צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15943
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 10:57 pm

קרייסלער האט געשריבן:פאסט נישט פאר דיר כאפצעם צו גיין חוזק מאכן פון א גרימאסע און פיזישע אויסקוק פון איינער וואס זיין איינציגע חטא אז ער איז אויף די אנדערע זייט פון די פאליטישע אייל

חוץ מזה וואס אסאך אידן האבן נהנה געווען פון אים

זעהט זיך אויס אז די מידות מושחחות פון יר"ה האט זיך אריינגעגעסן אפילו אין זיינע ארכי שונאים

איינער האט לעצטנס געשריבן:

קאם אן מען
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13528
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 11:00 pm

באמבשעל סטעיטמענט פון סענעטאר ראמני
צוגעלייגטע
Screenshot_20201119-225806_Twitter.jpg
Screenshot_20201119-225806_Twitter.jpg (262.66 KiB) געזעהן 590 מאל

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13528
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 11:01 pm

נעיט זאגט א שטארקע פוינט. און כ'וואלט צוגעלייגט אז אויף דעם טרעק ווי מ'פארט יעצט "גייט" עס געשעהן, פריער אדער שפעטער!

לפי זה דארף איז שוין זשארזשיע בלויז א באונעס..
צוגעלייגטע
Screenshot_20201119-225746_Twitter.jpg
Screenshot_20201119-225746_Twitter.jpg (279.48 KiB) געזעהן 583 מאל

אוועטאר
האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך האלצשטיין » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 11:05 pm

נעה! גייט נישט פאסירן

נאך אלעם איז ער א שטארקע קאנסערוואטיווער

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 11:06 pm

האלצשטיין האט געשריבן:נעה! גייט נישט פאסירן

נאך אלעם איז ער א שטארקע קאנסערוואטיווער



אבער קאלינס און מערקאווסקי
אין אמעריקע, איז עדות, פאררעכנט ווי הונדערט פראצענטיגע פרוף, מ'טוט כסדר אריינווארפן מענטשן אין טורמע, ריאונירן זייערע לעבנס, און זיי אומברענגען, געבויט אויף אזא באווייז. ווען די מידיע זאגט אז ס'איז נישט דא באווייז, ווייסן זיי אויך אז ס'איז ליגנד.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13528
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 11:09 pm

ברעיקינג:

די AP רופט אפיציעל זשארזשיע פאר ביידען, מאכנדיג דאס אלס די פיינעל לענדסלייד מאפע!
צוגעלייגטע
20201119_230447.png
20201119_230447.png (530.7 KiB) געזעהן 543 מאל

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13528
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 11:10 pm

האלצשטיין האט געשריבן:נעה! גייט נישט פאסירן

נאך אלעם איז ער א שטארקע קאנסערוואטיווער

קודם ער קען זיך דורכקומען פונקט ווי זשאו מענטשין

און צווייטענס שאץ נישט איבער זיין שנאה. השנאה מקלקלת את השורה!

אוועטאר
האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך האלצשטיין » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 11:12 pm

מארגן איז פרעזידענט עלעקט ביידען'ס בורטדעי.. 78 יערס

אוועטאר
האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך האלצשטיין » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 11:12 pm

כאפצעם האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:נעה! גייט נישט פאסירן

נאך אלעם איז ער א שטארקע קאנסערוואטיווער

קודם ער קען זיך דורכקומען פונקט ווי זשאו מענטשין

און צווייטענס שאץ נישט איבער זיין שנאה. השנאה מקלקלת את השורה!

איינמאל טראמפ וועט זיין אינדרויסן וועט ער שוין נישט האבן די שנאה

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15943
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 11:13 pm

דער עלטסטער אמעריקאנער פרעזידענט אין די היסטאריע!

גאו זיידי גאו!
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 11:15 pm

עס איז ווערד עפעס אויסצוקלארן דא...

מען האלט אין איין פארגלייכן די מאנגל אין עווידענס צו די ראשע אויספארשונג, אבער די צוויי זאכן האבן נישט קיין שייכות אויסער דעם הינזיכט. די ראשע באשולדיגונג האט געמאכט פערפעקט סענס... עס איז נישט געווען אומגלויבליכע אדער פאנטאסטישע זאך. סברא האט געזאגט אז עס האט געקענט פאסירן, און אזעלכע סארט געשיכטעס זענען א חלק פון רעאליטי...

דא רעדט מען פון באשולדיגונגען וועלכע מאכן די אויגן ברעמען שוועלן... מאשינען האבן געהאט אלגערידעמס צו טוישן שטימען, און די אלגערידעם האט געקראכט ווייל טראמפ האט באקומען צופיל וואוטס?! ווייסע ווענס מיט אויפשריפטן פון די ביידען קאמפיין זענען געקומען דורך א אונטער טירל, אין עטליכע סטעיטס, און געלאדענט פאלשע בעלטעס?! געוויסע פאליטיקאנטן האבן באקומען א צוזאג פון דאמיניען, אז אויב גייען זיי איין צו קויפן זייערע מאשינען, דאן וועלן זיי זיכער מאכן אז זיי וועלן זיגן אין זייערע פארמעסטן?!

ראשע?! איז דאס אויפן זעלבן פלאנעט בכלל?! לויט די לאגיק קען מיך איינער יעצט קומען זאגן אז 9/11 איז געווען א אינסייד דזשאב, און ווען איך פרעג אים וואו די עווידענס איז, דארף ער נישט ענטפערן נאר בלויז צוריק ווארפן "און וואו איז די עווידענס וועגן ראשע?, הא?".

#קאם_אן עס איז צייט צו לאנדן דעם ספעיס שיף און אנהייבן טראכטן כאטש ווי נארמאלע באזעסענע קינדער.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13528
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 11:22 pm

גוט געזאגט

אבער נאכן אראפנאגלען אביסל מער דערין ביי עטליכע בינעך צוגעקומען אז די "ראשע" תירוץ איז נישט א "פארגלייך", נאר צו זאגן א "נקמה", דו האסט מיך משוגע געמאכט 4 יאר יעצט וועל איך דיך.

כאילו א "אויספארשונג" אנע שום רעזולטס איז אויפן זעלבן לעוול ווי באגראבן א דעמאקראטיע אין פלעין סייט.. דענייען 80 מיליאן מענטשן זייער שטימע און גיין פול באנאנע רעפובליק.

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך קענטאקי » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 11:23 pm

ביי יעדן טראמפ שטיצער אין די אויגן האט ראשע קאלוזשען גארנישט מער עווידענס ווי בוש'ס אומווארפן די טווין-טאוערס. ביידע האבן נישט קיינע באווייז בכלל.

(איך וויל זיך נישט דא אריינמישן, איך בין נאר מסביר די צושטעל)

Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך Growth hacker » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 11:33 pm

די טראמפיסטן געבן נישט אויף
https://stopgeorgiafraud.com/?fbclid=Iw ... em_CKB33yg

אוועטאר
זיסע פיש
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך זיסע פיש » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 11:34 pm

נאך איינער חיץ איך וואס די שיפט אין מעיאמי דעי אין פלארידע פאר טראמפ קיקט עם אויס פארדעכטיגט? די גאנצע דיסענטינס קיקט נישט אויס אזוי גיט ווער וויסט וואס ער האט אנגעדרייט דארט.
(נאר די טראמפיסטן מעגן?)
עכט בין איך נישט זיס, איך מאך מיך נאר.

הערינג מיט ברוינפען
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך הערינג מיט ברוינפען » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 11:41 pm

כאפצעם האט געשריבן:נעיט זאגט א שטארקע פוינט. און כ'וואלט צוגעלייגט אז אויף דעם טרעק ווי מ'פארט יעצט "גייט" עס געשעהן, פריער אדער שפעטער!

לפי זה דארף איז שוין זשארזשיע בלויז א באונעס..

איך זעה נישט ווי דעיס גייט אזוי דערשרעקן טראמפ, איינמאל ער גייט ארויס גייט עם נישט זייער שטארק אן די רעפאבליקענע פארטיי, ער איז דאך נישט בעצם דע גרויסע רעפאבליקאנער טא ביגון וויט...
עס זעהט מער אויס ווי נעט טרייט צו שטופען עפעס וואס ער וואלט סתם אזוי געקענט באשטיין אז עס זאל געשעהן....
ראמני קען זיך נאך צודעם צוכאפען אזוי וועט עם די מידיע נאך מער קושען און גלעטן....

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13528
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 12:18 am

יעצט באמערקט דעם נייעס פונעם קאנפערענץ

פאלעסיידס האט געשריבן:אין די צווייטע גאר אינטערסאנטע זאך וואס זי האט געזאגט, אז א טאג נאך די וואלען האט די קאמפעני אין טאראנטא געפאקט פעק מיט אלע סחורה, געטוישט נאמען אין פארשווינדען געווארען נישט איבערלאזענדיג קיין שפירען

כ'מיין דאס באלאנגט אין דעם אשכול

דער ריזן קאמפעני וואס אפערירט די טויזענטער מאשינען און ביליאנען וואוטס פון עלעקשאנס גלאבאל, האט פון איין טאג צום צווייטן, זיך אויפגעהויבן, מענטשן, פארבריקן, מאשינען, אפיסעס, און פארשווינדן געווארן פונעם פלאנעט אנע שפירן. נישטא קיין זכר

Joel
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2015 11:20 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך Joel » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 12:32 am

לכאורה האט געשריבן:דער עלטסטער אמעריקאנער פרעזידענט אין די היסטאריע!

גאו זיידי גאו!

הע ער איז נאכנישט פרעזידענט

חיימאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך חיימאוויטש » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 12:39 am

געבענטשט זאל זיין דער וואס האט ארויסגענומען כאפצעם פון די גלייזן...

וויפיל איך האב צאמגעלאכט פון זיינע צונאר-לייגער תגובות דא.

טענק-יו, אזעלכע זאפטיגע אויסקלארונגען מיט דאס ביסקעלע סארקאזעם איז א מאסט צו קענען האלטן די קאפ וואכעדיג צווישן די שטורעמישע מינוט'ליכע ערדציטענישן.

פאלעסיידס
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך פאלעסיידס » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 12:51 am

חיימאוויטש האט געשריבן:געבענטשט זאל זיין דער וואס האט ארויסגענומען כאפצעם פון די גלייזן...

וויפיל איך האב צאמגעלאכט פון זיינע צונאר-לייגער תגובות דא.

טענק-יו, אזעלכע זאפטיגע אויסקלארונגען מיט דאס ביסקעלע סארקאזעם איז א מאסט צו קענען האלטן די קאפ וואכעדיג צווישן די שטורעמישע מינוט'ליכע ערדציטענישן.

איך מיין אז די קאמפלימענט קומט זיך פאר מיר יאך מיין אז איך האב ארויסגענומען פון די גלייזען,
אפשר האט אים זשוליאני ארויסגענומען וואס ווייס איך?
איך בין נישט זיכער מיט אזא כאפצעם גארנישט

חיימאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך חיימאוויטש » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 12:55 am

יש ברירה האט געשריבן:
לויט די לאגיק קען מיך איינער יעצט קומען זאגן אז 9/11 איז געווען א אינסייד דזשאב, און ווען איך פרעג אים וואו די עווידענס איז, דארף ער נישט ענטפערן נאר בלויז צוריק ווארפן "און וואו איז די עווידענס וועגן ראשע?, הא?".



נישט געקענט בעסער ארויסברענגען!

שפיצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 3:02 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך שפיצער » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 12:55 am

כאפצעם האט געשריבן:יעצט באמערקט דעם נייעס פונעם קאנפערענץ

פאלעסיידס האט געשריבן:אין די צווייטע גאר אינטערסאנטע זאך וואס זי האט געזאגט, אז א טאג נאך די וואלען האט די קאמפעני אין טאראנטא געפאקט פעק מיט אלע סחורה, געטוישט נאמען אין פארשווינדען געווארען נישט איבערלאזענדיג קיין שפירען

כ'מיין דאס באלאנגט אין דעם אשכול

דער ריזן קאמפעני וואס אפערירט די טויזענטער מאשינען און ביליאנען וואוטס פון עלעקשאנס גלאבאל, האט פון איין טאג צום צווייטן, זיך אויפגעהויבן, מענטשן, פארבריקן, מאשינען, אפיסעס, און פארשווינדן געווארן פונעם פלאנעט אנע שפירן. נישטא קיין זכר

די פירמע האט זיך נישט פארמאכט, זייערע אפיסעס דאהי אין אמעריקע אין איבער די וועלט גייען ווייטער אהן, מען רעדט פון א ספעציפישע הויפטקווארטיר אין טאראנטא (די געבורט ארט פון די פירמע )וואס האט אנגעבליך זיך פארמאכט באלד נאך די עלעקשאנס.
אגב, קענאדע, די היימלאנד פון די "דאמיניאן פירמע " נוצט נישט זייער סאפטוועיר ביי זייערע עלעקשאנס, נאר בלויז פאפירענע בעלאטס .

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3984
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 12:59 am

שפיצער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:יעצט באמערקט דעם נייעס פונעם קאנפערענץ

פאלעסיידס האט געשריבן:אין די צווייטע גאר אינטערסאנטע זאך וואס זי האט געזאגט, אז א טאג נאך די וואלען האט די קאמפעני אין טאראנטא געפאקט פעק מיט אלע סחורה, געטוישט נאמען אין פארשווינדען געווארען נישט איבערלאזענדיג קיין שפירען

כ'מיין דאס באלאנגט אין דעם אשכול

דער ריזן קאמפעני וואס אפערירט די טויזענטער מאשינען און ביליאנען וואוטס פון עלעקשאנס גלאבאל, האט פון איין טאג צום צווייטן, זיך אויפגעהויבן, מענטשן, פארבריקן, מאשינען, אפיסעס, און פארשווינדן געווארן פונעם פלאנעט אנע שפירן. נישטא קיין זכר

די פירמע האט זיך נישט פארמאכט, זייערע אפיסעס דאהי אין אמעריקע אין איבער די וועלט גייען ווייטער אהן, מען רעדט פון א ספעציפישע הויפטקווארטיר אין טאראנטא (די געבורט ארט פון די פירמע )וואס האט אנגעבליך זיך פארמאכט באלד נאך די עלעקשאנס.
אגב, קענאדע, די היימלאנד פון די "דאמיניאן פירמע " נוצט נישט זייער סאפטוועיר ביי זייערע עלעקשאנס, נאר בלויז פאפירענע בעלאטס .

גראדע ווערט גענוצט ביי לאקאלע פראווינצען (ווי ביי אונז סטעיטס) אבער טאקע נישט נאציאנאלע.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2378
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 1:06 am

איך וועל זיך אנעמען פאר פאליסיידס. איך גלייך זיין הבנה און ער איז נישט הונדרעט פראצענט בלינד פאר טראמפ, ער איז א טראמפ ליב האבער אבער ער קומט דא אריין ווייל ער וויל פארט הערן די אנדערע זייט.

נארוואס? ער האט זיך ממש נישט מסביר געווען, ער האט גערעדט פון זיין קוק ווינקל אבער איינער וואס טיילט מיט זיין פערספעקטיוו וואלט אביסל פארשטאנען וואס ער מיינט צו זאגן

פאליסייד, דיין איינע טעות איז געווען אז האסט עס געשריבן דא אין די אשכול ווי מען גלייבט סי ען ען מער ווי טראמפ און ווי זשוליאני מיט פאועל טראגן ווייניגער ווערט ווי א אויסגעבלאזענע טישו.
זקן מלא רחמים.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15943
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 1:53 am

Joel האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:דער עלטסטער אמעריקאנער פרעזידענט אין די היסטאריע!

גאו זיידי גאו!

הע ער איז נאכנישט פרעזידענט

און שוין איז ער דער עלטסטער, דאס מיינט אז ווען ער וועט ווערן פרעזידענט וועלן מיינע רייד זיין נאך מער אמת!
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: DotBot, שתקן און 17 געסט