צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1892
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך בעריש'ל » זונטאג נובעמבער 22, 2020 12:04 am

עס קען זיין אז די מהלך איז צו האבן א אפענע קאורט קעיס און אפהאלטן זאכן מיט אן אינזשאקשען, און אדהכי והכי פלאנירן ווייטער שייגעץ שטיק, און אויך האפן זיי אויף סיי וואספארא אופן אנצוקומען ביזן סופרים קאורט, און די חברה טראכטן אז די דריי טראמפ ריכטער וועלן זיך כורע ומשחווה זיין לעבודה זרה.

בכלל איז מיר דורכגעלויפן א מחשבה אז די טראמפ פעמילי איז געווען אזוי צוגעוואוינט אז אלעס גייט אים, ביל בארר איז געווארן א שיק אינגל, לינדזי גרעהעם דינט ווי א געטרייע הונט, ער קען מאניפולירן דאס לאנד כמו שצריך.

און באמת האבן די חברה שוין אקטיוו פלאנירט אויפן עתיד, וויאזוי מען קען אויסציען די מלכות מער ווי אכט יאר, זיי האבן נישט געהאט קיין הווה אמינא פון פארלירן.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13506
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג נובעמבער 22, 2020 12:15 am

:lol:
צוגעלייגטע
20201122_001628.jpg
20201122_001628.jpg (269.81 KiB) געזעהן 1340 מאל

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13506
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג נובעמבער 22, 2020 12:24 am

מ'הייבט אן אויפוועקן דעם עולם צום רעאליטי און נערמאליטעט.

הרבנית מ'אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג תליט"א יעצט מוצ"ש געגעבן א דרשה ביי סקול עפענונג פארטי אין קרית יואל און גאר שטארק געהאמערט קעגן טראמפיזם. זי האט אנגעהויבן די דרשה מיט א דעקלעראציע אז זי לויפט פאר פרעזידענט, ווייל זי זעהט אז ביים היימישן עולם איז דאס היינט די מערסטע רעספעקטעט... זי האט געהאקט קעגן טראמפיזעם, קעגן שרייען אז ביידען איז א קאמוניסט, וכו׳ וכו׳.

כמותה ירבו בישראל. נאר אזוי וועט מען אויסראטן דעם אבי אבות הטומאה ושגעון ממחנינו.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13506
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג נובעמבער 22, 2020 12:39 am

אאאפס..

טראמפ פארלוירן דעם וואשינגטאן עקזעמינאר..
צוגעלייגטע
Screenshot_20201122-003848_Chrome.jpg
Screenshot_20201122-003848_Chrome.jpg (268.03 KiB) געזעהן 1274 מאל

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13506
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג נובעמבער 22, 2020 1:11 am

היינט ביים קאוויד סאמיט ביים G-20 זענען אנוועזנד געווען אלע לענדער, א חוץ איין פרעזידענט, וועמענס לאנד פערצופאל זעהט אצינד 2,000 טויטע טעגליך ה"י.

ביידען האט געטענהט ער זאגט נישט קיין מיינונגען אין אויסערן פאליסי נאך ווייל "איין פרעזידענט אין א צייט".

טראמפ'ס רעספאנס זעהט אויס צו זיין: "קיין פרעזידענט אין געוויסע צייט".
צוגעלייגטע
Screenshot_20201122-010730_Chrome.jpg
Screenshot_20201122-010730_Chrome.jpg (456.4 KiB) געזעהן 1198 מאל

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13506
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג נובעמבער 22, 2020 1:42 am

די נייע וועג וויאזוי מ'באציעט זיך צום געוועזענעם פרעזידענט, און וויאזוי ס'וועט אויסזעהן נאך יאנואר 20, קיינער וועט נישט דערמאנען ער איז אמאל געווען פרעזידענט..
צוגעלייגטע
20201122_013009.jpg
20201122_013009.jpg (342.06 KiB) געזעהן 1131 מאל

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15896
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך לכאורה » זונטאג נובעמבער 22, 2020 1:46 am

כאפצעם האט געשריבן:די נייע וועג וויאזוי מ'באציעט זיך צום געוועזענעם פרעזידענט, און וויאזוי ס'וועט אויסזעהן נאך יאנואר 20, קיינער וועט נישט דערמאנען ער איז אמאל געווען פרעזידענט..

סתם ליצנות דאס..
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג נובעמבער 22, 2020 1:52 am

לויט די לעוועל פון די שאקינגס ביי די פרא טראמפ אשכול, דארף מען עס עכט אין לייגן די אשכול
שויתי ה' לנגדי תמיד

איפכא מיסתבר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך איפכא מיסתבר » זונטאג נובעמבער 22, 2020 2:05 am

עכט באלאנג איך נישט צו שרייבן אין די אשכול ווייל איך בין אביסל קליין-קעפיג און נישט אזוי קלוג/אויפגעקלערט ווי די שרייבערס דא -איך האב יא געוואוט פאר טראמפ...

כ'האב נאר געוואלט פרעגן א נארישע קשיא, צו האלט עטץ נישט אז ענקער שמחה איז פריצייטיג?

נאך אלע מעשיות איז דא געווען אסאך זאכן וואס הייבן ברעמען, אסאך קליפס מיט פרעזענטעטשענס דרייען זיך ארום וואס ווייזן אן אז דא איז געווען פראוד, האלט עטץ נישט אז ס'קען נאך געלונגען און מ'וועט טרעפן א גוט שטיקל עווידענס אויף צו ווייזן די פראוד? נאך אלעם שלאפט נישט די טראמפ קאמפיין יעצט, און ארבייטן אויף קעסל און כלים אויף צו ווייזן אז מ'האט באשווינדלט די וואוטס..

אמת, ס'גייט זיי דערווייל נישט אבער חז"ל זאגן יגעתי ומאצתי תאמין און דערווייל ארבייטן זיי פעסט... ווי אויך כולי עלמא מודי אז און סופרים קאורט האבן זיי בעסערע טשענסעס ווי סטעיט און לאוער קאורטס.

אויב מעגליך/וויליג, ביטע ענטפערן
נישט ווייל יענער שרייט הויך אדער זאגט עס איבער אפאר מאל, מיינט אז עס איז אזוי - ס'קען גאר זיין קאפויער

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12471
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג נובעמבער 22, 2020 2:09 am

כאפצעם האט געשריבן:
יעצט, איך האב אויפגעכאפט ביי כמעט יעדע קלעים ווי זי לייגט צו "האט מיר יענער אפיציר פארציילט", קוקט אויס איינער פיטערט איר אינפארמאציע, און בעיסד אויף יענעמס היסטאריע בינעך גאנץ זיכער אז די רעדע איז פון 'סאשא בעראן קאהן'.

:lol:
ער האטעך שוין פון לאנג א ביינדל מיט דשוליאני..
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10713
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג נובעמבער 22, 2020 3:12 am

כאפצעם האט געשריבן:היינט ביים קאוויד סאמיט ביים G-20 זענען אנוועזנד געווען אלע לענדער, א חוץ איין פרעזידענט, וועמענס לאנד פערצופאל זעהט אצינד 2,000 טויטע טעגליך ה"י.

ביידען האט געטענהט ער זאגט נישט קיין מיינונגען אין אויסערן פאליסי נאך ווייל "איין פרעזידענט אין א צייט".

טראמפ'ס רעספאנס זעהט אויס צו זיין: "קיין פרעזידענט אין געוויסע צייט".

ווער איז דער צווייטער אויפן וואגן? א צווילינג?...

אוועטאר
האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך האלצשטיין » זונטאג נובעמבער 22, 2020 9:29 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:עטליכע פרישע באמבעס האבן געטראסקעט פון סידני פאועל, טראמפ'ס לויער..

מאכט זיכער איר זיצט בעפארן לייענען, און אויסדריקליך נישט האלטן קיין הייסע קאווע דערביי.

1) טראמפ'ס לאנגיאריגע פריינט און שטיצער, זשארזשיע גאווערנער 'ברייען קעמפ' האט פינאנציעלע אינוועסטמענטס אין 'דאמיניען', ער האט באקומען מאסיווע קיקבעקס לעצטע יאר פון די קאמפעני + אינשורענס פאר זיין עלעקשאן און זיינע קאנדידאטן. און ער האט פערזענליך מיטגעארבייט מיטן פליפן זשארזשיע צו ביידען.

2) די פרישע דאזען רעפובליקאנער קאנגרעסלייט עלעקט וואס האבן געווינען קעגן דעמאקראטן האבן באצאלט פאר דאמיניען צו באקומען די עלעקשאן.

3) אין א קאנפערענץ קאלל פון עטליכע הינדערט חברה, בראשם בערני סענדערס און עי. או. סי. האבן באאמטע אין די פענטעגאן אראפגעגעבן אינסטרוקציעס וויאזוי צו דורכפירן א סאבאטאזש אקציע קעגן די פעדעראלע גאווערמענט.

4) אנדעקט עווידענס אז קלינטאן האט געניצט די דאמיניען פירמע אין די 16' פריימערי צו סוויטשן קאליפארניע פון ברני צו איר.

5) פלאן צו פיילן אן אינזשאקשען אפצוהאלטן די זשארזשיע ראנאףף עלעקשאן ווילאנג די דאמיניען מאשינען זענען נישט אוועקגענימען. מ'זאל נישט גיין וואוטן עז איז.

6) די סי איי עי און די עף בי איי, בראשם פון זשינע האספעל און קריס רעי זענען פולי אינפארמירט און בשותפות מיטן גאנצען אינטערנאציאנאלן סקעם.

ע"כ דברת פקחתה פון בלויז די לעצטע 24 שעה.

יעצט, איך האב אויפגעכאפט ביי כמעט יעדע קלעים ווי זי לייגט צו "האט מיר יענער אפיציר פארציילט", קוקט אויס איינער פיטערט איר אינפארמאציע, און בעיסד אויף יענעמס היסטאריע בינעך גאנץ זיכער אז די רעדע איז פון 'סאשא בעראן קאהן'.

אלענפאלס, איך זעה נישט די שפיל צו לאנג אנהאלטן. עס קומט צו א פוינט אז אפילו פאר די צושטרויבעלטע טראמפ-זשוליאני טיעם איז דאס שוין אויך צופיל בזיונות, אשע"כ וואלט איך בכלל נישט געווען שאקירט צו הערן גאנץ בקרוב אז די פרוי איז געפלויגן פונעם טיעם.

פון מיין זייט אבער זאל די שאו שטייצעך אנגיין ווי לענגער..

באשעפער איינציגער...
זי האט דאס עכט געזאגט?..
האט זי כאטשיג געשמייכלט ווען זי האט געלאזט פאלן די קלוגע רייד?..
אפלו טראמפ אליינס קען דאס נישט באווייזען...


די קשיא איז אבער אויף די טראמפ טיעם.. פאוואס לאזן זיי צו אזאלכע אטאקעס אויפן גאנצע רעפובליקאנער פארטיי פון אן אפיציעלע טראמפ אטוירני?..

טראמפ טיעם פאר די רעפובליקאנער פארטיי קיין כי הוא זה, ס'איז אלעס איך איך איך

אוועטאר
האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך האלצשטיין » זונטאג נובעמבער 22, 2020 9:33 am

איך הייב שוין אן פארשטיין וואס מיינט טייערד אוו ווינינג.

יעדן טאג לייגט מען זיך מידערהייט אז 'מארגן' קומט עס, מארגן גייט מען אויפדעקן די ריכטיגע סקאנדאלן, און אלע קאורט קעיסעס וואס פליען ארויס פון ווינדא איז גאר א חלק פון די ווין ווייל די טראמפ ציל איז עכט די סופרים קאורט סאו די אלע נידריגערע געריכטן העלפן פשוט ארויס צום געווינס.

נ. ב. טראמפ זאגט יעצט אז די וואך עטליכע טעג ארום גייט מען אויפווייזן פעלשערייען אין מישיגען.. :lol: :lol:

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3339
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג נובעמבער 22, 2020 9:58 am

איך ווער מער און מער דיסעפוינטעד מיט ביידען, אזא בהמה, נישט געקענט פעלטשן אפאר וואוטס ערגעץ? וואס טוט ער ווען ער מאכט נישט די פאר טויזנט סטראטעגישע וואוטס.
I won the Election

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10713
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג נובעמבער 22, 2020 10:11 am

קריס קריסטי זאגט אז טראמפ'ס לויערס זענען א 'נאציאנאלע פארשעמונג'.

צייט פאר טראמפ צו קאנסידען.

שפיצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 3:02 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך שפיצער » זונטאג נובעמבער 22, 2020 10:23 am

בלייבט נאר איבער צו "פעקט טשעיקן" צו "די דאמיניאן מאשינען" זענען געווען אין באנוץ אין זיין סטעיט, ניו זשערסי, אונטער זיין זייגער .
וע"ע די " פורט לי סומאטאכע" אין וואס דער קריסטי איז געווען פארמישט.

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10713
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג נובעמבער 22, 2020 10:26 am

די ריכטיגע פראגע איז וויפיל ווענעזועלע באליווארס סארעס האט געשיקט פאר קריסטי דורך די באנק אוו קובא אז ער זאל זאגן דעם סטעיטמענט.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13506
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג נובעמבער 22, 2020 11:11 am

אין ליכט פונעם זשארזשיע סערטיפיקאציע פאר ביידן איז אינטערסאנט צוריקקוקן צו די פעיק ניוז 'ניוזמעקס' עלעקשאן נייט דערקעלראציע...

כ'בין נייגעריג צו זעהן זייער לעצטע מאפע, האט מען שוין צוריקגעצויגן אדער ס'שטייט נאך ווי ס'שטייט?..
צוגעלייגטע
Screenshot_20201122-110726_WhatsApp.jpg
Screenshot_20201122-110726_WhatsApp.jpg (308.37 KiB) געזעהן 693 מאל

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1892
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך בעריש'ל » זונטאג נובעמבער 22, 2020 11:30 am

כאפצעם האט געשריבן:אין ליכט פונעם זשארזשיע סערטיפיקאציע פאר ביידן איז אינטערסאנט צוריקקוקן צו די פעיק ניוז 'ניוזמעקס' עלעקשאן נייט דערקעלראציע...

כ'בין נייגעריג צו זעהן זייער לעצטע מאפע, האט מען שוין צוריקגעצויגן אדער ס'שטייט נאך ווי ס'שטייט?..

יא יא, אבער זיי זענען נישט ״מידיא״.

נאר ווען איינער רעדט עפעס קעגן טראמפ איז יענער גערעכט צווישן ״מידיא״.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג נובעמבער 22, 2020 12:00 pm

די אינטערשטע שורה איז נאך די בעסטע. א גוטע לעסן צו וויסן ווי אזוי צו גלייבן די באמבאסטישע נייעס אין דער דערנעבענדיגער אשכול, און צומאל דאהי אויך...

viewtopic.php?p=2489130#p2489130
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13506
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג נובעמבער 22, 2020 12:22 pm

;l;p-
צוגעלייגטע
IMG-20201122-WA0030.jpg
IMG-20201122-WA0030.jpg (183.2 KiB) געזעהן 516 מאל

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3712
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » זונטאג נובעמבער 22, 2020 12:58 pm

רוסישער הערשער וולאדמיר פוטין זאגט, ער גייט נישט אנעקענען ביידען'ס געווינס ביז... איך ווינדער מיר פארוואס.

די גאנצע מעריב וועלט האט שוין אנערקענט די ביידען געווינס, מדינת ישראל האט האט שוין אנערקענט די ביידען געווינס, אפי' סאודי אראביע האט שוין אנערקענט די ביידען געווינס, אבער דער צדקתך צדק פוטין, וואס פאר'סם'ט זיינע פאליטישע קעגנער וויל נישט אנערקענען ביידען'ס געווינס. איך ווינדער מיר פארוואס?

אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך אידיש.טייפינג » זונטאג נובעמבער 22, 2020 1:00 pm

ווייל ער האט גארנישט מיט טראמפ...

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10713
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג נובעמבער 22, 2020 1:22 pm

עס קומט צו לאכן יעדעס מאל וואס איינער שטעלט ארויף א פרישע ווידיאו פון עפעס א אומבאקאנטע מאן, וואס צייגט אפענע באווייזן און האר אויפשטעלנדע פעלשונגען מיט די הילף פון ברייטע ספרעדשיעטס, און קאלירטע דיאגראמען...

זייט מוחל, נעמט די אפענע פעלשונגען אין געריכט!

ווי לאנג די מכלומר'שטע איבערצייגנדע ווידעאוס זענען נישט גענוג ערנסט צו כאטש ווערן פרובירט פארנט פון א ריכטער (איך רעד נישט פון געווינען, בלויז פארשטעלן) פיל איך נישט פאר וויכטיג צו פארברענגען צייט דערויף... ניטאמאל עס אפצופרעגן.

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג נובעמבער 22, 2020 1:30 pm

אידיש.טייפינג האט געשריבן:ווייל ער האט גארנישט מיט טראמפ...


ווייל ער האט באוויזן צו טראגן אויף א רייד גאנצע פיר יאר די אמעריקאנער פאליטיק, און ער האט יעצט א טשענס צו שפינען די קייט פאר נאך עטליכע וואכן

קרעדיט: די לינקע בייעסד מידיא וועלכע זענען געפאלן פאר פוטינס טרעפ
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], היימישע וויין און 14 געסט