צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11032
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך יש ברירה » מוצ"ש ינואר 09, 2021 10:52 pm

איינער דערמאנט די צייט ווען טראמפ האט זיך גענומען איבער עמעזאן - מיט זייערע ביליגע פאסטל רעיטס - צוליב וואס בעזאס איז די אייגענטימער פון די וואשינגטאן פאוסט.

אוי ווען היפאקריטיע זאל ווען וויי געטון...

---

אגב, צווישן אלע פלאטפארמעס איז פּארלער ווארשיינליך די מערסטע שולדיג פאר די קאפיטאל אומרוען. מען דארף אריינשטופן דעם פלאטפארמע אין די טונקעלע ווינקלען פונעם אינטערנעט וואו עס באלאנגט.
לעצט פאראכטן דורך יש ברירה אום מוצ"ש ינואר 09, 2021 10:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך Growth hacker » מוצ"ש ינואר 09, 2021 10:56 pm

יש ברירה האט געשריבן:איינער דערמאנט די צייט ווען טראמפ האט זיך גענומען איבער עמעזאן - מיט זייערע ביליגע פאסטל רעיטס - צוליב וואס בעזאס איז די אייגענטימער פון די וואשינגטאן פאוסט.

אוי ווען היפאקריטיע זאל ווען וויי געטון...

וואס מיינסטו ארויסצוברענגן?

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11032
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך יש ברירה » מוצ"ש ינואר 09, 2021 10:58 pm

ווען די פרעזידנעט פון אמעריקע האט זיך גענומען איבער א פריוואטע פירמע, ווייל ער האט נישט געגליכן די דעקונג וואס ער באקומט אין א צייטונג וואס פארמאגט די זעלבע אייגענטימער.

דעמאלטס זענען די אזויגערופענע רעפובליקאנער נישט געטאנצן פון די הויט אז מען באדראעט פרייע אויסדרוק.

Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך Growth hacker » מוצ"ש ינואר 09, 2021 11:07 pm

יש ברירה האט געשריבן:ווען די פרעזידנעט פון אמעריקע האט זיך גענומען איבער א פריוואטע פירמע, ווייל ער האט נישט געגליכן די דעקונג וואס ער באקומט אין א צייטונג וואס פארמאגט די זעלבע אייגענטימער.

דעמאלטס זענען די אזויגערופענע רעפובליקאנער נישט געטאנצן פון די הויט אז מען באדראעט פרייע אויסדרוק.

נישט און דעם שטעקט טראמפס רשעות... יעדער און די וועלט האט נגיעות.

סאיז נישט דא קיין פרייע אויסדרוק פאר טעראר, ווייסע סופערמיסטן, ראסיסטן, און שטורמער סטייל העץ.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9284
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מוצ"ש ינואר 09, 2021 11:43 pm

וואס הייסט. זיכער איז דא גרעסטע פראבלעמען ווי דעם. אבער דאס איז הימלשרייעדע קארופציע פון טראמפ.
ער זאגט דאס אפן און גראב און עס האט נישט קיין זין דאס אוועקצומאכן.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11032
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך יש ברירה » מוצ"ש ינואר 09, 2021 11:57 pm

Growth hacker האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:ווען די פרעזידנעט פון אמעריקע האט זיך גענומען איבער א פריוואטע פירמע, ווייל ער האט נישט געגליכן די דעקונג וואס ער באקומט אין א צייטונג וואס פארמאגט די זעלבע אייגענטימער.

דעמאלטס זענען די אזויגערופענע רעפובליקאנער נישט געטאנצן פון די הויט אז מען באדראעט פרייע אויסדרוק.

נישט און דעם שטעקט טראמפס רשעות... יעדער און די וועלט האט נגיעות.

סאיז נישט דא קיין פרייע אויסדרוק פאר טעראר, ווייסע סופערמיסטן, ראסיסטן, און שטורמער סטייל העץ.

אוודאי איז דאס נישט די ערגסטע זאך פון טראמפ, אבער מיר רעדן דאך יעצט איבער די אויפרייס אז טוויטער נעמט אוועק זיין פרייהייט פון רעדן; אין די צייט וואס ער האט טעראריזירט א פריוואטע פירמע צו באשטראפן זייער אייגענטימער פארן האבן א צייטונג וואס קריטיקירט אין, און ער האט עס געטון מיט די מאכט פון פרעזידענט וואס דאן איז עס באמת געווען א עוולה - אנדערש ווי א ווען א פריוואטע פירמע טוט עס מיט די פולע רעכט.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4562
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג ינואר 10, 2021 12:44 am

כציטער וואו דאס גייט פירן די מיליאנע טראמפ-שטיצערס וועלכע זענען איצט געווארן פריש אויפג'אייטערט.
גערעכט צו - באמת -נישט גערעכט. ווען א מענטש שפירט אז מ'נעמט צו זיין אפציע צו רעדן און זיך אויסדריקן וועט ער טוהן ווילדע שריט.
א גרויסע חלק פון אמעריקאנער פאלק (או קיי נישט קיין גאנצע 88 מיליאן מענטשן, אבער פארט...) שפירט זיך איצט ממש אונטערדריקט.
נישט גוט.
כ'האף אז ביידן האט שכל וויאזוי צו האנדלען אזא סענסיטיווע מצב.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

חדשות
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » זונטאג ינואר 10, 2021 12:51 am

יידישע קהילות האט געשריבן:כ'האף אז ביידן האט שכל וויאזוי צו האנדלען אזא סענסיטיווע מצב.

ער האט יעצט אן איינמאליגע געלעגענהייט צו איבערצייגן זיינע קעגנער אז ער איז פאר יוניטי, אויב ער וויל טאקע קענען ארבעטען מיט א צוטיילטען סענאט. נישט קיין לייכטע סיטואציע, אבער אויב איזער מצליח סאמהאו צו גיין צווישען די טראפן וועט ער זיין א היראו.

Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך Growth hacker » זונטאג ינואר 10, 2021 12:55 am

יידישע קהילות האט געשריבן:כציטער וואו דאס גייט פירן די מיליאנע טראמפ-שטיצערס וועלכע זענען איצט געווארן פריש אויפג'אייטערט.
גערעכט צו - באמת -נישט גערעכט. ווען א מענטש שפירט אז מ'נעמט צו זיין אפציע צו רעדן און זיך אויסדריקן וועט ער טוהן ווילדע שריט.
א גרויסע חלק פון אמעריקאנער פאלק (או קיי נישט קיין גאנצע 88 מיליאן מענטשן, אבער פארט...) שפירט זיך איצט ממש אונטערדריקט.
נישט גוט.
כ'האף אז ביידן האט שכל וויאזוי צו האנדלען אזא סענסיטיווע מצב.

וואס האט עס מיט ביידען?

יא איך עגרי אז די "פארלער יוזערס" שעלטן זיי וועלן מסתם אויפקומען מיט א נייע פלעטפארם מיט א שינו השם און ווייטער פארשפרייטן האס אזוי ווי אויף טוויטער און פעיסבוק, און ליבעראלן וועלן ווייטער קאמפיינען ביי עפפל צו רעמאוון טוויטער און פעיסבוק און דאס וועט קיינמאל נישט געשעהן.

Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך Growth hacker » זונטאג ינואר 10, 2021 1:04 am

יש ברירה האט געשריבן:
Growth hacker האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:ווען די פרעזידנעט פון אמעריקע האט זיך גענומען איבער א פריוואטע פירמע, ווייל ער האט נישט געגליכן די דעקונג וואס ער באקומט אין א צייטונג וואס פארמאגט די זעלבע אייגענטימער.

דעמאלטס זענען די אזויגערופענע רעפובליקאנער נישט געטאנצן פון די הויט אז מען באדראעט פרייע אויסדרוק.

נישט און דעם שטעקט טראמפס רשעות... יעדער און די וועלט האט נגיעות.

סאיז נישט דא קיין פרייע אויסדרוק פאר טעראר, ווייסע סופערמיסטן, ראסיסטן, און שטורמער סטייל העץ.

אוודאי איז דאס נישט די ערגסטע זאך פון טראמפ, אבער מיר רעדן דאך יעצט איבער די אויפרייס אז טוויטער נעמט אוועק זיין פרייהייט פון רעדן; אין די צייט וואס ער האט טעראריזירט א פריוואטע פירמע צו באשטראפן זייער אייגענטימער פארן האבן א צייטונג וואס קריטיקירט אין, און ער האט עס געטון מיט די מאכט פון פרעזידענט וואס דאן איז עס באמת געווען א עוולה - אנדערש ווי א ווען א פריוואטע פירמע טוט עס מיט די פולע רעכט.


יא גערעכט.

(איך שוין בכלל נישט מר בעזאס.. סאו איך האב הנאה ווען גאווערמענט טרייט צו טשעפענן זיין מנאפאלי אפילו ווען סאיז טראמפ מיט נגיעות ..)

Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך Growth hacker » זונטאג ינואר 10, 2021 1:12 am

די אנדערע אשכול איז היפאקראטיע אויפן העכסטע פארנעם.
דעי קאמפעניס זענען נישט קיין פובליק אינסטוטישענס וואס זענען פראטעקדעט ביי די געזעץ.
און פונקט ווי יעדער פארשטייט אז ביי זיך אינדערהיים איז ער בעל הבית, און אויב איינער קומט אריין און זיין הויז/ביזנעס און ער העצט אן אנדערע צו רעוואלטירן און מען הארגעט מענטשן דורך דעם, ווער וואלט נישט ארויסגעווארפן אזא מענטש?

ווי און די וועלט קומט אריין פרי ספידזש דא?

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4562
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג ינואר 10, 2021 1:41 am

Growth hacker האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:כציטער וואו דאס גייט פירן די מיליאנע טראמפ-שטיצערס וועלכע זענען איצט געווארן פריש אויפג'אייטערט.
גערעכט צו - באמת -נישט גערעכט. ווען א מענטש שפירט אז מ'נעמט צו זיין אפציע צו רעדן און זיך אויסדריקן וועט ער טוהן ווילדע שריט.
א גרויסע חלק פון אמעריקאנער פאלק (או קיי נישט קיין גאנצע 88 מיליאן מענטשן, אבער פארט...) שפירט זיך איצט ממש אונטערדריקט.
נישט גוט.
כ'האף אז ביידן האט שכל וויאזוי צו האנדלען אזא סענסיטיווע מצב.

וואס האט עס מיט ביידען?

יא איך עגרי אז די "פארלער יוזערס" שעלטן זיי וועלן מסתם אויפקומען מיט א נייע פלעטפארם מיט א שינו השם און ווייטער פארשפרייטן האס אזוי ווי אויף טוויטער און פעיסבוק, און ליבעראלן וועלן ווייטער קאמפיינען ביי עפפל צו רעמאוון טוויטער און פעיסבוק און דאס וועט קיינמאל נישט געשעהן.

ער זאל נישט מער אויפלאמען דעם פייער, נאר העלפן אויסלעשן.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11032
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג ינואר 10, 2021 2:04 am

דאס איז גראדע א וואלידע פוינט,

אבער די פאקט אז טראמפ סעפורטער האבן נישט די בושה צו רעדן איבער יונעטי, און איבער די סעקרעפייסעס וואס ביידען דארף נעמען דאס צושטאנד צו ברענגען, איז עפעס וואס קען מאכן טרוקענע אייז זידן ווי לאווע.

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג ינואר 10, 2021 2:10 am

שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך הערינג מיט ברוינפען » זונטאג ינואר 10, 2021 2:11 am

טאלק טו מי עבאוט טריקענע אייז זידן.....

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג ינואר 10, 2021 2:43 am

יש ברירה האט געשריבן:דאס איז גראדע א וואלידע פוינט,

אבער די פאקט אז טראמפ סעפורטער האבן נישט די בושה צו רעדן איבער יונעטי, און איבער די סעקרעפייסעס וואס ביידען דארף נעמען דאס צושטאנד צו ברענגען, איז עפעס וואס קען מאכן טרוקענע אייז זידן ווי לאווע.


למעשה איז דאס לדעתי דער גרעסטער זיג וואס ביידען נעמט ארויס פון די קעפיטאל ראיאטן.
ביז פאריגע וואך האט ביידען גערעדט פון יוניטי, און רעפובליקאנער האבן געשריגן נאו וועי, אונז גיי מיר האבן די זעלבע רעזיסטענס וואס עטס האטס געהאט, יעצט בעטן זיך די רעפובליקאנער פאר יוניטי, די שאלה איז ווילאנג עס וועט אנהאלטן.

פשוט מסודר
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 6:09 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך פשוט מסודר » זונטאג ינואר 10, 2021 2:50 am

יואל שרייבער האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:דאס איז גראדע א וואלידע פוינט,

אבער די פאקט אז טראמפ סעפורטער האבן נישט די בושה צו רעדן איבער יונעטי, און איבער די סעקרעפייסעס וואס ביידען דארף נעמען דאס צושטאנד צו ברענגען, איז עפעס וואס קען מאכן טרוקענע אייז זידן ווי לאווע.


למעשה איז דאס לדעתי דער גרעסטער זיג וואס ביידען נעמט ארויס פון די קעפיטאל ראיאטן.
ביז פאריגע וואך האט ביידען גערעדט פון יוניטי, און רעפובליקאנער האבן געשריגן נאו וועי, אונז גיי מיר האבן די זעלבע רעזיסטענס וואס עטס האטס געהאט, יעצט בעטן זיך די רעפובליקאנער פאר יוניטי, די שאלה איז ווילאנג עס וועט אנהאלטן.



אויב איך מעג אייך מעורר זיין, די רעפובליקאנער בעטן פאר פאראייניגונג מיט זייער געדאנקן גאנג וכדו'......United with their agenda

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13841
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג ינואר 10, 2021 7:03 am

פשוט מסודר האט געשריבן:אויב איך מעג אייך מעורר זיין, די רעפובליקאנער בעטן פאר פאראייניגונג מיט זייער געדאנקן גאנג וכדו'......United with their agenda

ווי האט יענער געזאגט; לאמיר זיך אויפהערן שלאגן, זאל זיין ווי איך זאג און שוין....

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9284
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » זונטאג ינואר 10, 2021 9:15 am

דאקטאר שיווא דער ערפינדער פון אימעיל האט נאר וואס ארויסגעשטעלט זיין נייע פלאטפארמע...
צוגעלייגטע
20210110_091220.jpg
20210110_091220.jpg (75.33 KiB) געזעהן 663 מאל
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11032
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג ינואר 10, 2021 10:43 am

באשיצט די טראמפ טוויטער מאנומענט
צוגעלייגטע
ErWP0rQW8AMyeF9.jpeg
ErWP0rQW8AMyeF9.jpeg (87.37 KiB) געזעהן 614 מאל

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג ינואר 10, 2021 10:52 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:“Thanks to technological capacity and personal talent, Donald Trump lied at a pace perhaps unmatched by any other leader in history...To believe in all of them was to accept the authority of a single man” - ⁦@TimothyDSnyder⁩ https://t.co/E1ck3HvoEB


מיר איז אינטערעסאנט געווען אן אנדערער שטיקל אין דעם ארטיקל.
Screenshot_20210110-023438.png
Screenshot_20210110-023438.png (84.61 KiB) געזעהן 603 מאל


אפשר קען ער נישט טרעפן קיין ענליכע אינסארעקשען אין היסטאריע ווייל עס איז טאקע נישט געווען קיין אינסארעקשען?

נע, דאס קען נישט זיין, אונזערע Fact producing institutions, האבן דאך אלע געזאגט אז עס איז יא א אינסארעקשען....

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11032
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג ינואר 10, 2021 11:23 am

ס'איז שווער צו פראסעסן, איך פארשטיי, אבער א אינסערעקשין איז נישט קיין קאמפלעצירטע זאך.

no way
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:56 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך no way » זונטאג ינואר 10, 2021 2:24 pm

כאפצעם האט געשריבן:
פשוט מסודר האט געשריבן:אויב איך מעג אייך מעורר זיין, די רעפובליקאנער בעטן פאר פאראייניגונג מיט זייער געדאנקן גאנג וכדו'......United with their agenda

ווי האט יענער געזאגט; לאמיר זיך אויפהערן שלאגן, זאל זיין ווי איך זאג און שוין....

;l;p-
נישט מסכים!

SOME PEOPLE ARE SO POOR ALL THEY HAVE IS MONEY

חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך חיימאוויטש » זונטאג ינואר 10, 2021 10:06 pm

א לענגערע תגובה - איבער מיין מיינונג אויף די טוויטער-צענזור - וואס איך האב היינט געשריבן אין די אנדערע אשכול. כ'קען באשטיין צו הערן וואס די אנטי-טראמפ אידן האבן צוזאגן דערויף, קאפיר איך עס דא, און איך בעט מחילה פארווער ס'האט עס שוין געליינט.

חיימאוויטש האט געשריבן:
די אמת איז, איך קען נישט אזוי גוט די פאקטן איבער זייער צענזור, סאו, האב איך כמעט נישט אריינגערעדט אין די נושא, ווייל איך ווייס נישט, און איך טראסט נישט אינגאנצן מיין קאמען-סענס דערויף.

איך פערזענליך האב א שוואכקייט צו קויפן די געוואלד'עס פון די רעכטע-מידיא זינט טראמפ שטייט אין שפיץ דערפון, באזונדער נאך די יעצטיגע עלעקשען-פראוד מוח-וואשעריי ווען איך גלייב און איך קויף גארנישט גארנישט גארנישט, ביז איך זעה עס אלס פאקט. איך טריי צו קוקן זאכן פון מיין אייגענע פערספעקטיוו, וואס נעמט אריין אין זיך א האס און אפשיי צו טראמפ'ס ביהעוויער, אנערקענענדיג די שאדנס וואס דאס ברענגט פאר די לאנד און אלע אירע בירגער, פערמענענט.

די קאמען-סענס וואס איך נוץ יא דא זאגט מיר די עטליכע פונקטן:

1. עס מאכט נישט קיין סענס אז טוויטער און פעיסבוק וכו' זאלן גיין סוסייד - פשוטו כמשמעו - בלויז צוליב זייערע פאליטישע מיינונגען, עס מאכט נישט קיין סענס. דאס אז טראמפ וועט באווייזן [שטארק מעגליך] צו עפענען א קאמפעטישן, באדייט אז זיי נעמען א ריזיקע אויף זייער הארעוואניע פון צענדליגע יארן צו לייגן אין אשפה, בלויז פאר פאליטיק? איך קויף נישט אזוי שנעל די באשולדיגונג, וויאזוי קען איך דאס יא פארשטיין? זיי זענען סטאק אין זייערע פאלעסיס אז זיי גייען נישט צולאזן זאכן וואס ברענגען העצע, זאכן וואס רודערן אויף, און אויפדעם ווילן זיי נישט אויפגעבן. (נאכאמאל, שטארק מעגליך ס'דא פירכות אויף דעים, ווי געשריבן. כ'קען אבער נישט די פאקטן, און איך האב נאכנישט קיין פאקטן-ברענגען וועם איך טראסט... מוז איך זיך באגיין אנדעם...)

2. די געדאנק פון בלאקן אזעלכע וואס ברענגען העצע, אזעלכע וואס פארשפרייטן העיט, טוה איך שטיצן מיטן פולסטן, און איך גלייב אז יעדע אידיש קינד איז מיט מיר וויבאלד און מערסטענס פעלער זענען די העצע געצילט צו אידן ספעציפיש אדער צו מינאריטעיטן בכללות, אא"וו. דארף מען זיך יעצט אפשטעלן און דן זיין ווי ווייט טראמפ'ס לעצטיגע טוויטס איז פון די געדאנק "פארשפרייטן העצע" און לויט דעם דן זיין וויפיל מ'קען פארפירן אויף טוויטער, פעיסבוק, וכדומה וועלכע אינפארסירן יעצט זייער רולס, וועלכע זענען בכללות א טובה פאר אונז.

יעצט צו מיין אייגענע אפיניען [איך האלט זיך גראדע אלס איינער וואס נוצט די קאפ פארן שרייבן - אין רוב פעלער]: טראמפס ווירטשאפט נאכן וואלן, ספעציעל נאך וואס די עלעקטארס פון אלע סטעיטס האבן אריינגעגעבן זייער שטימע - אנדעם וואס זיי זאלן ווערן אפגעשטעלט דורך סיי-וועלכע ריכטער אין די איבער-זעכציג קלאגעס, איז די גרעסטע סכנה וואס אונזער לאנד האט געזען מיום עמדי על דעתי [איך בין נישט קיין יונגערמאן]. ביי מיר איז דאס נישט צו ווייט פון פשוט'ע דיקטאטור'שיפ, פשוט פשט פון פראבירן איבערנעמען מאכט לויט אן אייגענע מיינונג-שטעלונג, על אף וואס די אויסגעשטעלטע סיסטעם אין אמעריקא האט אים דאס נישט צוגעטיילט. סימפל עז דעט.

אויפדעם ארויף - אויף אייגענע סברות אן קיין אונטערשטיצע פון עפעס לעגעטים - האט ער געהעצט זיינע שטיצער, מער און מער און מער, געשטאנען צוזאמען מיט אזעלכע וואס האבן עמטליך פארשפרייט קאנספיראציעס, ער אליין האט ארויסגעשיקט באשולדיגונגען וואס זענען שוין אויפגעוויזן געווארן אלס פאלש און דערמיט באוויזן אריינצושטעלן ביי מיליאנען מענטשן א ווילן אים אנצוהאלטן אלס פירער, קעגן די אנגענומענע רעזולטאטן פון א באשטעטיגטע עלעקשאן אין אמעריקא, וואס האט זיך געענדיגט מיט די געמיינסטע קאשמארן פארלאפענעם וואך.

דאס איז אין מיינע אויגן געהעריג געהעריג געעפנט א טיר צו דיקטאטור'שיפ אין אונזער לאנד. פון היינט און ווייטער איז נישטא קיין תירוץ אפצושטעלן סיי-וועלכע משוגענער וואס וועט זיך ארויפשטעלן אויף פובליק-פלאטפארמעס פארקויפן מיינונגען, געדאנקען, און אייגענע שיטות - אן קיין נארמאלע באשטעטיגונגען און דערמיט איינקויפן מיליאנען שטיצער, וואס וועלן אים נאכטאנצן אויף סיי-וואס ער זאגט, זאל עס זיין אז ס'קומט זיך אים די פירערשאפט, אדער סיי-וועלכע זאך געטריבן דורך העיט, דורך סאשעל-מידיא, דורך רומערס, אדער סתם קאנספיראציעס. מאי שנא?

די פירער פון טוויטער אד"ג 'שפירן זיך אין זייער קאפ אחריות'דיג' אפצוהאלטן אזעלכע געשעענישן אין אונזער לאנד, עס איז אדורך עטליכע חדשים וואו זיי נעמען דאס אין אכט, זיי האבן זיך באגעניגט מיטן לייגן א לעיבל אויפצומערקן אז דא ווערט פארשפרייט פאלשע ראמערס, סטעיטמענטס קעגן די אנגענומענע רעזולטאטן. זיי האבן באקומען אן א שיעור היץ אז מ'טאר אזעלכע מעסעדשעס נישט צולאזן ווייל דאס פירט אריין די לאנד אין דאס ארגסטע, זיי האבן פראבירט צו שטיפן ווי לענגער און נישט דארף אנקומען צו די געפערליכע שטאפל אפצושפארן די אקאונט פונעם פרעזידענט, ביז די מציאות האט פאריגע וואך געפראסקעט אין פנים... זיי האבן זיך אליין געפרעגט: ווען מיר פארמאכן זיין אקאונט די צווייטע אדער דריטע מאל וואס דער שרייבט די פרעכע דיקטאטורי'שע ליגנט אז ער האט געוואוינען די וואלן מיט א לענסלייד וואלט מיר געקענט פארמיידן די עקל'דיגע רעזולטאטן, מיר האבן שוין נישט קיין תירוץ אפצושטיפן... דער איז א פשוט'ע פאלנע העצער אינעם ארגסטן סארט, און ער האט נאך מיטגעשלעפט מיליאנען מיט זיך... גענוג איז גענוג.

עד כאן די קאמען-סענס פון חיימאוויטש. יעדער איז בארעכטיגט אפצו-ווענדן, און זיכער אפאלאדירן.
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...

חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך חיימאוויטש » זונטאג ינואר 10, 2021 10:20 pm

נאך איינס פון א אנדערע אשכול, איבער די שולדיגע אינעם היינטיגן העצער'ישן מצב, מיט מיין בליק אויף דאס וואס זיי רופן אן 'ראשע האוקס', וכנ"ל מיט אנטשולדיגונג פון די וואס האבן עס שוין געליינט במקומו:

חיימאוויטש האט געשריבן:איך האלט די דעמאקראטישע ווילדע רעזיסטענס איז געווען די צווייטע רינגעלע אינעם קייט, אלעס אלעס האט זיך אנגעהויבן מיט די ביהעוויער פון טראמפ, און ס'נישט געווען קיין סופרייז, איך - און נאך אומצאליגע (אין מיין שפראך:) אבדזשעקטיוו רעפובליקאנער - האבן גלייך געשריגן אז זיין גאנצע מהלך גייט פשוט אנצינדן די פאליטישע פייער. אונז [נאכמאל: רעפובליקאנער] האבן דעמאלס געוואוסט אז די קעגנערישע פארטיי גייט נישט זיצן שיין און שאקלן מיט די קאפ, בשעת וואס ער באגייט זיך אויף די פארנעם וויאזוי ער באגייט זיך, מיט אגרעסיע, מיט רעטאריק, קעגן זיי, קעגן די אייגענע וואס גייען קעגן אים, ועיקר: לשיטתם (דאס איז גראדע נישט מיין שיטה) קעגן די טובה פונעם לאנד, אדער די רעכטן פון אלע בירגער.

מיר האבן געוואוסט, מיר האבן פארשטאנען אז זיי גייען נוצן יעדע כוח, יעדע מאכט, און צוריקפייטן מיט אגרעסיע, און מיט דעם האבן מיר קלאר פארגעזען [כ'האב עס גראדע געשריבן אויפן וועלטל עטליכע מאל ווען טראמפ איז ערוועלט געווארן] אז ס'צינדט זיך אן א פייער וואס גייט זיך נישט אזוי שנעל ענדיגן... און ניין, דאס הייסט ביי אונז נישט דערליווערט, קאפויער. דאס הייסט ביי אונז אריינגעפירט די גאנצע אטמאספער אין לאנד אין פייער, דם ואש ותמרות עשן.

ס'האט נישט געשפעטיגט צו קומען: די דעמאקראטן און [עסטעבליש-גאיי] רעפובליקאנער האבן נישט געשוויגן, צוריקגעפייט, וויפיל מ'קען, פראבירט אים צו האלטן אקאונטעבל (- לויט זייער שפראך. ריזיסטענס - לויט דיין שפראך) אויף יעדע זאך וואס ער האט געטון ראנג. איך גיי נעמען די מינוט צו אדרעסירן די צוויי משלים וואס דו האסט דערמאנט:

ראשע - איז אין מיין מיינונג [אנדערש ווי די דעת פון אלע טראמפ-שטיצער, און רוב טייל ניקס וואס האלטן זיך נוטראל דא אויפן וועלטל] א גוטע עקזעמפל אויפדעם. איך האלט קלאר אז דא איז נישט געווען קיין שום רדיפה-געשטיפטע אינוועסטיגעישאן, מעגליך ס'געווען געוויסע לעכער דא דארט, אומגעזעצליך איז עס נישט געווען [ווי באר, הורוויץ, און נאך האבן באשטעטיגט], און אוודאי אוודאי נישט קיין רדיפה-סארט. דא איז געווען א פשוט פשט קאמען-סענס אינוועסטיגעישאן. טראכט א רגע: ווען אלע אלע אינטעלעדזשענס באאמטע שרייען אז רוסלאנד האט געהעקט אונזער עלעקשאנס, מ'ווייסט קלאר אז זיי האבן עס געהעקט לטובת טראמפ [וויקיליעקס, שמוץ קעגן קלינטאן, ועוד], און טראמפ שרייט חי וקים, ווער זאגט אז רוסלאנד האט דאס געטון? ס'איז אפשר געווען טשיינע, רוסלאנד זענען גוטע מענטשן, אא"וו. און צו דעם אלעם קומט אריין די סטיעל ריפארט [פארגעס נישט: סטיעל איז געווען א טראסטעד סארס ביי ביידע פארטייען אסאך יארן] וואס ברענגט א ליסטע פון אנגעבליכע ריפארטס אז דער האט אונטערן טיש קשרים אהין (אפי' סטיעל האט דאס אנגעהויבן נאכצופארשן אויף די קעגנערס פארלאנגען), און דא קומט שפיאנאזש איבער א מיטינג מיט אגענטן, וכולי. דאס אלעס האט פשוט געשטעלט די בילד פאר די פאראנטווארטליכע דערויף [אין אונזער פאל די רעפובליקען עסטעבלישמענט גאי: קאומי] אז ס'דא דא א ריזיגע אייז-בארג וואס זיי זענען פארפליכטעד אויפצודעקן, און זיי האבן זיך אריינגעלאזט דאס צו אינוועסטיגעיטן. דערנאך איז נאך צוגעקומען מער און מער, א מיטינג אין טראמפ-טאוער, אא"וו. עגען: דאס הייסט ביי מיר נישט קיין רדיפה-אינוועסטיגעישן, נאר א תוצאה פון די צודרייטע וועג ער איז זיך באגאנגען מיט אלעמען, אין דעם פאל: וויאזוי ער האט זינלאז צוריקגעווארפן פאר די גאנצע אינטעלעדזשענס קאמיוניטי איבער ראשע, וואס האט געהויבן זייערע פארדאכטן און אריינגעפירט דאס אויסצופארשן - מיט רעכט. [נאכאמאל: לעכער איז געווען? יא. אומגעזעצליך? ניין. א רדיפה-אינוועסטיגעישאן בלויז אויסצופייניגן א פאליטישע קעגנער? ניין.]

אימפיטשמענט. כ'מיין אז דאס איז גרינגער מסביר צו זיין ווי די זעלבע זאך, ס'איז געווען נאך א טייל פון דאס פייטן בכל הכוחות קעגן אים, און קעגן די סארט אומפאראנטווארטליכע ביהעוויער זיינע זייענדיג אין אפיס. ער האט זיך צעפירט די הענט, און - לויט זייער שפראך - געבעטן א פרעמדע גאווערמענט צו אינוועסטיגעיטן זיין קעגנער, געסטראשעט אפצוהאלטן געלטער, אא"וו. א שריט וואס האט זיי געמאכט שפירן בארעכטיגט פאר אימפיטשמענט.

איך ווייס אז איך שרייב באריכות, וועל איך נאכאמאל ווידערהוילן די ענטפער אויף דיין פראגע צו מיר: די דעמאקראטישע פעולות די לעצטע פיר יאר זענען צוגעברענגט געווארן דורך טראמפ'ס פעולות מדי יום ביומו, זייערע פעולות האט נאכגעפאלגט מיט טראמפ'ס צוריקשיס אז זיי זענען דא אים צו רודפ'ן בלויז ווייל ער איז זייער קעגנער, און דאס האט אנגעהעצט די מאסן. די ערשטע - און האפענטליך די לעצטע - מעטש צו פייער איז: טראמפ.
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: alpinest, joegreen, sheetrock, YandexBot, א גאנץ יאר פרייליך, בעריש'ל, האמת הצפון, וימאןX3, כלל וכלל, מרדכי ש, פרישע קוגל, קרייסלער און 84 געסט