בלאט 1 פון 13

ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 11:16 am
דורך הכל הבל
ברוכים הבאים!

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 11:16 am
דורך הכל הבל
מען שטייט ארום א וואך בעפאר די נאציאנאלע וואלן מיט די ערנסטע מעגליכקייט אז די וויילער וועלן אריינוועלן דזשאו ביידען אלץ 46'סטע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן
עס איז נאך אן "אויב", אבער "אויב" זאל די "אויב" פאסירן דארף דאך זיין אן אשכול ווי צו באריכטן איבער אלץ און אלעמען ארויס פון די נייע ביידען אדמיניסטראציע אנגעהויבן פון די טראנזישאן פעריאד און דאס מעלדן קאבינעט פאזיציעס, די פייערליכע איינשווערונג צערעמאניע און דערנאך דאס דורכפירן די פארשפראכענע פאליסי רעפארמען

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 11:20 am
דורך פעיק ניוז
איך פארשטיי נישט. דו מאכסט אויף אן אשכול בעפאר עס איז רעאליטי? און בעפאר דו ווייסט צו עס גייט בכלל זיין רעאליטי? אדמיניסטראציע אשכולות עפנט מען געווענליך נאך וואס עס איז שוין דא א געוואונער.

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 11:20 am
דורך די קאץ ארויס פון זאק
הבל האט שוין געזעהן גענוג.

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 11:21 am
דורך סעלפאן
אויב וועט ער פארלירן וועט מען עס לייגן אין בד''ה אשכול.....

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 11:22 am
דורך הודו להשם
:x

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 11:23 am
דורך הכל הבל
פעיק ניוז האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. דו מאכסט אויף אן אשכול בעפאר עס איז רעאליטי? און בעפאר דו ווייסט צו עס גייט בכלל זיין רעאליטי? אדמיניסטראציע אשכולות עפנט מען געווענליך נאך וואס עס איז שוין דא א געוואונער.

איך האב געמאכט זייער אן איינפאכע חשבון
די וועלכע קוקן שוין ארויס אויף א ביידען אדמינסטראציע וועלן זיכער נישט האבן קיין פראבלעם אז די אשכול איז שוין אפן
ווידעראום די וועלכע גלויבן און ערווארטן א טראמפ געוואונס וועלן זיכער זיין העכסט צופרידן צו קענען שאלן מיטן טראמפ געווינס אנווייזנדיג וואסארא סורפרייז עס איז ווען אלע אנקעטעס האבן פאראויסגעזאגט א ביידען זיג און מען האט שוין אפילו געעפנט א ביידען אדמיניסטראציע אשכול באזירט אויף די ערווארטונגען

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 11:24 am
דורך פעיק ניוז
פיין, אבער מיט אזא חשבון באלאנגט אזא אשכול אין פארברענגען.

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 11:28 am
דורך בעסער אזוי
פעיק ניוז האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. דו מאכסט אויף אן אשכול בעפאר עס איז רעאליטי? און בעפאר דו ווייסט צו עס גייט בכלל זיין רעאליטי? אדמיניסטראציע אשכולות עפנט מען געווענליך נאך וואס עס איז שוין דא א געוואונער.

די טרענזישן ארבעט הייבט זיך שוין אן פאר די וואלן, סוי איך גלייב אז סאיז דא וואס צובאריכטן אפילו ביידן וועט למעשה פארלירן

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 11:42 am
דורך בעריש'ל
ווער פירט אן די טרענזישאן טיעם?

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 11:44 am
דורך כאניש וואס צו טון
דער אשכול האט געמאכט טרויעריג אסאך ניקס...
מילא ווען ס'איז א רעאליטעט, נו.. מוז מען דאך לעבן מיטן מציאות,
אבער אז ס' יטאמאל נאנט דערצו... סמאכסטע א מצב?

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 11:46 am
דורך הכל הבל
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:אבער אז ס' יטאמאל נאנט דערצו...


הא?

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 11:50 am
דורך כאניש וואס צו טון
דיסרעגארד...
קוקט אויס כ'האב פארבלאנדשעט ערגעץ...

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 1:53 pm
דורך אביסל טיפער
בעריש'ל האט געשריבן:ווער פירט אן די טרענזישאן טיעם?

@הכל הבל

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 1:55 pm
דורך שיעלע בהמה
אויב גייט עס גיין אין סופרים קארט

וואו וועלן זיין די באריכטן? אויכעט דא?

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 1:56 pm
דורך הכל הבל
שיעלע בהמה האט געשריבן:אויב גייט עס גיין אין סופרים קארט

וואו וועלן זיין די באריכטן? אויכעט דא?

אויף דעם האט מען געעפנט א באזונדערע אשכול

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 1:58 pm
דורך יש בו
פעיק ניוז האט געשריבן:פיין, אבער מיט אזא חשבון באלאנגט אזא אשכול אין פארברענגען.

אדער אין היימישע קרעטשמע,

די אשכול איז פארפירעריש,

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 2:02 pm
דורך בעסער אזוי
@הבל לאדיך נישט פון זיי, דו האסט מיין פילע סופארט

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 2:04 pm
דורך לכאורה
איך בין אויך בייז אויף דעם אשכול, אבער צוליב אן אנדערע סיבה ווי טייל פון מיינע פאררעדנער דא

נעמליך: איך האב דאס געוואלט אויפמאכן!!!

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 2:06 pm
דורך ארחיקה נדד
יש בו האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:פיין, אבער מיט אזא חשבון באלאנגט אזא אשכול אין פארברענגען.

אדער אין היימישע קרעטשמע,

די אשכול איז פארפירעריש,

טא? דווח'ט דעם אשכול! אדער שיקט אן אישי פאר הבל.
פארוואס אין דער וועלט פארהאקן דעם אפעטיט פון אונזער באליבטן וואשינגטאן קארעספאדאנט?
מאדנע.

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 2:09 pm
דורך יש בו
לכאורה האט געשריבן:איך האב דאס געוואלט אויפמאכן!!!

אויב מ'מעג זאגן א קריטיק אויף אונזער אלעמען באליכטן הבל,

עס זעהט מיר אויס ווי די אנגעגעבענע תירוצים זענען לעכערליך,
די מסתבר'דיגע סיבה פאר עפענען דעם אשכול איז דאס וואס @לכאורה זאגט, ע"כ טוט דאס נישט בארעכטיגן,

----

ארחיקה האקט, וועלכע אפעטיט? דער אשכול איז שוין אפען, על הצד מ'וועט דאס דארפן וועט מען עס ממילא צוריק ברענגען

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 2:11 pm
דורך פעיק ניוז
נו גוט נו שוין..

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 2:11 pm
דורך הכל הבל
צו לכאורה: אנטשולדיגט
צו די אנדערע אנגעווייטאגטע
איך האב באמת מיטלייד מיט אזעלכע וועלכע ווערן אנגעווייטאגט פון אן אשכול וואס איז געעפנט געווארן און נאך מער מיטגעפיהל איבער די מעגליכקייט אז אייער בעפארצוגטע קאנדידאט זאל פארלירן די וואלן
אויב איז די היינטיגע ווייטאג בלויז די פריוויו פון וואס עס צו ערווארטן אויב טראמפ פארלירט איז מיינע געדאנקן און געבעהטן פאר אייך
איך וואונטש אייך אז איר זאלט זיך אלעמאל וואונטשן דאס ריכטיגע און דאן זאלן אייערע וואונטשן ערפילט ווערן אבער אויב איז אייך באשערט קומענדיגע וואך עגמת נפש איז מעגליך די דאזיגע אשכול עפענונג אין אייערע אינטערעסן און די נאדל וועלכע עפנט צושטייטליך דעם וואונד

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 2:15 pm
דורך הכל הבל
עס זענען דא ערנסטע שאנסן אז וויילער גיין קומענדיג וואך ערוועלן דזשאו ביידען און נייעס איבער די פארמירונג פון זיין אדמיניסטראציע צירקולירן שוין אנגעהויבן פון מעגליכע נעמען וועלכע ער וויל אין זיין קאבינעט ווי באריכטעט פאריגע וואך און דערנאך קאמפיין אז מען זאל נעמען בערני סאנדערס
די אינפארמאציע זענען רעלעוואנט און ווערד אין מיינע אויגן צו עפענען אן אשכול וועלכע האט סייווי ערנסטע שאנסן צו ווערן געעפנט אט אט

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 2:22 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
לכאורה האט געשריבן:איך בין אויך בייז אויף דעם אשכול, אבער צוליב אן אנדערע סיבה ווי טייל פון מיינע פאררעדנער דא

נעמליך: איך האב דאס געוואלט אויפמאכן!!!

איי וויי וואס איז געווארן מיטעם, זיך אוועקגעמופט פון דא און אינגאנצן צודרייט געווארן, נישט צום דערקענען,