תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2020 11:39 am
טייערע ידידים, איך האב יעצט דורכגעליינט עטליכע אשכולות, און איך וויל אייך געבן א צייטליכע ווארענונג, און איר זאלט וויסן אז איך האב אייך געווארנט באצייטנס.
קודם א קורצע הקדמה: דא איז דא ניק'ס פון ביידע זייטן, יעדער ברענגט זיינע מיינונגען, דער וויל הערן אזוי, דער וויל זאגן אנדערש, און מען טענה'ט זיך, און מען פארשטייט זיך, און מען טענה'ט זיך ווידער. נוסח אייוועלט 2020. דאס איז אין אלגעמיין.
יעצט צום ענין: עס זענען אבער געוויסע מיט א אנדערע מהלך המחשבה איבער אייוועלט, און זיי שטעלן א ערנסטע געפאר אז אייוועלט זאל פארלירן 'נקדימון' און אלע אנדערע גוטע שרייבער'ס, אבער א עכטע געפאר.
ממילא כדאי דאס זאל נישט פאסירן איז צייט אז דער עולם זאל לייגן די נויטיגע דריק אויף די הנהלה צו טון וואס עס איז ריכטיג פאר די טובה פון אייוועלט.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".
וואס מיינט היימיש? היימיש!