פאר אנטי טראמפ ניקס - וואס דארף געשען אז דו זאלסט שטומען פאר טראמפ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פאר אנטי טראמפ ניקס - וואס דארף געשען אז דו זאלסט שטומען פאר טראמפ

אויב דיין רבי/רב וועט זאגן אזוי?
47
35%
אויב דיין קהילה וועט זאגן אזוי?
27
20%
אויב אסאך רבנים זאגן אזוי, און אויף פארקערט איז נישט דא כמעט?
8
6%
אויב אסאך עסקנים זאגן אזוי, און אויף פארקערט איז נישט דא כמעט?
8
6%
איך גיי אויף קיין שום פאל נישט וואוטן פאר טראמפ אפי' אויב רבנים/עסקנים הייסן?
33
25%
עפעס אנדערש, שמועס אויס ביטע:
10
8%
 
סך הכול שטימען: 133

אוועטאר
מר. טראָנק
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 2:35 pm

פאר אנטי טראמפ ניקס - וואס דארף געשען אז דו זאלסט שטומען פאר טראמפ

תגובהדורך מר. טראָנק » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 2:41 pm

מיין שאלה איז ווי פאלגענד: מאנכע רעכענען זיך אז דאס יאר וועט זיין מערערע תורה'דיגע 'אפציעלע' בריוון און אנדארסירונגען פאר טראמפ. "אויב" איז עס אזוי, וואס וועט דיר מאכן טוישן דיין מיינונג און שטומען מיט א פארשטאפטע נאז פאר טראמפ?

ווארעמע מעלאנע
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 15, 2020 5:02 pm

Re: פאר אנטי טראמפ ניקס - וואס דארף געשען אז דו זאלסט שטומען פאר טראמפ

תגובהדורך ווארעמע מעלאנע » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 3:57 pm

רבנים קענען נישט הייסן. עס איז אומלעגאל צו מישן סטעיט און רעליגיע.

זיי קענען זאגן פון וועם זיי האלטן.
לעצט פאראכטן דורך ווארעמע מעלאנע אום דינסטאג אוקטובער 27, 2020 4:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

Re: פאר אנטי טראמפ ניקס - וואס דארף געשען אז דו זאלסט שטומען פאר טראמפ

תגובהדורך גיוואלדיג » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 4:00 pm

ווען האבן רבנים זיך אקטיוו געמישט אין פרעזידענט וואלן?

אוועטאר
מר. טראָנק
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 2:35 pm

Re: פאר אנטי טראמפ ניקס - וואס דארף געשען אז דו זאלסט שטומען פאר טראמפ

תגובהדורך מר. טראָנק » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 4:03 pm

ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:רבנים קענען נישט הייסן. עס איז אומלעגאל צו מישן סטעיט און רעליגיע.

זיי קענען זאגן פון וועם זיי האלטן.

מאכסט מיר לאכן...
רבנים קענען יא הייסן אפי' אויב די געזעץ לאזט נישט...
מ'האט נישט געמיינט הייסן... מ'האט געמיינט אינדארסירן...
מישן געזעץ און רעליגיע מיינט פשוט נישט דאס, ס'מיינט אז די געזעץ קען נישט הייסן טון עפעס רעלעגיעז, אבער ס'מיינט נישט אז די תורה קען נישט הייסן טון א געוויסע געזעץ [אפי' געזעצליך] (ס'איז כאילו דו זאגסט אז די רבנים קענען נישט הייסן היטן שבת אויב דו געזעץ לאזט נישט היטן שבת)

אוועטאר
מר. טראָנק
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 2:35 pm

Re: פאר אנטי טראמפ ניקס - וואס דארף געשען אז דו זאלסט שטומען פאר טראמפ

תגובהדורך מר. טראָנק » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 4:05 pm

גיוואלדיג האט געשריבן:ווען האבן רבנים זיך אקטיוו געמישט אין פרעזידענט וואלן?

די אנקעטע איז: אויב דאסמאל וועלן זיך די רבנים און קהילה עסקנים (שטייען אינדער די רבנישע אטארעטיעט) יא הייסן, ס'גייט זיין אזוי? העט מען זען, אבער אויב...

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: פאר אנטי טראמפ ניקס - וואס דארף געשען אז דו זאלסט שטומען פאר טראמפ

תגובהדורך אלט מאנרא » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 4:10 pm

מר. טראָנק האט געשריבן:מיין שאלה איז ווי פאלגענד: מאנכע רעכענען זיך אז דאס יאר וועט זיין מערערע תורה'דיגע 'אפציעלע' בריוון און אנדארסירונגען פאר טראמפ. "אויב" איז עס אזוי, וואס וועט דיר מאכן טוישן דיין מיינונג און שטומען מיט א פארשטאפטע נאז פאר טראמפ?

גייען די אלע רבנים פון דעם בריוו אליין גיין שטימען?
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: פאר אנטי טראמפ ניקס - וואס דארף געשען אז דו זאלסט שטומען פאר טראמפ

תגובהדורך אלט מאנרא » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 4:11 pm

דארף זיין א אפציע אויב מיין רבי/רב וועט אליין גיין שטימען (נישט נאר א חתימה אויף א בריוו).
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

נקודהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3076
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: פאר אנטי טראמפ ניקס - וואס דארף געשען אז דו זאלסט שטומען פאר טראמפ

תגובהדורך נקודהלע » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 4:12 pm

אויב נישט גייט ועשית ככל אשר יורוך נישט אן?
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: פאר אנטי טראמפ ניקס - וואס דארף געשען אז דו זאלסט שטומען פאר טראמפ

תגובהדורך אלט מאנרא » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 4:15 pm

נקודהלע האט געשריבן:אויב נישט גייט ועשית ככל אשר יורוך נישט אן?

דארפסט פארשטיין מען רעדט דא פון א אנטי טראמפ ניק וואס די וויליסט נישט מער און נישט ווייניגער ער זאל שטימען פאר טראמפ
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15933
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: פאר אנטי טראמפ ניקס - וואס דארף געשען אז דו זאלסט שטומען פאר טראמפ

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 4:16 pm

כ'האב הנאה צו זעהן אז כאטש 50 אייוועלטניקס פאררופן זיך אנטי-טראמפ...

אויך האב איך הנאה אז איך בין נישט אליינס מיט מיין אויסוואל
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

בלינצע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: פאר אנטי טראמפ ניקס - וואס דארף געשען אז דו זאלסט שטומען פאר טראמפ

תגובהדורך בלינצע » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 4:17 pm

ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:רבנים קענען נישט הייסן. עס איז אומלעגאל צו מישן סטעיט און רעליגיע.

זיי קענען זאגן פון וועם זיי האלטן.


what are you talking about?

אוועטאר
בנימין סאנדערס
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 09, 2020 8:38 pm

Re: פאר אנטי טראמפ ניקס - וואס דארף געשען אז דו זאלסט שטומען פאר טראמפ

תגובהדורך בנימין סאנדערס » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 4:21 pm

מיין רבי און די עסקנים ביי אונז אין די קהילה גייען נישט הייסן שטימען פאר טראמפ, זינט זיי זענען א טייל פונעם עם חכם ונבון.
באזירט אויף אונזער היסטאריע זאל קיינער נישט זיין מער אקטיוו אין דעם געראנגל ווי אונז אידן - בנימין סאנדערס

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין שוך

Re: פאר אנטי טראמפ ניקס - וואס דארף געשען אז דו זאלסט שטומען פאר טראמפ

תגובהדורך בעסער אזוי » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 4:23 pm

אפשר קען איך מיך אנשליסן אין ענקער קהילה? ווי קען איך קריגן אן אפליקעשן?
בעסער ווי הונדערט פריינט, איז איין פריינט וואס וועט שטיין מיט דיר קעגן הונדערט פיינט

קרעדיט: מעלות

ראש לימבא
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:48 am

Re: פאר אנטי טראמפ ניקס - וואס דארף געשען אז דו זאלסט שטומען פאר טראמפ

תגובהדורך ראש לימבא » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 4:27 pm

איך וואלט ווען געשטימט טראמפ אויב:

- ער איז ווען געווען א ווייס פרעזידענט פין אן אדמיניסטראציע וואס האט געניצט די גאווערמענט צי שפיאנירן אויף א קעגנער.
- נעמט אויף א מרשעת פאר א וויצע
- קאלעכט
- דרייעט זיך ארויס צי זאגן וואס ער וועט טיען אויף בענקל
- געשיקט מיליאנען קיין איראן
- צירוק איינגעזעצט רובאשקין
- געשטיצט די בּל"מ אנארכיסטן
שנהיה לראש ולא לזנב

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: פאר אנטי טראמפ ניקס - וואס דארף געשען אז דו זאלסט שטומען פאר טראמפ

תגובהדורך באקסער בוים » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 4:34 pm

אויב שוין אנקעטעס, מאך אויך א פארקערטע אנקעטע, וואס דארף געשען אז א פרא טראמפיסט צו שטימען פאר ביידען?..
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פאר אנטי טראמפ ניקס - וואס דארף געשען אז דו זאלסט שטומען פאר טראמפ

תגובהדורך אוראייניקל » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 4:35 pm

בנימין סאנדערס האט געשריבן:מיין רבי און די עסקנים ביי אונז אין די קהילה גייען נישט הייסן שטימען פאר טראמפ, זינט זיי זענען א טייל פונעם עם חכם ונבון.

וועלכע פאלק?

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פאר אנטי טראמפ ניקס - וואס דארף געשען אז דו זאלסט שטומען פאר טראמפ

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 4:35 pm

ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:רבנים קענען נישט הייסן. עס איז אומלעגאל צו מישן סטעיט און רעליגיע.

זיי קענען זאגן פון וועם זיי האלטן.

דער פותח האשכול האט געצילט זיין פראגע צו איינעם וואס האט א רב.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

חסידי
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 4:45 pm

Re: פאר אנטי טראמפ ניקס - וואס דארף געשען אז דו זאלסט שטומען פאר טראמפ

תגובהדורך חסידי » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 4:36 pm

אוראייניקל האט געשריבן:
בנימין סאנדערס האט געשריבן:מיין רבי און די עסקנים ביי אונז אין די קהילה גייען נישט הייסן שטימען פאר טראמפ, זינט זיי זענען א טייל פונעם עם חכם ונבון.

וועלכע פאלק?

אנטי טראמפ....

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3340
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: פאר אנטי טראמפ ניקס - וואס דארף געשען אז דו זאלסט שטומען פאר טראמפ

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 4:37 pm

לכאורה האט געשריבן:כ'האב הנאה צו זעהן אז כאטש 50 אייוועלטניקס פאררופן זיך אנטי-טראמפ...

אויך האב איך הנאה אז איך בין נישט אליינס מיט מיין אויסוואל

פארוואס טאקע וועסטו נישט וועלן טראמפ אויב דיין רב רבי וועט הייסן? :P
I won the Election

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין שוך

תגובהדורך בעסער אזוי » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 4:37 pm

בנימין סאנדערס האט געשריבן:מיין רבי און די עסקנים ביי אונז אין די קהילה גייען נישט הייסן שטימען פאר טראמפ, זינט זיי זענען א טייל פונעם עם חכם ונבון.

איי געס אז מ'דארף זיין א ביטערליכע שוטה צו הייסן שטימען פאר א מענטש וואס צוליב זיין אינטערשריפט זענען אזויפיל חרדישע יודן ארויס געקומען פון תפיסה, פאר איינעם וואס איז געווען די איינציגסטע הויעכראנקיגע פאליטישן זיך אנצונעמען פאר אונזער רעכט צו גיין אין שול, און שיקן אינזערע קינדער און די מוסדות, פאר איינעם וואס פאר די פאקט אז ער זיצט אינעם ווייסן הויז איז דא א ערענסטע שאנס אז אזא יוד ווי ר' שלום ווייס זאל בכלל קענען זען די שיין פון די זון אין זיין לעבן

ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס צו שטימען פאר אזא איינעם
בעסער ווי הונדערט פריינט, איז איין פריינט וואס וועט שטיין מיט דיר קעגן הונדערט פיינט

קרעדיט: מעלות

masmid
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: פאר אנטי טראמפ ניקס - וואס דארף געשען אז דו זאלסט שטומען פאר טראמפ

תגובהדורך masmid » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 5:00 pm

אויב האב איך מיך אמאל איינגערעדט אז די פרא טראמפערס זענען דיע וואס נעמען פאליטיק אזוי שטארק אין פריוואטע לעבן און יודישקייט זע איך דא גאר א אנדערע בילד...
איך בין א ''מתמיד'' זייטיגע צייטן פארברענג איך אויף ''אייוועלט''

טוט זיך...?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: פאר אנטי טראמפ ניקס - וואס דארף געשען אז דו זאלסט שטומען פאר טראמפ

תגובהדורך טוט זיך...? » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 5:01 pm

באקסער בוים האט געשריבן:אויב שוין אנקעטעס, מאך אויך א פארקערטע אנקעטע, וואס דארף געשען אז א פרא טראמפיסט צו שטימען פאר ביידען?..

דער אנקעטע איז אהער געשטעלט וויבאלד ס'איז דא א סאך וואס זאגן אז וואוטן פאר טראמפ האט שייכות מיט געוויסע נושאים וואס אינטערעסירט אונז 'אידן' און דאך איז דא אסאך וואס זאגן זיי גייען עס נישט טון.

איז דא פארקערט אויך?
לעצט פאראכטן דורך טוט זיך...? אום פרייטאג אוקטובער 30, 2020 10:57 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
בנימין סאנדערס
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 09, 2020 8:38 pm

Re:

תגובהדורך בנימין סאנדערס » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 5:11 pm

בעסער אזוי האט געשריבן:
בנימין סאנדערס האט געשריבן:מיין רבי און די עסקנים ביי אונז אין די קהילה גייען נישט הייסן שטימען פאר טראמפ, זינט זיי זענען א טייל פונעם עם חכם ונבון.

איי געס אז מ'דארף זיין א ביטערליכע שוטה צו הייסן שטימען פאר א מענטש וואס צוליב זיין אינטערשריפט זענען אזויפיל חרדישע יודן ארויס געקומען פון תפיסה, פאר איינעם וואס איז געווען די איינציגסטע הויעכראנקיגע פאליטישן זיך אנצונעמען פאר אונזער רעכט צו גיין אין שול, און שיקן אינזערע קינדער און די מוסדות, פאר איינעם וואס פאר די פאקט אז ער זיצט אינעם ווייסן הויז איז דא א ערענסטע שאנס אז אזא יוד ווי ר' שלום ווייס זאל בכלל קענען זען די שיין פון די זון אין זיין לעבן

ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס צו שטימען פאר אזא איינעם

מ'דארף נישט זיין א ביטערליכע שוטה, אבער זיכער זייער שמאלקעפיג צו שטיצן א רעפובליקאנער קעגן א דעמאקראט ווייל ער האט בעסער געמאכט די מצב אויפ'ן פראנט פון תפיסות.

איינער וואס האלט נאר מיט א טראפקעלע די נייעס ווייסט וויפיל בלוט אבאמא און פריערדיגע דעמאקראטישע אדמיניסטראציעס האבן געשפיגן מיט די נידערטרעכטיגע שלעכטע פארביסענע רעפובליקאנער צו בעסער מאכן די מצב אין יענע נושא.

איך פריי מיך אז עפעס האט זיך ענדליך גערירט דארט, אבער דאס אז ס'איז געשען ווייזט דאך באשיינפערליך פון וואסערע רשעים מ'רעדט דא.

פאר הונדערטער יארן שפרינגען שוין קאנסערוואטיוון אויף יענעמס בלוט אונטער'ן פאן פון אריסטאקראטיע וועלכער איז געטריי דאס געזעץ, פאר הונדערטער יארן באציט מען זיך שוין אין יענע קרייזן צו די לינקע ווי פארברעכער-ליבהאבער, פיינט פונעם לאנד, און מענטשן וואס ווילן אונטערברענגען די מענטשהייט פאר'ן בלויזן חטא פון וועלן אביסל גרינגער מאכן פאר יושבי חושך וצלמות.

האט זיך געקענט דאכטן אז זיי מיינען זייער רשעות כאטש אמת'דיג?

א מכה א בוידעם!

א רעפובליקאנער אדמיניסטראציע די ליבעראלן אין איר איז אריינגעקומען און געבעטן שטיצע פאר דעם (די ליבעראלן אין די אדמיניסטראציע), און פליצלונג קען מען מיט זיי פארהאנדלען... אודאי זענען געווען גענוג שטיינער אין וועג פון צווישן זיי, און אודאי איז עס נישט געגאנגען גענוג ווייט צוליב דעם, אבער די וואס האבן דן געווען לכף זכות פאר די רשעים אין נאמען פון "אידעאלאגיע", האבן זיך שוין אויפגעוועקט צו די רעאליטעט.

און ניין, זיין א טייל פונעם עם חכם ונבון מיינט נישט אז איין מינוט שרייט מען אז טראמפ האט אדורכגעפירט אן "אומפארטייאישע ביל", און א צווייטע מינוט פארשטייט מען פון דעם זעלבן ביל פארוועם מ'דארף שטימען...

יעדער וואס האלט נאר מיט די נייעס אביסל זעט דאך בחוש ווי שטארק די דעמאקראטן זענען אויסן צו שטערן יעדע מינדערסטע זאך וואס טראמפ שלאגט פאר, אזש אז מענטשן רופן די דעמאקראטן מיט כל מיני נעמען צוליב דעם. קומט זיך נישט אן א צאל גאלדענע מעדאלן פאר די דעמאקראטן פאר'ן זיך אזוי שיין צושטעלן צו טראמפ? ווען נישט זיי וואלט עס קיינמאל נישט דורך צוליב די הארטנעקיגע עקשנים וואס זענען נאך דא ביי די רעפובליקאנער, איז פאוואס זאלן זיי געבן אזוינס פאר טראמפ?

אבער יעדער ווייסט דעם תירוץ: דאס האבן זיי אלעמאל געוואלט, דאס איז וואס זיי ווילן ווייטער!

יעדע גרויליגע זאך וואס די רעפובליקאנער טוען - אפטמאל אנטקעגן זייערע אייגענע ווירדן - זאגט מען אז דאס איז פאליטיק... יעדע פארטיי וואלט זיך אזוי אויפגעפירט... אבער גיט א קוק ווי שיין די דעמאקראטן האבן זיך ציגעשטעלט צו פריסאן רעפארם...

איך דארף נישט מאריך זיין, מיר זענען אן עם חכם ונבון!
באזירט אויף אונזער היסטאריע זאל קיינער נישט זיין מער אקטיוו אין דעם געראנגל ווי אונז אידן - בנימין סאנדערס

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין שוך

Re: פאר אנטי טראמפ ניקס - וואס דארף געשען אז דו זאלסט שטומען פאר טראמפ

תגובהדורך בעסער אזוי » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 5:36 pm

יאפ, אונז געדענק מיר ווי אבאמא האט געשפיגן בלוט ארויסצונעמען ר' שלום מרדכי און ר' מרדכי יצחק מ'האט אים פשוט נישט צוגעלאזט..

---------------------------------------------------------------------------------------------------

צדיק'ל ס'איז געווען ביל קלינטאן וואס האט אינטערגעשריבן די קריים ביל און יוסל ביידן וואס האט עס געשטיצט

און איך וואלט דיר געראטן צו כאפן א שמועס מיט ר' משה מארגערעטן, ער האט געהאלטן און איין ארויסברענגן אויף קולמע אז דאס וואס דעמאקראטן ווילן צולייגן אינעם ביל איז נישט לטובתינו, ס'וועט נאר העלפן פארברעכער

און חוץ פון דעם, אונז האמיר שוין געזען דא אין ניו יארק וויאזוי מען קוקט אויס מיט ליבעראלע רחמנות.. קאם אן מען..
בעסער ווי הונדערט פריינט, איז איין פריינט וואס וועט שטיין מיט דיר קעגן הונדערט פיינט

קרעדיט: מעלות

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15933
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: פאר אנטי טראמפ ניקס - וואס דארף געשען אז דו זאלסט שטומען פאר טראמפ

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 5:43 pm

דממה דקה האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:כ'האב הנאה צו זעהן אז כאטש 50 אייוועלטניקס פאררופן זיך אנטי-טראמפ...

אויך האב איך הנאה אז איך בין נישט אליינס מיט מיין אויסוואל

פארוואס טאקע וועסטו נישט וועלן טראמפ אויב דיין רב רבי וועט הייסן? :P

וואס פאלט דיר ביי אז דאס האב איך געשטימט?
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, Majestic-12 [Bot], rogers, וימאןX3, יש ברירה, כבוד הרב, פּינטער, ציגרעטל, קאנטרי מאוד, קאפ און אקסל, ראש לימבא, שיעלע בהמה, שרייב-פעדער און 63 געסט