צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אייגנארטיג
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2020 12:28 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך אייגנארטיג » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 4:45 pm

הא הא, כ'מיין אז זיינע געפערליכסטע שעה איז הערשט געוועהן עטליכע טעג צוריק ווען ער איז געפלויגן.
כ'פארשטיי זיין אישו דערמיט אבער די דראמאטישע סטעיטמענט מאכט אים אויסזען ווי א קינד

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך גרשון » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 4:47 pm

קרן יסוד האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:נאך פון די פערל רייד פון פאוועל

זי זאגט אז די דאמיניען סיסטעם האט געהאט אריינגעבויעט א אלגערידעם וועלכע איז געמאכט צו טוישן וואוטס פון זיך אליינס פאר ביידען. די סיבה פארוואס געוויסע סטעיטס האבן אויפגעהערט ציילן עלעקשין נאכט די וואוטס, איז געווען וועגן טראמפ האט באקומען אזויפיל שטימען אז די אלגערידעם האט געקראכט! מען האט עס געדארפט פאררעכטן איידער מען האט געקענט ציילן ווייטער.

#אייעם_דעד_סיריעס

אויב איז אמת אדער נישט איז אקלארע זאך מען קען זען און די סאפטווער. נישט אזוי ? אויף וואס קריג`ט מען זיך דא ?

צי פאקטן שפילן א ראלע אין א מעשה.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
קרן יסוד
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 11, 2020 3:37 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך קרן יסוד » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 4:49 pm

גרשון האט געשריבן:
קרן יסוד האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:נאך פון די פערל רייד פון פאוועל

זי זאגט אז די דאמיניען סיסטעם האט געהאט אריינגעבויעט א אלגערידעם וועלכע איז געמאכט צו טוישן וואוטס פון זיך אליינס פאר ביידען. די סיבה פארוואס געוויסע סטעיטס האבן אויפגעהערט ציילן עלעקשין נאכט די וואוטס, איז געווען וועגן טראמפ האט באקומען אזויפיל שטימען אז די אלגערידעם האט געקראכט! מען האט עס געדארפט פאררעכטן איידער מען האט געקענט ציילן ווייטער.

#אייעם_דעד_סיריעס

אויב איז אמת אדער נישט איז אקלארע זאך מען קען זען און די סאפטווער. נישט אזוי ? אויף וואס קריג`ט מען זיך דא ?

צי פאקטן שפילן א ראלע אין א מעשה.

דו קענסט די פאקט`ן?
האסטו געליינעט אלע עפידעיווידס, אדער שרייסט סתם קאנספעראציע טעאריע ווייל דו ווילסט אזוי?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13514
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 5:11 pm

באמת קען מען יעדן קאנספיריסי גלויבער אפשווייגן אין א רגע מיט "ווי די עווידענס"? אבער פאר די סעיק פונעם קאנווערסעישאן לאמיר גיין א רגע מיט דעם "זיי געבן נישט ארויס ביזן סופריעם קאורט" ארגומענט, אקעי!

אבער בעפאר דו ווילסט מיט מיר עני ערענסטע קאנווערסעשאן איבער סייוועלעכע "פראוד" ענטפער מיר די עטליכע סימפל קשיות, ואלו הם:

1) אויב האט דאמיניען געסוויטשט מיליאנען וואוטס אין א בעיסמענט אין דייטשלאנד, מיטן פוש פון א קנעפל, איז פארוואסזשע האט אויסגעפעלט די גאנצע עבודה און אזא רעזיקאלישע אקציע פון ארומפארן מיט ווענס דורכאויס גאנץ אמעריקא אראפדראפן באקסעס בילעטן?

2) וויליאם בארר האט דאך געמאלדן אז די זשאסטעץ דעפארטמענט נעמט אונטער אן אויספארשונג און אויב טרעפט מען סייוואס ערענסטע פראוד וועלן זיי דאס אראפטרעקן און פראסעקיוטן.

נו, טוישן מיליאנען וואוטס איז נישט גענוג ערענסט? ווי זענען די פראסעקיושענס?

3) די קשיא, אבער אויפן זשוליאני זייט. די זשאסטעץ דעפארטמענט/עף בי איי קען אונטערנעמען אפאראציעס און אויפדעקן זאכן א מיליאן מאל שנעלער ווי רחמנות'דיגע ציווילע "לאו סוטס", אויב בארר איז אויף דעם קעיס פארוואס איז די גאנצע טראמפ קאמפיין/זשוליאני ענד קא. פארנימען מיט סטוםיד לאוסוטס וואס גייט אין ערגעץ נישט? פארקערט, ברענגט בלויז בושות מיטן פארלירן איינס נאכן צווייטן.

4)אז ביידן האט פארלוירן אין א לענדסלייד, די געווינס איז פשוט געפליפט דורך דאמיניען, דאן וויאזוי האט ער געווינען אזא רויטע שטאט ווי זשארזשיע? אווי איבערצייגט דורך א האנט ריקאונט, וואס האט געצייגט ס'זעלבע רעזולטאטן ווי דער מאשין?

5) אז שוין יא א פליפעריי, וואסי די נארישקייט פון נישט פליפן די 2 סענאט זיצן, און פארזיכערן א טרייפעקטא גאווערמענט?

אין נארט קאראליינע האבן די דאמיניען שאוועזניקעס ס"ה געדארפט פליפן אזא 100,000 וואוטס, און אין מעין אינגאנצן 50,000 וואוטס, און ס'וואלט געמאכט פערפעקט סענס, אלע אנקעטעס האבן דאך אזוי געוויזן בעפאר די וואלן?

6) וואס האט אויסגעפעלט די אלע לאקדאן'ס, די 200,000 טויטע, די דעמאקראטישע גאווערנערס דערביטערן די יארן פון זייערע בירגער, אלעס פארן הצלחה פונעם עלעקשאן, בעת ס'איז דאך דא א סימפל קנעפל אנגעגרייט צו געבן א פליפ דעם עלעקשאן?

7) פארוואס צוגעלאזט פליפן 15 סיעטס אין קאנגרעס, און כמעט פארלירן דעם קאנגרעס פאר די דעמאקראטן, די קנעפל ארבייט נישט אויפן קאנגרעס לעוול?

8) ס'איז 2 וואכן נאכן עלעקשאן, ווען גייט מען שוין אריינגעבען דעם דאמיניען קעיס אין געריכט אז ס'זאל זיך עטליעסט אנהייבן עפעס רוקן? אויב ווילן זיי עס האלטן בסוד איז פארוואס הערט זיי נישט אויף רעדן צו די פרעסע דערוועגן?

9) יוגא שאוועז איז שוין געשטארבן אין 2013, וויאזוי האט ער געוויסט פון דעם טראמפ פרעזידענסי און אנצוגרייטן אזא ברייטפארצווייגטע אפאראציע?

10) ווי איז די ווייגעשריי פון די רעפובליקאנער איבער אזא הימלשרייענדע, ערדשפאלטענדע, מיינדבלאוינג סקאנדאל פון עלעקשאן מעדלינג און פאקטישע מיליאנען וואוט סוויטשינג?

ווי זענען אלע רעפובליקען פירער, מיטש מעקאנעל, קעווין מעקארטי, ראנא מעקדעניעל, זשים זשארדען, לינדזי גרעהעם, טעד קרוז, מארקא רוביא, מייק פענס, מייק פאמפעיא, ראן זשאנסאן, מארשא בלעקבארן, וכו' וכו' וכו'

דינערן און בליצן העט ווען געדארפט!!!

11) וואס איז געווארן מיט די 3 מיליאן אומלעגאלע וויילער אין 2016? ווי האלט די קריס קאבאך קאמיטע דערמיט?

12) זינט די סי איי עי האט דאך שוין פארכאפט די דאמיניען סערווערס אין דייטשלאנד און אנטדעקט די עכטע נומערן (407 טראמפ) נו וואס איז נאך די קעיס? ברענגט אריבער דעם סערווער און יאללא, טראמפ ריעעלעקטעט!

13) וואס איז געשעהן מיטן צוגעזאגטן "מארגן" צו ברענגען באווייזן, אדער עטליעסט דעם "סוף וואך", אויב ס'מוז זיין "באהאלטן" דערווייל איז פארוואסזשע פארשפרעכן און געבן פאלטשע האפענונגען?

14) סיריעסלי, וואס איז פשט אז ביידען האט נאכנישט אויפגענימען א קרימינעל לויער טיעם, מ'רעד דאך דא פון האר אויפשטעלנדע קריימס?

און זאג מיר נישט ער האט יא נאר ס'באהאלטן ווייל יעדע קעקעץ זיינע ליעקט צו די מידיע. סאו וואס גייט דא פאר?

15) וואס איז פשט אז דער דירעקטאר פון נעשאנעל אינטעליזשענטס מר. טראמפקליף, דער געטרייער טראמפליקאנער סאלדאט, זאל נישט אנאנסירן א ריזן אינוועסטיגעישאן איבער אזא אינטערנאציאנאלע מעדלינג אטאקע פון ווענעזולעילע, יוגע שאוועז, ניקאראגוועי, סאראס ביז דייטשלאנד, שפאניע ביז צו די גרעסטע פארטיי אין אמעריקא די דעמאקראטן?

וויאזוי לייגט זיך עס אויפן שכל אז מר. טראמפקליפס אגענטורן, די סי איי עי, ען עס עי, עף בי איי, וכו' זאלן נאכנישט זיין אלל אווער דעם קריים?

16) וואסי פשט פון אינוועסטן אזויפיל כח אין די נארישע קליינליכע פראבעס, מיט שוואכע שאנסן מיט די סערטיפיקעישאנס/עלעקטארלעס, אזש ביזן פרעזידענט אליין שווער ארבייטן איבערצוצייגן נידעריגראנקיגע קענוועסערס, מאכן מיטינגען מיט סטעיט לעגיסלאטורן, וכו' וכו' בו בזמן ווען ס'דאך דא אן אפען ענד שאט קעיס מיט פלעין און סימפל וואוט איבערדרייער מאשינען?

17) פארוואס אין די וועלט האט מען נישט געניצט דעם דאמיניען הינטערטירל אין 2016??!!

איי וועסטו זאגן מ'איז נישט געווען גערישט? איז קודם כל איז דאך געווען א ריקאונט עטליכע וואכן דערויף, נו אויף דעמאלטס האט מען דאך שוין געוויסט?

און נאכדעם כל, פארוואס דעם גאנצן ראשע קעלוזשען האט מען אינזין געהאט צו בויען אלס אינשורענס, אבער אויסגעלאזט אזא סאך מער פשוטע גרינגע נארישע זאך?

18) וויאזוי קענסטו נעמען סיריעסלי א מענטש, א לויערטע, וואס זאגט דיר אין פנים "דאנעלד טראמפ האט ביי די לעגאלע שטימען געווינען אין א לענדסלייד, מעגליך גאר 49 סטעיטס"?

וויאזוי הערסטו נאך אויס מיט א בלעכענע פנים איין ווארט ווייטער?

19) פארוואס ווען די שופטים ביי די קאורטס פרעגן זשוליאני אין פנים צו ער באשולדיגט "פראוד" אדער עני "פאול פלעי" איז זיין תירוץ "ניין"?

20) וואס איז פשט אז אין דעם היינטיגן 2020 זאל מען פארזעהן אזא נאציאנאלע אפאראציע פון הינדערטער ווענס דראפן בעלאטס דורכאויס די פאראייניגטע שטאטן? די ביידע פארטייען אבזערווירער, די איינוואינער, די סקריענס אםען צו די פרעסע, די סעקיורעטי גארדס, די סי סי טי ווי קאמארעס איבער די גאסן און אינערהאלב דעם בנין, גארנישט גארנישט נישט אויפגעכאפט אזא מאסיווע סקיעם?

21) וואס איז פשט אז אין די אלע דעמאקראטישע סיטיס ווי די ווענס האבן געדראפט די בעלאטס איז ביידענס ליעד גאר נידעריגער ווי קלינטאן? בעת אין די סובורבס, קאנטראלירט דורך דעמס/רעפובס האט ער געראקט.

אפגערעדט פון מיאמי דעיד.. א 30 פראצענט שיפט? וואספארא אומקאמפעטענץ פון די ווען דרייווער, פארזעהן אזא וויכטיגע סטאפ אינעם קריטישסטען סטעיט, אינעם קריטישסטען סיטי, און נאך לאנגע וואכן פרי עלעקשאן ווארענונגען אז די מצב טויגט נישט דארט, זיך נאך אלץ נישט געקענט אנגרייטן כדבעי?

22) און פיינעלי, ווען גייט זיין דיין טיפינג פוינט וואס מ'גייט ביי ענק הערן: אקעי, נישטא גארנישט דא. נאכן סערטיפייען אלעס? נאכן פארלירן די געריכטן? נאך 40 געריכטן? 70? סופריעם קאורט? נאך ביידען'ס איינשווערונגס? נאך זיין פאקטיש ענדיגן 4 יאר אין ווייסן הויז?

אדער עטליכע יאר נאך זיין פרעזידענסי, און נאך העריס'ס נאכפאלגענדע פרעזידענסי גייט מען נאך הערן "מארגן קומט די זאך!".

יעצט ווי מ'זעהט איז די קשיות נאך בעפאר סייוועכע עווידענס, איך פארלאנג נישט קיין שום באווייז! דאס איז פשוט צו פארשטיין די טעאריע פשוט און גראד לשיטתכם, אננעמענדיג אז אלעס וואס עטץ זאגטס איז אמת ויציב, אבער דאך צו מאכן "סענס" דערפון.

ווען די קשיות זענען פארענטפערט קענען מיר שמועסן ווייטער אין דעם סובזשעקט...

חיימאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך חיימאוויטש » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 5:29 pm

כאפצעם האט געשריבן:


ווען די קשיות זענען פארענטפערט קענען מיר שמועסן ווייטער אין דעם סובזשעקט...



יוי!!

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך כתמר יפרח » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 5:50 pm

הרב כאפצעם, די ווייסט אויכט די תשובה צו דיינע קאנספיריסי קשיות.
זייער פשוט, האלט קאפ.
פאר די לעצטע פיפצן יאר גייט שוין אן די דאמיניען סיסטעם, יעדער נוצט עס, אזוי האט לינדזי גרעהעם געווינען אין טעד קרוז אדער עני אנדערע פאליטישן, די גאנצע סיבה פארוואס מ'גייט קאמפיינען איז נאר צו פארוואשן די מוחות פין די תמימותדיגע בירגער אז זאלן זיך איינרעדן אז כאילו זייער וואוט מאכט אויס.
יעדע פאליטישן ווייסט שוין יארן פין די דאמיניען סיסטעם, איי וועסטו פרעגן אויב יעדער ווייסט עס פארוואס געווינט איין קאנדידאט מער ווי די צווייטן?
די סיבה איז אזוי ווי טראמפ לויערטע האט שוין מזביר געווען אז די אלטעריגם וואס מ'לייגט אריין אין די סיסטעם ווערט צומאל שאקט פין אזא מאסיווע טורנאוט, אין דאס צומישט די מאשין אין איינער קומט ארויס די פארלירער.
טראמפ איז די איינגסטע וואס האט די גאטס צו עס פארציילן פארן לאנד, אין אלע פאליטישן'ס ציטערן אז זיי וועלן אויכט פארלירן זייער זיץ, דערפאר האלטן זיי זיך די מויל.

אויב די קוקסט מיר אן פאריקט מיט די מהלך, יא יא, געדענקסט נאך די ראשע קולאשען ווען מ'האט געלאכט פין טראמפ?
#דרעין די סוואמפ
#באנאנא ריפובליק
#קארטאפל דזשוליאני

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 5:51 pm

כאפצעם ;l;p-

---
אגב, איך האב א חשד אויף א געוויסע ניק בתוכינו אז ער איז דער שרייבער פון קול ברמה. ודו"ק.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13514
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 5:52 pm

ברעיקינג:

נאך 3 לאו סוטס ארויס געטראסקעט. אין אריזאונע, פענסילוועניע, און אין זשארזשיע.

ס"ה:
1-32

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1895
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך בעריש'ל » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 5:52 pm

עכט היימיש האט געשריבן:כאפצעם ;l;p-

---
אגב, איך האב א חשד אויף א געוויסע ניק בתוכינו אז ער איז דער שרייבער פון קול ברמה. ודו"ק.

פארוואס געבסטו ארויס מיין פריוואטע אינפא???!
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

פשוט מסודר
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 6:09 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך פשוט מסודר » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 6:20 pm

הרב כאפצעם, יש"כ פאר די געוואלדיגע ארבעט, אן אומאפפרעגנדע אנאליז, די פראבלעם איז אויף די באראדזש מיט דברי הבל, קאנספיראציע על קאנספיראציע, וואס גייט יעצט קומען צו פארענטפערן אייערע אויפריכטיג קשיות, די פארקרומסטע מהלכים ווערן אפירגענומען פאר דעים צוועק.
פארגעס נישט, ביי די מענטשן איז אבאמא נישט געבוירן און אמעריקא.....
א באקאנטער מיינער איז מיר מסביר די טיפע פקחות פון טראמפ, באמת וויל ער נישט זיין פרעזידענט, דאס לאנד איז נישט ווערט אזא געלונגענער פירער, נאר וואס דען, ס'פאסט נישט אויפצוגעבן, מאכט מען בכוונה נישט צו געווינען דורך אנטמוטיגן די מעיל ואוט און גלייכצייטיג באשולדיגן מעיקרא אויף פעלטשערייען וכו' וכו'
הוא ראיה, ער האט דאך געוויסט פון די פעלטשערייען ביי די מאשינען, און עס צוגעלאזט. דאס וויל ער אבער יא, געבן א גוטן שטויס פאר די דעמס.
נאך א ראיה, אז יעצט באקעמפט ער די וואהלן אהן ארויסצוגעבן די ריכטיגע עווידענס, אלעס ווייל ער וויל באמת נישט זיין פרעזידענט.
איך הער מיט אינטערעסע, און ער פיהרט אויס, אבער..... סקוקט אויס ס'וועט אים נישט געלונגען, די אמת שווימט ארויף און בהכרח וועט ער מוזן ממשיך זיין צו זיין פרעזידענט.
רבותי, דאס איז באמת געווען, דער איד איבער די ארבעים האט אסאך מער מאריך געווען מיט די פערל רייד, כ'האב מקצר געווען, בלויז א בליק מיט וועמען מ'האנדעלט.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 6:25 pm

כ'מיין איך קען זיין ניק
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5846
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 6:38 pm

מנהיג הדורות האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:אויפן וועג צו 80 מיליאן!

אוודאי ווען מ'פעלטשט קען מען מאכן אויך 100 מיליאן :grin:

;l;p- דו גיי נאר אן, די קינדערלעך דא האלטן עס נישט אויס... יו היט דעם אן די באטטאן!
איידער איר גיבט א שפאן / אין מרה שחורה אריין / געבט אייך א דערמאן / אז פינקט ווי אן עראפלאן / וואס פארט קיין קאזאחסטאן / איז קיין ניק נישט פארהאן / וואס טראגט א טורבאן

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13514
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 6:50 pm

די פייזער פירמע היינט אנגעהויבן קאלאברירן מיט די ביידען טראנזישען טיעם איבערן וואקסין דיסטרוביאציע.

חיימאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך חיימאוויטש » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 6:53 pm

כאפצעם האט געשריבן:


22) און פיינעלי, ווען גייט זיין דיין טיפינג פוינט וואס מ'גייט ביי ענק הערן: אקעי, נישטא גארנישט דא. נאכן סערטיפייען אלעס? נאכן פארלירן די געריכטן? נאך 40 געריכטן? 70? סופריעם קאורט? נאך ביידען'ס איינשווערונגס? נאך זיין פאקטיש ענדיגן 4 יאר אין ווייסן הויז?



די אמת'ע תירוץ אויפדעם איז - לויט מיין מיינונג - אז ס'גייט שוין אזוינס נישט געשען. רובם ככולם פון טראמפ-נאכפאלגער גייען על פי פשטות קיינמאל מער נישט מודה זיין אז ביידן האט געוואונען די עלעקשאנס מיט רעכט.

הגם איך ווייס נישט גענוי וועלכע אויסרייד מ'גייט נוצן אויב אלע [יעצטיגע] באשולדיגונגען שטעלן זיך ארויס אלס נישט ריכטיג, אדער אלס עפעס וואס האט בכלל נישט געשפילט קיין ראלע אין די געווינס... מ'וועט אבער עפעס טרעפן, אדער וועט דער ריכטער וואס פסק'נט דערקעגן זיין א אבאמא אפאוינטי, אדער אפשר א נעווער-טראמפער, אדער אפשר א [יעצט-געוואורענע] פארעטישע רעפובליקאנער... על פי אמת איז נישט מעגליך פארצושאצן וואספארא מאדנע און צודרייטע פשעטל'עך וועלן אפירקומען פון אונטער די ערד, אין ליניע פון וואס מיר האבן אלס צוזאמגעהערט די לעצטערע וואכן אויפן ראוליקוסטער.

אידיעווי האט שוין יעצט טראמפ גרייט די טערעטאריע ארויסצוגיין פונעם ווייסן הויז, אן אנערקענען אז די ווארט 'לוזער' זיצט אויף אים באקוועם. ער [וכל הנילוים אליו] האב זיך שוין אהערגעשטעלט אלס די אינשי אמת וועלכע זענען דא אויפצודעקן די ווארהייט לטובת די אמעריקאנע פאלק, און מיט דעם גייט מען פארדעקן סיי-וועלכע פארלוסט, מ'גייט דאס זינגן און זאגן אזוי לאנג ווי יעדער וועט עס גלייבן, אדער מיד-ווערן פון הערן... ווענדט זיך אין פאליטישע-אנטשואונגען.

אוועטאר
האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1981
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך האלצשטיין » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 7:45 pm

כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

נאך 3 לאו סוטס ארויס געטראסקעט. אין אריזאונע, פענסילוועניע, און אין זשארזשיע.

ס"ה:
1-32

די קלאגע אין פענסילוועניע איז די קלאגע וואס דזשוליאני האט פארטרעטן די וואך אין קאורט?

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2296
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 7:49 pm

כאפצעם א געוואלדיגע ארבייט געמאכט! יעצט טויש ארום די נעמען און די סקאנדאל צו ראשע סקאנדעל, גענוי אזא פנים האט עס געטראגן מיט אן אויסנאם אז די מידיא האט עס געבעקט

אה שיעור פארגעסן, לייג צו די סקאנדאל פון די סענטורי וואס האט פארדינט אן אימפוטשמענט
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13514
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 8:00 pm

כ'טריי צו אריינפעיסטן ראשע ביי יעדע פראגע, עפעס קלעבט עס נישט

געמיר א מינוט, לאמיך טרייען אוקריינע פאון קאול

הר גריזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך הר גריזים » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 8:01 pm

כאפצעם ;l;p- ;l;p-

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14813
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 8:03 pm

https://twitter.com/kylegriffin1/status/1329589126224547848?s=08
Breaking NYT: Two separate New York State fraud investigations into Trump and his businesses, one criminal and one civil, have expanded to include tax write-offs on millions of dollars in consulting fees, some of which appear to have gone to Ivanka Trump. https://t.co/wu5jbMv2ia


-------------

עכט היימיש האט געשריבן:@צל ביזט נישט גערעכט.

אויב איינער וויל אז טראמפ זאל פארלירן, אבער האט א הו"א אז אפשר האבן זיי א קעיס טאר שוין נישט דא שרייבן? אדרבה, פאר דעם איז דאס געמאכט, צו הערן די פראו ביידען זייט. איך טענה מיר נישט, איך פרעג נאר.

איינער וואס גלייבט די שיכורים האט נישט וואס צו זוכן אין דעם אשכול, אין דזשענערעל, און אודאי נישט באריכטן דא כאילו זיי רעדן נישט סתם שקרים וכזבים.

א קל וחומר פון דעם פעיסן ריעליטי אשכול.

כאפצעם האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן: א הו"א אז אפשר האבן זיי א קעיס טאר שוין נישט דא שרייבן? אדרבה, פאר דעם איז דאס געמאכט, צו הערן די פראו ביידען זייט. איך טענה מיר נישט, איך פרעג נאר.

דו דארפסט אריינקומען קלארער אין ארדער צו קענען פירן א דעסקאשען אויף נישט געשטויגענע דמיונות

ברענג אהער עני עווידענס וועט מען עס קענען דיסקוסירן/אפווענדן וכו

נישט אהער, נארמאלע עווידענס קען מען ברענגן אין דעם ספעציעלן עלעקשן פראוד באשולדיגונג אשכול.


--------

Goodmorning האט געשריבן:איך בין מודה אז כאטש עס לייגט מיר נישט אויפן שכל, און אלע אנדערע זאכן האב איך שוין געזען וויפיל שטותים עס איז, אבער וויבאלד זיי האבן קיינמאל ארויסגעלייגט דאמיניאן באווייזן און זיי רעדן אזוי פעסט לויט די באריכטן דא, קלער איך צו זיי קענען נישט אויפווייזן לעכער אין די סאפטוועיר וואס מען וועלט ווען געקענט מאניפולירן כאטש מען האט נישט, און דורכדעם האבן שאנסן?

באלאנגט נישט עכט אין דעם אשכול, אבער האסטו שוין געהערט פון א האנט ריקאונט אין דזשארדזשיע?

נישט אז בעפאר דעם האב איך געהאט עני ספק.

---------

א_נייע_גרינער האט געשריבן:איין קליינע נקודה'לע צו נעמען אין אכט

מ'וועט נישט זאגן צו וועלעכע זייט דאס ווערט געשריבן
דער ווער עס מיינט מען מיינט איהם, איהם מיינט מען

בשעת די און די טענה'נען זיך ארום,

געדענק!!! פון 153,342,426 מענטשן
זענען דא
70+ מיליון מענטשן וואס האלטן פונקט ווי דיר
און 70+ מיליון מענטשן וואס האלטן פונקט ווי דיר

סא! סיי די און סיי די
זענען נישט קיין סתם משוגעים וואס...

די און די קענען זיין ראהיג אז זיכער ביסטו גערעכט
ווייל נאך 70+ מיליון מענטשן פארשטייען פונקט ווי דיר

באלאנגט נישט אין דעם אשכול, אבער טאקע, דער מצב איז געפערליך אז 73 מיליאן פלאס האבן געשטימט פאר פאשיזם קעגן דעמאקראטיע.

דאס אז איבער 80 מיליאן האבן געשטימט פאר דעמאקראטיע, איז גאנץ קנאפע חיזוק צו דעם חורבן.

----------

Goodmorning האט געשריבן:אינטערעסאנט אז ביידען שטעלט נישט צוזאם די בעסטע לויערס ווען ער ווייסט אז עס קומט אזעלכע צרות

ביידן האט צוגעגרייט א מעכטיגע טיעם נאך פאר די וואלן, דער חכם קושנער האט זיך דערמאנט מיטװאך פארטאגס אז מען דארף האבן לויערס, איז ער געבליבן מיט אזאנע שוסטער.

(איך מיין נישט צו אפענדן די שוסטער, זיי זענען וואוילע אידן מיט א וויכטיגע דזשאב, איך נוץ נאר דעם אויסדרוק.)

-----------

פרוביר אויך האט געשריבן:
די קענסט מיר מסביר זיין וויאזוי טראמפ האט באקומען 8 מיליאן וואוטס מער ווי קלינטאן האט געהאט 4 יאר צירוק?
ווען איך זאג דיר עס פאר די וואלען וואלסטו מיר געשיקט צום דאקטער.
ווען איך זאג דיר אז די רעפובליקאנער האבען א שאנס אויפצופיקען קאנגרעס וואלסטו מער נישט גערעדט צו מיר,

זאכען שטימען נישט מיט די נערעטיוו וואס די מידיע פיטערט


דא שרייב איך אז טראמפ וועט ברעכן אדער זיין נאנט צו אבאמע'ס 08 רעקארד פון 69.5 מיליאן שטימען. דהיינו ארום 70 מיליאן.

און דא שרייב איך אז אויב טראמפ געווינט וועלן די רעפאבליקאנער צונעמען מאסן זיצן אין קאנגרעס. דהיינו אז עס גייט גיין נענטער צו די פרעזידענט וואלן ווי מען רעכנט.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום פרייטאג נובעמבער 20, 2020 3:57 am, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

א_נייע_גרינער
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 17, 2017 12:14 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך א_נייע_גרינער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 8:10 pm

איין קליינע נקודה'לע צו נעמען אין אכט

מ'וועט נישט זאגן צו וועלעכע זייט דאס ווערט געשריבן
דער ווער עס מיינט מען מיינט איהם, איהם מיינט מען

בשעת די און די טענה'נען זיך ארום,

געדענק!!! פון 153,342,426 מענטשן
זענען דא
70+ מיליון מענטשן וואס האלטן פונקט ווי דיר
און 70+ מיליון מענטשן וואס האלטן פונקט ווי דיר

סא! סיי די און סיי די
זענען נישט קיין סתם משוגעים וואס...

די און די קענען זיין ראהיג אז זיכער ביסטו גערעכט
ווייל נאך 70+ מיליון מענטשן פארשטייען פונקט ווי דיר

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2296
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 8:23 pm

כאפצעם האט געשריבן:כ'טריי צו אריינפעיסטן ראשע ביי יעדע פראגע, עפעס קלעבט עס נישט

געמיר א מינוט, לאמיך טרייען אוקריינע פאון קאול


קאם אן מען
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3984
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 8:25 pm

צל עובר האט געשריבן:
https://twitter.com/kylegriffin1/status/1329589126224547848?s=08
Breaking NYT: Two separate New York State fraud investigations into Trump and his businesses, one criminal and one civil, have expanded to include tax write-offs on millions of dollars in consulting fees, some of which appear to have gone to Ivanka Trump. https://t.co/wu5jbMv2ia


-------------

עכט היימיש האט געשריבן:@צל ביזט נישט גערעכט.

אויב איינער וויל אז טראמפ זאל פארלירן, אבער האט א הו"א אז אפשר האבן זיי א קעיס טאר שוין נישט דא שרייבן? אדרבה, פאר דעם איז דאס געמאכט, צו הערן די פראו ביידען זייט. איך טענה מיר נישט, איך פרעג נאר.

איינער וואס גלייבט די שיכורים האט נישט וואס צו זוכן אין דעם אשכול, אין דזשענערעל, און אודאי נישט באריכטן דא כאילו זיי רעדן נישט סתם שקרים וכזבים.

א קל וחומר פון דעם פעיסן ריעליטי אשכול.

כאפצעם האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן: א הו"א אז אפשר האבן זיי א קעיס טאר שוין נישט דא שרייבן? אדרבה, פאר דעם איז דאס געמאכט, צו הערן די פראו ביידען זייט. איך טענה מיר נישט, איך פרעג נאר.

דו דארפסט אריינקומען קלארער אין ארדער צו קענען פירן א דעסקאשען אויף נישט געשטויגענע דמיונות

ברענג אהער עני עווידענס וועט מען עס קענען דיסקוסירן/אפווענדן וכו

נישט אהער, נארמאלע עווידענס קען מען ברענגן אין דעם ספעציעלן עלעקשן פראוד באשולדיגונג אשכול.


--------

Goodmorning האט געשריבן:איך בין מודה אז כאטש עס לייגט מיר נישט אויפן שכל, און אלע אנדערע זאכן האב איך שוין געזען וויפיל שטותים עס איז, אבער וויבאלד זיי האבן קיינמאל ארויסגעלייגט דאמיניאן באווייזן און זיי רעדן אזוי פעסט לויט די באריכטן דא, קלער איך צו זיי קענען נישט אויפווייזן לעכער אין די סאפטוועיר וואס מען וועלט ווען געקענט מאניפולירן כאטש מען האט נישט, און דורכדעם האבן שאנסן?

באלאנגט נישט עכט אין דעם אשכול, אבער האסטו שוין געהערט פון א האנט ריקאונט אין דזשארדזשיע?

נישט אז בעפאר דעם האב איך געהאט עני ספק.

---------

א_נייע_גרינער האט געשריבן:איין קליינע נקודה'לע צו נעמען אין אכט

מ'וועט נישט זאגן צו וועלעכע זייט דאס ווערט געשריבן
דער ווער עס מיינט מען מיינט איהם, איהם מיינט מען

בשעת די און די טענה'נען זיך ארום,

געדענק!!! פון 153,342,426 מענטשן
זענען דא
70+ מיליון מענטשן וואס האלטן פונקט ווי דיר
און 70+ מיליון מענטשן וואס האלטן פונקט ווי דיר

סא! סיי די און סיי די
זענען נישט קיין סתם משוגעים וואס...

די און די קענען זיין ראהיג אז זיכער ביסטו גערעכט
ווייל נאך 70+ מיליון מענטשן פארשטייען פונקט ווי דיר

באלאנגט נישט אין דעם אשכול, אבער טאקע, דער מצב איז געפערליך אז 73 מיליאן פלאס האבן געשטימט פאר פאשיזם קעגן דעמאקראטיע.

דאס אז איבער 80 מיליאן האבן געשטימט פאר דעמאקראטיע, איז גאנץ קנאפע חיזוק צו דעם חורבן.

איך אז נישט אז עס איז דא עפעס, אבער אפשר וועלן זיי אויסנוצן יעדע שוואכקייט אינעם סאפטוועיר אויפצוויייזן אז די וואלן זענען נישט געווען גערעכט
שויתי ה' לנגדי תמיד

no way
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:56 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך no way » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 8:27 pm

א רופאבלינקן זאגט מיר אז ער האלט אז דזאליאני טוט עס אלס נקמה פאר 2016

צו ווייזען פאר דו דעמס וואס זיי האבן געטון מיט טראמפ מיטן אים מאכן פאר א אילעגיטעמיט פרעזידענט די לעצטע 4 יאר

#נקמה
נישט מסכים!

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10720
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 8:27 pm

טאקער קארלסאן איז שוין זאט פון סידני פאוועל... ס'איז א נחת...

פאלעסיידס
שר האלפיים
תגובות: 2051
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך פאלעסיידס » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 8:33 pm

כאפצעם, כהאב דורך געליינט דיינע קשיות אין פירכות,
סאטמאר רבי וואלט ווען געענטפערט אזא צייט די פיפטע אכטע אין ערשטע קשיא איז איינס, די זיבעטע אין ניינטע פארענטפערט די צווייטע,

די דרייצענטע פארענטפערט אלע ציזאמען!

אקעי ,דזשאוקס אין א זייט,

ווען אונז גיי מיר אננעמען אז אונז זעמיר אין איין שיף,
אונז שטיי מיר אינדרויסען אן קיין נגיעות, וואס זאגט די טראמפ זייט, אין יא! וואס זאגט די ביידען זייט,

דעמאלטס וואלט ווערט געווען צי ספענדען צייט אין אראפ ברעכען און צינעמען א חלק פון דיינע קשיות,

ווייל א חלק פון דעם איז גוטע קשיות,
און א חלק גייט דאך שטיפען די אנדערע זייט ביז די יאנואר 20, ווי געוויסע מידיא קאמפעניס אשר מפיהם אנו ח',
סא מען קען דאך דעס נישט דיסמיסען ווען זיי שפילען אזא צענטראלע ראלע היינט אין די עלעקשען/פוטש, אדער וויאזוי מ'וויל עס אנריפען,

ממילא וויפיל זיי שפילען א ראלע איז דאך רעלעווענט,

גראדע וואלט טאקע געווען סך געשמאקער ווען אזאלעכע ניקס ווי דיר -צי וועמען איך האב ח"ו נישט קיין טענות- וואלטען ווען קלאר געזאגט פון וועמען זיי נעמען זייער טאלקינג פוינטס,

ווייל ווען איך קוק סי ען ען אדער בלומבערג, בשעת די פרעסע קאנפרענץ, אין יא, בשעת מעשה אויך דא, אין איך זע ווי געוויסע ניקס שרייבען נאך ביז א מינוט די טאלקינג פוינטס פון די פראפעשענעלס ווארט ביי ווארט כאי סאיז אייגענס,
מאכט עס אזא אומבאטמטע פילינג וואס איך קען נישט געהעריג מסביר זיין , אבער סאיז א נישט גוטע טעם,

א שטיקעל לימוד זכות קען זיין, אז געוויסע שרייבערס זעען עס נישט, זיי זאגען נאך א געלונגענע שלאג ווארט פון א סטאטוס וואס יענקל זשי האט געשריבען וואס ווערט געפיטערט גראד פון זעבי יונגער, (נעמען זענען נאר אילסטוראציעס)
אין דא געשעט א שטיקעל פאנטשער וואס עטס וועטס אויך פארשטיין, קיינער האט נישט ליב ווען נארמאלע מענטשען אין בפרט גוטע חברים לעבען אין דינייעל, נישט קיין חילוק וועלכע זייט, אבער ווען מזאגט עס נאך, און מען קריגט זיך, אויף א ריכטיגע וועג איז עס גאר אנדערש.

דא נאך די פרעסע קאנפרעץ, וואלט איך געזאגט אזוי,
אז איך האב יעצט געזען סי ען ען האט געקאמענט אז די אנדערע זייט רעדט שטותים, שטרוי, קארטאפעל, און דאס איז די ריזען פארוואס איך נעם אן זייערע ווערטער, צי ווייל פילינגס, צי ווייל לצנות כאפט א מענטש, צי ווייל די פאקט אליינס אז די פי אר קוקט נישט אויס גוט אן מסביר זיין, כמיין למעשה אויף טעם וריח אין להתוכח,

אויב רעד איך אזוי
קען מיך איינער פון די אנדערע זייט -א נארמאלע מענטש- גראד אפראטשען און ציען א נארמאלע שמועס אין אויסלאזען זייער אסאך זאכען ארום אין ארום, ווי ווען מאיז נישט 100% אויפריכטיג פון ווי מנעמט די טאקינג פוינטס,
כהאף אז איך דארף נישט מאריך זיין דא וויאזוי די שמועס וואלט ווען געגאנגען,

אבער אויב נישט געשעט, אפשר אומווילענדיג אז די שמועס פארט אראפ פון די רעסלען ס'ווערט אן חידושים און סווערט מוראדיג שווער צי שרייבען דא, חוץ פאר איינער וואס קערט נישט אויף א נארמאלע ניווא,
איך האב שוין געוואלט אפאר מאל שרייבען זאכען וואס וואלט גראדע אויסגעקוקט פרא טראמפ סווערט אבער מוראדיג שווער אין אזא מצב, למעשה פעלט ענק אסאך מאל וויכטיגע אינפארמעישען מיט אזא ציגאנג,
(נישט ווייל סגייט פעלען ח"ו עפעס, א נשמת קען מען נאך אלטס זאגען צי מווייס יא צי מווייסט נישט, סאיז נאר אביסעל גויאישע פאליטיק אין מיינע אויגען עפטער אלל)

אבער דא געשעט דאך היסטאריע אין ווען מווערט סטאק איז דאך פשוט א שאד,
לאמיך אביסעל פארברייטערען וואס כהאב געמיינט צי זאגען מיט דעם אז מהאט נישט ליב ווען מלעבט אין דינייעל,
ווען איינער זאגט עפעס נאך פון סי ען ען, אין זאגט אז סאיז מיין אייגענע דעת, איז עס מוראדיג נעריש, אביסעל מילדער גערעדט, בחוריש, יענער שטייט אין זעט דאך סי ען ען ציזאמען מיט דיר, די לייקענען אז סקומט נישט פון דארט איז זייער נישט רעספעקטפול אין עטיש, סקוקט אויס ווי מרעספעקט נישט יענעמס אינטעלעזשענס, יענעמס דעת מהאלט אז יענער איז אויף זייער א סלוי לעוועל ווען דעס געשעט,
איך בין ענק עס מסביר טאקע ווייל סאיז דא א לימוד זכות אז עטס ווייסט נישט געהעריג וועגען סי ען ען אז זיי שפייען טאג אין נאכט,
וואס אויב מווייסט נישט טו איך ענק דא א טובה אז איך גראד דא אויס א מיספארשטענדעניש צווישען חבירים ווייל יענער מיינט דאך אז ניקס טיען עס פאר דוקא,

אין לאמיר גיין ווייטער, ווען די שמיעס קומט שוין יא אן צי סי ען ען אין מזאגט נאך אן הנחה וואס זיי האבען געבויט פאר 6 יאר צוריק אין מוויל נישט מודה זיין די אמת אז סקומט פון זיי,

קען מען דאך ווייטער נישט שמיעסען תכלית מען ווערט סטאק,
מאיז דאך אוועק פון די ריכטיגע פוינט, אין אזא צייט איז דאך איבריג יעדע שמועס אדער אפי טענה, אין בעסטען פאל ווערט דאך די מענטש וואס פאפט זיך מוראדיג קאנפיוזד, ער ווייסט שוין טאקע נישט וואס פעלט אים,
אין אזוי ווייטער,

ווען איינער איז מודה אז אין הכי נמי סקומט טאקע פון די מידיא קאמפעניס, אבער מלייקענט אז א מאכטפולע מידיא האט בכלל א השפעה, נע איך זע גראד, איז דאך דעס אויך נישט קרוב לאמת,
אדער מזאגט למשל , יא סקומט פון זיי, יא סהאט השפעה, אבער זיי זענען דאך נייטראל, איז ווען נישט די פריער דערמאנטע לימוד זכות קען עס מוראדיג אירעטעטען, ווייל מקומט צי צו א אומרירבארע פאקט, אדער זענען די בעלי בתים ביי די קאמפעניס שמוציגע חברה,
אדער איז דער אויף ווען מפארציילט עס א קארעפטירטער באנדיט, סאיז דאך נאר איינס פון די צוויי,
אין גאר אויסנאמס פאלען קען מען זאגען אז ביידע זענען זיך ווערט דאס געלט, ווען די נייעס האלט ביי אזאלכע האראויפשטעלענדע באשולדינגען,

פון דא אין ווייטער קומט דאך אלעס צירוק צי דעם,

קען דען איינער זאגען איך קען פערזענליך טראמפ אדער ביידען? איך בין בכלל נישט באיינפלוסט פון פראפעשנעל פי אר?

פארוואס איז דעס וויכטיג צי וויסען?
עטס זענטס דאך גאנץ גוט באהאווענט אין אמעריקאנע פאליטיק
אסאך פון ענק, (יעצט רעד איך פון מיינע ביידען שטיצערס)
זענען גאר גוטע שרייבערס,
און אמעריקאנע פאליטיק איז אויך היבש שמוציג פיל מיט מאכענזיאציעס אין שטיק,

אבער דא האט עס געשיפטעט (רחמנא ליצלן) צי עפעס גאר גאר אנדערש,
נישט יעדער האט דאס געכאפט אויפען מינוט
אבער דעס איז נישט ביזנעס עז יוזשעל, ( סאיז נאך דא א וועג צירוק בעז"ה פאר די וואוילזיין פאר אמעריקע אין פאר די וועלט)
אבער אויב גייט מען נישט געבען א טיפע טראכט וואטס גואינג אן העיר, אין אוועק לייגען די אלטע שפראך אין נישט זיין 100% פון ווי מנעמט אינפא,
גייט אסאך שרייבעריי דא זיין זיראו ווערט,

"קיינער" ווייסט נישט דא וואס דא גייט עכט פאר,
עטס הערטס "קיינער" נישט דוקא דא נאר אין רוב עווריזש אמעריקע,
אין מווייסט נישט אלטס וואס די ראלע פון בלומבערג, עי טי ענד טי , אליבאבא וכו אין דאס גאנץ פעקעל!
אין איך וועל עס איבער זאגען,

איך וועל דא ווארפען א סטעיטמענט! ס'קען גאר זיין א פיצי טשענס אז זיי זענען גערעכט, הגם איך גלייך דא עפעס נישט, אין די חזקה צייגט אויף די אנדערע וועג,
איז נאך אלטס דא פלאץ צי טראכטען, אז אבאמא אין די ביג טעק איז גערעכט, וואס ווייס איך דען?
אפשר וועל איך איינמאל צירוק קומען צי דעם,

אבער סקען זיין אז איינער האט דא אויסגענוצט סידני פאועל טראמפ פאפידאפעליס,
סמיינט נישט אז זיי זאגען ליגענט עפעס אמת -לויט דעי שיטה- קען זיין, אבער! די יעניגע וואס נוצען עס אויס , נעמען פשוט אפעטונערטי פאר זייער אינטערעסען,

און יא, סאיז דא א קליינע טשענס אז סאיז פלעין אביסעל פאליטיק עז יוזשעל אין סקוקט נאר אויס אזוי משוגע מחמת סיבות, איי דאוד איט, אבער נאכאלץ, סקען זיין אז סאיז נישט אויסגעשלאסען,
-------------------
יעצט צוריק צי @כאפצעם איינמאל מהאט דעס ארויסגענומען פון וועג.

מען דארף באמת זען וואס טראמפס טיעם האט געזאגט,

אויב וועל מיר זיך נישט פאפען, אין נישט קוקען די גאנצע זאך פון אנפאנג ביזען סוף אן א דרויסענדע איינפלוס, קען מען אסאך קליגער ווערען אין שפארען אסאך ווערטער,

מיך האט אביסעל אויסגעקוקט ווי די האסט אויסגעהערט זשוליאניס דרשה אויבערפלעכליך, ווייל ער, אין סידני, האבען זייער קלאר אדרעסירט א חלק פון דיינע קשיות זייער קלאר,

איך האף אז איך וועל האבען צייט אין דורך גיין דיין תגובה שטיקעל ביי שטיקעל, ווייל איך האב אויך קשיות אויף זייער אסאך זאכען, אין ניין איך נעם נישט אן דערווייל אז די טיעם מיט געלונגענע לאנגיעריגע פראסיקיוטערס זענען אינגאנצען משוגע,
אבער קודם דארף מען רעדען פאקטען,

אין צום לעצט, איך האלט אונטער נארמאלע אומשטענדען וואלט ביידען געווען זייער א געלונגענע פרעזידענט, איך האלט שוין אזוי נאך פון ווען ער איז געלאפען קעגען אבאמא איך האב געוואלט ער זאל דעמאלטס געווינען,
אין איך האלט אז טראמפ וואלט קיינמאל נישט געקענט לויפען נאך זיין פרעזעדענסי , (הו קנאוס? )
אין ווען אבאמא האט אים אריינגענומען אלטס ווייס פרעזידענט בין איך געווען סך רואיגער, פאר דעם האט דאך אים אבאמא אריינגענומען איא?

אבער דא בין איך געווארען היבש קאנפיוזד (יו אר קאנפיוזד??, קרעדיט ענדרו קאומו) מיט אים
לעצט פאראכטן דורך פאלעסיידס אום דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 10:45 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dinrap, IMBZ, א גוטן, איגערקע, בועז, כאפצעם, ציקוועטשטער און 62 געסט