקט

אוועטאר
האלצשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2855
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך האלצשטיין » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 7:19 pm

אקעי, איך בין נישט אזא עקספערט אין דיסטריקט ביי דיסטריקט ווי @צל און @שלמה,

די היינטיגע צענזוס ציפערן קען אויסמאכן לגבי טראמפ 2024 צו ער זאל זיין מער רואיג צו לויפן, אדער האבן שלשול איבער דעם? אדער מאכט עס בכלל נישט אויס?

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2021 7:49 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:ערגעץ האב איך געזען אז די גאנצע רעדע פון סיטי ווערסעס רורעל איז ארום א פראצענט אראפ און ארויף, נאר די מידיא נעמט דאס נעקסט לעוועל.

אזוי אויך ווען איך האב געוואלט זוכן די פשוט'ע פאפולעישאן וואוקס רעזולטאטן פאר אלע געגנטער איז עס נישט געווען צום געפינען אין קיין שום נייעס באריכט. אלעס איז געווען פארנומען פייערן די זיג אז אמעריקע איז געווארן מער ראסע דייווערסיפייד, און מער אורבען.
עס האט מיך גענומען 15 צומישטע מינוטן ביז איך האב געטראפן ערגעץ די פארשטופטע לינק אויפן צענזוס זייטל, פארשטייט זיך נאכן האלטן אין איין אריינבאמפן אין די העדליין, וואס האט פאר סאם ריעזען עפעס א אומבאהאלטענע פרייד ביים מעלדן די היילייט'ס.

שוין יארן וואס מען מצב'ט קאנסטענטלי אז מענטשן פוצן אפ פון ניו יארק סיטי, און דערווייל איז עס גאר געוואקסן מיט קנאקעדיגע מער ווי שישים רבוא, די ערשטע מאל אין דורי דורות וואס עס וואקסט מער ווי די נעשאנעל עוורידזש, איז נישט מער ווי נארמאל אז אלע סיטי פאטריאטן וואס האלטן מיט די זאכן, טאנצן ביזן דאך.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Duvid, א גולם, אנארחם, אשריך, געפרואווטער, הײמישער זײגער, ווייס פרעזידענט, מטעמים און 41 געסט