צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15813
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 6:29 pm

יישר כח.
יעצט האט מיין פילטער באשלאסן דאס גענצליך צו בלאקירן

וואו איז רודי און קול ברמה?
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1943
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך האלצשטיין » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 7:45 pm

@עכט ;l;p- ;l;p-

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1943
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך האלצשטיין » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 10:03 pm

ברעיקינג!! די ריכטיגע 2020 פעלשערייען האט געליקט!! פאקס ניוז האט מיטגארבעט דירעקט מיט די ביידען קאמפיין!!

עפעס גאר מאדנע און פארדעכטיגט קומט פאר אין די לעצטע דריי וואכן זינט די וואלן,
נעמליך אז שוין דריי וואכן, זינט די טאג פון די וואלן זיצט טראמפ אין זיין בעיסמענט איינגעשפארט טאג נאך טאג וואך נאך וואך, אן קיין שום איווענטס אויף זיין סקעדזשול. דאס ביסל וואו ער איז יא געזען געווארן איז געווען קורצע באזוכן ביים באזוכן די קברים וועטעראנס דעי, היינט געבן א איין מינוט'יגע רעדע איבער די סטאק מארקעט, א רעדע איבער וואקסינס, ער לויפט תיכף צוריק אין בעיסמענט אן דעם וואס ער זאל נעמען פראגעס פון די מידיא.

פון די אנדערע זייט האט פאסירט גאר מאדנע אז ביידען האט אנגעהויבן ערשיינען אפט אין פובליק, ער געט קלארע און גוטע רעדעס איבער קאראנא, העלט קעיר, עקענאמיע. ער האט מיטינגען מיט גאווערנארס און מעיארן, ער האט היינט געגעבן א אינטערוויאו פאר נב"ס, ער מאכט מער נישט קיין טעותים, ער רעדט מער נישט קיין שטותים.

וואס גייט דא באמת פאר?!?!

די ריכטיגע פעלשערייען זענען געווארן אנדעקט!! די ביידען קאמפיין האט געהאט א סטראטעגיע צו זיכער מאכן אז ביידען מאכט מיסטעיקס יעדע פאר טעג, אזוי זאל די מידיא רעדן פון אים און אים געבן פרי-קאווערידזש, ווי די ווערטל גייט: די רעד נאר פון מיר נישט קיין חילוק שלעכטס אדער גוטס, און אויך וועט עס אריינלייגן די טראמפ קאמפיין אין א נעץ צו בעיסן זייער גאנצע קאמפיין אז ביידען קאלעכט און יעדער גייט עס במילא איינזען ביי די דעבאטעס דעריבער פעלט נישט אויס צו אפירקראצן א עכט שטארקע אטאקע ליניע קעגן ביידען ווייל ער גייט זיך במילא אין דער ערד לייגן ביי די דעבאטעס, און זיי די ביידען קאמפיין האט געוואסט אז דאס גייט נישט פאסירן, ס'איז נאר געווען א חלק פון די ביידען סטראטעגיע מיט די הילף פון די מידיא.

מיר ווייסן אלע, ווער האט די מערסטע געשטיפט די ביידען סטראטעגיע אז דזשאו ביידען קאלעכט?! נו ווער?? שרייטס אלע, פאקס ניוז!!!
זיי האבן במזיד ובשאט נפש געשטופט די סטראטעגיע פון ביידען און זיכער געמאכט אז טראמפ פארלאזט זיך אז ביידען קאלעכט און צוליב דעם גייט ער פארלירן דעם פארמעסט!!!

מער האר-אויפשטעלענדע דעטאלן און ראיות וועט נאכפאלגן מארגן דורך סידני פאוועל און רודי!..

חיימאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך חיימאוויטש » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 10:06 pm

;l;p- ;l;p- :lol: :lol:

און דאס געבט אויך צו פארשטיין פארוואס פאקס-ניוז האט אין א דראסטישע סטראטעגיע-טויש זיך פלוצים אפגעשאקעלט פון די בלינדע שטיצע פאר טראמפ און זיין אג'ענדע, אנדערש ווי ביז נאך די מידיע-עלעקט קאנדידאט האט געזיגט...

גוט איז גוט!

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 10:12 pm

;l;p- פאר האלצשטין

אבער ערסט גערעדט, איך ווינדער מיר טאקע וואס עס גייט פאר מיט אים.

לאמיר זיך נישט פאפן, צווישן אונז גערעדט, ער האט טאקע נישט געקאלעכט, אבער ער איז ווייט נישט געווען א יונגערמאן אויפן קאמפיין טרעיל, און דא פלוצלינג, איינמאל ער האט געווינען די וואלן איז ער פריש ווי א בחור'ל.

חוץ וואס ער האט גענצליך גענדיגט מיט זיינע מיליאן ביליאן סטיל טעותים, גיבט ער יעדע פאר טעג א רעדע, און האלט אפ אפיציעלע פרעסע קאנפרענצן, נעמט ער טעגליך פראגן פון רעפארטער אויפן וועג ארויס פון זיין טראנזישאן אפיס אין דעלעוועיר, ממש טעגליך, אויפןגאס, אן קיין שום צעטל אדער סיי וואס. עס איז עכט מאדנע.

און ווי האלצשטיין זאגט, טראמפ האט נאכנישט גענומען קיין פראגן זינט די וואלן.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

Programming
שר האלף
תגובות: 1224
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך Programming » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 10:30 pm

מסתבר אז זיינע טעותים און געף'ס קומען פון ווייניג קאנפידענס, פון א מורא אז ער וועט דורכפאלן מיט א גרייז, ער האט דאך די גאנצע שטאלפעריי אויך. איינמאל ער האט שוין געווינען האט ער שוין נישט אזא פחד קען ער זיין מער נאטורליך

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14757
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 10:50 pm

נארישקייטן, ביידן איז אלעמאל געווען אזוי ווי יעצט.

און ער מאכט נאך טעותים אזוי ווי ער האט געזאגט מיליאן אנשטאט טויזנט ביי זיין זיג רעדע, ווי אויך האט ער געהעריג געשטאלפערט פאריגע וואך עניטיים אזוי שלעכט ווי עניטינג ביי די קאמפיין.

אויף דעם וואס ער קומט אריין פרישער ווי ביז היינט, קען מען טאקע זאגן ווי עט פראגרעמינג.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 11:41 pm

;l;p- האלצשטיין

ולשיטתך קומט אויס אז סי ען ען האט געשטעלט טראמפן אלס פרעזידענט מיטן לופטערן זיינע ראליס מתחילה ועד סוף.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1943
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך האלצשטיין » מיטוואך נובעמבער 25, 2020 7:37 am

גערעכט בעריש'ל, דאס איז א חלק פון די אייז בארג אויספארשונג וואס קומט מארגן ארויס דורך רודי


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Goodmorning, police, א גולם, אזוי האלטסטע?, אינטערסאנטע איד, בעקעלע.הפוכה, קאמיקעל אלי, קרייסלער און 43 געסט