אייוועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12471
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

אייוועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 4:16 am

שטייענדיג שוין כמעט ביים ענדע פון די שטורעמישע וואל טעג, איז געקומען די צייט זיך פשוט אפשטעלן טראכטן א רגע וואס דא איז פארגעגאנגען. אונזער היימישע קרעטשמע האט זיך ארויסגעוויזן צו זיין די נאמבער איינס מקור פאר היימישע אידן פאר אלעס ארום די וואל אויסגאנג. די באריכטן זענען אריינגעקומען אויפן רגע, די אנאליזן זענען געווען קריסטאל קלאר, והעולה על כולנה די מאפע איז געווען קלאר אויסגעשמועסט. יעדער האט געכאפט אויפן רגע פינקטלעך וועלכע נאמבער אין וועלכע סטעיט מיינט וואס.
און פארשטייט זיך, דעס אלעס איז געפארן ווי א פידל, און די סיסטעם איז אנגעגאנגען ווי כאילו עס איז ערב יום כיפור, און יעדער זאך איז געווען מסודר אין זיין אשכול דבר דבר על אופנו.

ווי שוין ארויסגעברענגט אין א צווייטע אשכול, איך האב געהערט פון גאר אסאך מענטשען וואס האבן אייביג אראפ געקוקט אויף אייוועלט ווייל זיי זענען "בעסערע", אז דעס וואס אייוועלט האט אהערגעשטעלט איז עפעס אויסערגעווענטליך און איינס אין די וועלט. א גאנצע נאכט זענען זיי געזעצן נאר ביי אונז (טראץ דעם וואס יעדער מין סייט איז געווען אפען פאר זיי). עס איז כמעט נישט געווען קיין איין סייט - אידישע און גוישע צוגלייך - וואס האט געהאט אזא געלונגע אפאראטוס.

אייוועלט האט זיך ווידער ארויסגעשטעלט צו זיין א העכסט געלונגע נייעס מקור, און מיט דעם געוויזן קבל תבל ומלואה אז פרום און אפגעהיטן איז בכלל נישט קיין סתירה מיט פראפעשינאליזם און פארגעשריטנקייט.

אשריכם ששם שמים נתקדש על ידיכם.

און דערפאר איז נישט מער ווי פאסיג אז די עולם זאל אריין קומען זאגן זייערע דאנק און לויב ווערטער פאר יעדער וועם זיי מיינען האט געהאט א האנט אין דעם סוקסעס. איך פארשטיי אז יעדער האט עס שוין געשריבן צושפרייט אין די פארשידענע אשכולות, אבער דאך וואלט געווען שיין ווען מקען ווען אלעס צאמנעמען אויף איין פלאץ, להגיד שאינך כפוי טובה אויף די שעות און שעות פון שווערע ארבעט וואס מען האט אריין געלייגט חינם אין כסף, מיט די איינציגסטע ציל פון מהנה זיין אנדערע אידן על טהרת הקודש.

איך גיי יעצט פתיחה און דער עולם ווערט געבעטן נאכצופאלגן:
בראש וראשון די געטרייע הנהלה, וואס האט גאר שווער געארבעט ערב די וואלן צו פארזיכערן אז די סייט זאל נישט קראכן, וכן בעצם יום הוואלן גופא האבן זיי אריינגעלייגט שטארקע כוחות. והעולה על גביהן אונזער חשובע מנהל לכאורה, וואס טראץ די פילע פלעשער ביר איז ער געשטאנען על המשמר דורכאויס די גאנצע צייט זיכער צו מאכן אז די אשכולות בלייבן ריין און געשמאק אויף צום ליינען, כל ענין במקומו הראוי לו.

דערנאך קומט זיך די דאנק פאר די הויפט רעפארטערס, בעיקר נקדימון פאר די צייטליכע קלארע באריכן, אנאליזען און פרידיקשענס, ואיתו עמו סטאוו יא פיטא פאר זיינע באריכטן און אנאליזן. און אזוי אויך האט גאר שווער געארבעט דארכאויס די נאכט פעיק נויז. ספיציעל דארף מען ארויסברענגען ענקער אומפארטאיישקייט. כאטש וואס ענקער פאליטישע מיינונגען זענען נישט קיין סוד האט זיך עס בכלל נישט ארויסגעזעהן אין ענקער באריכטן. (אין דעם געביט האט אייוועלט זיכער איבערגעשטיגן אפילו די גרעסטע נעצן...)
פארשטייט זיך אז עס איז געווען פיל מער באריכטערס, אבער די צוויי קומען יעצט ארויף אין געדאנק, וזכרון אחד עולה לכולם.

ווי אויך דארף מען באדאנקען בבקשה פאר זיינע הערליכע גרעפס וואס האבן שטארק פארגרינגערט די טרעפיק און געגעבען א לייכטע וועג צו האלטן חשבון פון די ריזאלטס. דיינע שעות פון ארבעט זענען נישט געגאנגען אומבאמערקט. און אזוי אויך קומט זיך די שכוח פאר אלפייםועשרים פארן אפדעיטן און אריין לייגן די אינפארמאציע. דיינע שעות פון ארבעט זענען נישט געגאנגען אומבאמערקט.

איך בין זיכער אז עס איז דא פיל מער ניקס וועם עס קומט זיך א דאנק, נאר ווי געשריבן, קומען די יעצט ארויף אין געדאנק, און אי"ה ווען איך גיי מיך דערמאנען פון די אנדערע גיי איך צוריק קומען עפענטלעך באדאנקען. (געטראפענער זאלן קומען אין אישי און מען וועט שוין צוריק קומען פארעכטן.

זאל די אייבישטער ענק אלע העלפען אז ענקער געווינטשענער קאנדידאט זאל למעשה געווינען (איי וויזוי איז דאס מעגלעך? די באשעפער קען אלעס..) און ענק זאלן ווייטער קענען מהנה זיין אידישע קינדער פאר לאנגע געזונטע יארן. די זכותים פון ראטעווען אידישע קינדער ממקומות הטינפות זענען אומשאצבאר, און זיי זאלן מגין זיין אויף ענק און ענקער הויז געזינד אויף אייביג.
לעצט פאראכטן דורך סטיטשינער אום פרייטאג נובעמבער 06, 2020 9:50 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


אוועטאר
פויליש פארווע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע: ביים פויליש פארווע סינק

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך פויליש פארווע » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 6:02 am

;l;p- ;l;p- ;l;p-
א קרעכטס ברעגט א קרעכטס און א דאנק ברענגט א דאנק. (קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
לייטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3575
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך לייטער » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 6:21 am

גא'מ, ישר כוח
פאר מיר פערזענלעך איז אייוועלט געווען די איינציגסטע קוואל פון נייעס און אפדעיט'ס בנוגע די וואלן, איך האב נישט ציטירט צו אנדערע וועבסייט'ס און סאשל מידיע, און קול מבשר האב איך נישט געהאט קיין צייט נאכן פארברענגען אזויפיל דא ליינדענדיג די נייעס
מיר קומט ארויף די זעלבע נעמען וואס סטיטשינער האט אויסגערעכנט, די הנהלה, בבקשה פאר זיין שווערע ארבעט מיט די הערליכע קלארע עקסעל שיט און סטאוו און נקדימון און אנדערע וואס זענען אריינגעקומען מיט די מערסטע קראנטע קלארע אינפארמאציע

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך קרייסלער » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 6:44 am

יא מיר קענען!!! איז געווען די מאטא וואס איז געשטאנען פאר די אויגן פון די חשובע אויבנדערמאנטע ניקים

סאיז צו שטוינען וויאזוי א הייעפעלע אנאנימיס ניקים האבן באוויזן אהערצושטעלן אזא פראיעקט אזש זיי האבן זיך בכלל נישט צו שעמען פון וועטראנען זשורנאליסטן

די אפדעיטס דא איז געווען די שנעלסטע און מערסטע אקוראט! כהאב עס קאמפערד אגאנצן צייט מיט פאקס ניוז (וועלכע האט געהאט די מערסטע צוקוקער) און סננ ניוז (ביידע די טרוט און פעיק) אזש סהאט זיך געקענט דאכטן אז זשעיק טעפער לייענט ארויס פון נקדימון' פרישע תגובה
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך טעם וריח » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 7:45 am

כוואלט געעפענט א אשכול: באדאנק דיך פאר די וואלן נייעס ברענגער
יערער זאל קענען ארויסשרייבן וועלכע ניק ער וויל באדאנקן

וואס זאגט דער עולם?
על "טעם וריח" אין להתווכח

no way
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:56 pm

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך no way » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 8:49 am

טעם וריח האט געשריבן:כוואלט געעפענט א אשכול: באדאנק דיך פאר די וואלן נייעס ברענגער
יערער זאל קענען ארויסשרייבן וועלכע ניק ער וויל באדאנקן

וואס זאגט דער עולם?

די בעל בתם פארן ארבעטן דעראויף
נישט מסכים!

א גולם
שר האלפיים
תגובות: 2094
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך א גולם » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 8:52 am

;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12471
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 8:55 am

טעם וריח האט געשריבן:כוואלט געעפענט א אשכול: באדאנק דיך פאר די וואלן נייעס ברענגער
יערער זאל קענען ארויסשרייבן וועלכע ניק ער וויל באדאנקן

וואס זאגט דער עולם?

קענסטע דאנקען סטיטשי פארן דיר פארויס לויפן און עפענען... איך האב דעס נישט געעפנט פאר מיר, נאר פאר יעדער ארויס צו געבן זיין דאנק. הייב אן!
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך באקסער בוים » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 9:05 am

ג״א מצטרף

די פראפעשענעל זשאב וואס נקדימון האט דא דעליווערט מיט אזא קלארקייט און פונקטליכקייט ואתו עמו סטאוו פיטא, פעיק ניוז, שלמה, און ברירה מיט די טשארטס איז געווען א מעכטיגע סוקסעס!

עקסטער א ריזיגע שכח פאר הנהלת אייוועלט פארן זיכער מאכן אז די סייט פארנעמט די העווי טרעפיק אן קיין שום סלאו דאונס.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך בבקשה » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 9:46 am

סטיטשינער האט געשריבן:ווי אויך דארף מען באדאנקען בבקשה פאר זיינע הערליכע גרעפס וואס האבן שטארק פארגרינגערט די טרעפיק און געגעבען א לייכטע וועג צו האלטן חשבון פון די ריזאלטס. דיינע שעות פון ארבעט זענען נישט געגאנגען אומבאמערקט.


איך קען נישט און טאר נישט נעמען די קרעדיט פון די ספרעדשיעט פראיעקט בלויז פאר זיך. @אלפים ועשרים איז דא געווען די גרעסערע שותף, ער האט מער שעות אריינגעלייגט, און מער אפדעיטס געלייגט.

לייטער האט געשריבן:גא'מ, ישר כוח
פאר מיר פערזענלעך איז אייוועלט געווען די איינציגסטע קוואל פון נייעס און אפדעיט'ס בנוגע די וואלן, איך האב נישט ציטירט צו אנדערע וועבסייט'ס און סאשל מידיע, און קול מבשר האב איך נישט געהאט קיין צייט נאכן פארברענגען אזויפיל דא ליינדענדיג די נייעס
מיר קומט ארויף די זעלבע נעמען וואס סטיטשינער האט אויסגערעכנט, די הנהלה, בבקשה פאר זיין שווערע ארבעט מיט די הערליכע קלארע עקסעל שיט און סטאוו און נקדימון און אנדערע וואס זענען אריינגעקומען מיט די מערסטע קראנטע קלארע אינפארמאציע


די עיקר ספרעדשיעט פעידזש, איז גענצליך געווען די ארבייט פון @אלפים ועשרים.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12471
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 9:48 am

גיימער עס שוין צולייגן.
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


אוועטאר
מוקיר רבנן
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 4:57 pm

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך מוקיר רבנן » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 9:51 am

נקדמה פניו בתודה
דעת בעלי בתים היא היפך מדעת תורה

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך ממה נפשך » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 10:10 am

מיין איינציגסטע נייעס קוואל איז געווען דא אויף אייוועלט (און טשעט..), יישר כח חברים!

מ'דארף עקסטער ארויסברענגען א דאנק פאר יש ברירה פאר די כסדר'דיגע טשארטס סיי פאר די וואלן פון די פאולס און סיי נאך די וואלן ביים ציילן די רעזאלטס, וואס גיבט א מורא'דיגע קלארקייט וואו מ'שטייט.
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2475
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך ישוב הדעת » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 10:32 am

א גרויסן דאנק פאר אלע ריפארטער, און בעיקר פאר יש ברירה וואס האט אריינגעגעבן א משוגענע קלארקייט מיט די שיטס!
ביידן איז נאט מיי פרעזידענט!


דיסקלעימער: זאכן וואס איך ברענג נאך פון אנדערע פלעצער מיינט נישט אז איך האלט אזוי אדער גלייב עס.

אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך קיטשי » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 10:35 am

שכח סטיטשעס פארן מיך פעדערן מיט וואס כ'האב געוואלט שרייבן נעקסטע וואך.

יישר כח פאר אלע נייעס ברענגער, ספעציעל נקדימון, יש ברירה, סטאוו.
און בבקשה פאר די הערליכע טשארטס
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך שמערלער » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 10:43 am

א גרויסען שכוח פאר וויכי פארן ארבעטן behind the scenes אז די סייט זאל ארבעטן שנעל אין א עקסטערן דאנק פאר ארענדער פארן עס צושטאנד ברענגן.
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

נפשי חמדה
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך נפשי חמדה » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 11:10 am

באקסער בוים האט געשריבן:ג״א מצטרף

די פראפעשענעל זשאב וואס נקדימון האט דא דעליווערט מיט אזא קלארקייט און פונקטליכקייט ואתו עמו סטאוו פיטא, פעיק ניוז, שלמה, און ברירה מיט די טשארטס איז געווען א מעכטיגע סוקסעס!

עקסטער א ריזיגע שכח פאר הנהלת אייוועלט פארן זיכער מאכן אז די סייט פארנעמט די העווי טרעפיק אן קיין שום סלאו דאונס.

;l;p- ;l;p-
אז די רבי'ס ווערן פאלעטישאנ'ס דאן ווערן די פאלעטישאנ'ס רבי'ס... (הרה"ק מסאטמאר = קרעדיט: מאמענט בשם די מעלות)

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1583
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך זאג א גוטס » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 11:18 am

דער אויבערשטער טוט נאר גוטס!
מער גוטס ווי א מענטש קען טון פאר זיך אין זיין גאנצע לעבן, טוט דער אויבערשטער יעדע רגע!

מקור

אוועטאר
בדרך אפשר
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך בדרך אפשר » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 12:45 pm

א גרויס'ן יישר כח פאר די הנהלה אין פאר די נייעס ברענגערס.
איך האב געבעטן מיין פילטער צו עפענן א פאר מידיע סייטס, ווען כ'האב אבער געוואלט וויסן וואס ס'טוט זיך בין איך שנעל געקומען דא! די קלארקייט און די שנעלקייט פון די סייט איז געווען מוראדיג!!!
יישר כח!!!

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך קרייסלער » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 12:49 pm

נקדימו"ן פניו בתודה
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5681
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 12:51 pm

קיטשי האט געשריבן:יישר כח פאר אלע נייעס ברענגער, ספעציעל נקדימון, יש ברירה, סטאוו.
און בבקשה פאר די הערליכע טשארטס
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

בשבילי נברא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4019
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 12:53 pm

נא_שכל האט געשריבן:
קיטשי האט געשריבן:יישר כח פאר אלע נייעס ברענגער, ספעציעל נקדימון, יש ברירה, סטאוו.
און בבקשה פאר די הערליכע טשארטס

רט אלף פעמים
---

דרימליינער
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 16, 2015 4:30 pm

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך דרימליינער » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 12:56 pm

יישר כחכם יעדער וואס האט אריינגעלייגט שעות ארבעט צו מהנה זיין אזויפיל אידן. אי אפשר לפורטם כי רבים הם.
יעדע מאל וואס א איד איז אפגעהיטן געווארן פון דארפן קוקן אויף די אל"געמיינע" נייעס סטאנציעס איז עס אדאנק אייך, און ענקערע זכותים זענען אומשאצבאר.
שכרכם הרבה מאוד.

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר האלף
תגובות: 1395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך בלעכענער פנים » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 1:00 pm

יאפס אייוועלט איז זיכער ארויס א געווינער אין די עלעקשענס!

א שכח פאר אלע נייעס באריכטער, בפרט נקדימון!!
לכאורה, מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר??!!

נעם אין אכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: אייועלט וואל טעג 2020: להגיד שאינך כפוי טובה

תגובהדורך נעם אין אכט » פרייטאג נובעמבער 06, 2020 1:19 pm

100%!!!
איך האב געקענט האבן א מיינוכ און מאכן א מעפ (וואס איז דערווייל קאי וקיימא) נאר אדאנק די נייעס און אנאליזן פון ליינען דא!

און שפעטער די אפדעיטס, א מחי׳ ממש אגאנצן טאג און א גאנצע נאכט. מיט די טשארטס און פראדיקשנס ממש א מחי׳ שכח יעדער!!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: police, בעריש'ל, היימישע וויין, שמחה פריילעך און 21 געסט