דזשארדזשיא ראנאף פארמעסטן-קאמף פאר סענאט קאנטראל

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10996
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: דזשארדזשיא ראנאף פארמעסטן-קאמף פאר סענאט קאנטראל

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך ינואר 06, 2021 12:33 pm

.
צוגעלייגטע
ErELBG6XAAAUxk0.jpg
ErELBG6XAAAUxk0.jpg (132.79 KiB) געזעהן 2084 מאל

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 12440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דזשארדזשיא ראנאף פארמעסטן-קאמף פאר סענאט קאנטראל

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך ינואר 06, 2021 12:35 pm

מטעמים האט געשריבן:לכבוד אימפעט, טראמפ האט גאר א סך חסרונות אבער עס איז נישט מוכרח אז זיינע חסרונות האט געברענגט די פארלוסט.

אין א געוויסן זין האט טראמפ געברענגט מער געוואונסען פאר די רעפובליקאנע אין די פארגאנגענהייט ווי אבאמא דורעכאויס זיין קאדענץ.

טראמפ און מעקאנעל זענען ביידע שולדיג.

טראמפ איז נאך מער שולדיג. ער האט נישט געהאט קיין אויסגעהאלטענע סטראטעגיע ביים קאמפיינען פאר זיין ווידערערוויילונג. איך האב דאס געשריגן נאך דעמאלטס.

אין 2016 האט ער זיך אויפגעפירט ווי א משוגענער און א שלעכטער פון איין זייט, אבער געריטן אויף א מעכטיגן פלאטפארמע פון די אנדערע זייט. ארויסגעלייגט אישוס, אישוס וואס אינטערסירן וויילער. ארויסגעלייגט סעלושנס, פשוט'ע סעלושנס פון קאממאן סענס. יעדער האט געקענט אפיעלן צו זיין מעסעדזש. ווי אויך האט ער זיך ארויסגעשטעלט אלס א פייטער, אלס אזא איינער וואס וועט נישט נאכלאזן. ער האט זיך אהערגעשטעלט אלס דער אוטסיידער און אלס א גביר וואס דארף נישט צוקומען צו די נדבות פון קיינעם, און ער קען ארבעטן אויף זיין אייגענע האנט דארט וואו ער האלט אז עס איז נויטיג. פארשטייט זיך, אז ער האט אויך געריטן אויף די נעגעטיווע חלקים, אראפצומאלן ווי געפערליך די דעמאקראטישע פארטיי איז, און ווי ווייט אבאמא און אלע אנדערע פאליטישאנס האבן אריינגעפירט אמעריקע אין באד.

אין 2020 אבער, האט ער נאר געוויזן זיינע נעגעטיווע חלקים. ווידער די פאזיטיווע האט ער ווייניג וואס געוויזן. ער האט קאמפיינט, געטוויט און געטענטרומט ווי א קינד איבער יעדן משוגעת וואס איז נאר דא. געווען ביזי אז ביידען קאלעכט, אז ביידען איז א לינקער, אז ביידען איז קארופטירט און אז אמעריקע גייט ווערן א סאציאליסטישע לאנד.

אלעס פיין און וואויל. אבער וואס איז 'דיין פלאפארמע'? יא, האסט עקאמפלישד א סאך זאכן, גוטע זאכן, פיין. אבער דו לויפסט דאך יעצט אויף וואס דו וועסט טון אין די 'פיוטשער', נישט אויף וואס דו האסט געטון אין 'עבר'. יא, זיכער איז וויכטיג צו באווייזן וואס מען האט שוין אלץ אויפגעטון. אבער דער ערשטער שליסל צו סוקסעס איז, "ווייז דיין אייטעם". וואס גייסטו פארקויפן. און פאר אזא מענטש ווי טראמפ איז דאס נאך דאס וויכטיגסטע. וויבאלד דאס איז כמעט זיין 'איינציגסטער' כח וואס ער האט, חוץ מזה האט ער יעדן חסרון וואס מען קען נאר האבן.

יעצט, דאס טענטרומען ווי א קטן שלא נולד איבער וואל שווינדלערייען, האט זיכער נישט צוגעהאלפן. יא, מען מעג זיך באקלאגן אויב מען שפירט אז מען איז געווארן געטריטעד אנפעיר, און מעג טון די ריכטיגע שריט צו פאררעכטן די פראבלעמען. אבער פירן אזא קאמפיין פון שרייען מיט א וודאות אז די עלעקשאן איז געווען ריגד און אז "איך האב געוואונען" איז א רעסעפי פארוואס מענטשן זאלן אנהויבן באקומען א ווידערווילן צו דיר. עס מאכט דיר אויסקוקן ביליג אפילו אין די אויגן וואס האבן דיר נישט אזוי אנגעקוקט ביז היינט.

דאס איז חוץ מזה וואס ער האט דורכדעם באוויזן צו פארוואסערן זיין גאנצן אנזען און זיין גאנצע סוקסעס. ער וואלט ווען געקענט די לעצטע פאר וואכן רייטן אויף זיינע עקאמפלישמענטס און פרעזערווירן זיין לעגעסי. אנשטאט איז ער געווען ביזי בריקענען מיט די פיס און זיך געמאכט צו שאנד און צו שפאט.

צום לעצט זענען צוגעקומען דער לעצטער סטימיולעס און די גאווערמענט ספענדינג בילס. דא קומט מעקאנעל אין בילד. דער ביל וואס מען האט דורכגעפירט איז געפערליך! מילד גערעדט. די ספענדינג וואס דארט גייט פאר... שומו שמים! דאס איז איין פארט וואס רעגט אויף די מענטשהייט, בעיקר רעפובליקאנער. ביזסט משוגע?! אויף וועמענס בארד ווארפסטו אזוי פיל געלט אין מיסט? און פארוועם געבטסו עס? בעיקר פאר אויסלענדישע רעגירונגען, אפילו אזעלכע וואס זענען נישט קיין אמעריקאנער אליאירטע, מילד גערעדט.. אדער פאר נער'ישע און אומוויכטיגע פראיעקטן, וואס זוכן בלויז צו מאכן גרעסער די גאווערמענט.

ממש אזוי? דאס ספענדן האט פארלוירן יעדן גרעניץ. און געב א קוק ווער דער ספענדער איז, די רעפובליקאנער מיט פרעזידענט טראמפ. קיין איין אמעריקאנער האט זיך נישט אויפגערעגט אויף די דעמאקראטן איבער די משוגענע ספענדינג. יעדער ווייסט שוין דאס צו ערווארטן פון זיי. אבער די רעפובליקאנער? מעקאנעל? טראמפ? דער טראמפ וואס איז געלאפן אז ער גייט 'באלאנסירן' דעם בודזשעט? אז ער גייט קאטן גאווערמענט ספענדינג און צוזאמשטעלן און פארקלענערן גאווערמענטס אגענטורן? דער מעקאנעל וואס שטייט אין שפיץ פון די רעפובליקאנער פארטיי וואס שטעלט פאר זיך פאר באלאנס און אויסגערעכנטקייט? פארוואס למען השם דארף מען ענק האבן?! עטס טוטס נישט ענקער דזשאב!

און דא קומט דער קומענדיגער שלב. נישט נאר וואס מען האט געספענדט אזוי פיל געלט פאר אומוויכטיגע צוועקן, עס קומט נאך צו דער פאקט, אז פאר'ן אמעריקאנער בירגער וואס זיין פרנסה הינקעט אים שוין אונטער די לעצטע יאר צייט, האט מען צוגעווארפן א נישטיגע $600. הוסיפו חטא על פשע. דאס איז א זאך וואס רעגט אויף יעדן פשוט'ן אמעריקאנער. דאס ווייזט אז גארנישט דער וואס פייט און איז לוחם אויף צו שפארן און באלאנסירן דעם בודזשעט.

יא איך פארשטיי אז דו גייסט יעצט שרייען אז עכט איז פעלאוסי שולדיג בלא בלא בלא... ניין! דו ביזסט שולדיג. דו מעקאנעל וואס דו קאנטראלירסט דעם סענאט, דו וואלטסט געקענט אפשטעלן אזא זאך פון דורכגיין. דו וואלטסט געקענט נידערן די ספענדינג און געבן אביסל מער געלט פאר אמעריקאנער. און דו טראמפ וואלטסט עס נישט געדארפט אינטערשרייבן, נאר וועטאירן.

אשע"כ האט איר יעצט ביידע געצאלט ענקער ערליך פארדינטן פרייז!

יעצט וואס בלייבט איבער? איך ווייס באמת נישט. איי געס אז טיים וויל טעל...
לעצט פאראכטן דורך פעיק ניוז אום דינסטאג ינואר 12, 2021 10:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: דזשארדזשיא ראנאף פארמעסטן-קאמף פאר סענאט קאנטראל

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך ינואר 06, 2021 12:38 pm

קיין נפקמ האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:ביי ביי זשארדזשיע! געווארען א דעמאקראטישע שטאט מיט צוויי דעמאקראטישע סענעטארען.

די שטאט וואס האט געגעבען ניוט גינגריטש פאר די רעפובליקען פארטי האט סטעיסי עברעהעמס געטוישט פאר אייביג צו א דעמאקראטישע פעסטונג, איך גלייב אז ברייען קעמפ וועט ווי עס זעהט יעצט אויס נישט מאריך ימים זיין דארט פאר צו לאנג.

אין די צייט וואס די רעפובליקענס האבען געמאכט מעגניפיסענט פראגרעס אין פלארידע, אייאווע און אין אהייא האבען די דעמאקראטען געמאכט גאר שטארקע פראגרעס אין אריזאונע, זשארזשיע און אין נארט קעראליינע.

די רעפובליקאנע פארטיי איז היינט צוטאגס אווער!!!... נישט דא קיין זכר פון שטארקייט און מאכט, צווישען די שוואכלונגען אין די פארטיי ווי למשל ראמני וכת דילי׳ און די הארטנעקיגע קאנסערוואטיווען וועלן די דעמאקראטען מיט די מידיעס הילף מאכען א לעבן אין קאנגרעס און אין סענאט און סוקסידען אויף זייער גאנצע וואונטש ליסטע.

כאטש לאמיר האפען אז זיי זאלען מצליח זיין מיטען צושטעלן א ביליגערע העלטקעיר און איינשטעלן שארפע גאן קאנטראל געזעצען אז מען זאל מער נישט הערן פון קיין מאסען שיסערייען ווי ביז היינט.

עס איז נישט קיין סוד אז די לידערשיפ אין די דעמאקראטישע פארטיי איז נאך א סך מער נארמאלער ווי די דעמאקראטישע לאו לייף זשאנקיס און טרויעריג בארימטע קרעזיס פון ניו יארק און קאליפארניע, האפענטליך וועט ביידען און שומער מצליח זיין צו האלטען די פארטיי אין די ראמען און האפענטליך וועלן זיי נישט מצליח זיין דורעך צו פירען קיין אנטי ביזנעס געזעצען.

רייט רייט!

איך האב שוין דא געזאגט עטליכע טעג צוריק אז אפילו מיט די רעפאב קאנטראל וואלטן די דעמס אויך אויסגעפירט רובא דרובא זאכן וואס זיי ווילן. מען האט פשוט פארגעסן במשך די 4 טראמפ יארן וואס א אקסן די רעפאבס אין דזשענעראל זענען. איך ווייס נישט צו זיי האבן אויסגעפירט מיט אבאמא אפילו מיט איין בודזשעט דיעל.

די זעלבע האבן זיי נישט געקענט ערלעדיגן שליסל זאכן אפילו די ערשטע צוויי יאר פון טראמפ ווען זיי האבן געהאט אלע דריי טשעמבערס.

אגב, איך בין גאנץ שטארק נוטה אז דאס ארויסליעקן די רעקארדירונג פון טראמפס שמועס מיט די דזשארדזשיע באמטע האט זיי געקאסט די וואלן, א ניצחון אין די אקסן, קיינער האט זיי נישט געבעטן

ענדיגן די פיליבאסטערן, די סי און פארטא ריקא סטעיטהוד, פעקן די קאורטס, סיטיזענשיפ פאר איליגעלס, אלעס איז יעצט אויפן טיש, וואלט קיינמאל נישט געשעהן מיט א רעפובליקאנער מעדזשאריטי.

וועם רופסטו אקסן, ברעד ראפסענבערגער? ער האט דערלעבט א נקמה אין די צוויי סענאטארן וואס האבן אים געווארפן אונטערן באס, און קען זיין אז ער האט נאך שאנסן צו לויפן אלץ דעמאקראט אין די קומענדיגע עלעקשאנס.
(אלץ רעפובליקאנער האט ער שוין סייווי נישט קיין שאנסן.)

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

Re: דזשארדזשיא ראנאף פארמעסטן-קאמף פאר סענאט קאנטראל

תגובהדורך קיין נפקמ » מיטוואך ינואר 06, 2021 12:56 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:

איך בין גאנץ קנאפ קאנווינסד אז "אלע" זאכן וואס דו רעכענסט אויס וואלט קיינמאל נישט געשעהן אינטער רעפאב פירערשאפט מיט אזא שוואכע מעדזשארעטי. איך האב געשריבן אז "רובא דרובא" זאכן וואלטן די דעמס דורעכגעשטיפט

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: דזשארדזשיא ראנאף פארמעסטן-קאמף פאר סענאט קאנטראל

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך ינואר 06, 2021 1:04 pm

קיין נפקמ האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:ענדיגן די פיליבאסטערן, די סי און פארטא ריקא סטעיטהוד, פעקן די קאורטס, סיטיזענשיפ פאר איליגעלס, אלעס איז יעצט אויפן טיש, וואלט קיינמאל נישט געשעהן מיט א רעפובליקאנער מעדזשאריטי.

וועם רופסטו אקסן, ברעד ראפסענבערגער? ער האט דערלעבט א נקמה אין די צוויי סענאטארן וואס האבן אים געווארפן אונטערן באס, און קען זיין אז ער האט נאך שאנסן צו לויפן אלץ דעמאקראט אין די קומענדיגע עלעקשאנס.
(אלץ רעפובליקאנער האט ער שוין סייווי נישט קיין שאנסן.)

איך בין גאנץ קנאפ קאנווינסד אז "אלע" זאכן וואס דו רעכענסט אויס וואלט קיינמאל נישט געשעהן אינטער רעפאב פירערשאפט מיט אזא שוואכע מעדזשארעטי. איך האב געשריבן אז "רובא דרובא" זאכן וואלטן די דעמס דורעכגעשטיפט

וועלכע פון די זאכן אויף מיין ליסטע איז דא אפי' איין פראצענט שאנס אז די שוואכסטע רעפובליקאנער מעדזשאריטי וואלט צוגעלאזט?

(דאס איז אלעס לשיטתך אז די רעפובליקאנער זענען שוואך, איך האלט אז מיט מיטש מעקאנעל אלץ מעדזשאריטי לידער וואלט ער נישט נאכגעגעבן די דעמאקראטן קיין אינטש)
לעצט פאראכטן דורך יואל שרייבער אום מיטוואך ינואר 06, 2021 1:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2450
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: דזשארדזשיא ראנאף פארמעסטן-קאמף פאר סענאט קאנטראל

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך ינואר 06, 2021 1:04 pm

פעיק, זייער א שיינע אנאליז איך האב הנאה געהאט עס צו ליינען, איך געדענק נישט די לעצטע מאל וואס איך האב דיר געזען שרייבן אזוי באריכות. ( איך בין נישט דא יעדן טאג און איך זע נישט אלעס, אבער אויף וויפיל איך זע שרייבסטו נישט יעדן טאג אזוינס)

איך בין איינשטימיג מיט די פונקטן, דאס הייסט אז איך האלט אז זיי זענען גוטע פונקטן, אבער איך מיין אז נישט יענץ האט דא געשפילט א ראלע.

1. טראמפ'ס לאגער איז געווען אויפגעהייטערט ביז גאר, איך פארשטיי אויך אז כדאי אויפצוהייטערן פעלט זיך אויס אז מען זאל פארקויפן א גוטע פראדוקט, מען זאל שילדערן א הערליכע וויזיע וואס זאל פארכאפן די הערצער פונעם פאלק, אבער טראמפ האט עס באוויזן אן דעם, ער האט פאקטיש געהאט מער שטימען ווי סיי וועלכע פרעזידענט קאנדידאט סיי ווען אין די היסטאריע (חוץ ביידן) און מער שטימען ווי ער האט געהאט אום 16' למס' אלזא איך זע נישט אז זיין באזע זאל האבן געוויזן שוואכקייט, ענדערש זע איך עס אז די אנטי טראמפ שטימען איז ארויסגעקומען שטערקער ווי פריער.

איך קען נישט זאגן אזוי אויף טויזנט פראצענט, אבער אויבנאויפיג זע איך עס אזוי.

2. איך בין נישט אזוי גוט באקאנט מיט די לעצטע סטימיולוס ביל, אבער אויבענאויפיג האב איך פארשטאנען אז די געלט וואס גייט פאר פרעמדע רעגירונגן איז נישט קיין 5 פראצענט פון די גאנצע ביל, און איך מיין אז אפילו ווייניגער פון 3 פראצענט.

אבער איך קען זען אז עס זאלן זיין געוויסע רעכט וואס זענען געווען אנטוישט פאר די שפענדערייען.
זקן מלא רחמים.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 12440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דזשארדזשיא ראנאף פארמעסטן-קאמף פאר סענאט קאנטראל

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך ינואר 06, 2021 1:35 pm

איך רעד נישט נאר פון פרעמדע רעגירונגען. איך האב אנגעכאפט א דוגמא.

טראמפ'ס דזשאב איז נישט צו אויפהייטערן 'זיין' באזע. זיין דזשאב איז צו באקומען פרישע שטיצער. אין א צייט וואס ביידען האט געבראכן יעדן רעקארד און צובאקומען מיליאנען פרישע וואוטס, און געבראכן די רעקארד פון סיי ווער עס איז נאר געלאפן פאר פרעזידענט. וואלט טראמפ, מיט א גוטן געלונגענעם קאמפיין געדארפט האבן די יכולת צוצושארן צו זיך פרישע מיליאנען שטיצע. למעשה האט ער געפעילד. טאקע וויבאלד זיין שפראך וואס ער האט גענוצט צו קאמפיינען האט טאקע נאר אפעלירט צו זיינע 'שוין געווארענע' שטיצער און נישט אפעלירט צו קיין פשוטער אמעריקאנער, וואס פון די סארט מענטשן באשטייט זיין באזע, צו גיין שטימען פאר אים.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: דזשארדזשיא ראנאף פארמעסטן-קאמף פאר סענאט קאנטראל

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך ינואר 06, 2021 1:38 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:לכבוד אימפעט, טראמפ האט גאר א סך חסרונות אבער עס איז נישט מוכרח אז זיינע חסרונות האט געברענגט די פארלוסט.

אין א געוואוסע זין האט טראמפ געברענגט מער געוואונסען פאר די רעפובליקאנע אין די פארגאנגענהייט ווי אבאמא דורעכאויס זיין קאדענץ.

טראמפ און מעקאנעל זענען ביידע שולדיג.

טראמפ איז נאך מער שולדיג. דער האט נישט געהאט קיין אויסגעהאלטענע סטראטעגיע ביים קאמפיינען פאר זיין ווידערערוויילונג. איך האב דאס געשריגן נאך דעמאלטס.

אין 2016 איז ער געווען א משוגענער א שלעכטער פון איין זייט אבער געריטן אויף א מעכטיגן פלאטפארמע פון די אנדערע זייט. ארויסגעלייגט אישוס, אישוס וואס אינטערסירן וויילער. ארויסגעלייגט סעלושענס, פשוטע סעלושענס פון קאממאן סענס. יעדער האט געקענט אפיעלן צו זיין מעסעדזש. פון דער אנדערער זייט, האט ער זיםך ארויסגעשטעלט אלס א פייטער און אלס אזא איינער וואס וועט נישט נאכלאזן. ער האט זיך אהערגעשטעלט אלס אוטסיידער, און אלס א גביר וואס דארף נישט צוקומען צו די נדבות פון קיינעם, און ער קען ארבעטן אויף זיין אייגענע האנט וואו ער האלט אז עס איז נויטיג. און פארשטייט זיך אז ער האט אויך קאמפיינט אויף נעגעטיוויטי, אראפצומאלן ווי געפערליך די דעמאקראטישע פארטיי איז, און ווי ווייט אבאמא און אלע אנדערע פאליטישאנס האבן אריינגעפירט אמעריקע אין באד.

אין 2020 אבער, האט ער נאר געוויזן זיין נעגיטיווע חלקים אן די פאזיטיווע. ער האט קאמפיינט און געטוויט און געטענטרומט ווי א קינד איבער יעדן משוגעת וואס איז נאר דא. געווען ביזי אז ביידען קאלעכט און אז ביידען איז א לינקער און אז ביידען איז קאראפטירט און אמעריקע גייט ווערן א סאציאליסטישע לאנד.

אלעס פיין און וואויל. אבער וואס איז 'דיין' פלאפארמע? יא האסט עקאמפלישד א סאך זאכן, גוטע זאכן. אבער דו לויפסט יעצט אויף וואס גייסט טון אין די 'פיוטשער' נישט וואס דו האסט געטון אין 'עבר'. יא זיכער איז וויכטיג צו באווייזן וואס מען האט שוין אלץ אויפגעטון. אבער דער ערשטער שליסל צו סוסקסעס איז, "ווייז דיין אייטעם". וואס גייסטו פארקויפן. און פאר אזא מענטש ווי טראמפ איז דאס נאך דאס וויכטיגסטע. וויבאלד דאס איז זיין 'איינציגסטער' כח וואס ער האט, חוץ מזה האט ער יעדן חסרון וואס מען קען נאר האבן.

יעצט דאס טענטרומען ווי א קטן שלא נולד איבער וואל שווינדלערייען, האט זיכער נישט צוגעגעבן. יא, מען מעג זיך באקלאגן אויב מען שפירט אז מען איז געווארן געטריטעד אנפעיר, און מעג טון די ריכטיגע שריט צו פאררעכטן די פראבלעמען. אבער פירן אזא קאמפיין פון שרייען מיט א ודאות אז די עלעקשאן איז ריגד און אז "איך האב געוואונען" איז א רעסעפי פארוואס מענטשן זאלן אנהויבן באקומען א ווידערווילן צו דיר. עס מאכט דיר אויסקוקן ביליג אפילו אין די אויגן וואס האבן אים נישט אזוי אנגעקומען ביז היינט.

דאס איז חוץ מזה וואס ער האט דורכדעם פארוואסערט זיין גאנצן אנזען און זיין גאנצע סוקסעס. ער וואלט ווען געקענט די לעצטע פאר וואכן רייטן אויף זיינע עקאמפלישמענטס און פרעזערווירן זיין לעגעסי. אנשטאט איז ער געווען ביזי בריקענען מיט די פיס און זיך געמאכט צו שאנד און צו שפאט.

צום לעצט איז צוגעקומען דער לעצטער סטימיולעס און די גאווערמענט ספענדינג בילס. דא קומט מעקאנעל אין בילד. דער ביל וואס מען האט דורכגעפירט איז געפערליך, מילד גערעדט. די ספענדינג וואס דארט גייט פאר... שומו שמים! דאס איז איין פארט וואס רעגט אויף די מענטשהייט, בעיקר רעפובליקאנער. ביזסט משוגע?! אויף וועמענס בארד ווארפסטו אזוי פיל געלט אין מיסט? און פארוועם געבטסו עס? בעיקר פאר אויסלענדישע רעגירונגען, אפילו אזעלכע וואס זענען נישט קיין אמעריקאנער אליאירטע, מילד גערעדט.. און פאר אומוויכטיגע פראיעקטן.

ממש אזוי? דאס ספענדן האט פארלוירן יעדן גרעניץ. און קוק ווער עס ספענדט, די רעפובליקאנער און פרעזידענט טראמפ. קיין איין אמעריקאנער האט זיך נישט אויפגערעגט אויף די דעמקראטן איבער די משוגענע ספענדינג. יעדער ווייסט שוין דאס צו ערווארטן פון זיין. אבער די רעפובליקאנער? מעקאנעל? טראמפ? דער טראמפ וואס איז געלאפן אז ער גייט 'באלאנסירן' דעם בודזשעט? דער מעקאנעל וואס שטייט אין שפיץ פון די רעפובליקאנער פארטיי וואס שטעלט פאר זיך פאר באלאנס און אויסגערעכנטקייט? פארוואס דארף מען ענק האבן? עטס טוטס נישט ענקער דזשאב.

און דא קומט די קומענדיגער שלב. נישט נאר וואס מען האט געספענדט אזוי פיל געלט פאר אומוויכטיגע צוועקן, קומט נאך צו דער פאקט, אז פאר'ן אמעריקאנער בירגער וואס זיין פרנסה הינקעט אים שוין אונטער די לעצטע יאר צייט, האט מען צוגעווארפן א נישטיגע $600. דאס איז א זאך וואס רעגט אויף יעדן פשוט'ן אמעריקאנער.

יא איך פארשטיי אז דו גייסט יעצט שרייען אז עכט איז פעלאוסי שולדיג בלא בלא בלא... ניין! דו ביזסט שולדיג. דו מעקאנעל וואס דו קאטראלירסט דעם סענאט, דו וואלטסט געקענט אפשטעלן אזא זאך פון דורכגיין. דו וואלטסט געקענט נידערן די ספענדינג און געבן אביסל מער געלט פאר אמעריקאנער. און טראמפ וואלטסט עס נישט געדארפט אינטערשרייבן נאר וועטאירן.

אשע"כ האט עטס יעצט ביידע געצאלט ענקער ערליך פארדינטן פרייז!

יעצט וואס בלייבט איבער? איך ווייס באמת נישט. איי געס אז טיים וויל טעל...

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

Programming
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: דזשארדזשיא ראנאף פארמעסטן-קאמף פאר סענאט קאנטראל

תגובהדורך Programming » מיטוואך ינואר 06, 2021 1:56 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:איך רעד נישט נאר פון פרעמדע רעגירונגען. איך האב אנגעכאפט א דוגמא.

טראמפ'ס דזשאב איז נישט צו אויפהייטערן 'זיין' באזע. זיין דזשאב איז צו באקומען פרישע שטיצער. אין א צייט וואס ביידען האט געבראכן יעדן רעקארד און צובאקומען מיליאנען פרישע וואוטס, און געבראכן די רעקארד פון סיי ווער עס איז נאר געלאפן פאר פרעזידענט. וואלט טראמפ, מיט א גוטן געלונגענעם קאמפיין געדארפט האבן די יכולת צוצושארן צו זיך פרישע מיליאנען שטיצע. למעשה האט ער געפעילד. טאקע וויבאלד זיין שפראך וואס ער האט גענוצט צו קאמפיינען האט טאקע נאר אפעלירט צו זיינע 'שוין געווארענע' שטיצער און נישט אפעלירט צו קיין פשוטער אמעריקאנער, וואס פון די סארט מענטשן באשטייט זיין באזע, צו גיין שטימען פאר אים.

איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט, ער האט דאך געטון אקוראט דאס! זיין באזע איז געווען צו קליין טו בעגין וויטה, אבער ער האט אריינגעברענגט הונדערטער טויזענטער און אפשר מיליאנען פרישע היספאנישע און אנדערע מיניאריטעטן וויילער, טראץ דעם וואס ער האט געהאט פראבלעמען מיט זיי היסטאריש. ער האט נאר פארלוירן ביי ווייסע און פרויען צוליב זיין פערסאנאליטי

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 12440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דזשארדזשיא ראנאף פארמעסטן-קאמף פאר סענאט קאנטראל

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך ינואר 06, 2021 1:58 pm

איך פלאן נישט איבערצושפילן די רינדיגע דעבאטע וואס מען שפילט שוין די לעצטע פיר יאר. טראמפ'ס פערסאנאליטי וואלט ווען נישט געשפילט קיין ראלע, ווען ער פאלגט ווען וואס @פעיק ניוז האט אים צו זאגן.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

Re: דזשארדזשיא ראנאף פארמעסטן-קאמף פאר סענאט קאנטראל

תגובהדורך אימפעט » מיטוואך ינואר 06, 2021 1:59 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:לכבוד אימפעט, טראמפ האט גאר א סך חסרונות אבער עס איז נישט מוכרח אז זיינע חסרונות האט געברענגט די פארלוסט.

אין א געוואוסע זין האט טראמפ געברענגט מער געוואונסען פאר די רעפובליקאנע אין די פארגאנגענהייט ווי אבאמא דורעכאויס זיין קאדענץ.

טראמפ און מעקאנעל זענען ביידע שולדיג.

טראמפ איז נאך מער שולדיג. דער האט נישט געהאט קיין אויסגעהאלטענע סטראטעגיע ביים קאמפיינען פאר זיין ווידערערוויילונג. איך האב דאס געשריגן נאך דעמאלטס.

אין 2016 איז ער געווען א משוגענער א שלעכטער פון איין זייט אבער געריטן אויף א מעכטיגן פלאטפארמע פון די אנדערע זייט. ארויסגעלייגט אישוס, אישוס וואס אינטערסירן וויילער. ארויסגעלייגט סעלושענס, פשוטע סעלושענס פון קאממאן סענס. יעדער האט געקענט אפיעלן צו זיין מעסעדזש. פון דער אנדערער זייט, האט ער זיםך ארויסגעשטעלט אלס א פייטער און אלס אזא איינער וואס וועט נישט נאכלאזן. ער האט זיך אהערגעשטעלט אלס אוטסיידער, און אלס א גביר וואס דארף נישט צוקומען צו די נדבות פון קיינעם, און ער קען ארבעטן אויף זיין אייגענע האנט וואו ער האלט אז עס איז נויטיג. און פארשטייט זיך אז ער האט אויך קאמפיינט אויף נעגעטיוויטי, אראפצומאלן ווי געפערליך די דעמאקראטישע פארטיי איז, און ווי ווייט אבאמא און אלע אנדערע פאליטישאנס האבן אריינגעפירט אמעריקע אין באד.

אין 2020 אבער, האט ער נאר געוויזן זיין נעגיטיווע חלקים אן די פאזיטיווע. ער האט קאמפיינט און געטוויט און געטענטרומט ווי א קינד איבער יעדן משוגעת וואס איז נאר דא. געווען ביזי אז ביידען קאלעכט און אז ביידען איז א לינקער און אז ביידען איז קאראפטירט און אמעריקע גייט ווערן א סאציאליסטישע לאנד.

אלעס פיין און וואויל. אבער וואס איז 'דיין' פלאפארמע? יא האסט עקאמפלישד א סאך זאכן, גוטע זאכן. אבער דו לויפסט יעצט אויף וואס גייסט טון אין די 'פיוטשער' נישט וואס דו האסט געטון אין 'עבר'. יא זיכער איז וויכטיג צו באווייזן וואס מען האט שוין אלץ אויפגעטון. אבער דער ערשטער שליסל צו סוסקסעס איז, "ווייז דיין אייטעם". וואס גייסטו פארקויפן. און פאר אזא מענטש ווי טראמפ איז דאס נאך דאס וויכטיגסטע. וויבאלד דאס איז זיין 'איינציגסטער' כח וואס ער האט, חוץ מזה האט ער יעדן חסרון וואס מען קען נאר האבן.

יעצט דאס טענטרומען ווי א קטן שלא נולד איבער וואל שווינדלערייען, האט זיכער נישט צוגעגעבן. יא, מען מעג זיך באקלאגן אויב מען שפירט אז מען איז געווארן געטריטעד אנפעיר, און מעג טון די ריכטיגע שריט צו פאררעכטן די פראבלעמען. אבער פירן אזא קאמפיין פון שרייען מיט א ודאות אז די עלעקשאן איז ריגד און אז "איך האב געוואונען" איז א רעסעפי פארוואס מענטשן זאלן אנהויבן באקומען א ווידערווילן צו דיר. עס מאכט דיר אויסקוקן ביליג אפילו אין די אויגן וואס האבן אים נישט אזוי אנגעקומען ביז היינט.

דאס איז חוץ מזה וואס ער האט דורכדעם פארוואסערט זיין גאנצן אנזען און זיין גאנצע סוקסעס. ער וואלט ווען געקענט די לעצטע פאר וואכן רייטן אויף זיינע עקאמפלישמענטס און פרעזערווירן זיין לעגעסי. אנשטאט איז ער געווען ביזי בריקענען מיט די פיס און זיך געמאכט צו שאנד און צו שפאט.

צום לעצט איז צוגעקומען דער לעצטער סטימיולעס און די גאווערמענט ספענדינג בילס. דא קומט מעקאנעל אין בילד. דער ביל וואס מען האט דורכגעפירט איז געפערליך, מילד גערעדט. די ספענדינג וואס דארט גייט פאר... שומו שמים! דאס איז איין פארט וואס רעגט אויף די מענטשהייט, בעיקר רעפובליקאנער. ביזסט משוגע?! אויף וועמענס בארד ווארפסטו אזוי פיל געלט אין מיסט? און פארוועם געבטסו עס? בעיקר פאר אויסלענדישע רעגירונגען, אפילו אזעלכע וואס זענען נישט קיין אמעריקאנער אליאירטע, מילד גערעדט.. און פאר אומוויכטיגע פראיעקטן.

ממש אזוי? דאס ספענדן האט פארלוירן יעדן גרעניץ. און קוק ווער עס ספענדט, די רעפובליקאנער און פרעזידענט טראמפ. קיין איין אמעריקאנער האט זיך נישט אויפגערעגט אויף די דעמקראטן איבער די משוגענע ספענדינג. יעדער ווייסט שוין דאס צו ערווארטן פון זיין. אבער די רעפובליקאנער? מעקאנעל? טראמפ? דער טראמפ וואס איז געלאפן אז ער גייט 'באלאנסירן' דעם בודזשעט? דער מעקאנעל וואס שטייט אין שפיץ פון די רעפובליקאנער פארטיי וואס שטעלט פאר זיך פאר באלאנס און אויסגערעכנטקייט? פארוואס דארף מען ענק האבן? עטס טוטס נישט ענקער דזשאב.

און דא קומט די קומענדיגער שלב. נישט נאר וואס מען האט געספענדט אזוי פיל געלט פאר אומוויכטיגע צוועקן, קומט נאך צו דער פאקט, אז פאר'ן אמעריקאנער בירגער וואס זיין פרנסה הינקעט אים שוין אונטער די לעצטע יאר צייט, האט מען צוגעווארפן א נישטיגע $600. דאס איז א זאך וואס רעגט אויף יעדן פשוט'ן אמעריקאנער.

יא איך פארשטיי אז דו גייסט יעצט שרייען אז עכט איז פעלאוסי שולדיג בלא בלא בלא... ניין! דו ביזסט שולדיג. דו מעקאנעל וואס דו קאטראלירסט דעם סענאט, דו וואלטסט געקענט אפשטעלן אזא זאך פון דורכגיין. דו וואלטסט געקענט נידערן די ספענדינג און געבן אביסל מער געלט פאר אמעריקאנער. און טראמפ וואלטסט עס נישט געדארפט אינטערשרייבן נאר וועטאירן.

אשע"כ האט עטס יעצט ביידע געצאלט ענקער ערליך פארדינטן פרייז!

יעצט וואס בלייבט איבער? איך ווייס באמת נישט. איי געס אז טיים וויל טעל...

פעיקי דו האסט טאלאנט, אזוי שיין און אזוי קלאר, פיינעם פענע (פיילאט?...).

די שאלה איז וואו ער איז פארקראכן, פארוואס איז ער טאקע אוועק פון זיין 16' סטראטעגיע?
נשמת השכל: מיר זענען נישט 'פרא טראמפ!' טראמפ איז 'פרא אונז'!
כאפצעם: טראמפיזעם איז א גייסטיגע טראגעדיע.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 12440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דזשארדזשיא ראנאף פארמעסטן-קאמף פאר סענאט קאנטראל

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך ינואר 06, 2021 2:01 pm

איך ווייס נישט. אדער איז ער גאווארן שרעקליך איינגערעדט אין זיך, אז ער דארף מער נישט שווער ארבעטן צו באקומען די שטימע פון די וויילער. אדער איז זיין 16 סטראטעגיע געווען בטעות...
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 12440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דזשארדזשיא ראנאף פארמעסטן-קאמף פאר סענאט קאנטראל

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך ינואר 06, 2021 2:02 pm

חוץ מזה, שכח פאר דיין קאמפלימענט.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

גם זה יעבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

Re: דזשארדזשיא ראנאף פארמעסטן-קאמף פאר סענאט קאנטראל

תגובהדורך גם זה יעבור » מיטוואך ינואר 06, 2021 2:18 pm

@פעיק, פיין געשריבן, אבער וואס איז ביידען געלאפן אויף?
כ'רעד פון עפעס פאזאטיוו פאר די פיוטשער? אדער נאר האקן אויף טראמפ

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 12440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דזשארדזשיא ראנאף פארמעסטן-קאמף פאר סענאט קאנטראל

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך ינואר 06, 2021 2:47 pm

איינמאל טראמפ אפיעלט נישט צום עולם ווי אזוי ער דארף ווען, דאן איז זייער גרינג צו אפיעלן צום עולם דורך ארויסברענגען טראמפ'ס חסרונות.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
האלצשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: דזשארדזשיא ראנאף פארמעסטן-קאמף פאר סענאט קאנטראל

תגובהדורך האלצשטיין » מיטוואך ינואר 06, 2021 3:04 pm

נעכטן פונקט האב איך געקויפט א פעקל נידלעך ביי ביקעל'ס דריי גוד

אלע זייערע נידלס האבן געוויזן אז די רעפובליקאנער גייען געוואונען..

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: דזשארדזשיא ראנאף פארמעסטן-קאמף פאר סענאט קאנטראל

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך ינואר 06, 2021 4:01 pm

זשארזשיע סעקראטערי אוו סטעיט עוואקואירט געווארן פון זיין אפיס אין די צייט וואס א קליינע גרופע האט זיך דארט פארזאמעלט.
שאם אין האדם מתפלל עבור בנ״י אפי' יום אחד, אין לו שלימות לעוה״ב. (תפארת שלמה פר' ויגש)

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10996
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: דזשארדזשיא ראנאף פארמעסטן-קאמף פאר סענאט קאנטראל

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך ינואר 06, 2021 4:12 pm

NBC News projects Jon Ossoff (D) wins Georgia Senate Runoff. Democrat Gain

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: דזשארדזשיא ראנאף פארמעסטן-קאמף פאר סענאט קאנטראל

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך ינואר 06, 2021 4:26 pm

יש ברירה האט געשריבן:NBC News projects Jon Ossoff (D) wins Georgia Senate Runoff. Democrat Gain

וואשינגטאן פאוסט און פליטיקא שטימען צו.
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מיטוואך ינואר 13, 2021 11:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שאם אין האדם מתפלל עבור בנ״י אפי' יום אחד, אין לו שלימות לעוה״ב. (תפארת שלמה פר' ויגש)

אוועטאר
זיסע פיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: דזשארדזשיא ראנאף פארמעסטן-קאמף פאר סענאט קאנטראל

תגובהדורך זיסע פיש » מיטוואך ינואר 06, 2021 4:31 pm

cnn האט אויכעט יעצט.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: דזשארדזשיא ראנאף פארמעסטן-קאמף פאר סענאט קאנטראל

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך ינואר 06, 2021 4:36 pm

נאו ריקאונט.

Ossoff's lead has now surpassed 0.5%, which is the margin at which David Perdue could ask for a recount.

It sits at +0.56% (+25K votes).

Warnock's win is more decisive still: +1.5% right now.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

Re: דזשארדזשיא ראנאף פארמעסטן-קאמף פאר סענאט קאנטראל

תגובהדורך ציגעלע » מיטוואך ינואר 06, 2021 4:38 pm

ccc.PNG
ccc.PNG (16.61 KiB) געזעהן 680 מאל

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: דזשארדזשיא ראנאף פארמעסטן-קאמף פאר סענאט קאנטראל

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך ינואר 06, 2021 5:33 pm

דער אסף מיט זיין בני בית זענען ביידע יידן.
אסף איז געווארן געבארמיטצוועט אין א רעפארם טעמפל.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
האלצשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: דזשארדזשיא ראנאף פארמעסטן-קאמף פאר סענאט קאנטראל

תגובהדורך האלצשטיין » מיטוואך ינואר 06, 2021 5:43 pm

הילערי קלינטאן האט היינט געטראלט אויף טוויטער מיט די ווערטער: "סענאט מינאריטי לידער מיטש מקאנעל".

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: דזשארדזשיא ראנאף פארמעסטן-קאמף פאר סענאט קאנטראל

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך ינואר 06, 2021 7:51 pm

Ossoff now up by 35,615 statewide
50.40-49.60

Warnock now up by 73,404 statewide
50.83-49.17
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”