פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נקדימון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4412
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך נקדימון » זונטאג נובעמבער 01, 2020 4:13 pm

ווען און וויפיל רעזולטאטן קען מען עקספעקטן היינט נאכט?

עס איז דא שאנסן אז מען וועט נישט וויסן דינסטאג נאכט ווער עס וועט זיין דער קומענדיגער פרעזידענט אין אמעריקא פאר די נעקסטע 4 יאר. איך האלט אז עס איז מער מסתבר מען וועט שוין יא וויסן די ענטפער דינסטאג נאכט אבער עס איז נישט פארזיכערט.

צוליב די אנגייענדע קאוויד-19 פענדעמיק איז דאס מאל אריינגעקומען א רעקארד פריע שטימען. איך שאץ עס וועט זיין בערך 100 מיליאן ווען מען גייט אריין צו עלעקשען דעי. סך מער מעיל בעלעטס ווי פארגאנגענע פארמעסטן.

א גרויסע חלק פון די פריע שטימען ציילט מען הערשט שפעטער ווי די שטימען פון עלעקשען דעי. יעדער סטעיט האט זיך זייער אייגענע געזעצן ווען און וויאזוי זיי ציילן די מעיל בעלעטס. דאס מאכט שווערער צו קענען וויסן פונקטליכע רעזולטאטן - אזוי ווי פארגאנגענע פארמעסטן - גלייך און שנעל. שטארק מעגליך טראמפ וועט זיין שטארק פאראויס אנהייב נאכט אין איין סטעיט און א טאג צוויי שפעטער זאל ביידען גאר ארויסקומען די זיגער דארט. די זעלבע פארקערט אין א סטעיט וואס ריפארט קודם מעיל בעלעטס קען ביידען אריינקומען שטארק און ווי א שעה שפעטער וועט זיך עס רוקן נענטער צו טראמפ.

אפי' לאמיר זאגן מען וועט שוין יא האבן א אביסל א קלארע וויזיע אנהייב נאכט וואס טוט זיך איבערן לאנד וועט דאס מאל זיין סך שווערער צו רופן פארמעסטן. וויבאלד מען ווייסט נאכנישט פאר וועמען די אומ'געציילטע פריע שטימען דורך די פאסט האבן געשטימט. די גרויסע נייעס אוטלעטס וועלן געוויס זיין זייער פארזיכטיג דאס מאל און וועלן נישט רופן פארמעסטן אזוי שנעל.

עקספעקט נישט אז מען וועט רופן די פארמעסט נאך דינסטאג נאכט חוץ אויב איינער פון די קאנדידאטן איז דראסטיש פאראויס.

נתנאל רוקח פון 538 האט געשריבן א געוואלדיגער ארבעט איבער ווען צו עקספעקטן די רעזולטאטן פון אלע שטאטן.

צו געוואונען די פרעזידענטסי דארף מען כאטש 270 עלעקטארעל שטימען. צו דעם קען מען צוקומען אפילו אן געוואונען די פאפולערע שטימען אין לאנד.

אין וועלכע דירעקציע די לאנד פארט וועט מען שוין יא וויסן א סך יענער נאכט. פלארידע גייט האבן כמעט פולע רעזולטאטן אין א מעטטער פון שעות. אריזאנע און נארט קארעליינע וועלן אויך האבן כמעט אלע רעזולטאטן גאנץ שנעל. דזארדזשיע און טעקסאס וועלן אויך האבן רוב שטימען געציילט ביינאכט אבער עס קען זיך שלעפן אריין צו מיטוואך און דאנערשטיג. ביי מיטוואך צופרי וועט מען וויסן ווער עס האט געוואונען וויסקאנסין. מישיגען און פענסילוועניע קען יא נעמען לענגער ביז ענדע וואך.

לאמיר דורכגיין שטאט ביי שטאט און זעהן וואס און וויפיל רעזולטאטן מען קען עקספעקטן אויף עלעקשען נאכט.

* אלע צייטן זענען אויף אונזער זייגער

* שטים בודקעס שפארן זיך מיינט ווען די לעצטע בודקעס אין יענער שטאט שפארן זיך

* לעצט מינוטיגע באשלוסן דורך די געריכטן קען טוישן די צייטן ביז ווען געוויסע סטעיטס וועלן קענען ציילן עבסענטי בעלעטס

אלאבאמע
9 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 8

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: סענאט פארמעסט.

דער 66 יעריגער דעמאקראטישער סענאטאר דאג דזשאונס שטייט אויס אן ערענסטער פארמעסט. קעגן אים לויפט דער רעפאבליקאנער טאמי טובערוויל. ביי די פריימערי האט טובערוויל באקומען די פולע שטיצע פון פרעזידענט טראמפ, קעגן דזשעף סעשאנס וואס האט צוריק געוואלט זיין זיץ.

צייט פון רעזולטאטן: רעזולטאטן וועט זיין גאנץ שנעל. ווייניג וויילער שטימען דורך עבסענטי בעלעטס אין אלאבאמע.

שיפט אין רעזולטאטן: עס וועט נישט זיין קיין צו גרויסע שיפטס וויבאלד כמעט אלע עבסענטיס וועט ווערן געציילט צוזאמען מיט די עלעקשען דעי שטימען.

אלאסקע
3 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 1 אויפדערנאכט

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: פרעזידענט, הויז און סענאט

צייט פון רעזולטאטן: עס גייט נעמען צייט. עלעקשען דעי און ערלי וואוטינג ביז אקטאבער 29 וועט געציילט ווערן דינסטאג נאכט. די איבריגע ערלי וואוטינג + אלע עבסענטיס וועט מען הערשט אנהייבן ציילן נאוועמבער 10. מען וועט ענדיגן ציילן נאוועמבער 18.

שיפט אין רעזולטאטן: וועט לכאורה זיין מער רויט אנהייב וויבאלד עבסענטיס זענען בכלל נישט אריינגערעכנט אין די ערשטע רעזולטאטן. שפעטער נאוועמבער 10-18 קען עס זיין עטוואס בעסער פאר דעמאקראטן.

אריזאנע
11 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 9

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: פרעזידענט, סענאט, ערשטע און זעקסטע קאנגרעשענעל דיסטריקטס

אריזאנע קען דעצידירן ווער עס וועט פירן סענאט און ווער עס איז קומענדיגער פרעזידענט.

דער אמטירענדער רעפאבליקאנער סענאטארשע מעקסעלי שטייט אויס א שווערע ווידערוויילונג. קעגן איר לויפט דער דעמאקראט דזשאן קעלי. קעלי איז א געוועזענער אסטראנאט.

מעקסעלי שטייט אויס שטארקע קריטיק איבער איר שטיצע צו מבטל זיין אבאמא קעיר.

צייט פון רעזולטאטן: רוב שטימען וועט זיין געציילט אויף עלעקשען נאכט. פולע רעזולטאטן קען נעמען עטליכע טעג. אלע פריע שטימען און עבסענטיס ביז זונטאג וועט ווערן געמאלדן גלייך נאך 10 (אריזאנע ערלויבט צו מעלדן רעזולטאטן פון 10) עלעקשען דעי שטימען וועט אויך געמאלדן ווערן דינסטאג נאכט. לעצט מינוטיגע שטימען וועט הערשט געמאלדן ווערן ענדע וואך. אויב איז עס א גאר שמאלע פארמעסט וועט מען מעגליך דארפן ווארטן ביז די לעצטע שטימען זענען אפגעציילט.

שיפט אין רעזולטאטן: די ערשטע גרויסע טשאנק וועט לכאורה זיין פריינטלעך פאר דעמאקראטן. ווי שפעטער אין די נאכט ווען מען ריפארט עלעקשען דעי שטימען וועט עס שיפטן מער צו רויט. שפעטער אין וואך מיט די לעצטע עבסענטיס קען עס אביסל צוריק גיין לטובת דעמאקראטן.

ארקענסא
6 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 8:30

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: צווייטער קאנגרעשענעל דיסטריקט

צייט פון רעזולטאטן: כמעט פולע רעזולטאטן וועט זיין גאנץ שנעל.

שיפט אין רעזולטאטן: ערלי אין עבסענטי שטימען מעלדט מען ערשט. סא עס וועט זיין אביסעלע מער לינקס גלייך אנהייב.

קאליפארניע
55 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך: 11

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: 1- 4- 10- 21- 25- 39- 42- 45- 48 און 50'סטע קאנגרעשענעל דיסטריקטס

צייט פון רעזולטאטן: קאליפארניע נעמט לאנג. עפעס וועט זיין דינסטאג נאכט אבער עס וועט זיך שלעפן וואכן לאנג.

שיפט אין רעזולטאטן: ווי שפעטער אין די טעג נאך עלעקשען דעי וועט זיך עס רוקן נאך מער בלוי.

קאלעראדא
9 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 9

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: סענאט, דריטע קאנגרעשענעל דיסטריקט

דער אמטירענדער רעפאבליקאנער סענאטאר קאורי גארדנער שטייט אויס א שמאלער פארמעסט אין א שטאט וואס רוקט זיך בלוי. קעגן אים לויפט דזשאן היקנעלופער. היקנעלופער איז געווען א קאנדידאט אין די דעמאקראטישע פריימעריס.

גארדנער טוט זיך אויף מיט זיין שטיצע פאר גרינגערע מארכיוואנע געזעצן. היקנעלופער לויפט שטארק אויף אבאמא קעיר.

צייט פון רעזולטאטן: רוב וועט זיין געציילט דינסטאג נאכט. בערך 80% שטימען.

שיפט אין רעזולטאטן: כמעט נישט קיין טשעינדזשעס.

קאנעטיקעט
7 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 8

צייט פון רעזולטאטן: עפעס וועט זיין דינסטאג נאכט. עקספעקט די גרעסערע חלק צו זיין מיטוואך אדער שפעטער.

דעלעווער
3 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 8

צייט פון רעזולטאטן: כמעט אלעס וועט זיין דינסטאג נאכט.

שיפט אין רעזולטאטן: נישט קיין ערנסטע טשעינדזשעס.

דיסטריקט אוו קאלאמביע

שטים בודקעס שליסן זיך 8

צייט פון רעזולטאטן: עס גייט נעמען לאנג. עבסענטיס קען אנקומען ביז נאוועמבער 13. עפעס וועט זיין דינסטאג נאכט אבער די רוב וועט נעמען א סך צייט.

פלארידא
29 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 8

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: 15-16-18-26 און 27'סטע קאנגרעשענעל דיסטריקטס

צייט פון רעזולטאטן: פלארידא נעמט שנעל. ביז עטליכע שעה וועט כמעט אלע שטימען זיין אפגעציילט. עטליכע גרויסע קאונטיס קענען מעגליך נאך טובעלעיטען בעלעטס ביז אריין אין מיטוואך. סא אויב די פארמעסט איז גאר שמאל וועט מען נאכנישט וויסן דינסטאג נאכט.

שיפט אין רעזולטאטן: די ערשטע גרויסע בעטש וואס אינקלוד "פריע שטימען" וועט זיין מער דעמאקראטיש גענויגט. די מער עלעקשען דעי שטימען קומען אריין וועט עס נויגן מער רויט. די שפעטערע מעיל בעלעטס וואס די גרעסערע קאונטיס ציילן מיטוואך קען אביסל צוריק גיין לטובת דעמאקראטן.

דזשארדזשיע

16 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 7

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: פרעזידענט, 2 סענאט פארמעסטן, זעקסט און זיבעטע קאנגרעשענעל דיסטריקטס

אין דזשארדשיע איז דא 2 סענאט פארמעסטן. דער אינגער איד יוסף אסף ארבעט שווער ארויסצוזען דער עלטערער דעיוויד פערדא פון אפיס. ביי די לעצטע דעבאטע האט אסף אריינגעשניטן שפיזיג שארף אין פערדא איבער זיין באהאנדלונג צו די קאראנע אויסברוך.

דער צווייטער פארמעסט איז אן "אפענער פארמעסט". עס ווערט יעצט געהאלטן דורך פרוי קעללי לאפפלער. פרוי לאפפלער טוט זיך לעצטנס שטארק אידענטיפיצירן מיט פרעזידענט טראמפ. עס לויפן עטליכע קאנדידאטן אין די "דזשאנגל" פארמעסט. לאפפלער, רעפאבליקאנער קאנגרעסמאן דאג קאלינס, דעמאקראט רפאל ווארנאק און נאך. אויב קיינער האט כאטש 50% גייט עס פאר א ראנאףף אין יאנואר.

צייט פון רעזולטאטן: וועט זיין גאנץ שנעל. אויב איז עס נישט גאר נאנט וועט מען שוין וויסן דינסטאג נאכט.

שיפט אין רעזולטאטן: שווער צו זאגן. יעדער קאונטי ריפארט אנדערש זייער עבסענטי/ עלעקשען דעי שטימען.

האוואי
4 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך מיטלנאכט

צייט פון רעזולטאטן: בערך 90% וועט זיין גלייך שטים בודקעס שליסן זיך. די צווייטע בעטש וועט זיין ארום 3'ע פארטאגס.

שיפט אין רעזולטאטן: נישט קיין גרויסע שיפטס.די פארטאגס אפדעיט וועט אינקלודן עלעקשען דעי שטימען סא עס קען זיך רוקן א משהו צו רעכטס.

איידעהא
4 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 11

צייט פון רעזולטאטן: אביסל לענגער ווי געווענליך אבער נאכאלץ גאנץ שנעל. א שיין חלק וועט זיין ריפארטעד דינסטאג נאכט און כמעט די גאנצע ביי מיטוואך צופרי

שיפט אין רעזולטאטן: נישט קלאר. יעדער קאונטי באריכטעט אנדערש זייער עבסענטי/עלעקשען דעי שטימען.

אילענאוי
20 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 8

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: זעקסטע, דרייצנטע און פערצנטע קאנגרעשענעל דיסטריקטס

צייט פון רעזולטאטן: רוב וועט זיין ריפארטעד גאנץ שנעל. די איבעריגע קען נעמען צייט. אילענאוי נעמט אן עבסענטי בעלעטס ביז נאוועמבער 17. די נומבערס פון דינסטאג נאכט וועט אונז געבן א גאנץ קלארע בילד ווי זאכן האלטן.

שיפט אין רעזולטאטן: שפעטער אין חודש וועט זיך עס רוקן מער דעמאקראטיש מיט די שפעטערע עבסענטיס.

אינדיאנע
11 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 7

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: פרעזידענט, פינפטע קאנגרעשענעל דיסטריקט

צייט פון רעזולטאטן: עס קען נעמען עטליכע טעג. עטליכע קאונטיס וועלן יא האבן אויף עלעקשען נאכט. די איבעריגע וועט נעמען אביסל צייט.

שיפט אין רעזולטאטן: שפעטער אין וואך וועט זיך עס רוקן מער בלוי.

אייאווע
6 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 10

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: פרעזידענט, סענאט, ערשטע צווייטע און דריטע קאנגרעשענעל דיסטריקטס

דער רעפאבליקאנער סענאטארשע דזשאני ערנעסט שטייט אויס א שווערע פארמעסט. טראמפ האט גאנץ שטארק געוואונען אייאווע אין 2016. דאס יאר קוקט עס אויס צו זיין א שמעלערע פארמעסט. קעגן ערענסט לויפט דעמאקראטישע פרוי טעריסע גרינפיעלד.

גרינפיעלד רייסט אראפ ערנעסט איבער איר קעגנערשאפט צו אבאמא קעיר. גראדע ביי די לעצטע דעבאטע איז געווען א קאמישער מאמענט ווען פרוי ערנעסט האט נישט געוויסט וויפיל א קוישל קארן קאסט. עפעס וואס יעדער אייאווער פארמער אדער פשוטע בירגער ווייסט.

צייט פון רעזולטאטן: רוב וועט זיין ריפארטעד גאנץ שנעל, אבער א חלק וועט נאך אריינקומען נאך עלעקשען דעי. עבסענטיס קען אריין קומען ביז נאוועמבער 9

שיפט אין רעזולטאטן: שפעט אריינקומענדיגע בעלעטס נאך עלעקשען דעי וועט לכאורה זיך רוקן עטוואס בלוי

קענזעס
6 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 9

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: סענאט, צווייטער קאנגרעשענעל דיסטריקט

צייט פון רעזולטאטן: רוב שטימען וועט געציילט ווערן דינסטאג נאכט. די איבריגע קען נעמען עטליכע טעג וויבאלד קענזעס נעמט נאך אן בעלעטס ביז פרייטאג. דאס קען מאכן א חילוק אין א שמאלער פארמעסט.

שיפט אין רעזולטאטן: רוב קאונטיס רעפארטן קודם מעיל בעלעטס וואס געבט א שטארקע אויבערהאנט פאר דעמאקראטן. עקספעקט א רויטע שיפט ווען עלעקשען דעי שטימען הייבע אן אריינקומען. די מעיל בעלעטס שפעטער אין וואך קען רוקן א משהו לטובת דעמאקראטן.

קענטאקי
8 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 7

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: 6'סטע קאנגרעשענעל דיסטריקט

צייט פון רעזולטאטן: באלד 90% וועט זיין אויף עלעקשען נאכט. בעלעטס קען אנקומען ביז נאוועמבער 6 סא די איבריגע קען נעמען עטליכע טעג.

שיפט אין רעזולטאטן: נישט קלאר וועלכע שטימען וועט ווערן באריכטעט קודם.

לאוזיאנע
8 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 9

צייט פון רעזולטאטן: וועט מעגליך נעמען גאנץ שנעל. כמעט נישט קיין עבסענטי בעלעטס אין לאוזיאנע.

שיפט אין רעזולטאטן: כמעט נישט. עבסענטי און עלעקשען דעי שטימען ווערט ריפארטעד צוזאמען.

מעין
4 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 8

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: פרעזידענט, סענאט.

דער רעפאבליקאנער אומ'פארטייאישער סענאטארשע סוזען קאלינס שטייט אויס א שווערע ווידערוויילונג פארמעסט. זי שלאגט זיך פאר א פינפטע טערמין אין סענאט. קאלינס האט באשטעטיגט ריכטער קעווענא אבער געווען קעגן בטל מאכן אבאמא קעיר.

קעגן איר לויפט שרה גידען. גידען לויפט שטארק אויף העלט קעיר

צייט פון רעזולטאטן: רוב רעזולטאטן וועט זיין דינסטאג נאכט. דא איז אבער דא א כאפ. מעין ניצט "רענקט טשויס וואוטינג" און אויב האט א קאנדידאט באווייזט נישט צו געוואונען א רוב פון די ערשטע אפציע שטימען, דארף מען ציילן וויילערס צווייטע/דריטע אפציע און אזוי ווויטער.

שיפט אין רעזולטאטן: מעין קאמביינד עבסענטיס מיט עלעקשען דעי שטימען סא עס איז נישט עקספעקטעד א רויטע אדער בלויע שיפט.

מערילענד
10 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 8

צייט פון רעזולטאטן: עפעס וועט זיין ביינאכט. פולע רעזולטאטן וועט נעמען מער פון א וואך. מערילענד נעמט אן עבסענטיס ביז נאוועמבער 13. זיי וועלן האלטן אין איין אפדעיטן די טעג נאך עלעקשען דעי.

שיפט אין רעזולטאטן: צוערשט קומט עבסענטיס רעסיווד ביי עלעקשען דעי דערנאך עלעקשען דעי שטימען. דאס מיינט קודם א בלויע שיפט דערנאך מער רויט. שפעטער אין וואך וועט עס זיך רוקן שטייטעלעך מער בלוי.

מאסאטשוסעטס
11 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 8

צייט פון רעזולטאטן: רוב וועט זיין דינסטאג נאכט. די איבריגע וועט זיך שלעפן ביז נאך די וויקענד. עבסענטיס וואס קומען אן מיטוואך-פרייטאג וועט ווערן געמאלדן ווערן דורכאויס אדער נאך די וויקענד.

שיפט אין רעזולטאטן: נישט קלאר. די שפעטערע עבסענטיס וועט זיין מער גינסטיג פאר דעמאקראטן.

מישיגען
16 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 9

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: פרעזידענט, סענאט, 2-3-6-7-8 און 11'טע קאנגרעשענעל דיסטריקטס

דער דעמאקראט גערי פיטערס לויפט אנצוהאלטן זיין זיץ. קעגן אים לויפט דער רעפאבליקאנער דזשאן דזשעימס. דער אינגער שווארצער דזשעימס איז אן ארמיי וועטעראן און א ביזנעסמאן.

צייט פון רעזולטאטן: עס גייט נעמען עטליכע טעג. עס קען מעגליך נעמען ביז פרייטאג ביז אלע עבסענטיס זענען געציילט און דערקלערן א געווינער.

שיפט אין רעזולטאטן: מישיגען וועט שיפטן מער לינקס די טעג נאך עלעקשען דעי ווען מעיל בעלעטס ווערן געציילט.

מיניסאוטע
10 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 9

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: פרעזידענט, סענאט, 1-2-7-8 קאנגרעשענעל דיסטריקטס

צייט פון רעזולטאטן: רוב רעזולטאטן וועט זיין דינסטאג נאכט.

שיפט אין רעזולטאטן: עבסענטיס געציילט נאך עלעקשען דעי קען עטוואס שיפטן די רעזולטאטן לטובת דעמאקראטן.

מיסיססיפי
6 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 8

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: סענאט

צייט פון רעזולטאטן: רוב וועט זיין דינסטאג נאכט.

מיזורי
10 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 8

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: צווייטע קאנגרעשענעל דיסטריקט, גאווערנאר.

צייט פון רעזולטאטן: גאנץ שנעל. כמעט אלעס וועט זיין ריפארטעד דינסטאג נאכט.

שיפט אין רעזולטאטן: עס וועט לכאורה זיין א רויטער שיפט. רוב קאונטיס געבן קודם ארויס מעיל און עבסענטי בעלעטס און דערנאך עלעקשען דעי שטימען.

מאנטענע
3 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 10

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: פרעזידענט, סענאט, הויז, גאווערנאר

דער דעמאקראטישער גאווערנאר סטיוו בולאק איז אריינגעשפרונגען אין דער סענאט פארמעסט צו באזיגן סטיוו דעינס. דער אמטירענדער רעפאבליקאנער סענאטאר.

צייט פון רעזולטאטן: עס וועט נישט נעמען לאנג. כמעט אלעס וועט זיין דינסטאג נאכט.

שיפט אין רעזולטאטן: שווער צו וויסן. ווענדט זיך ווי א קאונטי.

נעברעסקע
5 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 9

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: פרעזידענט, צווייטער קאנגרעשענעל דיסטריקט.

צייט פון רעזולטאטן: גאנץ שנעל.

שיפט אין רעזולטאטן: צוערשט וועט זיין פריע שטימען דערנאך וועט זיין עלעקשען דעי שטימען. דאס וועט לכאורה שיפטן די מארדזשינס לטובת רעפאבליקאנער

נעוואדע
6 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 10

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: פרעזידענט, דריטע און פערדע קאנגרעשענעל דיסטריקטס

צייט פון רעזולטאטן: שווער צו זאגן. נעוואדע איז פון די געציילטע שטאטן וואס האבן געטוישט צו "מעיל אין" דאס יאר. בעלעטס דארפן זיין צוריק ארויסגעשוקט ביי נאוועמבער 3 נישט רעסיווד נאוועמבער 3. א גרויסע חלק וועט יא זיין ריפארטעד דינסטאג נאכט. די איבריגע וועט מען מעגליך ווארטן ביז נאוועמבער 10

שיפט אין רעזולטאטן: געווענליך שפעטע עבסענטיס פעיווערען דעמאקראטן.


ניו העמפשער
4 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 8

פערמעסטן צו האלטן אן אויג: פרעזידענט, ערשטע קאנגרעשענעל דיסטריקט, גאווערנאר.

צייט פון רעזולטאטן: א גאר גרויסע חלק וועט זיין דינסטאג נאכט. די גרויסע מערהייט ניו העמפשעריענס שטימען געווענליך אין פערסאן.

שיפט אין רעזולטאטן: עבסענטיס ווערט ריפארטעד צוזאמען מיט עלעקשען דעי שטימען סא עס וועט נישט זיין קיין ערנסטע שיפט צו רויט אדער בלוי.

ניו דזשערסי

14 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 8

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: צווייטע, דריטע און זיבעטע קאנגרעשענעל דיסטריקטס

צייט פון רעזולטאטן: עס גייט נעמען וואכן. א חלק וועט זיין געמאלדן דינסטאג נאכט. די געזעץ אין ניו דזשערסי ערלויבט זיי צו סטאפן ציילן 11 און ממשיך זיין מיטוואך צופרי 9 אזייגער. עבסענטיס קענען אנקומען ביז נאוועמבער 10.

שיפט אין רעזולטאטן: עבסענטיס פון נאוועמבער 3-10 וועט זיין מער גענויגט צו דעמאקראטן.

ניו מעקסיקא
5 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 9

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: סענאט, צווייטער קאנגרעשענעל דיסטריקט.

צייט פון רעזולטאטן: רוב רעזולטאטן וועט זיין דינסטאג נאכט. א חלק וועט זיין די נעקסטער טאג. די געזעץ פארלאנגט זיי צו אויפהערן ציילן 1 אויפדערנאכט און ממשיך זיין די נעקסטער אינדערפרי.

שיפט אין רעזולטאטן: עבסענטיס און פריע שטימען ווערט קודם באריכטעט. דאס מיינט אז עס קען זיך רוקן עטוואס רויט ווען עלעקשען דעי שטימען ווערט באריכטעט.


ניו יארק
29 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 9

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: 1-2-11-19-21 און 24'סטע קאנגרעשענעל דיסטריקטס

צייט פון רעזולטאטן: זייט גרייט צו ווארטן. ווייל אין פערסאן שטימען (ביידע, סיי פריע און סיי עלעקשען דעי) וועט זיין ריפארטעד אויף עלעקשען נאכט, וועט אבער עבסענטי בעלעטס הערשט אנהייבן געציילט ווערן נאוועמבער 6. יעדער בעלעט דארף ווערן איבערגעקוקט טאמער האט ער נישט געשטימט אויף עלעקשען דעי. ביי די פריימערי אין יוני האט עס גענומען עטליכע וואכן פאר פיינעל רעזולטאטן.

שיפט אין רעזולטאטן: אנהייב קען זיין מער גענויגט רויט אבער מיט עבסענטיס שפעטער אין וואך וועלן דעמאקראטן געינען גראונד.

נארט קארעליינע
15 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 7:30

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: פרעזידענט, סענאט, 1-8-9 און 11'טע קאנגרעשענעל דיסטריקטס, גאווערנאר.

דא ווי אריזאנע קען עס האבן א דעצידירענדע אפעקט אויף דער פרעזידענטסי און אויף דער סענאט. געוועזענער סטעיט סענאטאר קאל קענינגהעם לויפט קעגן דער רעפאבליקאנער טאם טיליס.

דעמאקראט קענינגהעם איז געווען פאראויס אבער א לעצטער סקאנדאל איז אפיר געשווימען וואס שאדט פאר קענינגהעם צו זיגן גרינג איבער דער רעפאבליקאנער סענאטאר טיליס.

צייט פון רעזולטאטן: די גרעסערע חלק וועט זיין ריפארטעד גאנץ שנעל. מעגליך אזויפיל ווי 80% גלייך נאך די שטים בודקעס שליסן זיך. דאס רעכנט אריין אלע פריע אין פערסאן שטימען און עבסענטיס ביז נאוועמבער 2. דער אם וועט קומען די עלעקשען דעי שטימען. דאס קען נעמען עטליכע שעה (וויבאלד זיי דארפן סענעטייזן אלע מאשינען נאך די פאללס שפארן זיך). עבסענטיס קען נאך אנקומען ביז נאוועמבער 12. נישט קלאר טאמער עס איז געניג בכלל צו אפהאלטן פון ריפן פארמעסטן.

שיפט אין רעזולטאטן: עקספעקט די ערשטע שיפט צו זיין גאר גינסטיג פאר דעמאקראטן. ווי נאר עלעקשען דעי שטימען קומען אריין וועט עס שיפטן צוריק צו רויט. עבסענטיס פון נאוועמבער 4-10 קען עטוואס בענעפיטירן דעמאקראטן.

נארט דעקאטע
3 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 9

צייט פון רעזולטאטן: וועט זיין גאנץ צייטליך. פיינעל רעזולטאטן וועט הערשט זיין נאוועמבער 9. עבסענטיס אין נארט קארעליינע קען נאך אנקומען ביז נאוועמבער 9.

אהייא
18 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 7:30

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: פרעזידענט, ערשטע, צענטע און צוועלעווטע קאנגרעשענעל דיסטריקטס.

צייט פון רעזולטאטן: רוב רעזולטאטן וועט זיין ריפארטעד גאנץ שנעל. קודם קומט עבסענטיס און אין פערסאן פריע שטימען. דערנאך וועט נאכפאלגן עלעקשען דעי שטימען. עבסענטיס אין אהייא קען אנקומען ביז נאוועמבער 13. זיי וועלן הערשט געמאלדן ווערן נאוועמבער 14-18. צו נעמען אין קאנסידערעישען, קאונטיס וועלן מעלדן שפעט אויף עלעקשען נאכט וויפל אוטסטענדיג עבסענטי בעלעטס עס איז פארהאן סא מען וועט לכאורה וויסן טאמער עס איז עפעס מעידזשער צו קענען דעטערמען די געוואונער פון די סטעיט.

שיפט אין רעזולטאטן: די ערשטע באריכטן וועט זיין מער פעיווערעד בלוי. דערנאך וועט מען זעהן מער א רויטער שיפט ווען עלעקשען דעי שטימען קומען אריין. שפעטע עבסענטיס פון נאוועמבער 14-18 קען מער בענעפיטן די דעמאקראטן.

אקלעהאמא
7 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 8

צייט פון רעזולטאטן: כמעט אלעס אויף עלעקשען נאכט.

ארעגען
7 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 11

צייט פון רעזולטאטן: כמעט אלעס וועט זיין ריפארטעד גאנץ שנעל. ארעגען שטומט שוין לאנגע יארן דורך מעיל בעלעטס.

שיפט אין רעזולטאטן: וויבאלד כמעט אלעס איז מעיל בעלעטס עקספעקט נישט קיין ערנסטע שיפטס דורכאויס די ריפארטס קומען אריין.

פענסילוועניע

20 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 8

פערמעסטן צו האלטן אן אויג: פרעזידענט, 1-8-10 און 17'טע קאנגרעשענעל דיסטריקטס

צייט פון רעזולטאטן: עס גייט גיין שטייט. פענסילוועניע קען נישט אנהייבן פראסעסען עבסענטי בעלעטס פאר נאוועמבער 3 צופרי. עבסענטיס איז בערך 50-60% פון די שטימען. במילא גייט דאס ציילן נעמען צייט. געוויסע קאונטיס זאגן זיי פלאנען אפילו נישט אנצוהייבן ציילן עבסענטיס פאר זיי זענען פארטיגע מיט ציילן עלעקשען דעי שטימען. דאס קען זיין מיטוואך צופרי. עקספערטן זאגן אז די גרויסע מערהייט שטימען וועט זיין אפגעציילט ביי פרייטאג.

שיפט אין רעזולטאטן: רעזולטאטן אויף עלעקשען נאכט וועט באשטיין אומפראפארציאנאל פון עלעקשען דעי שטימען, וואס וועט עס שיפטן רויט. מיט די עבסענטיס די קומענדיגע טעג וועט עס שיפטן בלוי.

ראד איילענד
4 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 8

צייט פון רעזולטאטן: כמעט אלעס וועט זיין אויף עלעקשען נאכט.

שיפט אין רעזולטאטן: אנהייב וועט ווערן באריכטעט עלעקשען דעי שטימען וואס וועט שיפטן רעכטס. בערך 11 קומט א גרויסער אפדעיט מיט כמעט אלע מעיל בעלעטס וואס וועט שיפטן צו לינקס.

סאוט קאראליינע
9 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 7

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: פרעזידענט, סענאט, ערשטע און צווייטע קאנגרעשענעל דיסטריקטס

דער שווארצר דזשעמי הערריסאן לויפט קעגן לינדזי גרעהעם.

צייט פון רעזולטאטן: וועט זיין גאנץ שנעל.

שיפט אין רעזולטאטן: קודם קומט עבסענטיס וואס איז מער פריינטלעך פאר דעמאקראטן. דערנאך קומט עלעקשען דעי שטימען וואס וועט שיפטן לטובת רעפאבליקאנער.


סאוט דעקאטע
3 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 9

צייט פון רעזולטאטן: כמעט אלעס וועט זיין אויף עלעקשען נאכט מיט א מעגליכע אויסנאם פון 1 קאונטי.


טעננעסי
11 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 8

ציייט פון רעזולטאטן: וועט נעמען גאנץ שנעל.

שיפט אין רעזולטאטן: עלעקשען דעי שטימען גייען לעצט וואס קען שיפטן מער צו רעכטס שפעטער אין די נאכט.

טעקסאס
38 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 9

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: פרעזידענט, סענאט, 3-6-7-10-21-22-23-24-25-31 און 32'סטע קאנגרעשענעל דיסטריקטס.

דער דעמאקראטישער קאנדידאט MJ העיגער לויפט קעגן דער אמטירענדער רעפאבליקאנער סענאטאר דזשאן קארנין וואס זיכט א פערטע טערמין.

יעצט אז דעמאקראטישע שאנסן איבער טעקסאס האבן זיך שטארק געהויבן קלערט העיגער צו קענען מעגליך ארויסשטעלן קארנין פון אמט.

צייט פון רעזולטאטן: די גרעסערע חלק וועט זיין ריפארטעד אויף עלעקשען נאכט. פריע שטימען, עלעקשען דעי שטימען און עבסענטיס רעסיווד ביז 7 נאכמיטאג וועט ווערן ריפארטעד אויף עלעקשען נאכט. דאס וועט אונז געבן א שטיקל קלארע בילד ווי פארמעסטן שטייען. דאמעסטישע עבסענטיס קען נאך אנקומען ביז מיטוואך 5 נאכמיטאג.

שיפט אין רעזולטאטן: אין רוב קאונטיס גייען די עבסענטיס און פריע אין פערסאן שטימען קודם. דאס קען זיין אומפראפארציאנאל בלוי פריינטליך. עקספעקט א רויטע שיפט ווען עלעקשען דעי שטימען קומען אריין. עבסענטיס פון מיטוואך קען געבן דעמאקראטן א קליינער שטיפ.

יוטא
6 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 10

צייט פון רעזולטאטן: מאכט אייך באקוועם. עס גייט נעמען א וויילע. בעלעטס ווערט אנגענומען ביז שפעטער אין חודש. (שטייטצעך די אלע שטאטן וואס עקסעפטן בעלעטס שפעטער, דארף עס זיין געפאסטמארקט אויף נאוועמבער 3 אדער פריער) פולע רעזולטאטן וועט נישט זיין פאר נאוועמבער 17.

שיפטס אין רעזולטאטן: מעיל בעלעטס געווענליך בענפיטירט דעמאקראטן. אין יוטא איז לאו דוקא אזוי.

ווערמאנט
3 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 7

צייט פון רעזולטאטן: הגם ווערמאנט האט געטוישט דאס יאר צו א "אלל מעיל סטעיט" וועט עס נישט נעמען צו לאנג.


ווירדזשיניע
13 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 7

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: 1-2-5 און 7'טע קאנגרעשענעל דיסטריקטס

צייט פון רעזולטאטן: רוב רעזולטאטן וועט זיין אויף עלעקשען נאכט. די איבעריגע קען נעמען עטליכע טעג. ווירדזשיניע עקסעפט עבסענטיס ביז פרייטאג סא מעגליך דורכאויס די וויקענד וועלן זיי האבן פולע רעזולטאטן.

שיפט אין רעזולטאטן: שפעטע עבסענטיס קען שיפטן מער לטובת דעמאקראטן.


וואשינגטאן
12 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 11

צייט פון רעזולטאטן: גרייט אייך צו צו ווארטן. עס וועט זיין עטליכע אפדעיט דורכאויס די נאכט אבער א ריזיגער חלק וועט נעמען עטליכע וואכן צו רעפארטן.

שיפט אין רעזולטאטן: הגם כמעט די גאנצע סטעיט שטימט דורך עבסענטיס קען שפעט אנגענומענע עבסענטיס שיפטן מער צו בלוי.

וועסט ווירדזשיניע
5 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 7:30

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: גאווערנאר

צייט פון רעזולטאטן: רוב בעלעטס וועט זיין ריפארטעד גאנץ שנעל. די שטאט נעמט אן עבסענטיס ביז נאוועמבער 9. די שפעטערע בעלעטס וועט נישט ווערן ריפארטעד ביז די לעצטע בעלעט איז געציילט נאך נאוועמבער 9.

שיפט אין רעזולטאטן: רוב קאונטיס קאמבענירן עבסענטי מיט עלעקשען דעי שטימען סא עס איז נישט עקספעקטעד קיין ערנסטע שיפטס.


וויסקאנסין
10 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 9

פארמעסטן צו האלטן אן אויג: פרעזידענט

צייט פון רעזולטאטן: עס קען מעגליך נעמען א גאנצע נאכט אבער ביי מיטוואך פריה פארטאגס וועט זיין פולע רעזולטאטן @נקדימון וועט שוין שלאפן דעמאלטס.

שיפט אין רעזולטאטן: כמעט אלע קאונטיס ריפארטן עלעקשען דעי און עבסענטיס די זעלבע צייט. געוויסע אריינגערעכנט די גרויסע מילאוואקי ציילט יא עקסטער וואס קען יא שיפטן לטובת דעמאקראטן ווען זיי מעלדן אלע עבסענטיס ביי די ענדע נאכט.

ווייאמינג
3 עלעקטארעלס
שטים בודקעס שליסן זיך 9

צייט פון רעזולטאטן: וועט זיין גאנץ שנעל.

20201030_122153.jpg
20201030_122153.jpg (148.88 KiB) געזעהן 21351 מאל

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15813
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג נובעמבער 03, 2020 6:19 pm

ביטע לאזן די מומחים שרייבן דא
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
נקדימון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4412
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג נובעמבער 03, 2020 6:19 pm

עטליכע פוינטס צו פארגרינגערן די טרעפיק און צו האלטן די וואלן רעזולטאטן אשכול אויף א הויכער ניווא ווי עס פאסט פאר אייוועלט.

* עס איז זיכער גרינגער פאר די סייט טרעפיק און מער פליסיג צו ליינען רעזולטאטן ווען א קלענערע צאל שרייבן אפדעיטס. נישט אז איך בין ענטייטעלט צו זאגן אז אנדערע זאלן אפדעיטן ווייניגער. אדרבה, יעדער וואס האט א גוטער אפדעיט וואס עס איז נאכנישט געשריבן זאלער עס שרייבן. (איך געדענק למשל פאריגער מאל האט איין ניק אפדעיטעד יעדער 20 מינוט ווי מען שטייט מיט גערופענע פארמעסטן און די טאטאל עלעקטארעלס. @טריסקער אפשר? עס האט א סך צוגעגעבן)

* שאלות און קשיות "ווער האלט בעסער" אדער "ווי קען מען זעהן" ווער מיינסטע גייט געוואונען" זאל געהאלטן ווערן צו די מינימום אין די רעזולטאטן אשכול

* קאנסטענט פראפעגאנדע תגובות און קאמענטארן ווי "טראמפ האט עס" "ביידען ראקט" האט סתם אזוי נישט וואס צו זיכן אין אזא אשכול.

* א בקשה צו ווער עס וויל יא אפדעיטן, ביטע געבט א קוק רעכטס לינקס צו מען האט נאכנישט אפדעיטעד יענער אפדעיט.

* דאס יאר איז היפש שווער צו ריפן פארמעסטן. טאמער האסטו א מיינונג אז די שטאט איז אווער, שרייב אז דו ניק... ריפסט עס פאר פלוני אלמוני. עס קען מעגליך זיין אפאר "פאלשע אלארמען" ביטע פרובירט צו זיין קראנט און פארזיכטיג

* ביטע פרובירט צו האלטן א לאו פראפייל. אנהייב נאכט זיכער. עס זענען פארהאן שטאטן וואס גייען גלייך האבן מעיל אין בעלעטס געציילט און אנדערע שטאטן פארקערט. אז ביידען שטייט דראסטיש פאראויס די ערשטע 20 מינוט מיינט נישט אז ער האט דער שטאט. עס איז פשוט ווי באלד עס איז עקספעקטעד אז ביידען זאל זיין בעסער מיט מעיל בעלעטס. און פארקערט מיט טראמפ מיט עלעקשען דעי שטימען. מען דארף קוקען אויף די אווער אלל פיקטשער.

* א פארפלייצונג פון אפדעיטס איבער ניו דזשערסי אדער סאוט דעקאטע איז נישט אזוי אינטערעסאנט. נישט אז עס איז טרייף. אבער א סאליד פאוקעס איבער מאריקאופע קאונטי אין אריזאנע, א טערענט קאונטי אין טעקסאס, א סאמטער קאונטי אין פלארידא צו א ניו האנעווער קאונטי אין נארט קארעליינע איז מער אינפארמאטיוו און געבט א קלארערע בילד וואס טוטצעך אין לאנד.

דאס איז עטליכע פונקטען וואס קען העלפן מיט די פארקער אויפן וועלטל און בעיקר צו האלטן די וואלן אשכול אויף די ריכטיגע רעלסן מיט קאנסטענט אינפארמירענדע אפדעיטס

נ"ב נישט פארגעסן עס איז אויך דא א רעזולטאטן אשכול פאר די אנדערע פארמעסטן, הויז און סענאט וואס קומען פאר איבערן לאנד

א גרינגע רייזע...

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11944
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 03, 2020 6:20 pm

קעיעס קאונטי אין קענטאקי שטייט דערווייל טראמפ אזוי ווי 4 יאר צוריק

אוועטאר
נקדימון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4412
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג נובעמבער 03, 2020 6:21 pm

צייט ווען די שטים בודקעס שפארן זיך אין אלע שטאטן

* אלעס איז לויט אונזער זייגער.

7:00
*דזשארדשיע
*אינדיאנע (שטים בודקעס אין 80 קאונטיס שליסן 6 די איבריגע קאונטיס שליסן 7)
*קענטאקי
*סאוט קארעליינע
* ווערמאנט
* ווירדזשיניע

7:30
*נארט קארעליינע
*אהייא
*וועסט ווירדזשיניע

8:00
*פלארידא
*פענסילוועניע
*אילענאוי
*מעין
*מערילענד
*מאסאטשוסעטס
*מיסיסיפי
*מיזורי
*אלאבאמע
*קאנעטיקוט
*דעלעווער
*דיסטריקט אוו קאלאמביע
*ניו דזשערסי
*ראד איילענד
*ניו העמפשער (ווענדט זיך אין וועלכע מיניציפאליטעט)
*טענעסי (ווענצעך וועלכע קאונטי)
*אקלאהאמע

8:30
*ארקענסא

9:00
*אריזאנע
*וויסקאנסין
*טעקסאס (252 קאונטיס שליסן 8)
*מישיגען (79 קאונטיס שליסן 8)
*קאלעראדא
*קענזעס (רוב קאונטיס שליסן 8)
*ניו יארק
*ניו מעקסיקא
*נעברעסקע (75 קאונטיס שליסן 8)
*נארט דעקאטע
*סאוט דעקאטע
*וואימינג

10:00
*אייאווע
*נעוואדע
*מאנטענע
*יוטא

11:00
*קאליפארניע
*איידעהא
*ארעגאן
*וואשינגטאן

12:00
*האוואי

1:00
*אלאסקע

אוועטאר
נקדימון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4412
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג נובעמבער 03, 2020 6:22 pm

אינדיאנע

68% טראמפ
38% ביידען

4 טויזענט שטימען געציילט

Isreal123
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 08, 2018 3:47 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך Isreal123 » דינסטאג נובעמבער 03, 2020 6:24 pm

סי-אןאן.jpeg
סי-אןאן.jpeg (78.28 KiB) געזעהן 19422 מאל

אוועטאר
נקדימון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4412
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג נובעמבער 03, 2020 6:28 pm

אינדיאנע

22 טויזענט שטימען געציילט

65% טראמפ
33% ביידען

אוועטאר
cookies
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 3:48 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך cookies » דינסטאג נובעמבער 03, 2020 6:29 pm

Bath County KY

92% in trump doing 1 percent better then in 2016

אוועטאר
נקדימון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4412
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג נובעמבער 03, 2020 6:30 pm

אינדיאנע

22 טויזענט שטימען - טראמפ
10,633 שטימען - ביידען

אוועטאר
נקדימון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4412
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג נובעמבער 03, 2020 6:31 pm

קענטאקי

46,741 שטימען טראמפ
19,676 שטימען ביידען

אוועטאר
נקדימון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4412
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג נובעמבער 03, 2020 6:32 pm

אינדיאנע

66.7% טראמפ - 39 טויזענט שטימען
31.4% ביידען - 18 טויזענט שטימען

אוועטאר
נקדימון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4412
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג נובעמבער 03, 2020 6:33 pm

ביטע

ליינטס איבער די ערשטע 2 תגיבות אין די אשכול פאר מען איז מגיב

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך יש בו » דינסטאג נובעמבער 03, 2020 6:34 pm

קענטאקי
99,557 - ביידען 53.6%

76,984 - טראמפ 44.9%
וכסיל לא יבין, (תהלים צ"ב ז)

א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער

אוועטאר
נקדימון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4412
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג נובעמבער 03, 2020 6:35 pm

אינדיאנע

58 טויזענט טראמפ
26 טויזענט ביידען

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך להגדיל שמו » דינסטאג נובעמבער 03, 2020 6:36 pm

יש בו האט געשריבן:קענטאקי
99,557 - ביידען 53.6%

76,984 - טראמפ 44.9%

8%
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך זאג א גוטס » דינסטאג נובעמבער 03, 2020 6:36 pm

נקדימון האט געשריבן:
עטליכע פוינטס צו פארגרינגערן די טרעפיק און צו האלטן די וואלן רעזולטאטן אשכול אויף א הויכער ניווא ווי עס פאסט פאר אייוועלט.

* שאלות און קשיות "ווער האלט בעסער" אדער "ווי קען מען זעהן" ווער מיינסטע גייט געוואונען" זאל געהאלטן ווערן צו די מינימום אין די רעזולטאטן אשכול

* קאנסטענט פראפעגאנדע תגובות און קאמענטארן ווי "טראמפ האט עס" "ביידען ראקט" האט סתם אזוי נישט וואס צו זיכן אין אזא אשכול.

* א בקשה צו ווער עס וויל יא אפדעיטן, ביטע געבט א קוק רעכטס לינקס צו מען האט נאכנישט אפדעיטעד יענער אפדעיט.

צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים