רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך גיי פארשטיי » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2021 11:42 am

צל עובר האט געשריבן:וואסערמאן מיט א נייעם שיעור איבער טעקסאס.

TEXAS: it's redistricting week. Here's my rough expectation for the GOP's congressional map:

- 25R-13D (up from 23R-13D now)
- a new hyper-blue Austin seat
- one blue seat in the RGV made a lot redder
- all 23 R incumbents shored up
- Fletcher & Allred packed w/ Ds

We'll see. https://t.co/1gqlTLBLpA

The main constraint for TX Republicans: right now, *nine* of their 23 incumbents represent seats where Biden got 47% or more. Under the hypothetical above, all of those seats would move to Trump +15 or more.


IMG_20210920_101141.jpg



איך בין נייגעריק אויב דער האט סורסעס אז די רעפ'ס גייען ענדערשער מאכן זיכער אז זייער זיצן זענען העווי רויט ווי איידער צולייגן נאך זיצן.

און אויך אין ריא גרענד וועלי אז די רעפ'ס וועלן נעמען איין זיץ און מאכן שטארק בלוי צוויי זיצן ווי איידער האפן אויף איבערצונעמען אלע דריי!
כלל ישראל וויינט! ברוך דיין האמת! השם ינקום דמה!



אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2021 3:37 pm

זיי נעמען נישט איבער אלע דריי אין די וועלי אן טוישן די מאפע, מאקסימום איינס, וואס וואלט געבליבן זייער סווינגי.

זיי וואלטן געקענט נישט צו שווער רויט מאכן אלע דריי, אבער מען קען נישט מבטל זיין מינאריטעט זיצן.

די זיך וואס ווערט רויט, בלייבט היספאניש, מיט גענוג רעפאבליקאנער ספאנישע. עס איז אבער דא א יש אומרים אז מען קען דאס מעגליך טשעלענדזשן אין געריכט.

9 זיצן מער ווי 47% פאר ביידן, איז נאך א שיינע פאר מדריגות פון העווי רויט, זיי מוזן דאס מסדר זיין פאר זיי נעמען נאך זיצן.

עס איז יא דא א מעגליכקייט לויט וואסערמאן און אנדערע אז איין דעמאקראטישע זיץ וועלן זיי יא אוועקנעמען.

אודאי האט ער סורסעס, אבער נישט אלעס איז שוין קלאר.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך גיי פארשטיי » מיטוואך סעפטעמבער 22, 2021 11:47 pm

כלפי די וועלי איז אזוי ווי ווייט איך פארשטיי איז דא דארט דריי זיצן 15 34 28!

יעצט 15 איז געגאנגען פון 15% אובאמא צו 1.9% ביידן וואס דאס איז גאנץ א העווי טרענד נאכדערצו אין א ביידן מידטורם ווען אסאך אינדיקעיטארס צייגן אז די היספאניקס קענען גיין דא היבש מער רעכט ווי אין 2020 קענען זיי גאנץ גרינג האפן דערויף נאכדערצו אז דער אינקאמבענד האט אווערפרעפארמד ביידן מיט נאר 1%!

34 איז געגאנגען פון 23% אובאמא צו 4% ביידן זייער א שטארקער טרענד נאכדערצו אז דער אינקאמבענד האט שוין אנאנסט אז ער לויפט נישט איז עס זיכער א שטארקער אפארטוניטי פאר די רעפס!

ווייטער 28 האט אויך געמאכט אן ענדליכע שפאציר פון 21% אובאמא צו 4.1% ביידן אבער דארט האט די אינקאמבענד יא זייער שטארק אווערפרעפארמד ביידן הגם היבש ווייניגער ווי די פריערדיגע עלעקשאנס!

סא בסך הכל אויב האבן די רעפ'ס א גוטע יאהר אין 2022 דארף אפי' נישט זיין קיין ספעציעלע יאהר קענען זיי נעמען 2 זיצען און אויב האבן זיי א שטארקער קאנדידאט אין 28 אפי' טראכטן פון די דריטער!

יעצט ווען מען רעדט פון די סובארבס האבן זייער אסאך רעפובליקאנער אינקאמבענדס היבש אווערפרעפארמד טראמפ און עס איז ל"ד אז די אלע זיצן דארף גיין אזוי רויט כדי די רעפ'ס זאלן עס קענען אנהאלטן און אויב האבן זיי מורה פון שטארקע טרענדס ווייטער ווייס איך נישט אויב אזא מאפע וועט זיי באשיצן!
לעצט פאראכטן דורך גיי פארשטיי אום דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 1:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כלל ישראל וויינט! ברוך דיין האמת! השם ינקום דמה!



אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

גליק
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:14 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך גליק » זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 10:27 am

Redistricting: House Republicans boycott session to deny passage of maps

Only one Republican lawmaker showed up for a scheduled floor session of the Oregon House of Representatives Saturday as the minority party...

קוק אויף דיך אליינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 10:47 am

גליק האט געשריבן:Redistricting: House Republicans boycott session to deny passage of maps

Only one Republican lawmaker showed up for a scheduled floor session of the Oregon House of Representatives Saturday as the minority party...

איז נאכדעם וואס די דעמאקראטן האבן ארויסגעלייגט זייערע 5/1 דעמאקראטישע גענויגטע מאפע, האבן די רעפובליקאנער אין די לידזשעסלעיטער ארויסשפאצירט וואס דאס טוט אטאמאטיש מבטל זיין די גערימענדערט מאפע.

אויב די רעפובליקאנער און דעמאקראטן וועלן נישט גרייכן א דיעל, וועט די רידיסטרעקטינג פראסעס אריבערגיין צו די אריגען קאורט.

די קאורט באשטייט פון א דעמאקראטישע מערהייט, אבער די רעפובליקאנער אין די סטעיט זענען ערווארטעט ארויסצוקוועטשן בעסערע שלל דורך די געריכט סיסטעם.

גליק
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:14 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך גליק » זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 10:53 am

וויפעל האבען די רעפובליקאנער יעצט?

קוק אויף דיך אליינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 10:59 am

גליק האט געשריבן:וויפעל האבען די רעפובליקאנער יעצט?

ביז יעצט האבן די דעמאקראטן געהאט 4 זיצן און די רעפובליקאנער איין זיץ.

יעצט באקומט די סטעיט א פרישע קאנגרעסיענאלע זיץ, און די סטעיט דעמאקראטישע געפירטע הייזער ווילן פארשטייט זיך עס מאכן פאר א פיפטע דעמאקראטישע זיץ.

די פיפטע זיץ איז נאך אלץ ערווארטעט צו ווערן א דעמאקראטישע זיץ, אבער די רעפובליקאנער וועלן לכאורה באקומען א בעסערע דיעל.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך גיי פארשטיי » זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 1:38 pm

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
גליק האט געשריבן:וויפעל האבען די רעפובליקאנער יעצט?

ביז יעצט האבן די דעמאקראטן געהאט 4 זיצן און די רעפובליקאנער איין זיץ.

יעצט באקומט די סטעיט א פרישע קאנגרעסיענאלע זיץ, און די סטעיט דעמאקראטישע געפירטע הייזער ווילן פארשטייט זיך עס מאכן פאר א פיפטע דעמאקראטישע זיץ.

די פיפטע זיץ איז נאך אלץ ערווארטעט צו ווערן א דעמאקראטישע זיץ, אבער די רעפובליקאנער וועלן לכאורה באקומען א בעסערע דיעל.


די דעמס און די רעפס זענעןזיך אויסגעקומען אין א אלטע דיעל אז די זיץ גייט גיין רויט אבער למעשה האבן די דעמס זיך נישט וויסענדיג געמאכט דערפון!
כלל ישראל וויינט! ברוך דיין האמת! השם ינקום דמה!



אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

קוק אויף דיך אליינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 3:48 pm

נאך דעם וואס נעברעסקא רעפובליקענס האבן נישט געקענט דורך פירן אין די לידזשעסלעיטער זייער פארגעשלאגענע מאפע, זענען זיי געקומען צו א עגרימענט מיט די דעמאקראטן, און ס'איז פרייטאג געווארן באשטעטיגט אין לידזשעסלעיטער, און פארט יעצט צום ארטיגע גאווערנאר פאר א אינטערשריפט.

די נייע מאפע פארזיכערט פאר די רעפובליקאנער צוויי פון די דריי נעברעסקא דיסטריקטן, און די דריטע דיסטריקט האבן די רעפובליקאנער באוויזן צו מאכן רויטער.

די רעדע איז פון נעברעסקא'ס צווייטע דיסטריקט, וואס ביידען האט געוואונען מיט 7%, אבער די רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דאן בעיקאן האט געוואונען די דיסטריקט מיט 5%.

די צווייטע דיסטריקט גייט יעצט פון ביידען 7%+ צו ביידען 6%+, מאכענדיג אביסל גרינגער פאר די רעפובליקאנער אנצוהאלטן די זיץ ביי די קומענדיגע וואלן.

די דעמאקראטן האבן באקומען א מתנה אז די ערשטע דיסטריקט וועט זיך ריקען אביסעל מער לינקס, פון טראמפ 15%+ צו טראמפ 9%+.

קוק אויף דיך אליינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 12:52 pm

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
גליק האט געשריבן:Redistricting: House Republicans boycott session to deny passage of maps

Only one Republican lawmaker showed up for a scheduled floor session of the Oregon House of Representatives Saturday as the minority party...

איז נאכדעם וואס די דעמאקראטן האבן ארויסגעלייגט זייערע 5/1 דעמאקראטישע גענויגטע מאפע, האבן די רעפובליקאנער אין די לידזשעסלעיטער ארויסשפאצירט וואס דאס טוט אטאמאטיש מבטל זיין די גערימענדערט מאפע.

אויב די רעפובליקאנער און דעמאקראטן וועלן נישט גרייכן א דיעל, וועט די רידיסטרעקטינג פראסעס אריבערגיין צו די אריגען קאורט.

די קאורט באשטייט פון א דעמאקראטישע מערהייט, אבער די רעפובליקאנער אין די סטעיט זענען ערווארטעט ארויסצוקוועטשן בעסערע שלל דורך די געריכט סיסטעם.

למעשה קוקט אויס ווי די דעמאקראטן און די רעפובליקאנער זענען זיך דורך געקומען אויף א דיעל.

די דיעל וועט געבען פאר די דעמאקראטן 4 פון די 6 זיצן, און פאר די רעפובליקאנער איין זיץ.

די זעקסטע דיסטריקט וועט זיין א טאס אפ דיסטריקט, און די דעמאקראטן מיט א לייכטע עדווענטידזש.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:58 pm

די טעקסאס נייע רעפאבליקאנער דזשערימענדער איז ארויסגעקומען.

דאס איז די בעסטע צו קוקן מאפע וואס איך האב געזען, מען קען זעהן ווי מען האט שארד אפ אלע שוואכע רעפאבליקאנער זיצן, זײ ארויפרוקנדיג פון 11 סעיף זיצן צו 22, (צוויי דערפון זענען נישט אינגאנצן פארפאנצערט,) און צוגעלייגט א נייע רויטע זיץ נעבן היוסטאן, אבער לכבוד דעם האט מען געמאכט א נייע סאליד בלויע זיץ אין אויסטין, פארפאנצערט די צוויי זיצן וואס די דעמאקראטן האבן איבערגענומען אין 2018 איינס אין היוסטאן און איינס אין דאלעס, און אין די וועלי האט מען געגעבן פאר די דעמאקראטן צוויי דיסטריקטן, און איינס איז געווארן פון ביידן +1.7 צו טראמפ +2.7, אבער עס איז א קלינטאן פלאס 13% דיסטריקט, דאס איז לכאורה א טאסאפ אויב ביידע פארטייען לייגן ארויס די ריכטיגע קאנדידאטן.

IMG_20210927_144806.jpg
נייע טעקסאס מאפע
IMG_20210927_144806.jpg (238.53 KiB) געזעהן 811 מאל


טראמפ האט געווינען אויף די אלטע 22, אויף די נייע 25, ביידן האט געווינען אויף די אלטע 14 (טעקסאס 24 וועלכע האט א רעפאבליקאנער אריינגערעכנט.) און אויף די נייע 13.

אין קאנגרעס איז עס יעצט 23-13, די נייע וועט לכאורה זיין 24-13, מיט איין סווינג דיסטריקט.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך גיי פארשטיי » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 10:31 am

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
גליק האט געשריבן:Redistricting: House Republicans boycott session to deny passage of maps

Only one Republican lawmaker showed up for a scheduled floor session of the Oregon House of Representatives Saturday as the minority party...

איז נאכדעם וואס די דעמאקראטן האבן ארויסגעלייגט זייערע 5/1 דעמאקראטישע גענויגטע מאפע, האבן די רעפובליקאנער אין די לידזשעסלעיטער ארויסשפאצירט וואס דאס טוט אטאמאטיש מבטל זיין די גערימענדערט מאפע.

אויב די רעפובליקאנער און דעמאקראטן וועלן נישט גרייכן א דיעל, וועט די רידיסטרעקטינג פראסעס אריבערגיין צו די אריגען קאורט.

די קאורט באשטייט פון א דעמאקראטישע מערהייט, אבער די רעפובליקאנער אין די סטעיט זענען ערווארטעט ארויסצוקוועטשן בעסערע שלל דורך די געריכט סיסטעם.

למעשה קוקט אויס ווי די דעמאקראטן און די רעפובליקאנער זענען זיך דורך געקומען אויף א דיעל.

די דיעל וועט געבען פאר די דעמאקראטן 4 פון די 6 זיצן, און פאר די רעפובליקאנער איין זיץ.

די זעקסטע דיסטריקט וועט זיין א טאס אפ דיסטריקט, און די דעמאקראטן מיט א לייכטע עדווענטידזש.


@קוק די פארטיזן לינינג איז זייער נישט ריכטיג צו קוקן ווייל עס גייט ווירסעס די פאפולער וואוט.

דאס מיינט צו זאגן אז ארעגן 5 איז דעם+3 איז עס לכאורה א ביידן 7 דיסטריקט וואס מאכט עס א לינינג דעם דיסטריקט!
כלל ישראל וויינט! ברוך דיין האמת! השם ינקום דמה!



אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך גיי פארשטיי » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 1:42 pm

גיי פארשטיי האט געשריבן:אויב פארשטיי איך גוט האבן ביידע פארטיען אין מעין ארויסגעלייגט זייערע מעפס וואס בעצם לאזן ביידע מעין 2 שטארק רויט (איך מיין אז גאלדען זאל זיך שוין זיכען א נייע דזשאב און אויב נישט זאל ער כאטשיג עקסטענדען אנעפלוימענט בענעפיטס)


למעשה איז באשטעטיגט געווארן די דעמאקראטישע מאפע וואס מאכט אביסל ווייניגער רויט מעין 2 אויב איינער האט מער דיטעילס (דהיינו טראמפ ביידן ריזולטס) פון די דיסטריקט וועט עס זיין שטארק עיפרישיעיטעד!
כלל ישראל וויינט! ברוך דיין האמת! השם ינקום דמה!



אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

קוק אויף דיך אליינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 1:51 pm

גיי פארשטיי האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:אויב פארשטיי איך גוט האבן ביידע פארטיען אין מעין ארויסגעלייגט זייערע מעפס וואס בעצם לאזן ביידע מעין 2 שטארק רויט (איך מיין אז גאלדען זאל זיך שוין זיכען א נייע דזשאב און אויב נישט זאל ער כאטשיג עקסטענדען אנעפלוימענט בענעפיטס)


למעשה איז באשטעטיגט געווארן די דעמאקראטישע מאפע וואס מאכט אביסל ווייניגער רויט מעין 2 אויב איינער האט מער דיטעילס (דהיינו טראמפ ביידן ריזולטס) פון די דיסטריקט וועט עס זיין שטארק עיפרישיעיטעד!

איך האף אי"ה צו קענען שפעטער איבערגעבען א דעטאלירטע באריכט איבער די ערשטע דריי סטעיטס וואס האבן שוין באשטעטיגט זייער דיסטריקט מאפעס.

די דריי סטעיטס זענען:

- אריגען
- נעברעסקע
- מעין

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך גיי פארשטיי » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 2:06 pm

אין קאלאראדא האט די אינדעפענדעט קאמיטע באשטעטיגט די נייע מאפע וואס איז לכאורה א חלום מאפע פאר די רעפס, ווען עס פארויטעלט מער די 3טע באבערט דיסטריקט און עס לייגט אריין גאר א שמאלע נייע דיסטריקט וואס די רעפובליקאנער האבן א שטארקע טשענס צו ענדיגן מיט 4 זיצן אין קאלאראדא.

די מאפע גייט יעצט צו קאלאראדא'ס סופרים קאארט פאר באשטעטיגונג!

פון 538 אויף די נייע דיסטריקט
but — with no incumbent and a near-even partisan lean — it is likely to be one of the most competitive House races in 2022.
כלל ישראל וויינט! ברוך דיין האמת! השם ינקום דמה!



אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

קוק אויף דיך אליינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 2:56 pm

אין טעקסעס חוץ וואס די רעפובליקאנער האבן לכאורה ארויסגעכאפט נאך צוויי זיצן, איז זייער סטראטעגיע אויך מער געווען שטארק צו באפעסטיגן אסאך לייכט רויטע דיסטריקטן.

למשל:

- די 2'טע דיסטריקט פון רעפובליקן דען קרעשאו גייט פון טראמפ 1+ צו טראמפ 20+

- די 3'טע דיסטריקט פון רעפובליקן ווען טעילער גייט פון טראמפ 1+ צו טראמפ 15+

- די 6'טע דיסטריקט פון רעפובליקן דזשעיק עלזי גייט פון טראמפ 3+ צו טראמפ 20+

- די 10'טע דיסטריקט פון רעפובליקן מייקל מעקאל גייט פון טראמפ 2+ צו טראמפ 20+

- די 21'טע דיסטריקט פון רעפובליקן טשיפ ראו גייט פון טראמפ 3+ צו טראמפ 20+

- די 22'טע דיסטריקט פון רעפובליקן טראוי נעלס גייט פון טראמפ 1+ צו טראמפ 15+

- די 23'טע דיסטריקט פון רעפובליקן טאני גאנזאלעס גייט פון טראמפ 2+ צו טראמפ 7+

- די 24'טע דיסטריקט פון רעפובליקן בעט ווען דאיאן גייט פון "ביידען 5+" צו טראמפ 12+

- די 31'טע דיסטריקט פון רעפובליקן דזשאן קארטער גייט פון טראמפ 3+ צו טראמפ 20+

קוק אויף דיך אליינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 4:48 pm

אריגען איז די וואך געווארן די ערשטע סטעיט צו באשטעטיגן די נייע איבערגעמאכטע רידיסטרעקטינג מאפעס.

די סטעיט האט ביז יעצט פארמאגט 5 דיסטריקטן וואס פון דעם זענען 4 געגאנגען פאר די דעמאקראטן, מיט קאנגרעסמאן פיטער דאפעזיא (ד) פון די פערדע דיסטריקט איז געווען די איינציגסטע וואס איז געווען אין א טאס אפ דיסטריקט געווינענדיג ווידערוויילונג מיט 5% אין א דיסטריקט וואס ביידען האט געוואונען מיט א שמאלע 4%.

יעצט האט די סטעיט פארדינט א זעקסטע דיסטריקט וואס די דעמאקראטן וואס פארמאגן א מעדזשארעטי אין די סטעיט הייזער האבן פארשטייט זיך עס געוואלט מאכן פאר א פיפטע שטארקע סעיף דעמאקראטישע דיסטריקט.

אבער נאך דעם וואס די רעפובליקאנער אין די סטעיט האבן געסטראשעט צו פארלאזן די טשעימבער, האבן די דעמאקראטן זיך געמוזט צוזאמזעצען מיט די רעפובליקאנער און אויסארבעטן א דיעל.

די דעמאקראטן האבן געוואלט מאכן דאפעזיא'ס דיסטריקט פאר א סעיף דעמאקראטישע דיסטריקט, און די נייע זעקסטע דיסטריקט פאר א סעיף דיסטריקט געבענדיג פאר זיי א 5/1 דעמאקראטישע אויבערהאנט, אנשטאטס די ביז יעצטיגע 4/1 אויבערהאנט.

למעשה לויט די באשטעטיגטע מאפע ווערט דאפעזיא'ס פערדע דיסטריקט טאקע פאר א שטארקע סעיף דעמאקראטישע דיסטריקט, געבענדיג פאר די דעמאקראטן 4 סעיף דעמאקראטישע דיסטריקטן, און פאר די רעפובליקאנער איין סעיף רעפובליקן דיסטריקט.

די זעקסטע דיסטריקט וואס די דעמאקראטן האבן געוואלט מאכן פאר א שטארקע בלויע דיסטריקט וועט נאר ווערן א לין דעמאקראט דיסטריקט, געבענדיג א שאנס פאר די רעפובליקאנער צו געווינען די דיסטריקט אין גוטע יארן.

די זעקס אריגען דיסטריקטן:

- 1'טע דיסטריקט - ביידען 39+
- 2'טע דיסטריקט - טראמפ 24.5+
- 3'טע דיסטריקט - ביידען 47+
- 4'טע דיסטריקט - ביידען 13+
- 5'טע דיסטריקט - ביידען 8.9+
- 6'טע דיסטריקט - ביידען 13+

קוק אויף דיך אליינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 5:07 pm

מעין איז די צווייטע סטעיט צו באשטעטיגן די נייע רידיסטרעקטינג מאפעס.

מעין פארמאגט בלויז צוויי דיסטריקטן, ביידע האבן דעמאקראטישע קאנגרעסלייט, אבער די צווייטע דיסטריקט האט טראמפ געוואונען מיט 7% און די דעמאקראטישע קאנגרעסמאן דזשערעד גאלדין האט עס געוואונען מיט 6%.

דעמאקראטן האבן מעדזשארעטי'ס אין מעין'ס ביידע הייזער, אבער האבן נישט געהאט קיין סופער מעדזשארעטי'ס צו באשטעטיגן די מאפע לויט זייער עכטע ווילן.

אין די נייע באשטעטיגטע מאפע ווערט די צווייטע דיסטריקט פון טראמפ +7 צו טראמפ +6, מאכענדג אביסל גרינגער פאר גאלדין אנצוהאלטן זיין זיץ אין די טראמפ דיסטריקט.

די ערשטע דיסטריקט בלייבט א שטארקע בלויע דיסטריקט אבער א טראפ געריקט מער רעכטס צו די רעפובליקאנער.

די צוויי מעין דיסטריקטן:

1'טע דיסטריקט - ביידען 23+
2'טע דיסטריקט - טראמפ 6+

קוק אויף דיך אליינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 5:43 pm

נעברעסקע איז די דריטע סטעיט צו באשטעטיגן די נייע רידיסטרעקטינג מאפעס.

די סטעיט פארמאגט 3 דיסטריקטס, צוויי פון זיי סעיף רעפובליקן דיסטריקטס, די דריטע איז א ביידען 6.5+ דיסטריקט אבער די רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דאן בעיקאן האט באוויזן אנצוהאלטן זיין זיץ געווינענדיג די דיסטריקט מיט 5%.

די רעפובליקאנער האבן מעדזשארעטי'ס אין די סטעיט הייזער, אבער האבן נישט קיין סופער מעדזשארעטי'ס צו באשטעטיגן די נייע מאפעס לויט זייערע ווילן.

אין די נייע מאפע ווערט א טראפ פארשמעלערט ביידען'ס מארדזשען אין די צווייטע דיסטריקט פון 6.5+ צו 6.4+.

די דריי נעברעסקע דיסטריקטן:

1'טע דיסטריקט - טראמפ 11+
2'טע דיסטריקט - ביידען 6.4+
3'טע דיסטריקט - טראמפ 52+

קוק אויף דיך אליינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 5:44 pm

נאך דעם וואס די ערשטע דריי סטעיטס האבן באשטעטיגט זייער רידיסטרעקטינג מאפעס, קומט דערווייל אויס אז די דעמאקראטן האבן דערווייל פארדינט איין זיץ.

IMG_20210930_165641.jpg
IMG_20210930_165641.jpg (88.77 KiB) געזעהן 434 מאל

אוועטאר
Mezofzef
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך Mezofzef » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 5:47 pm

פארוואס איין?
לויט די מעפ זענען צוויי טאס אפ'ס געווארן העל בלוי?
הקול קול יעקב.
בשעה שיעקב מצפצף בקולו, אין הידים ידי עשו

קוק אויף דיך אליינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 5:50 pm

Mezofzef האט געשריבן:פארוואס איין?
לויט די מעפ זענען צוויי טאס אפ'ס געווארן העל בלוי?

די אלטע מאפע ווייזט אויף אריגען בלויז 5 זיצן.

די צווייטע האט 6

קוק אויף דיך אליינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 6:02 pm

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:פארוואס איין?
לויט די מעפ זענען צוויי טאס אפ'ס געווארן העל בלוי?

די אלטע מאפע ווייזט אויף אריגען בלויז 5 זיצן.

די צווייטע האט 6

קען זיין מען זעהט עס נישט געהעריג אויף די בילד.

אבער לויט ווי איך פארשטיי נאך אלע חשבונות פון די דריי סטעיטס האבן די דעמאקראטן א "נעט געין" פון איין זיץ.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך גיי פארשטיי » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 6:43 pm

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:פארוואס איין?
לויט די מעפ זענען צוויי טאס אפ'ס געווארן העל בלוי?

די אלטע מאפע ווייזט אויף אריגען בלויז 5 זיצן.

די צווייטע האט 6

קען זיין מען זעהט עס נישט געהעריג אויף די בילד.

אבער לויט ווי איך פארשטיי נאך אלע חשבונות פון די דריי סטעיטס האבן די דעמאקראטן א "נעט געין" פון איין זיץ.


נעט געין פון איין + זיך פארזיכערט א ביז יעצטיגע בלויע סווינג דיסטריקט, א ביסל פארבעסערט מעין-2 און כמעט גארנישט דערלייגט אין נעבראסקע-2

סך הכל אויף ביז אהער שטייען די דעמס בעסער ווי אין די אלטע מעפ (וואס וועט זיך גאנץ מעגליך טוישן שפעטער ווען מער רויטע סטעיטס מאכן מאפעס)
לעצט פאראכטן דורך גיי פארשטיי אום דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 7:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כלל ישראל וויינט! ברוך דיין האמת! השם ינקום דמה!



אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3363
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 6:56 pm

וויכטיגע (בעיקר אינטערעסאנטע) אויפמערקונג פון סי ען ען:

מעין און נעבראסקע טיילן אויס די עלעקטארעלס לויט די דיסטריקטס, נישט אויפן גאנצן סטעיט צוזאמען
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, TELTECH, איוואן, בעל דמיון, גוזמא, פאליטישע עקספערט און 29 געסט