רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 11:56 am

ווי באקאנט, קומט פאר יעדע 10 יאר א צענזוס ציילונג אויף אלע אמעריקאנער שטאטן און לויט די רעזולטאטן ווערט צוטיילט די לעגיסלאטיווע זיצן פאר יעדע סטעיט.

עס איז דא 435 קאנגרעס זיצן אין די האוז און זיי ווערן איינגעטיילט לויט די פאפולאציע (וועלכע האבן געענטפערט דעם צענזוס). סטעיטס וועלכע האבן פארלוירן איינוואוינער די לעצטע 10 יאר וועלן פארלירן זיצן און די וועלכע האבן צובאקומען וועלן פארדינען זיצן. די זיצן ווערט צוטיילט אייניג אין יעדע געגנט (דאס הייסט אז א סטעיט ווי ניו יארק וואס האט 27 זיצן ווערט איינגעטיילט אין 27 חלקים און יעדע געגנט וועט באקומען א זיץ לויט ווי באוואוינט די געגנט איז) לויט די געגנט'ס באפעלקערונג.

עס ווערט אויך איינגעטיילט די סטעיט און לאקאלע זיצן לויט דעם זעלבן חשבון.

די פרעזידענטליכע עלעקטארעל שטימען גייען מיט מיט דעם זעלבן טיילונג צוליב וואס א יעדע סטעיט באקומט עלעקטארעל וואוטס לויט וויפיל קאנגרעס און סענאט זיצן זיי פארמאגן (NY מיט 27 קאנגרעסיאנאלע זיצן און 2 סענאט זיצן באקמט 29 עלעטארעל וואוטס אין פרעזידענטליכע וואלן)

די מאפעס ווערן אויסגעשטעלט דורך די סטעיט לעגיסלאטורן און זיי קענען אויסשטעלן די דיסטריקטס כפי רצונם (רצון פון זייער פארטיי) דאס ווערט גערופן gerrymandering דערפאר איז זייער נוגע אין יעדע סטעיט ווער עס קאנטראלירט די געזעץ הייזער און גאווערנאר זיץ אין די סטעיט. אין 2010 האבן רעפובליקאמער געהאט שטארקע לעגיסלאטיווע געווינסן און געהאט אן אויבערהאנט אין איינטיילן די דיסריקטס אין געוויסע סטעיטס.

עס זענען דא פארשידענע שאצונגען איבער וועלכע סטעיטס וועלן באקומען אדער פארלירן זיצן ווי אויך איז דא א געריכט קאמף צווישן די טראמפ אדמיניסטראציע און דעמאקראטן צוליב וואס די אדמין האט פארארדענט די צענזוס ביורא נישט אריינצורעכענען אין די ציילונג נאר לעגאלע סיטיזען'ס און נישט קיין אומלעגאלע וואס דאס קען מעגליך צונעמען זיצן פון ליבעראלע סיטיס וועלכע האבן אסאך אימיגראנטן.

די צענזוס ביורא דארף ארויסקומען מיט די רעזולטאטן ערגעץ אין דעצעמבער (אויב איך מאך נישט קיין טעות)

דער עולם ווערט געבעטן צו באריכטן איבער סיי וועלכע רעזולטאטן בנוגע די רעדיסטריקטונג און עלעקטארעל וואוטס.

Kollel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

תגובהדורך Kollel » דינסטאג אפריל 06, 2021 12:39 am

דוכצעך אז ר' יו"ט האט ערגעצוואו געשריבן א לעגס און א ברייטס איבער רידיסטריקטינג.
--
אגב, די הקרי' טענה'ט עפעס אז מיט 14' געזעצן גייט מען מער נישט קענען צוטיילן די אידישע מאנסי אין 3 דיסטריקטס א.א.וו. קר"י גייט אויכט אסאך אויסמאכן..
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Ban Mazel, rogers, א חסיד, אביונה, ווייס פרעזידענט, ווערעצקי, יש ברירה, שמחהלע קאפשטיק, שמייכל תמיד, שמערעל, שתקן און 45 געסט