פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

lazy
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך lazy » מיטוואך ינואר 06, 2021 12:09 pm

lazy האט געשריבן:
חיימאוויטש האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:
חיימאוויטש האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:אדרבה, מראי מקומות מיט א נארמאלע הסבר פאר די סוט-קעיסעס וואלט געווען עפרישיעיטעד

איך רעד פראצענטועל, וויפיל פון די טענות זענען בכלל אויסגעהערט געווארן

און וואס טוט זיך מיט די אלע עפידעיוויטס?

און פארגעסן די עיקר-נקודה: ביי מיר איז נאכנישט געווארן קיין סקאנדאל מיט די סוט-קעיסעס צו 'זוכן' א נארמאלע הסבר אפצוענטפערן. ווען איך האב געזען מ'שלעפט ארויס רענצלעך פון אונטער די טיש האב איך געוואוסט אז ס'איז ווארשיינליך עפעס גארנישט סוספישעס, דאס אז איינער זאגט מיינט גארנישט. און איך בין געווען קאנווינסד אז אויב איז געווען עפעס אויסערארדנטליך וועט דאס ווערן באהאנדעלט כדבעי... איך האב א פולי טראסט אין די סיסטעם, און איך געב גאר א קליינע שאנס [אויב בכלל] אז אן אמעריקאנער אחריות'דיגער וואל-באאמטער זאל זיך פארשמירן די הענט, אדער זאל פארדעקן אזעלכע וואלן-פארברעכן ווען ער ווייסט אז די גאנצע לאנד קוקט אויף אים, און אויב כאפט מען אים גייט ער אריין אין חד-גדיא.

וואס יא? כ'בין געווען נייגעריג וואס איז יא געווען די מעשה, און אויפדעם האב איך באקומען אן ענטפער, דא אויף אייוועלט.

איך לייען שוין דא חדשים, כאב איין שאלה, אויב זענען די טענות פון די דעמס ריכטיג, פארוואס קענען זיי דאס נישט געבן די רעפובליקאנער זאלן זיך דאס איבערצייגן. פארוואס געבן זיי נישט ארויס פאר זיי די ענטפערס אויף די אלע שאלות ברחל בתך הקטנה? נישט לעגאל אהער, נישט לעגאל אהין. טרעף א היתר, און ווייז די רעפובליקאנער פארטיי די אויפריכטיגקייט פון דיינע טענות. מאך נישט קיין פרעס קאנפרענצן פאר'ן ציבור, ווייז עס זיי אויף אונטער פארמאכטע טירן אויב ווילסטו נישט אין פובליק.
די טענות פון די רעפובליקאנער איז דאך שרעקעדיג אויב ס'יז אמת, איז 'פארוואס' טוסטו דאס נישט? ווער איטס סמאוק, טהער איז א פייער.

סאכדעס, קוק נאך, יעדע זאך האבן זיי געענטפערט, כ'מיין אפי' אז א גרויס-טייל פון די באשולדיגטע זענען פאקטיש רעפובליקאנער [היינט שוין אנגערופן ווי טראמפ'ס קעגנער] און זיי אלע האבן קלארגעשטעלט איינמאל און נאכאמאל, נישט געווען קיין פראוד, אלעס סתם בעלאוניס, אונטער פארמאכטע טירן, אפענע טירן...

כ'מיין קוים נעכטן האבן זיי ווידעראמאל אין ג'ורגי' ארויסגעשטעלט קלאר די באשולדיגונגען און די פאקטן. דער וואס גלייבט, גלייבט זיי מתחילה, דער וואס נישט, ווארט טאקע זיי זאלן 'טרעפן די 11 טויזנט וואויטס וואס טראמפ ווארט צו טרעפן'.

כגעדענק נישט ווי עס איז שוין געווארן אויסגעשמועסט..
פארוואס האט מען יעדן אהיימגעשיקט ביינאכט, אפיציעל געמאלדען אויך אויף די נייעס קאנאלען? אלס וואסער ליין ברעיק? און דערנאך נעמט מען ארויס סוטקעיסעס פון אונטערן טיש?
וואס האבן זיי נעכטן פאר״ענטפערט״?
אויף זייער PR sign facts vs rumorsהאט מען ס״ה אויף וואס מען האט נישט געוואלט ענטפערן געשריבן עס ווערט אויסגעפארשט...
פארוואס האבן זיי מורא צוצולאזן א פולע זעלבטשטענדיגע פארענזיק איבערזיכט אויף ״אלע״ געציילטע בעללעטס, מיט מאניטארס פון ביידע זייטן? זאלן זיי לאזן דעים טראמפ באצאלן די קאסטן.

כפארשטיי די מידיע האט מסתמא נישט גענוג געמאכט צימעס דערפון, סאו דער עולם איז נישט פרי פראגרעמט וואס די תירוץ דערויף איז...
אבער כאטש עפעס עני פארשטענדליכע הסבר, אדער א לינק צו איינס וויל בי עפרישיעטעד ביי מעני פיפל לייק מי.

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10996
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך ינואר 06, 2021 12:44 pm

די לעצטע מאוו פון טראמפ צו שטויסן פענס אויף די וועג ארויס איז ממש ווי מען זאגט אויף ענגליש chef's kiss...

דער פענס איז געשטאנען אויף זיין זייט ווי א געטרייע הינטל די לעצטע פיר יאר, אבער יעדער וואס קומט אין בארירונג מיט דעם פערזאן דארף ארויסגיין מיט א מעסער אין ריקן. סארי, איי דאונט מעיק דע רולס...

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך ינואר 06, 2021 12:51 pm

חיימאוויטש האט געשריבן:כ'געדענק אנפאנג איז געווען א ווידיאו ווי עפעס א א.ג. פראפעסאר קומט ארויף אויף איינע פון די קאנספיראציע טולק-שאוס, קוקט אריין די אויגן אינעם סקרין און זאגט מיט א פעסטקייט: דאס איז א סטינג-אפעראציע פון טראמפ, יעדע בעלאט איז וואטער-מארקט און מ'גייט אויפפיקן חברה די נאכט...
דא האט מען אפגעלאכט דערפון, אני כשלעצמי האב נישט געקענט קויפן אז איינער האט נישט קיין דאגה צו זאגן אין פובליק א שקר דעבודי לגלויי, כ'האב געטראכט, אפשר יא... אקיצור, די אויספיר דארף איך דיר נישט זאגן...

דו רעדסט פון די פראפעסאר אויף אינפאווערס?

האסט עכט געמיינט אז די מענטשן דארט האבן א פראבלעם מיט מילתא דעבידא לגלוי?

:lol:

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 16614
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך ינואר 06, 2021 1:17 pm

יש ברירה האט געשריבן:די לעצטע מאוו פון טראמפ צו שטויסן פענס אויף די וועג ארויס איז ממש ווי מען זאגט אויף ענגליש chef's kiss...

דער פענס איז געשטאנען אויף זיין זייט ווי א געטרייע הינטל די לעצטע פיר יאר, אבער יעדער וואס קומט אין בארירונג מיט דעם פערזאן דארף ארויסגיין מיט א מעסער אין ריקן. סארי, איי דאונט מעיק דע רולס...

מיינסט פענס איז דער לעצטער?
פרעג מעלאניע אין א וויילע
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך ינואר 06, 2021 1:22 pm

לכאורה האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:די לעצטע מאוו פון טראמפ צו שטויסן פענס אויף די וועג ארויס איז ממש ווי מען זאגט אויף ענגליש chef's kiss...

דער פענס איז געשטאנען אויף זיין זייט ווי א געטרייע הינטל די לעצטע פיר יאר, אבער יעדער וואס קומט אין בארירונג מיט דעם פערזאן דארף ארויסגיין מיט א מעסער אין ריקן. סארי, איי דאונט מעיק דע רולס...

מיינסט פענס איז דער לעצטער?
פרעג מעלאניע אין א וויילע

וואס טוט זיך מיט טראמפ אליינס?

אוועטאר
נקודהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3858
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך נקודהלע » מיטוואך ינואר 06, 2021 1:23 pm

ער האלט זיך אין איין שטויסן אין די פיס לויט די פריערדיגע צוויי שרייבער...
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2450
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך ינואר 06, 2021 1:33 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:
חיימאוויטש האט געשריבן:און אפשר פארקערט: אויב איינער וויל באשולדיגן - אומריכטיגערהייט - אויף פעלשערייען, איז דא א געריכט וואס שטעלט דאס אפ?

אז דו רעדסט אזוי ברייט

וויפיל געריכטן האבן בכלל אויסגעהערט די טענות?

איך רעד נישט פון קיין באבע תירוצים פון סטענדינג, צו פריה, צו שפעט וכו'

ווען איינער גנבט פון מיר געלט האב איך סטענדיג, מען ברויך זיין א נאר צו טראכטן אז עס איז דא א מהלך פון מאכן די גרעסטע גניבה אין היסטאריע און עס זאל נישט זיין קיין שום וועג וויאזוי דער גנב האט סטענדיג, די סיבה פארוואס עס איז נישטא קיין סטענדיג פאר די טראמפ קלאגעס איז ווייל עס איז נישטא קיין בא'גנבטע. דעציט.

-
אויף דין שאלה צו איינער האט אמאל מסביר געוען די סיוט קעיסעס

יא ראפענספערגער האט געוויזן פאר א געוויסע מידיע קאנאל די גאנצע ווידעאו מהחל ועד כלה, נישט נאר די שטיקלעך וואס יענע פרוי ווייזט אין קאורט, נאר אויך וואס עס איז פארגעקומען אין די שטונדן פריער, מען זעט זייער שיין אז דא איז נישטא קיין פארברעך, און אגב, מען ברויך זיין זייער נאיוו אז די FBI וועט דורעכלאזן אזא גראבע פארברעך, זיי האבן אויך אריינגעקוקט דערין און גארנישט געטראפן.

האלסט טאקע אז די גאנצע פעדעראלע סיסטעם און די זשארזשיע סיסטעם איז אזוי קארופטירט אז מען קען אריינברענגן א רעמצל מיט בעלאטס און עס סקענען?

די הסבר איז פשוט אז זיי האבן גענוצט די בעלאטס וואס זענען געווען געמאכט צו ציילן, דעציט.

פארוואס עס איז געווען א געפלאצע פייפ? קאפענספערגער זאגט אז זיין אפיס האט געהייסן ווייטער ציילן, ווער עס האט באשלאסן צו מעלדן אז מען מוז אהיימגיין ווייס איך טאקע נישט, אבער עס איז נישט געווען קיין אפיציעלע מעלדונג אז מען זאל אהיימגיין.

נארוואס ,מען קען באשטיין זיך צו הלטן מיטן געווינס זאגט מען אז דא איז געווען גניבות.
זקן מלא רחמים.

חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך חיימאוויטש » מיטוואך ינואר 06, 2021 1:54 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:

כ'האב געמיינט אז ס'געווען דא אויפן וועלטל, כ'טרעף עס נישט יעצט, מעגליך כ'האב זיך טועה געווען מיט א אנדערע פלאץ וואו איינער האט מיר איבערגעשריבן די חלקים פון דעם שמועס מיט ראפענספערגער, וואו ער איבערצייגט אז אין כאן לא שווינדל ולא מיסטעריע.

אפשר קען זיך איינער מנדב זיין אפיר צו טרעפן דעם שמועס מיט אים, כ'זעה ס'דא אזא נאכפראגע פון אבדזעשקטיוו ניקס פון ביידע זייטן צו הערן די דברים כהווייתן פון זייער קוק-ווינקל. איך האב נישט קיין עקסעס.
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1388
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך מזל מידיע » מיטוואך ינואר 06, 2021 2:20 pm

בס"ד

פאני קשיא לפטפוטי בעלמא, וואס טוט זיך אין פאל, נאר א משל, וואס איינער קומט זאגן כלי ראשון א לעבעדיגער עדות אז ער האט געזען ווי מען האט געטוישט א פערטל מיליאן שטימען פון ביידען צו טראמפ, אויף בעלאטס, צי אויף די דאמיניאן מאשינען, וכו'. למשל אין פענסילוועניע.

נישט נאר ער האט געזען, נאר ער האט אויך ווידעאו. בקיצור, מ'רעדט פון עכסטע בעסטע קראנטע באווייזן וואס מ'קען נישט אפרעגן. למעשה. רויטהאנטי"ג בלשון קול מבשר.

וואס טוט זיך מיט סטענדינג? וואלט טעקסעס יא געקענט קלאגן אנדערע סטעיטס? וואלט א יחיד אין פענסילוועניע געקענט קלאגן? וועמען? לאמיר זאגן אלע געריכטן איגנארירן, אזוי ווי יעצט. און עס איז נאר געבליבן צום קאנגרעס/סענאט, וואס איז דעמאלט?

זענען בכלל דא געזעצן אויף אזא פאל?

טראמפ איז שווער דורכגעפאלן, מ'וועט נאך שרייבן ימען מיט ביכער אויף דעם, אבער למעשה אויב למשל ביי די גוים פאסירט אזאנס מיט עכטע באווייזן אויף מאסיווע פראוד וואס איז מער ווי די דיפערענץ אין וואלן, וואס איז דעמאלט די לעגאלע מהלך.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך חיימאוויטש » מיטוואך ינואר 06, 2021 2:28 pm

די ערשטע זאך? ווידיאו קומט אן צו די עף ביי איי. אויב איז דא עפעס ערנסט דערמיט, וועט עס ווערן אינוועסטיגעיטעד.
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...

בסד
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך בסד » מיטוואך ינואר 06, 2021 2:42 pm

חיימאוויטש האט געשריבן:די ערשטע זאך? ווידיאו קומט אן צו די עף ביי איי. אויב איז דא עפעס ערנסט דערמיט, וועט עס ווערן אינוועסטיגעיטעד.

אויב זיי ווילן.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש ינואר 09, 2021 6:46 pm

נקדימון האט געשריבן:US אטורני פאר צפון דזשארדשיע רעזיגנירט פון אמט אימידיעטלי (געהייסן האט עס אויף יאנואר 20)

פון די "וואל סטריט זשורנאל".
Screenshot 2021-01-09 234520.jpg
Screenshot 2021-01-09 234520.jpg (34.37 KiB) געזעהן 1585 מאל
שאם אין האדם מתפלל עבור בנ״י אפי' יום אחד, אין לו שלימות לעוה״ב. (תפארת שלמה פר' ויגש)

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5589
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך נקדימון » מוצ"ש ינואר 09, 2021 6:49 pm

נקדימון האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:US אטורני פאר צפון דזשארדשיע רעזיגנירט פון אמט אימידיעטלי (געהייסן האט עס אויף יאנואר 20)

א שייכות מיט די זשארדשיעגעיט? אליינס רעזיגנירט אדער טראמפ האט איר געצווינגען?

מאנכע שפעקולירן עס האט מעגליך א שייכות צו #פרישטאג-געיט.

(דערווייל) בלויזע שפעקולאציעס

דער וואל סטריט דזשורנאל באריכטעט אז א סיניער ווייסער הויז באאמטע האט אים גערופן אז ער מוז רעזיגנירן תיכף ומיד וויבאלד פרעזידענט טראמפ איז אויפגערעגט אז ער טוט נישט גענוג צו אינוועסטיגעיטען די פרעזידענטס קלעימס איבער פראוד אין דזשארדשיע.

---
אלעקסיי האקט

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5589
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך נקדימון » מוצ"ש ינואר 09, 2021 10:40 pm

טראמפ האט געמאכט א צווייטער פאון קאל צו דזשארדזשיע באאמטע אים ארויסצוהעלפן געוואונען די סטעיט.

דער זעלבער רעפארטער פון די וואשינגטאן פאוסט וואס האט אויפגעדעקט די ערשטע פאון קאל פאריגער וואך, פארציילט אז טראמפ האט צוריק אין ענדע דעצעמבער געמאכט א פערזענליכער פאון קאל צו דער טשיעף עלעקשען אינוועסטיגעיטער אין דזשארדשיע אז ער זאל טרעפן די פראוד און אז ער וועט זיין א נאציאנאלער היראו טאמער ער טרעפט די פראוד.

(דאס איז געווען א טאג נאך מארק מעדאוס איז געקומען אויף א סורפרייז באזוך קיין דזשארדשיע ווי ער האט געוואלט אריינקומען מיטהאלטן די סיגניטשער אודיט אין קאב קאונטי אבער ער אין זיין סיקרעט סערוויס זענען נישט אריינגעלאזט געווארן. קיינער איז נישט אריינגעלאזט געווארן. אפי' נישט דער דעפיוטי סעקרעטערי אוו סטעיט אין דזשארדשיע. בלויז די GBI. אזוי ארבעט עס)

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5589
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך ינואר 13, 2021 9:29 am

נקדימון האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:US אטורני פאר צפון דזשארדשיע רעזיגנירט פון אמט אימידיעטלי (געהייסן האט עס אויף יאנואר 20)

א שייכות מיט די זשארדשיעגעיט? אליינס רעזיגנירט אדער טראמפ האט איר געצווינגען?

מאנכע שפעקולירן עס האט מעגליך א שייכות צו #פרישטאג-געיט.

(דערווייל) בלויזע שפעקולאציעס

דער וואל סטריט דזשורנאל באריכטעט אז א סיניער ווייסער הויז באאמטע האט אים גערופן אז ער מוז רעזיגנירן תיכף ומיד וויבאלד פרעזידענט טראמפ איז אויפגערעגט אז ער טוט נישט גענוג צו אינוועסטיגעיטען די פרעזידענטס קלעימס איבער פראוד אין דזשארדשיע.

"עס פשוט גארנישט דא" זאגט דער נייער US אטורני (וואס טראמפ האט געשטעלט אין דזשארדשיע נאך ארויסרוקן די פריערדיגע וואס האט נישט געטון גענוג צו טרעפן די פראוד ) איבער עלעקשען פראוד אין דזשארדשיע.

אין א פרישע רעקארדירונג וואס דער 'אטלאנטע דזשורנאל קאנסטעטושען' האט פארשאפט הערט מען ווי באבי קריסטין דער יו-עס אטורני זאגט פאר סטעפערס אין א קאנפרענץ אז ער האט שוין די ערשטע טאג ארויסגעווארפן צוויי קעיסעס וואס דארף אנגעבליך זיין די שטערקסטע קלאגעס/קעיסעס.

"איך וואלט ליב געהאט צו שטיין אין די גאס און שרייען דאס אבער איך קען נישט". "איך גלייב וואס א סך וואס זיצן דא ארום די טיש גלייבן, עס איז פשוט גארנישט דא צו דעם (פראוד קלעימס)"

חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך חיימאוויטש » מיטוואך ינואר 13, 2021 6:26 pm

:roll: :cry:

ער האלט אבער אז יא...
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...

וואל טאג
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 01, 2016 1:35 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך וואל טאג » מיטוואך ינואר 13, 2021 6:45 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

פאני קשיא לפטפוטי בעלמא, וואס טוט זיך אין פאל, נאר א משל, וואס איינער קומט זאגן כלי ראשון א לעבעדיגער עדות אז ער האט געזען ווי מען האט געטוישט א פערטל מיליאן שטימען פון ביידען צו טראמפ, אויף בעלאטס, צי אויף די דאמיניאן מאשינען, וכו'. למשל אין פענסילוועניע.

נישט נאר ער האט געזען, נאר ער האט אויך ווידעאו. בקיצור, מ'רעדט פון עכסטע בעסטע קראנטע באווייזן וואס מ'קען נישט אפרעגן. למעשה. רויטהאנטי"ג בלשון קול מבשר.

וואס טוט זיך מיט סטענדינג? וואלט טעקסעס יא געקענט קלאגן אנדערע סטעיטס? וואלט א יחיד אין פענסילוועניע געקענט קלאגן? וועמען? לאמיר זאגן אלע געריכטן איגנארירן, אזוי ווי יעצט. און עס איז נאר געבליבן צום קאנגרעס/סענאט, וואס איז דעמאלט?

זענען בכלל דא געזעצן אויף אזא פאל?

טראמפ איז שווער דורכגעפאלן, מ'וועט נאך שרייבן ימען מיט ביכער אויף דעם, אבער למעשה אויב למשל ביי די גוים פאסירט אזאנס מיט עכטע באווייזן אויף מאסיווע פראוד וואס איז מער ווי די דיפערענץ אין וואלן, וואס איז דעמאלט די לעגאלע מהלך.

וואס איז די פראגע בכלל??

דער טראמפ קאמפיין ברענגט די באווייזן אין געריכט, און פארלאנגט א פסק אז די שטאט קען נישט סערטיפייען די וואלן, ודוק בזה כי פשוט הוא

אדרבה, ביסט מכובד (אדער עני אנדערע ניק, וואס גלייבט די זעלבע) צו ברענגן אן אנקלאגע פונעם "טראמפ קאמפיין" וואס געריכטן האבן אפגעווארפן צוליב סטענדינג

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5589
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך ינואר 13, 2021 10:24 pm

עטליכע קוועלער באריכטן אז טראמפ איז זייער נישט צופרידן מיט די ארבעט פון דזשוליאני דורכאויס די צייט וואס ער האט געדארפט דעליווערן פארן פרעזידענט. טראמפ האט זיך געלאזט הערן די לעצטע צוויי טעג איבער דזשוליאני.

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2889
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 12:57 am

נקדימון, דיין וועקעישאן איז שוין אווערדוי, ווען נעמסט עס?
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש.

שטיצט א איד ווען איר קויפט אויף אמעזאן

משה בן יעקב
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:18 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך משה בן יעקב » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 3:46 am

קיינער האט נאך נישט גענטפערט פאר וואס די f.b.i. האט נישט אריינגעגעבען א אנקלאגע באזירט אויף די עדות פין דעם טראק דרייווער וואס זאגט ער האט אריבערגעפירט גאנצע טראקלוידס מיט בעלאטס קיין פעניסלעוועניע....
יא מען האט אים אויסגעפרעגט צי איינער האט אים באצאלט צי זאגען די עדות...

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5589
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 4:11 pm

לויט באריכטן איז טראמפ געווען די לעצטיגע וואכן אין כסדר'דיגע קאנטאקט מיט סטיוו בענען פאר עדווייס

NEWS: Trump and Bannon have been talking regularly, multiple sources tell me. They've been in communication FOR WEEKS now, patching up earlier rift as Trump sought advice from anyone willing to help him fight his election defeat.

הר גריזים
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך הר גריזים » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 5:26 pm

נקדימון האט געשריבן:עטליכע קוועלער באריכטן אז טראמפ איז זייער נישט צופרידן מיט די ארבעט פון דזשוליאני דורכאויס די צייט וואס ער האט געדארפט דעליווערן פארן פרעזידענט. טראמפ האט זיך געלאזט הערן די לעצטע צוויי טעג איבער דזשוליאני.

די פראבלעם איז אבער אז דער ציבור ווייסט נישט פון טראמפס קאמענטארן איבער זשוליאני אן קיין טוויטס פונם ירום הודו..

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5589
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 5:39 pm

הר גריזים האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:עטליכע קוועלער באריכטן אז טראמפ איז זייער נישט צופרידן מיט די ארבעט פון דזשוליאני דורכאויס די צייט וואס ער האט געדארפט דעליווערן פארן פרעזידענט. טראמפ האט זיך געלאזט הערן די לעצטע צוויי טעג איבער דזשוליאני.

די פראבלעם איז אבער אז דער ציבור ווייסט נישט פון טראמפס קאמענטארן איבער זשוליאני אן קיין טוויטס פונם ירום הודו..

טראמפ'ס סיניער עדווייזער דזשעיסען מילער האט קאמענטירט דערויף;

Just spoke with President Trump, and he told me that @RudyGiuliani is a great guy and a Patriot who devoted his services to the country!

We all love America’s Mayor!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 25375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 5:50 pm

נקדימון האט געשריבן:We all love America’s Mayor!

מיט דעם זענען מיר ניו יארקער מסכים.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5589
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג ינואר 19, 2021 6:38 pm

נקדימון האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:צל, מען רופט נישט קיין סטעיטס ווען בלויז איין נביא רעדט זיך איין אז ער ווייסט. מען רופט א רעיס ווען עס איז קלאר אז איין קאנדידאט איז מער ווייניגער פארזיכערט מיט א געווינס.
פאקס האט נישט געזאלט רופן די פארמעסט.

אמת.

מישקין האט גענומען א געמבעל. אראפ בעקן איז שוין געווען שווערער. צו זיין מזל גייט ביידען ארויס א זיגער

די אריזאנע קאלל איז געווען ווראנג. אין מיין אפיניען

וואס דער אריזאנע קאל האט אנגעווערטשאפט;

BREAKING --> Fox News political editor Chris Stirewalt was laid off today alongside just under 20 Fox News staffers. Stirewalt sat on the Fox News decision desk, which has come under fire for its early call on Arizona election night. Story forthcoming...

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”