ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 11, 2021 10:15 am

ביידען באקומט שטארקע דרוק פון די לינקע לאגער אז ער זאל גיבן די גרינע ליכט פאר די סענאט צו לאזן די מינימום געהאלט העכערונג אין די סטימילוס פעקל אבער די אדמיניסטראציע איז דערווייל שטארק אקעגן ערלויבן וויצע פרעזידענט העריס אפצוגעבן די 51'סטע שטימע דערויף (אין פאקט איז נאכנישט דא קיין 50 שטימען צוליב די מענשין קעגנערשאפט)

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 11, 2021 10:21 am

פרעזידענט ביידען שרייבט צו קאנגרעס: איך בין געקומען צום אויספיר אז די דעקלעראציע פון א נאציאנאלע עמורדזשענסי ביי אונזער דרום גרעניץ איז געווען אומנויטיג

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 11, 2021 11:53 am

הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט ביידען טרעפט זיך אין די מינוטן מיט אן אומפארטייאישע גרופע פון 10 סענאטארן צו רעדן איבער אינפראסטרוקטור

ביידען: די כינעזער וועלן אויפעסן אונזער מיטאג אויב מיר וועלן נישט אינוועסטירן אין אינפראסטרוקטור

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 11, 2021 12:04 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט ביידען טרעפט זיך אין די מינוטן מיט אן אומפארטייאישע גרופע פון 10 סענאטארן צו רעדן איבער אינפראסטרוקטור

ביידען: די כינעזער וועלן אויפעסן אונזער מיטאג אויב מיר וועלן נישט אינוועסטירן אין אינפראסטרוקטור

צווישן אנוועזענדע סענאטארן זענען געווען קארפער, קארדין, קעפיטא און אינהאף

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 11, 2021 1:21 pm

ביידען גייט רעדן מיט ביבי גאנץ אין קורצן

קיין אנגעגעבענע דאטום
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג פאברואר 11, 2021 3:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 11, 2021 1:32 pm

פסאקי וויל נישט זאגן וויפיל ביידען זוכט אויסצוגעבן אויף אינפראסטרוקטור

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 11, 2021 3:33 pm

וויליאם ספריגס און ליסא קוק (אן אפריקאנע אמעריקאנע) געניסן פון היבשע שטיצע צווישן ביידען אדמיניסטראציע באאמטע פאר מעגליכע אויסוואלן אנצופילן ליידיגע זיצן אויפן פעדעראלע רעזערוו באורד
דערווייל זענען אבער קיינע פון זיי געווארן גערופן צו א פארמאלע אינטערוויו

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 11, 2021 5:46 pm

ביידען: אין די צייט ואוס סייענטיסטןהאבן געטוהן זייער ארבעט צו אויפצוקומען מיט וואקסינען אין א רעקארד צייט, האט מיין פארגייער, איך וועל זיין זייער אפן דערמיט, נישט געטוהן זיין ארבעט אנצוגרייטן דאס לאנד פאר א מאסיווע פראיעקט פון וואקסינירן הונדערטער מיליאנען

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13032
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג פאברואר 12, 2021 1:32 pm

די פעדעראלע רעגירונג פּלאגט זיך מיט א פרישן אויפשטייג פון אומלעגאלע אימיגראנטן וואס קומען אריבער די גרעניץ, און די אמעריקאנער קאסטומס און גרעניץ פּראטעקשאן אגענטור זאגט אז די צאל אימיגראנטן וואס זענען אריבערגעקומען דערווייל זינט אנהייב יאר איז מיט 200 פּראצענט מער ווי די זעלבע צייט א יאר צוריק

דאס האט געברענגט דערצו אז די ביידען אדמיניסטראציע זאל אנהייבן די ארבעט פון אוועקשטעלן א נייע ריזיגע "געצעלט שטאט" אין טעקסאס, נישט ווייט פון דער גרעניץ.


דעילי איד

----------------------

איז דאס די נייע נאמען פאר די 'קעידזשעס'?
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5808
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך נקדימון » פרייטאג פאברואר 12, 2021 2:47 pm

ווייסער הויז דעפוטאט פרעסע סעקרעטאר TJ דאקלא געווארן סוספענדירט פאר א וואך נאך וואס ער האט געסטראשעט א פאליטיקא רעפארטער איר צו באגראבן טאמער זי פאבליצירט אן ארטיקל איבער אומעטישע באציאונגען פון דאקלא.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש פאברואר 13, 2021 6:00 pm

ווייסע הויז ווארטזאגער פסאקי זאגט אז די אדמיניסטראציע האט א קלארע ציל צו פארמאכען די גואנטאנאמאו בעי טורמע ביז די ענדע פיר איר טערמין.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש פאברואר 13, 2021 7:34 pm

נקדימון האט געשריבן:ווייסער הויז דעפוטאט פרעסע סעקרעטאר TJ דאקלא געווארן סוספענדירט פאר א וואך נאך וואס ער האט געסטראשעט א פאליטיקא רעפארטער איר צו באגראבן טאמער זי פאבליצירט אן ארטיקל איבער אומעטישע באציאונגען פון דאקלא.

ווייסע הויז געמאלדן אז דאקלא רעזיגנירט פון פאזיציע.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש פאברואר 13, 2021 7:49 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פארשער פון די וועלט געזונטהייט אגענטור -וואס האבן באזוכט אין טשיינע צו פרובירן געוואויר ווערן מער דעטאלן איבער איבער אנהויב פון די עפידעמיע- זאגן אז 92 מענטשן זענען אנגעקומען אין שפיטאל אין די אקטאבער 2019, ארום צוויי מאנאטן איידער די ערשטע קעיס איז דיאגנאזירט געווארן.

נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער זשעיק סוליווען זאגט אז די אדמיניסטראציע איז באזארגט איבער די מעגליכקייט אז טשיינע האט באיינפלוסט -אדער גאר דירעקט געטוישט- די רעזולטאטן פון די אויספארשונג.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג פאברואר 14, 2021 12:03 pm

מיאמי'ס רעפובליקאנע מעיאר זאגט אז ער האט שוין גערעדט מיט די ביידען אדמיניסטראציע מער אפט ווי ער האט גערעדט מיט די טראמפ אדמיניסטראציע זינט ער איז אריינגעקומען אין אפיס
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום זונטאג פאברואר 14, 2021 12:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג פאברואר 14, 2021 12:05 pm

נאך א זיצונג מיט די אדמיניסטראציע באאמטע זאגט דעטרויט מעיאר דאגען אז ער שטיצט דאס העכערן די מינימום געהאלט צו 15 דאלער אבער ער האט זיך געלערנט איבער די פארשריפטן פון די רעקאנסיליאציע פראצעדור אסאך מער ווי ער האט געוואלט וויסן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג פאברואר 14, 2021 12:06 pm

סאקי זאגט אז מער האלט אינמיטן שרייבן א לעגיסלאציע און מען ווייסט נאך נישט גענוי ווי אזוי די עווענטועלע פראדוקט וועט אויסקוקן אבער דער פרעזידענט איז ווייטער פארפליכטעט צו העכערן די מינימום געהאלט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 17, 2021 9:43 am

פרעזידענט ביידען זאגט אז א וועג צו בירגערשאפט פאר די אומלעגאלע אין לאנד איז א פריאריטעט פאר אים אבער טוט אנדייטן אז ער וואלט אונטערגעשריבן א ביל איבער אימיגראציע אפילו אויב עס נעמט עס נישט אריין

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 17, 2021 9:45 am

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דעמאקראטן דרוקן אויף ביידען אויסצומעקן 50 טויזנט דאלער פער סטודענט אין סטודענט חובות
פרעסע סעקרעטארשע זאגט צו ערשט אז ביידען איז ביי די פאזיציע אז 10 טויזנט וואלט געווען די ריכטיגע ציפער אבער איז ביי די מיינונג אז עס איז די יוריסדיקציע פון קאנגרעס עס דורכצופירן
שפעטער האט זי געזאגט אז זיי שטודירן נאך צו זעהן אויב ביידען קען עס טוהן אויף די אייגענע האנט

שומער: פרעזידענט ביידען האט גענומען עטליכע גוטע טרעפ אין די דירעקציע פון סטודענטן חובות אבער מיר האלטן אז ער מוז טוהן אסאך מער
זיי זענען עקסטרעם אפן אונז אויסצוהערן ער און ווארען האבן געהאט א 45 מינוט געשפרעך מיטן ווייסן הויז דערוועגן)

פרעזידענט ביידען קוקט נישט אויס דערווייל צו זיין ערנסט דערביי

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 17, 2021 9:46 am

פרעזידענט ביידען וועט נישט זאגן פאר זיין יוסטיץ דעפארטמענט אויב יא אדער נישט צו קלאגן טראמפ צוליב די קעפיטאל איבערפאל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 17, 2021 9:47 am

ווערנדיג געפרעגט אויב ער איז איינשטימיג מיט ספיקער פעלאסי וועלכע האט באצייכנט רעפובליקאנער אלץ דערשראקענע זאגט דער פרעזידענט אז ער גייט נישט טיילן קיין צונעמען צולייגנדיג אז ער איז שוין מיד פון רעדן איבער טראמפ

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 17, 2021 9:52 am

פרעזידענט ביידען: איך שטיץ א 15 דאלער העכערונג אין די מינימום געהאלט אבער עס איז פארשטענדליך אז קליינע ביזנעס אייגנטומער זאלן זיין באזארגט איבער ווי שנעל עס גייט ארויף
עס איז א דעבאטירנדע אישו

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14038
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך פאברואר 17, 2021 9:55 am

פיינע ליין: "לעצטע 4 יאר אלץ וואס מ'האט געהערט איז 'טראמפ', די נעקסטע 4 יאר אלץ וואס מ'וועט הערן וועט זיין די אמעריקאנער באפעלקערונג" - זשאו ביידען

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 17, 2021 11:50 am

די פאלגענדע איז א באריכט געשריבן דורך רב אלעקסיי מיט א צייט צוריק און ווערט נאכגעפאגט מיט אן אפדעיט

א פרישע באריכט פארציילט ווי פאלגענד:
די געדאנק פאר אזא אפמאך - נארמאליזירן באציאונגען מיט מדנ"י אין אויסטויש פאר מערב סאהארא - איז די קאפשטיק פון א געוועזענע מדנ"י שפיאנאזש הויפט וואס האט שוין אנגעטראגן די פלאן פאר די ווייסע הויז מיט העכער צוויי יאר צוריק. אין מאי 2019 איז קושנער אפגעפלויגן קיין מאראקא, ווי ער האט זיך געטראפן מיט ארטיגע רעגירונג'ס באאמטע. א קורצע צייט שפעטער איז די מאראקא אויסערן מיניסטער געקומען אויף א באזוך קיין וואשינגטאן צו באארבעטן די פלענער.

מיט עטוואס מער ווי א יאר צוריק זענען קושנער און די ארטיגע אויסערן מיניסטער זיך דורכגעקומען אויף די יעצטיגע פלאן - דא איז אבער אפירגעקומען א שטער, דער דעמאלטס'דיגע נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער זשאן באלטאן אינאיינעם מיט סענאטאר אינהאופי (ר-אוקלאהאומע) האבן זיך ארויסגעשטעלט גאר שטארק דערקעגן. אינהאופי איז די פארזיצער פון די סענאט "ארמד סערוויסעס קאמיטע" און איז גאר א שטארקע שטיצער פון די מערב-סאהארא סעפעראטיסטן - צוליב פאליטישע סיבות האט טראמפ זיך נישט געוואלט צואמפערן מיט'ן סענאטאר.

דורכאויס די לעצטערע וואכן האט מען געהערט ווי טראמפ פארלאנגט א מ'זאל אריינשטעלן א "סעקשאן 230" טויש אין די יערליכע דעפענס בוזשעט, קאנגרעס האט זיך אנטזאגט דערפון. דאס האט געפירט צו אנגעשטרענגטע באציאונגען צווישן די פרעזידענט און סענאטאר אינהאופי - דא האבן קושנער, מארק מעדאוס און אנדערע געזעהן א שעת הכושר צו אויפברענגען פאר'ן פרעזידענט אז אפשר איז יעצט די ריכטיגע צייט צו פאראויס שטופן די פלאן.

ענד די רעסט וואס עי טוויט פארם די פרעזידענט. . . . .

ביז אהער פון אלעקסיי

היינט קומט די נייעס אז סענאטארן אינהאוף (ר) און לעיהי (ד) מוטיגן די ביידען אדמיניסטראציע צוריקצודרייען די טראמפ אדמיניסטראציע באשלוס צו אנערקענען מאראקא'ס בעלות אויף מערב סאהארא

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 17, 2021 2:04 pm

פתחת שקי
פרעסע בריעפינג אנגעהויבן
סאקי: מיר זעען אונזער באציאונג מיט כינע קאנצעטרירט איבער קאנקורענץ

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 17, 2021 2:32 pm

הכל הבל האט געשריבן:פתחת שקי
פרעסע בריעפינג אנגעהויבן
סאקי: מיר זעען אונזער באציאונג מיט כינע קאנצעטרירט איבער קאנקורענץ

ווייטער פון סאקי איבער די וויסע הויז איבערזיכט פאר עקזעקוטיווע שריט צו פארמעקן סטודענטן חובות:
די אדמינסטראציע וועט דורכפירן צוויי באזונדערע איבערזיכטן
איינס וועט זיין פון א פאליסי שטאנדפונקט דורך די ווייסע הויז דאמעסטיק פאליסי קאונסיל און א צווייטע וועט ווערן פארלאנגט פון די יוסטיץ דעפארטמענט איבער די לעגאלע מאכט וועלכע א פרעזידענט פארמאגט אבער יענץ וועט ערשט פאסירן איינמאל די עפארטמענט וועט זיין געהעריג אויסשטאפירט מיט פירערשאפט פאזיציעס אנגעפולט מיט באשטעטיגטע נאמינאציעס
מען פארשטייט דערפון אז אזוי האט זיך די אדמיניסטראציע צו ערשט געקויפט צייט קלארשטעלנדיג אז בעפאר די צווייטע איבערזיכט איז אריבער זאל מען זיי אויפהערן צו מוטשען איבער דעם


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מצפה לישועה און 7 געסט