פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן
- סטאוו יא פיטא
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7697
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן
און מישקין באקומט א פארדאן? איז עס דען נישט געווען זיין גאונות(...)?
- פרוביר אויך
- שר האלפיים
- תגובות: 2150
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm
Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן
משה בן יעקב האט געשריבן:קיינער האט נאך נישט גענטפערט פאר וואס די f.b.i. האט נישט אריינגעגעבען א אנקלאגע באזירט אויף די עדות פין דעם טראק דרייווער וואס זאגט ער האט אריבערגעפירט גאנצע טראקלוידס מיט בעלאטס קיין פעניסלעוועניע....
יא מען האט אים אויסגעפרעגט צי איינער האט אים באצאלט צי זאגען די עדות...
און?
עפעס איליגעל?
וואס טוט מען מיט די טויזענטער בעלעטס וואס ווערען לעגאל ארויסגעשיקט פון איין סטעיט צו די צווייטע?
אז יענער קען קענסטו אויך
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2215
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
- לאקאציע: אין מיין שיך!
Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן
צום קעפל: ביידן
Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן
א גולם האט געשריבן:צום קעפל: ביידן
נישט אמת. וואל רעזאלטאטן איז טראמט. איינגעשוואורן איז ביידען.

- אלעקסיי דער דריטער
- שר האלפיים
- תגובות: 2220
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן
נקדימון האט געשריבן:נקדימון האט געשריבן:הר גריזים האט געשריבן:נקדימון האט געשריבן:US אטורני פאר צפון דזשארדשיע רעזיגנירט פון אמט אימידיעטלי (געהייסן האט עס אויף יאנואר 20)
א שייכות מיט די זשארדשיעגעיט? אליינס רעזיגנירט אדער טראמפ האט איר געצווינגען?
מאנכע שפעקולירן עס האט מעגליך א שייכות צו #פרישטאג-געיט.
(דערווייל) בלויזע שפעקולאציעס
דער וואל סטריט דזשורנאל באריכטעט אז א סיניער ווייסער הויז באאמטע האט אים גערופן אז ער מוז רעזיגנירן תיכף ומיד וויבאלד פרעזידענט טראמפ איז אויפגערעגט אז ער טוט נישט גענוג צו אינוועסטיגעיטען די פרעזידענטס קלעימס איבער פראוד אין דזשארדשיע.
זשאסטיס דעפארטמענט אינספעקטאר זשענעראל וועט עפענען אן אויספארשונג איבער די רעזיגנאציע.
Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן
בסד האט געשריבן:א גולם האט געשריבן:צום קעפל: ביידן
נישט אמת. וואל רעזאלטאטן איז טראמט. איינגעשוואורן איז ביידען.
![]()
![]()
![]()
צ"ל וואל 'געוואלדטאטן', טראמפ.
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3810
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am
Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן
א נייע באמבשעל באריכט אין דער ניו יארק טיימס גיט איבער אז געוועזענער פרעזידענט טראמפ האט געזוכט ארויסצואווארפן עקטינג אטוירני גענעראל דזשעפרי ראזען אין א פרואוו צו איבערצוקערן די רעזולטאטן פון די פרעזידענט וואלן.
טראמפ האט לויט דעם באריכט געפלאנט צו ערזעצן דעם דעמאלטס-עקטינג אטוירני גענעראל דזשעפרי ראזען מיט דזשעפרי קלארק, אן אומבאקאנטער אדוואקאט אין דער יוסטיץ דעפארטמענט, נאכדעם וואס ראזען האט זעיך אפגעזאגט צוריקצוגיין פון טראמפ'ס דיספוטירטע טענות אז וויילער שווינדל האט אים געקאסט די וואלן, אויסצועדיג דערביי דעם פרעזידענט'ס צארן.
טראמפ האט אויך געדריקט ראזען צו באשטימען 'ספעציעלע קאונסעל' צו פארשן וואס טראמפ האט געזאגט אז אומלעגאלקייט איז פארגעקומען אין די וואלן, הגם ער האט קיינמאל נישט צוגעשטעלט קיין באווייזן פאר זיינע טענות. צווישן די אינוועטיגעישאנס וואס ער געוואלט אנהייבן איז געווען קעגן דאָמיניאָן וואָוטינג סיסטעמס, אַ פירמע וואָס געמאכט די וואלן עקוויפמענט. טראמפּ'ס חסידים האבן פאַלש באשולדיגט דאָמיניאָן וואָוטינג סיסטעמס מיט טייז צו ווענעזועלאַ און די פירמא האט געזאלט פאַרמיידן טראַמפּ'ס רילעקשאַן.
די פלאן איז דורכגעפאלן נאכדעם וואס א גרופע באאמטע פון יוסטיץ דעפארטמענט (DOJ) האבן אויפגעדעקט דעם פלאן און געסטראשעט אז זיי וועלן רעזיגנירן מאסנווייז אויב טראמפ און קלארק וועלן אים נאכפאלגן. ראזען איז געבליבן אויף זײן פאזיציע פאר דער רעשט פון דער אדמיניסטראציע.
דער טיימס'ס באריכט איז געווען באזירט אויף פיר געוועזענע טראמפ אדמיניסטראציע באאמטע וועלכע האבן גערעדט אויף צושטאנד פון אנאנימיטעט אויס מורא פון נקמה. קלאַרק האָט געזאָגט צום טיימס אז דער אקאונט איז פאלש.

מ’האט נישט געפארשט פראוד? בארר'ס יוסטיץ דעפ. האט באפולמעכטיגט א ספעציעלע דעפארטמענט דערפאר.
א חודש שפעטער, ביל בארר = U.S. Justice Department has uncovered no evidence of widespread voter fraud that could change the outcome of the 2020 election

- הערינג מיט ברוינפען
- שר חמש מאות
- תגובות: 689
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm
Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן
כאפיך נישט די באבמשעל.
Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן
טויש ווי עס שטייט טראמפ צו ביידען, און וועסט שוין כאפן.
-
- שר האלף
- תגובות: 1758
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm
Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן
לגבי ביידען וואלט דאך עס טאקע געווען א באמבשעל. ער מיינט צו זאגן אז ביי טראמפ איז דאך דאס מעשים בכל יום
Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן
געהערט דערפון, איך פארשטיי נישט די סקאנדאל און א ודאי נישט פארוואס מען רופט עס א פלאט.
ער איז אין א פאזישען וואס ער האט געמעגט לעגאל שטעלן א ספעשל קאונסעל, סאוטש ביג בעלאוני, איך וואלט געעפענט א אינוועסטיגעישאן אויף די טיימס צו די סיבה פאר די ארטיקעל איז נאר צוליב א אומאינטערעסע אין נייעס די לעצטע 48 שעה בעפאר די ארטיקעל.

שרייב שוין עפעס
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 324
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 11:58 pm
Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן
איינער אינטערעסירט נאך פון ניט ״באמבשעלס״ באזירט אויף קארענט אר פריוויעס אפישעלס פראם די טראמפ אדמיניסטרעישאן ״אנאנימעס סאורסעס פאמיליער וויט די מעטער״?
#שטא קיין עווידענס
#שטא קיין עווידענס
ס׳שוין געוועהן גוט, ס׳שוין געוועהן בעסער, ס׳וועט זיין נאך בעסער.
-
- שר מאה
- תגובות: 116
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:18 pm
Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן
פרוביר אויך האט געשריבן:משה בן יעקב האט געשריבן:קיינער האט נאך נישט גענטפערט פאר וואס די f.b.i. האט נישט אריינגעגעבען א אנקלאגע באזירט אויף די עדות פין דעם טראק דרייווער וואס זאגט ער האט אריבערגעפירט גאנצע טראקלוידס מיט בעלאטס קיין פעניסלעוועניע....
יא מען האט אים אויסגעפרעגט צי איינער האט אים באצאלט צי זאגען די עדות...
און?
עפעס איליגעל?
וואס טוט מען מיט די טויזענטער בעלעטס וואס ווערען לעגאל ארויסגעשיקט פון איין סטעיט צו די צווייטע?
ביטע זיי מסביר מען מעג אריבער פירען בעלאטס וואס זענען אפגעגעבען געווארען פאר איינעם אין איין סטעייט, אין נעמען דעי בעלאטס אין אריבערפירען צי איין צווייטע סטעייט אין ציילען עס דארט נאך אמאל??????
- פרוביר אויך
- שר האלפיים
- תגובות: 2150
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm
Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן
משה בן יעקב האט געשריבן:פרוביר אויך האט געשריבן:משה בן יעקב האט געשריבן:קיינער האט נאך נישט גענטפערט פאר וואס די f.b.i. האט נישט אריינגעגעבען א אנקלאגע באזירט אויף די עדות פין דעם טראק דרייווער וואס זאגט ער האט אריבערגעפירט גאנצע טראקלוידס מיט בעלאטס קיין פעניסלעוועניע....
יא מען האט אים אויסגעפרעגט צי איינער האט אים באצאלט צי זאגען די עדות...
און?
עפעס איליגעל?
וואס טוט מען מיט די טויזענטער בעלעטס וואס ווערען לעגאל ארויסגעשיקט פון איין סטעיט צו די צווייטע?
ביטע זיי מסביר מען מעג אריבער פירען בעלאטס וואס זענען אפגעגעבען געווארען פאר איינעם אין איין סטעייט, אין נעמען דעי בעלאטס אין אריבערפירען צי איין צווייטע סטעייט אין ציילען עס דארט נאך אמאל??????
ווי שטייט מען האט אזוי געטוהן?
עטליכע טויזענט מענטשען וואס זענען רעגיסטרירט און PA און האבען זיך אויפגעהאלטען אין NY
האבען אויסגעפילט בעלעטס, און די פאסט אגענטור האט גענומען א טראק און אפגעשיקט אויף PA
וואס איז שלעכט?
אז יענער קען קענסטו אויך
- קאנטרי מאוד
- שר חמש מאות
- תגובות: 944
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
- לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,
Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן
בסד האט געשריבן:א גולם האט געשריבן:צום קעפל: ביידן
נישט אמת. וואל רעזאלטאטן איז טראמט. איינגעשוואורן איז ביידען.
![]()
![]()
![]()
דאס זאגט ער דאך, ביידע
טראמפ האט געווינען און ביידן איז געווארן פרעזידענט.
# א שיינע פשרה
אמר הקב"ה בני אם תתן לי לבך ועיניך אנא ידעית דאת דילי
קאנטרי מאוד מאודס..
קויפסט אויף עמעזאן? - קויף דורך דא - זה נהנה וזה לא חסר
קאנטרי מאוד מאודס..
קויפסט אויף עמעזאן? - קויף דורך דא - זה נהנה וזה לא חסר
Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן
דאמיניען אריינגעגעבן דעפאמעישין אנקלאגע אין געריכט קעגן דזשוליאני, בעטן אנטשעדיקונג געלט אין די ווערד פון 1.3 ביליאן דאלער...
פון די אנקלאגע
פון די אנקלאגע
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 5808
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן
א סך טענות איבער דאמיניען איז שווער אנצואווייזן ווי עס ליגט א דירעקטע אטאקע אויף דאמיניען און דעריבער מאכט עס שווערער צו אנקלאגן דערויף.
אבער למשל די גאנצע "פארכאפן אין פראנקפורט געשעפט" איז א ספעציפישע פעקטשועל קלעים וואס רודי גייט דארפן קענען בעקן. דזשוליאני האט געטענה'ט אויף פאקס אז א דאמיניען ארבייטער אין דעטרויט האבן באקומען א נאטיפיקאציע אויף עלעקשען נאכט, פון סמארטמעטיק אין פראנקפורט, אז ביידען לויפט הינטערשטעליג...
דאמיניען האט דאס אריינגעלייגט אין די קלאגע קעגן דזשוליאני.
---
נישט באמערקט דער @יש האט אינצווישן צוגעלייגט אטעטשמענטס דא
אבער למשל די גאנצע "פארכאפן אין פראנקפורט געשעפט" איז א ספעציפישע פעקטשועל קלעים וואס רודי גייט דארפן קענען בעקן. דזשוליאני האט געטענה'ט אויף פאקס אז א דאמיניען ארבייטער אין דעטרויט האבן באקומען א נאטיפיקאציע אויף עלעקשען נאכט, פון סמארטמעטיק אין פראנקפורט, אז ביידען לויפט הינטערשטעליג...
דאמיניען האט דאס אריינגעלייגט אין די קלאגע קעגן דזשוליאני.
---
נישט באמערקט דער @יש האט אינצווישן צוגעלייגט אטעטשמענטס דא
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 5808
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן
#מיי פיללאו גאי איז אויף דער ליסטע צו (ווארשיינלעך) ווערן אנגעקלאגט דורך דאמיניען. דערווייל נישט געמאלדן אויב טראמפ גייט ווערן אנגעקלאגט.
NEW: Dominion's attorney says the voting machine company is considering a defamation suit against MyPillow guy Mike Lindell. Attorney says, "he's definitely on our list."
NEW: Dominion's attorney says the voting machine company is considering a defamation suit against MyPillow guy Mike Lindell. Attorney says, "he's definitely on our list."
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 5808
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן
רודי דזשוליאני קאמענטירט איבער די קלאגע פון דאמיניען
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 5808
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן
דאמיניען קלאגע קעגן דזשוליאני וועט ווערן געפירט דורך ריכטער קארל ניקאלס (טראמפ אפוינטי)
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 5808
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן
נקדימון האט געשריבן:נקדימון האט געשריבן:נקדימון האט געשריבן:הר גריזים האט געשריבן:נקדימון האט געשריבן:US אטורני פאר צפון דזשארדשיע רעזיגנירט פון אמט אימידיעטלי (געהייסן האט עס אויף יאנואר 20)
א שייכות מיט די זשארדשיעגעיט? אליינס רעזיגנירט אדער טראמפ האט איר געצווינגען?
מאנכע שפעקולירן עס האט מעגליך א שייכות צו #פרישטאג-געיט.
(דערווייל) בלויזע שפעקולאציעס
דער וואל סטריט דזשורנאל באריכטעט אז א סיניער ווייסער הויז באאמטע האט אים גערופן אז ער מוז רעזיגנירן תיכף ומיד וויבאלד פרעזידענט טראמפ איז אויפגערעגט אז ער טוט נישט גענוג צו אינוועסטיגעיטען די פרעזידענטס קלעימס איבער פראוד אין דזשארדשיע.
"עס פשוט גארנישט דא" זאגט דער נייער US אטורני (וואס טראמפ האט געשטעלט אין דזשארדשיע נאך ארויסרוקן די פריערדיגע וואס האט נישט געטון גענוג צו טרעפן די פראוד ) איבער עלעקשען פראוד אין דזשארדשיע.
אין א פרישע רעקארדירונג וואס דער 'אטלאנטע דזשורנאל קאנסטעטושען' האט פארשאפט הערט מען ווי באבי קריסטין דער יו-עס אטורני זאגט פאר סטעפערס אין א קאנפרענץ אז ער האט שוין די ערשטע טאג ארויסגעווארפן צוויי קעיסעס וואס דארף אנגעבליך זיין די שטערקסטע קלאגעס/קעיסעס.
"איך וואלט ליב געהאט צו שטיין אין די גאס און שרייען דאס אבער איך קען נישט". "איך גלייב וואס א סך וואס זיצן דא ארום די טיש גלייבן, עס איז פשוט גארנישט דא צו דעם (פראוד קלעימס)"
באבי קריסטין וועם טראמפ האט אריינגעשטעלט אלץ יו-עס אטורני פאר צפון דזשארדשיע (אטלאנטע ראיאן) האט רעזיגנירט פון די פאזיציע. קריסטין בלייבט נאך דערווייל יו-עס פאר דרום דזשארדשיע.
-
- שר מאה
- תגובות: 116
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:18 pm
Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן
פרוביר אויך האט געשריבן:משה בן יעקב האט געשריבן:פרוביר אויך האט געשריבן:משה בן יעקב האט געשריבן:קיינער האט נאך נישט גענטפערט פאר וואס די f.b.i. האט נישט אריינגעגעבען א אנקלאגע באזירט אויף די עדות פין דעם טראק דרייווער וואס זאגט ער האט אריבערגעפירט גאנצע טראקלוידס מיט בעלאטס קיין פעניסלעוועניע....
יא מען האט אים אויסגעפרעגט צי איינער האט אים באצאלט צי זאגען די עדות...
און?
עפעס איליגעל?
וואס טוט מען מיט די טויזענטער בעלעטס וואס ווערען לעגאל ארויסגעשיקט פון איין סטעיט צו די צווייטע?
ביטע זיי מסביר מען מעג אריבער פירען בעלאטס וואס זענען אפגעגעבען געווארען פאר איינעם אין איין סטעייט, אין נעמען דעי בעלאטס אין אריבערפירען צי איין צווייטע סטעייט אין ציילען עס דארט נאך אמאל??????
ווי שטייט מען האט אזוי געטוהן?
עטליכע טויזענט מענטשען וואס זענען רעגיסטרירט און PA און האבען זיך אויפגעהאלטען אין NY
האבען אויסגעפילט בעלעטס, און די פאסט אגענטור האט גענומען א טראק און אפגעשיקט אויף PA
וואס איז שלעכט?
הוא אשר דברתי
ווען איינער טענעת ער איז געווארען באצאלט צי אפ פירען בעלאטס ברויך מען דאס אויספארשען אין זעהן וואס דארט איז געווען. נישט מחליט זיין אז סהאט באלאנגט פאר איינוואנערס פין יענע סטעייט אין שלום על ישראל.. אין אויב מאיז אזוי מחליט מעג מען כאטש חושד זיין אז סאיז נישט אזוי געווען נאר מען האט פשוט געפעלשט...
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 13240
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן
טראמפ פאולסטער טאני פאבריזיא אין אוטאפסי שטעלט ארויס א דעטאלירטע אנאליז איבער וואס אלץ עס איז שלעכט געגאנגען פאר די טראמפ סטראטעגיע פאר זיג צווישן אנדערן רעכנט ער אויס דאס אויסבלוטיגן שטיצע צווישן ווייסע, אומצופרידנהייט איבער די ווירוס באהאנדלונג און אן איינדרוק ביי וויילער אז טראמפ איז נישט געווען אויפריכטיג און צוטרויבאר
-
- שר האלף
- תגובות: 1758
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm
Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן
מיין אוטאפסי צייגט אז עס איז געווען א פאטאלער טעות מעיקרא צו פרובירן צו געווינען דורך א בעיס עלעקשאן, ווען דיין בעיס איז אין די מינאריטעט. אן קאוויד וואלט ווארשיינליך געווען א נענטערע פארמעסט, אבער מישיגען וואלט נישט געגאנגען צו טראמפ סיי ווי, וויסקאנסין איז א קוין טאס און פענסילוועניע איז אויך ביידען געווען פעיווארד ארויס צו קוועטשן א שמאלן זיג. סאו אפילו אויב ער האלט ווען אן זשארזשיע און אריזאנע האט ער שוואכע שאנסן פאר א עלעקטארעל קאלעזש געווינס, אפגערעדט אז ער וואלט שטארק פארלוירן די פאפולערע וואוט.
איראניש האט קאוויד אים צוגעברענגט שטימען פון פילע וועלכע זענען געפאלן פאר די נאראטיוו אז די גוטע סטאק מארקעט (=זייערע רעטייערמענט פאנדס) איז נאר אים צו פארדאנקען,
איראניש האט קאוויד אים צוגעברענגט שטימען פון פילע וועלכע זענען געפאלן פאר די נאראטיוו אז די גוטע סטאק מארקעט (=זייערע רעטייערמענט פאנדס) איז נאר אים צו פארדאנקען,
- אלעקסיי דער דריטער
- שר האלפיים
- תגובות: 2220
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
די זשארזשיע סעקראטערי אוו סטעיט ברעד ראפסענבערגער באשטעטיגט אז זיין אפיס פארשט אויס די מעגליכקייט אז די ברייט באקאנטע אדוואקאט לין וואוד איז באגאנגען וואוטער פראוד.
דאס קומט נאך וואס וואוד האט פארציילט פאר א רעפארטער אז טראץ וואס עמטליך האט ער ערשט נעכטן געטוישט זיין רעזידענץ קיין סאוט קאראליינע, פארמאגט ער די הויז שוין זינט פאריאר אפריל און די לעצטערע מאנאטן וואוינט ער דארט - די סא"ס זאגט אין א סטעיטמענט אז אונטער די סטעיט געזעץ איז דאס וואוינען אין די סטעיט בלויז אויף צו קענען שטימען דארט א פארלעצונג.

לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מיטוואך פאברואר 03, 2021 4:50 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: SemrushBo און 12 געסט