תגובהדורך eller » דאנארשטאג אפריל 28, 2022 10:45 am
ק/פ כולל נייעס
י ניו יארק סטעיט קאורט אוו אפיעלס האט געאורטיילט אז די נייע קאנגרעסיאנאלע מאפע באשטעטיגט דורך די סטעיט לעגיסלאטורן און אונטערגעשריבן דורך גאווערנאר - איז אומקאנסטיטוציאנאל. די מאפע אין רעדע גיט אין א געווענליכע יאר 22 קאנגרעס זיצן פון די 26 קאנגרעס זיצן, פאר די דעמאקראטן טראץ וואס רעפובליקאנער באקומען געווענליך ארום פערציג פראצענט פון די וואוטס אין ניו יארק.
די אורטייל איז א שטארקע שאק פאר דעמאקראטן וויבאלד די ניו יארק סטעיט קאורט אוו אפיעלס פארמאגט זיבן דעמאקראטן און בלויז איין רעפובליקאנער.
דאס קומט בלויז עטליכע טעג נאך וואס פלארידע האט באשטעטיגט זייער נייע מאפע וואס גיט 20 פון די 28 קאנגרעסיאנאלע זיצן פאר די רעפובליקאנער.
אין אהייא זענען די דעמאקראטן געווען סוקסעספול אין דריי באזונדערע געריכטן צו קלאסיפיצירן די רעפובליקאנער באשטעטיגטע מאפע אלס אומקאנסטיטוציאנאל, אבער וויבאלד די קאורטס האבן נישט געגעבן אנווייזונגען וועגן א נייע מאפע, האבן די רעפובליקאנער פשוט געווארט ביז די פריימערי סעזאן, און דאן איז זייער דזשערימענדערט מאפע (די מאפע גיט אין א גוטע יאר פאר רעפובליקאנער, 13 פון די 15 קאנגרעסיאנאלע זיצן) אריין אין אפעקט. דא אין ניו יארק אבער, האט די ני יארק סטעיט קאורט אוו אפיעלס אפוינטעט א ׳ספעשל מעסטער׳ וואס ער גייט איבערשרייבן די מאפעס. אין אנדערע סטעיטס (ווי אין נארט קאראליינע) ווען א קאורט אפוינטעט ספעשל מעסטער האט איבערגעשריבן די קאנגרעסיאנאלע מאפע, איז עס געווען באלאנסירט און ווארשיינליך דא אין ניו יארק וועט עס אויך געשען.
די דעמאקראטן האבן אנגעהויבן די מידטורם סעזאן מיט אן אויבערהאנט, ס׳איז זיי געלונגען צו שרייבן דזשערימענדערט מאפעס (קאליפארניע, ניו יארק, אילינוי, ארעגאן און נאך) אין עטליכע סטעיטס און זיי האבן אויך געהאט מזל אין געריכטן (נארט קאראליינע, אלאבאמא, אהייא) איבער רעפובליקאנער מאפעס. אבער די רעדל האט זיך איבערגעדרייט, די רעפובליקאנער סטראטעגיסטן און לויערס האבן זיך ארויפגעשארט די ערמל און אנגעהויבן אריינשארן געווינסן אויף רעכטס און לינקס; אין די בלויע מערילאנד וואו די רעפובליקאנער האבן צובאקומען נאך א זיץ, אין פלארידא וואו דעסענטיס האט נארוואס אונטערגעשריבן א מאפע וואס צושמעטערט די דעמאקראטן, אין ניו יארק וואו א דעמאקראטישע געריכט האט נארוואס געאורטיילט קעגן די דעמאקראטן, אין אהייא וואו די רעפובליקאנער האבן פשוט געמאכט א חוזק פון די דעמאקראטן, אין אלאבאמא וואו די סופרים קאורט האט געאורטיילט אז אזוי נאענט צו די מידטורם וואלן קעגן מען נישט טוישן די מאפעס.
די דאזיגע מידטורם סעזאן איז נישט קיין גוטע ענוויירעמענט פאר די דעמאקראטן, אבער די דזשערימענדערט רעפובליקאנער מאפעס איבערן לאנד מאכט זייער צושטאנד נאך ערגער. די דעמאקראטן האבן פרובירט צו שפילן די דזשערימענדער געים, אבער די רעפובליקאנער האבן זיי געוויזן אז זיי זענען בעסערע סטראטעגיסטן.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
זייט א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די
תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין
דאנקן די גוטער באשעפער