אייוועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

Haklal
שר האלף
תגובות: 1614
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך Haklal » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 1:24 pm

באקסער בוים האט געשריבן:ג״א מצטרף

די פראפעשענעל זשאב וואס נקדימון האט דא דעליווערט מיט אזא קלארקייט און פונקטליכקייט ואתו עמו סטאוו פיטא, פעיק ניוז, שלמה, און ברירה מיט די טשארטס איז געווען א מעכטיגע סוקסעס!

עקסטער א ריזיגע שכח פאר הנהלת אייוועלט פארן זיכער מאכן אז די סייט פארנעמט די העווי טרעפיק אן קיין שום סלאו דאונס.

גא"מ

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך מידער » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 1:32 pm

ס'מוז עקסטער ארויסגעברענגט ווערן דעם סוקסעספולן איידיע פון די 'פרא' אשכולות... יעדער וואס וויל ארויסברענגען א פוינט וואס צווייטער וויל נישט הערן ווערט נישט געשטערט. (איין חסרון האט עס גראדע יא געהאט, אז אסאך פשוט'ע אפדעיט זענען נאר דארט באריכטעט געווארן.)

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 1:36 pm

יאפ. א ריזן דאנק פאר אלע וואס האבן געהאט א חלק אין דעליווערן אזא שיינע געשמאקע נאכט (טעג און נעכט! נאכט זאג איך) איך האב אביסל געהאלפן אין די אשכול האלטן זאכן ריין און ב"ה עס איז כמעט נישט געווען וואס צו מעקן! דער עולם האט זיך זייער זייער שיין צוגעשטעלט און געלאזט די זאך פארן דורך די פראפעסענאלע און דאס האט געברענגט די סוקסעס

אבער יעצט ברודערליך, לאמיר נישט פארגעסן אז מיר זענען אידן און ברודער פון איין טאטן. דער האט געווינען, יענער האט געווינען, אלעס טאר מיט אונז נישט האבן א טיפע פערזענליכע שייכות. די טשעפערייען און שטעכערייען דארפן נעמען אן עק. ברענגען סקרין שאטס, סעקירן איינעם דעם צווייטן מיט "דו האסט געזאגט, איך האב דיר געזאגט" דאס אלעס פאסט פארן גוי וואס גלייבט באמת אז ער קען פארזאגן דעם עתיד. מיר ווייסן אז עס ליגט נישט אין קיינעמס הענט און די אויסגאנג האט מיט קיינעם אויסער דעם בורא ומנהיג. לאמיר בלייבן פרידליך און ברודער ליל און זיך צוריק זעהן בעזר השם אין פיר יאר ארום געזונטערהייט מיט פרישע כוחות.

א גוט שבת

Joel
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2015 11:20 pm

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך Joel » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 1:59 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
עס איז געווען זייער זייער גוט מען האט געהאט אפדעטס יעדע פאר מינוט די סיסטעם איז נישט געווען שטאט און מען האט געזען די שווערע ארבעט וואס די אלע האבן אריינגעלייגט איך קען נישט די נעמען אבער איך מיין יעדען איינעם שכוח שכוח שכוח

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 2:04 pm

א ספעציעלער שכח פאר די וואס זענען געזעסן אויף דעם ספרעד שיט וואס בבקשה און אלפים ועשרים האבן ערעינדזשד און עס אפדעיטעד די גאנצע אימערמידלעך.

קודאס פאר אייער שווערע ארבעט!
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

עפרות זהב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 2:42 pm

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך עפרות זהב » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 2:33 pm

א גרויסען ישר כח איז ווייט פון גענוג צו זאגען!
די שנעלסטע און בעסטע רעזולטאטען און אפדעיטס!
עס האט אפגעהאלטען אסאך פון גיין אויף אומאויסגעהאלטענע סייטס!!!!

או עקסטערע דאנק פאר די אלע וואס שרייבען נייעס אוןם אנעליזען, ווי למשל .... איך וויל נישט שריבען קיין נעמען ווייל איך וועל מסתמא פארגעסן אפארוויכטיגע מען וועט איה לויט די צייט שרייבען און אישי, און לאזען זיך נישט אריין און זינלאזע טענעריי וואס נעמט אוועק די געשמאק צו ליינען! (און אן אנעליז יא, אבער סתם טענעריי אה יע, אה נא, וכו',), ממילא וויל איך עקסטער באדאנקען פארן חוסם זיין די אומגעווינטשענע.. ביים רעזולטאטן אשכול! אזוי זאל זיין להבא אויך איין אשכול פאר נייעס און אנעליזען, און עקסטערע פאר טענות, קאנספירעסיס, הייפ, און דמיניות!
כה לחי!
בעסער זאל איך פארלירן אויף א וועג אויסער מיין קאנטראל (אז מיין קאנדידאט וועט נישט באקומען גענוג שטימען) ווי אויף א וועג וואס איז יא אין מיין קאנטראל, מיטן שטיצן א קאנדידאט וואס איך האלט פאר נישט ריכטיג. (קרעדיט יענג2020)

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 2:34 pm

יאפ! נישטא וואס צו רעדן!
שוין פון אנפאנג פונעם פריימערי סעזאן, איז נישט געווען א נייעס וואס מ'האט נישט דא געטראפן, די אנאליזן, ווי א טרעין איז עס געפארן..
און די לעצטע פאר וואכן בעיקר..
ס'קומט זיך די גרעסטע דאנקען פאר אלע נייעס רעפארטער, בראשם, נקדימון, וואס האט אין די לעצטע יאר צייט בכלל, און די לעצטע פאר וואכן בפרט, ארויפגעברענגט די נייעס ווינקל פון אייוועלט צו א שטאפל ווי קיינמאל בעפאר!!! דער באצאלטע זשעיק טעפער אדער זשארזש סטעפאנאפאלוס מאכן נישט האלב אזא ארבעט ווי ער האט געמאכט.
ווי אויך קומט זיך א ריזיגען דאנק פאר @יש ברירה, זיינע קלארע טשארטס האט אריינגברענגט א געוואלדיגע קלאר'קייט!!
און פאר @סטאוו און @פעיק פארן אפדעיטן דא איבערן נאכט.
@בבקשה און @אלפיםועשרים, די שעות פון האראוואניע וואס איר האט אריינגעלייגט אין די ספרעדשיעטס, איז שטארק מערקבאר, און וועל אפרישיעטעד!

פארשטייטזיך נישט פארגעסן פון די בעלים פון סייט, די הנהלה! @לכאורה @ארענדאר @וויכי און אלע אנדערע מעמבערס, איר האט געטען א מעסיוו ארבייט, טרעפיק איז געווען א מחי', און יעדע תגובה נישט אין פלאץ איז געפלויגן אין סעקונדעס! ;l;p-

יאפ! אייוועלט דיד איט!!
------------------

אז מ'רעדט שוין יא, אפשר מאכט מען א שטיקל סדר מיט די אשכולות דא, ס'פעפענט זיך אשכולות ווי שוואמלעך נא א רעגן, 5 אשכולות פאר די זעלבע טאפיק...
אפשר נעמט מען ארויס די שמעלצער?..
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

חדשות
שר האלף
תגובות: 1123
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 2:40 pm

שכוח פאר נקדימון, זייער קלאר וואס נאר א אידישער קאפ קען. פונקטליך וואס ריזאלטס אין יעדע סטעיט מיינט. איך האב נישט געהאט קיין צוטריט צו די אלגעמיינע מידיא אנאליסיס נאר צו די רויע ציפערן אבער מיט נקדימונס רעפארט האסטו געהאט א קלארקייט.

צום ווידערזען נקדימון ביי טראמפ 2024?

אוועטאר
Rak Tov
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: זיך אקציע אונטערגענימענגעווארן

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך Rak Tov » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 3:01 pm

Haklal האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:ג״א מצטרף

די פראפעשענעל זשאב וואס נקדימון האט דא דעליווערט מיט אזא קלארקייט און פונקטליכקייט ואתו עמו סטאוו פיטא, פעיק ניוז, שלמה, און ברירה מיט די טשארטס איז געווען א מעכטיגע סוקסעס!

עקסטער א ריזיגע שכח פאר הנהלת אייוועלט פארן זיכער מאכן אז די סייט פארנעמט די העווי טרעפיק אן קיין שום סלאו דאונס.

גא"מ

גא"מ
Multiple sources called this election differently

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6517
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך שטארק זיך » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 3:29 pm

שכוח לכאורה
שכוח נקדימון
שכח שלמה הילדסהיימיר
שכח פעיק ניוז
שכח פאליטיקלי קארעקט

ואתם עמם אלע וואס האבן אפדעיטעד געהאלטן דעם טרענד לעבעדיג.
איר האט געמאכט א העכסט פראפעסיאנאלע און מאסיווע דזשאב

איישר כחכם וחילכם
גוט שבת
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5891
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 3:39 pm

ייש״כ יעדן פאר די שיינע פידבעק! כ׳וואלט נאר געוואלט אויפמערקן אז איך בעלאנג נישט אין איין שורה מיט די וואן ענד אנלי נקדימון, ער האט דעליווערט סחורה אויפן העכסטן ניווא דעם גאנצן וואל סעזאן און איך האב מיר אזוי נישט מיר נישט דיר אנגעריקט ווי א מחותן צי שולחן עורך...

וואס נקדימון האט אהערגעשטעלט ספעציעל די לעצטע פאר טעג איז עפעס נעקסט לעוועל... סטענדינג אוועישען יעדער!!

כ׳וויל מיר אויכט שטארק באדאנקען פאר איינע פון מיינע אנפעיוואריט ניקס ה״ה @שלמה הילדעסהיימער... ס׳איז ווערד ארויסציברענגען די געוואלדיגע ארבעט וואס ער האט דעליווערט מיט זיין שטארקע האנעסטי ספעציעל די נאכט פון די וואלן מיטן כסדר אויסקלארן די עכטע מציאות און מסביר זיין די רעאליטעט אינמיטן די מבול פון גינסטינגע טראמפ נייעס, ס׳האט זיך געטוהן א יובעלריי פון פריצייטיגע פרייד און א דאנק שלמה׳ס שטענדיגע הבהרות האבן מבקשי האמת נישט געליטן פון קיין שווערע דיסעפוינטמענס. ס׳איז געוויס נישט גרינג געווען צי שטיין פעסט קעגן די פארפלייצונג פון פאלשע קלאנגען איבער די מציאות אויפן שטח...

און א דאנק פאר יעדן איינעם פארן זיך אזוי הערליך צישטעלן אויף א פראפעסיאנאלע לעוועל סיי מיט די בארכיטן און סיי מיט די נישט באריכטן...

צים ווידערזעהן
#קרוז2024
איידער איר גיבט א שפאן / אין מרה שחורה אריין / געבט אייך א דערמאן / אז פינקט ווי אן עראפלאן / וואס פארט קיין קאזאחסטאן / איז קיין ניק נישט פארהאן / וואס טראגט א טורבאן

יודיש בלעטל
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך יודיש בלעטל » מוצ"ש נובעמבער 07, 2020 8:38 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12623
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג נובעמבער 08, 2020 2:55 am

יאפ. וויזוי קען מען פארגעסן @פעיק און זיינע געוואלדיגע טשארטס? א ריזן דאנק!
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


אוועטאר
אלטער
שר ששת אלפים
תגובות: 6424
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: אייוועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך אלטער » זונטאג נובעמבער 08, 2020 3:19 am

איך האב נישט צופיל וואס איך קען צולייגן. א געוואלדיגער ארבעט געווען דא אויף אייוועלט!
שעהם זיך נישט ווער דו ביסט
דער הייליגער קאצקער גיט צו פארשטיין
די בעסטע שענסטע פיינסטע זאך צו זיין איז
זיי זיך אליין!

ווען גייט זיין די וואלן?
סטיטשי פאר ראש הקהל, סטאוויא פאר הויפט סטראטאגיסט!

חסד השם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך חסד השם » זונטאג נובעמבער 08, 2020 9:07 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:יאפ! נישטא וואס צו רעדן!
שוין פון אנפאנג פונעם פריימערי סעזאן, איז נישט געווען א נייעס וואס מ'האט נישט דא געטראפן, די אנאליזן, ווי א טרעין איז עס געפארן..
און די לעצטע פאר וואכן בעיקר..
ס'קומט זיך די גרעסטע דאנקען פאר אלע נייעס רעפארטער, בראשם, נקדימון, וואס האט אין די לעצטע יאר צייט בכלל, און די לעצטע פאר וואכן בפרט, ארויפגעברענגט די נייעס ווינקל פון אייוועלט צו א שטאפל ווי קיינמאל בעפאר!!! דער באצאלטע זשעיק טעפער אדער זשארזש סטעפאנאפאלוס מאכן נישט האלב אזא ארבעט ווי ער האט געמאכט.
ווי אויך קומט זיך א ריזיגען דאנק פאר @יש ברירה, זיינע קלארע טשארטס האט אריינגברענגט א געוואלדיגע קלאר'קייט!!
און פאר @סטאוו און @פעיק פארן אפדעיטן דא איבערן נאכט.
@בבקשה און @אלפיםועשרים, די שעות פון האראוואניע וואס איר האט אריינגעלייגט אין די ספרעדשיעטס, איז שטארק מערקבאר, און וועל אפרישיעטעד!

פארשטייטזיך נישט פארגעסן פון די בעלים פון סייט, די הנהלה! @לכאורה @ארענדאר @וויכי און אלע אנדערע מעמבערס, איר האט געטען א מעסיוו ארבייט, טרעפיק איז געווען א מחי', און יעדע תגובה נישט אין פלאץ איז געפלויגן אין סעקונדעס! ;l;p-

יאפ! אייוועלט דיד איט!!
------------------

אז מ'רעדט שוין יא, אפשר מאכט מען א שטיקל סדר מיט די אשכולות דא, ס'פעפענט זיך אשכולות ווי שוואמלעך נא א רעגן, 5 אשכולות פאר די זעלבע טאפיק...
אפשר נעמט מען ארויס די שמעלצער?..

גא"מ
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3340
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: אייוועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג נובעמבער 08, 2020 9:39 am

ייש"כ פאר די פארוואלטערס, און טעכניקער, און די נייעס ברענגער, עס איז געווען אזוי גרינג געשמאק און קלאר די נייעס און די אפדעיטס יעדע צייט.
I won the Election

חיימאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: אייוועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך חיימאוויטש » זונטאג נובעמבער 08, 2020 11:52 am

נישטא די ווערטער זיך צו באדאנקען פאר אלע נייעס-ברענגער, ובראשם שלמה הילדסהיימער, יש ברירה, ועל צבאם אונזער אלעמען-באליבטער נקדימון!

יא, ביי מיר איז אויך אייוועלט די איינציגסטע סורס פון נייעס, און זייער קלארע גרינטליכע ארבעט האט מיר ממש מחי' געווען!

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re:

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג נובעמבער 08, 2020 12:01 pm

סטיטשינער האט געשריבן:יאפ. וויזוי קען מען פארגעסן @פעיק און זיינע געוואלדיגע טשארטס? א ריזן דאנק!

מיינסט מסתם יש ברירה. עניוועי א דאנק.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3984
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: אייוועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג נובעמבער 08, 2020 12:04 pm

חיימאוויטש האט געשריבן:נישטא די ווערטער זיך צו באדאנקען פאר אלע נייעס-ברענגער, ובראשם שלמה הילדסהיימער, יש ברירה, ועל צבאם אונזער אלעמען-באליבטער נקדימון!

יא, ביי מיר איז אויך אייוועלט די איינציגסטע סורס פון נייעס, און זייער קלארע גרינטליכע ארבעט האט מיר ממש מחי' געווען!

עקסטערע דאנקן פאר שלמה און נקדימון וואס האבן מיר געהאלפן פארשטיין אז נישט די קאלירן דינסטאג נאכט איז די זאך.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15943
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: אייוועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך לכאורה » זונטאג נובעמבער 08, 2020 12:14 pm

יישר כח סטיטשי פאר'ן גרינדן דעם אשכול

יישר כח ארענדער פאר'ן מייסד זיין דעם סייט, און זיך אפגעבן דערמיט שלא על מנת לקבל פרס. אין די טאג פון די וואלן איז ער געווען פארנומען צוצולייגן ריסאורסעס אז עס זאל קענען פארנעמען די העכערע שטאפלען פון ביישויער. ואתו עמו ר' וויכטיג מאכער וואס געבט זיך אפ מיט די טעכנישע חלקים פונעם סייט בכל עת מצוא.

יישר כח מיינע קאלעגע מנהלים און אחראים, ארום א מנין אין צאל, אפענע און באהאלטענע, וועלכע האבן אלע צוגעלייגט א האנט אז אלעס זאל פארן כשורה. געמעקט ווען און וואס מען דארף, און פארראכטן וואו מען דארף, און אזוי ווייטער און ווייטער. סיי אין די לעצטע פאר טעג און סיי א גאנץ יאר - שלא על מנת לקבל פרס.

יישר כח אלע נייעס ברענגער, די גרעסערע ווי די קלענערע, יעדע שטימע ציילט און יעדע תגובה גיבט צו צום שלימות פון אייוועלט אלס דער אחד המיוחד פון אידישע וועבזייטלעך על טהרת חולין.

באזונדער מוז ארויסגעברענגט ווערן די געטרייע איבערגעגעבענע פאליטישע ניקס וואס האבן ממש אנגעפירט אונזער "דעסיזשען דעסק" מיט אזא ערנסטקייט און פלייס כאילו זיי באקומען באצאלט אויף די שעה און זאגאר אווערטיים. ס'מיר שווער צו אויסרעכענען נעמען, ווייל עס איז געווען א שיינע צאל משתתפים אין דעם געמיינזאמען פראיעקט, אבער ווי דער עולם אין דעם אשכול האט שוין געשריבן, בראש וראשון קומט זיך א דאנק פאר נקדימון, יש ברירה, שלמה הילדעסהיימער, פעיק ניוז, סטאוו יא פיטא, וועלכע האבן געהאלטן אין איין אפדעיטן די רעזולטאטן אשכול ווי נאר עס איז געווען עפעס פריש.

דער זכות פון האלטן אידישע קינדער אינפארמירט אויף א היימישן און ערליכן אופן, אן דארפן קלעטערן במבואות המטונפות און זיין אויסגעשטעלט צו נסיונות וכו', זאל אונז אלע ביישטיין צו ווערן געהאלפן מיט אלע סארט ישועות ורפואות, און מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן פון דעם ביטערן גלות און גיין אהיים במהרה בימינו אמן.
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12623
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג נובעמבער 08, 2020 12:59 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:יאפ. וויזוי קען מען פארגעסן @פעיק און זיינע געוואלדיגע טשארטס? א ריזן דאנק!

מיינסט מסתם יש ברירה. עניוועי א דאנק.

יאפ. מיי בעד. פלעין פעיק ניוז געווען.

דיך האב איך דאכצעך שוין באדאנקט, און איך חזא עס איבער נאכאמאל...
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2109
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: אייוועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג נובעמבער 08, 2020 1:54 pm

גא''מ, עס איז ממש צום שטוינען ווי עטליכע היימישע אינגעלייט קענען זיך באלד פארמעסטן מיט ריזיגע נעטווארקס מיט ביליאנען דאלארדיגע בודזשעטן.
פארדינט $40!!!
באקומט $40 ווען איר עפנט א Rakuten אקאונט, און איר קויפט איין פאר $40 אין צענדליגער אנליין סטארס.

אוועטאר
איינס
שר תשעת אלפים
תגובות: 9877
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: אייוועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך איינס » זונטאג נובעמבער 08, 2020 1:55 pm

גם אני בין המברכים!

נעקסט טיים דעליווערט אבער בעסערע סחורה :(
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א

בעל מדרגה
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: אייוועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך בעל מדרגה » זונטאג נובעמבער 08, 2020 11:47 pm

גם אני מצטרף!

שכרכם הרבה מאוד!

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: אייוועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך מיין שטעלונג » מאנטאג נובעמבער 09, 2020 9:31 am

גם אני נצטרף לכל המברכים והמיישרכחים.

איך האב געשפירט ווי איך האב 6G טעכנאלאגיע ביים לאודן אייוועלט די לעצטע עטליכע טעג...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: DotBot, Goodmorning און 20 געסט