ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2020 10:33 am

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך מצליח » מאנטאג פאברואר 08, 2021 8:53 am

מצליח האט געשריבן:סאוט דעקאטא רעפובליקאנער האבן פארגעשטעלט א געזעץ וואס וועט זיי ערלויבן נישט צו אויספאלגן פרעזידענט ביידענ'ס עקזעקעטיוו ארדערס אין א סטעיט לעוועל.

IMG_20210208_085219_696.jpg
IMG_20210208_085219_696.jpg (189.26 KiB) געזעהן 1217 מאל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג פאברואר 08, 2021 10:05 am

אויסערן סעקרעטאר בלינקען באשטעטיגט אז די אדמיניסטראציע האט סוספענדירט און אנגעהויבן די פראצעדור פון אינגאנצן ענדיגן די טראמפ אדמיניסטראציע אפמאכן אויסגעהאנערט מיט על סאלוואדאר, גואטאמאלא און האנדוראס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג פאברואר 08, 2021 10:10 am

דזשוליא סו גייט ווערן אויסגעקליבן אלץ דעפיוטי לעיבאר סעקרעטארשע

סו איז געבוירן צו כינזענע אימיגראנטן און פירט אן קאליפארניע'ס לעיבאר אגענטור און איז א לאנגיעריגע אדוואקאט פאר שוואכע פארדינער

זי איז ארגינעל געווען אויף די קורצע ליסטע צו זיי ביידען'ס לעיבאר סעקרעטאר אבער ביידען איז עווענטועל געגאנגען מיט זיין לאנגיעריגע פריינט באסטאן'ס מעיאר מארטי וואלש וועלכע איז געווארן געשטיצט דורך די מאכטפולע אמעריקאנע פעדערעישאן אוו לעיבאר און קאנגרעס אינדוסטריאל ארגאנאזאציעס וועלכע איז די גרעסטע פעדעראציע פון יוניאנס אין לאנד

אצינד גרייט זיך ביידען צו מעלדן אז זי גייט באקומען די דעפיוטי פאזיציע אלץ פרואוו צו בארואיגן די וועלכע האבן איר געוואלט ביים שפיץ פון די דעפארטמענט
סו וועט מעגליך אויסשטיין פראגן ביי איר סענאט קאמיטע פארהער איבער איר ראלע און לויז מאכן רעגולאציעס אין קאליפארניע וועלכע האבן פארלייכטערט פאר אפליקאנטן צו פיללן פאר ארבעטסלאזע בענעפיטן און מיטן עלימינירן א רייע רעגולאציעס האט עס -לויט באשולדיגונגען- געעפנט די טיהר פאר ארום 11 מיליאן דאלער אין שווינדלערייען און אומבארעכטיגע קלעימס

בעפאר וואלש איז געווארן אויסגעקליבן איז אנגעגאנגען א ערנסטע קאמף ווען מאכטפולע פיגורן און לאביאיסטן האבן קאנקורירט פאר די פאזיציע ווען מעמבערס פון די אזיאנא פאציפישע אמעריקאנע קאנגרעסיאנאלע קאקוס האבן זיך געהאט געטראפן מיט דזשעף זייענטס טעד קויפמאן פון די ביידען טראנזישאן גרופע

אויך סענאטאשע מעיזי היראונא האט שווער געארבעט צו אריינצורוקן סו אין די דעפארטמענט און די אלע זענען געווען אנטוישט ווען אנשטאט האט מען געשטעלט ביים רודער א ווייסע מאן און די בעפארשטייענדע מעלדונג אז סו גייט באקומען די נומער צוויי פאזיציע איז געציהלט אביסל צו פארגלעטן זייער ווייטאג

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלף
תגובות: 1453
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך בעסער אזוי » מאנטאג פאברואר 08, 2021 10:21 am

הכל הבל האט געשריבן:אויסערן סעקרעטאר בלינקען באשטעטיגט אז די אדמיניסטראציע האט סוספענדירט און אנגעהויבן די פראצעדור פון אינגאנצן ענדיגן די טראמפ אדמיניסטראציע אפמאכן אויסגעהאנערט מיט על סאלוואדאר, גואטאמאלא און האנדוראס

איבער אימעגראנטן?
פארשפרייט דעם מעסעדזש, עס קען ראטעווען לעבנ'ס פון אידישע מאמעס, ולמצוה גדולה יחשב

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג פאברואר 08, 2021 10:29 am

בעסער אזוי האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אויסערן סעקרעטאר בלינקען באשטעטיגט אז די אדמיניסטראציע האט סוספענדירט און אנגעהויבן די פראצעדור פון אינגאנצן ענדיגן די טראמפ אדמיניסטראציע אפמאכן אויסגעהאנערט מיט על סאלוואדאר, גואטאמאלא און האנדוראס

איבער אימעגראנטן?

ריכטיג

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג פאברואר 08, 2021 10:41 am

פרעזידענט ביידען האט נאכנישט געמאלדן וועם ער וועט אויסקלויבן צו פירן די מעדיקעיר און מעדיקעיד אגענטור אבער לויט קוועלער איז טשיקיטא ברוקס-לאשור די קלארע פראנט ראנער ווען די אנדערדאג איז מענדי קאהען וועלכע האט סערווירט אלץ צפון קאראליינע העלט סעקרעטארשע

דער וועלכע וועט זוצן ביים רודער וועט האבן איבערזיכט אויף די טריליאן דאלער אגענטור און העלפן די אדמיניסטראציע אויסצופירן איר פארשפרעכונג אויסצוברייטערן אבאמאקעיר און צוריקדרייען טראמפ אדמיניסטראציע באגרעניצונגען אויף די העלט קעיר סעיפטי נעט

ברוקס-לאשור און קאהען האבן ביידע געארבעט אין די אגענטור אונטער די אבאמא אדמיניסטראציע אבער דער ערשטע איז אויסגעשטיגן אלץ קלארע בעפארצוגטע קאנדידאט פאר די פאזיציע

זי איז זייער רעספעקטירט אינערהאלב די ביידען אדמיניסטראציע וועלכע קרעדיטירן איר ארבעט ביים העלפן די טראנזישאן אויפן העלט קעיר פראנט

קאהען געניסט אויך פון די שטיצע פון א קאאליציע פון געוועזענע אבאמא איינגעשטעלטע אריינגערעכנט טייל וועלכע דינען איצט אין די ביידען אדמיניסטראציע אבער לויפט פארט אונטערשטעליג פון ברוקס-לאשור

העלט קעיר עקספערטן ווארענען אז מען מוז דרינגענד אינסטאלירן אן אדמינסטראטאר צו די אגענטור טראץ וואס די רעאקציע צום ווירוס דאמינירט די אגענדע ווייל אויב וועט מען זיך בלויז קאנצעטרירן אויף העכערע קאבינעט נאמינאציעס וועט די דאזיגע פאזיציע פארשלעפט ווערן אויף לאנגע מאנאטן מיט ווירוס הילף און אימפיטשמענט אויפן אויבנאן

פון ווייסן הויז הערט מען אבער אז זיי זענען ווייט נישט אין א געיעג צו מעלדן א נאמען און זענען ליבערשט אויסן צו רעאגירן צום ווירוס און באשטעטיגן קאבינעט פאזיציעס ווי געזונטהייט סעקרעטאר

זיי צייגן אויך אן אז נייע נעמען קענען נאך צוקומען צו די ליסטע

די דרויסנדיגע עקספערטן פארפירן אבער אז עס איז א גרייזיגע צוגאנג ווייל טראץ וואס די אדמיניסטראציע האט שוין אנגעהויבן צו אדרעסירן העלט קעיר- ווען עס קומט צו די עפעננונג פון די העלט אינשורענס מארקעט און מעלדן אן איבערזיכט אויף פאליסיס פון די פריערדיגע אדמיניסטראציע- וועט די אפוועזנהייט פון אן אויסשטאפירטע אגענטור שטארק פארווערן דאס צוריקדרייען די טראמפ קאנסערוואטיווע אינציאטיוון ווי צום ביישפיל די ערשטע ארבעט פארלאנג פון מעדיקעיד געניסער און דאס אריינקריצן די ביידען אדמיניסטראציע פינגער אפדרוקן אין די העלט קעיר פעלד

זיי ווארענען אז אין צוגאב אן אדמיניסטראטאר זאל מען זיך צויאגן אריינצושטעלן א פוד און דראג קאמישאנער וועלכע דארף נישט קיין סענאט באשטעטיגונג און איז נאכנישט געמאלדן געווארן צוליב אן אינערליכע דעבאטע איבער וועלכע פאזיציע זאל האבן א שטארקערע ווארט ווען עס קומט צום באקעמפן די ווירוס

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג פאברואר 08, 2021 11:19 pm

טראנספארטאציע סעקרעטאר פיעט בודיזשעזש אריין אין איזאלירונג נאך וואס א זיכערהייט וועכטער האט גע'טעסט פאזיטיוו צום וויירוס.

בודיזשעזש האט שוין באקומען די ערשטע דאזע פונעם וואקסין, און וועט -לויט א סטעיטמענט פון זיין שטאב-הויפט- באקומען די צווייטע דאזע ווען זיין איזאלירונג טערמין ענדיגט זיך.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג פאברואר 08, 2021 11:24 pm

די טראנספארטאציע דעפארטמענט באטראכט די געדאנק פון פארלאנגען נעגאטיווע טעסט רעזולטאטן פאר פאסאזשירן אויף דאמעסטישע פליגער.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג פאברואר 08, 2021 11:55 pm

ביידען אדמיניסטראציע איז ערווארטערט צו מארגן פארלאנגען די רעזיגנאציע פון אלע יו.עס. אטוירני'ס געשטעלט דורך געוועזענע פרעזידענט טראמפ.

די פארלאנג וועט אויסשליסן צוויי פראסעקיוטאר'ס - איינער פון דעלעוועיר וואס פירט אן מיט די אויספארשונג אויף האנטער ביידען, דער אנדערע איז זשאן דורהעם פון קאנעטיקוט וואס וועט ווייטער פארבלייבן אלס ספעשל קאונסעל צו פארשן די אנהויב פון די טראמפ-ראשע אינוועסטיגעישאן.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 09, 2021 9:37 am

פרעזידענט ביידען'ס סקעדזשועל וועט אים נישט ערלויבן מיטצוהאלטן צופיל פון די עפענונג סעסיע פון די היינטיגע אימפיטשמענט פראצעס וועלכע הויבט זיך אן אום 1 מיטאג
אום 1:45 האט דער פרעזידענט א זיצונג אינעם אוועל אפיס מיט וויצע פרעזידענט העריס, טרעזשורי סעקרעטארשע יעלען און ביזנעס פירער צו דיסקוסירן די ווירוס הילף ביל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 09, 2021 9:38 am

טראנספארטאציע סעקרעטאר בוטידזשעדזש אין קוואראנטין נאך וואס א נאנטע געהילף איז געווארן דיאגנאזירט מיטן ווירוס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 09, 2021 10:00 am

אדמיניסטראציע וויל אז עקטינג די סי יו עס אטוירני מייקל שערווין זאל פארבלייבן און דינען אלץ אויף עפעס א וועג ווי א ספעשל פראקוראר צו האבן איבערזיכט אויף די קעפיטאל איבערפאל אויספארשונג

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 09, 2021 10:34 am

פרעזידענט ביידען וועט באזוכן מילוואקי קומענדיגע וואך דינסטאג

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 09, 2021 11:30 am

הכל הבל האט געשריבן:אדמיניסטראציע וויל אז עקטינג די סי יו עס אטוירני מייקל שערווין זאל פארבלייבן און דינען אלץ אויף עפעס א וועג ווי א ספעשל פראקוראר צו האבן איבערזיכט אויף די קעפיטאל איבערפאל אויספארשונג

שערווין וועט פארבלייבן אינאיינעם מיט עטליכע אנדערע יו עס אטוירניס אויף ספעציעלע סענסיטיווע פאזיציעס ווי ספעשל קאונסיל און ענליכע האקעלע אויפגאבעס אבער פארט באזייטיגט ווערן פון זייער רוטינע פאסטן אלץ יו עס אטוירני אינאיינעם מיט אלע אנדערע טראמפ געשטעלטע יו עס אטוירניס וועם די אדמינסטראציע גרייט זיך צו פארלאנגען אז זיי זאלן רעזיגנירן
דזשאן דורהעם גייט אויך מוזן רעזיגנירן זיין יו עס אטוירני דזשאב אבער יא קענען אנהאלטן זיין ספעשעל קאונסעל סטאטוס אין זיין רוסלאנד אויספארשונג
דוד ווייס וועלכע איז א טראמפ געשטעלטער יו עס אטוירני און פראקוראר וועלכע קוקט אריין אין די ביזנעס האנדלונגען פון האנטער ביידען איז יא פארבעטן געווארן צו בלייבן אויף זיין פאזיציע דערווייל
עקטינג אטוירני דזשענעראל מאנטי ווילקינסאן גייט אפהאלטן א ספעציעלע קאנפרענץ קאל היינט איינצומעלדן די אטוירניס אז זיי האבן עטליכע וואכן צו ענדגין זייער ארבעט אבער זיי זאלן זיך גרייטן צו גיין

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 09, 2021 12:57 pm

הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט ביידען'ס סקעדזשועל וועט אים נישט ערלויבן מיטצוהאלטן צופיל פון די עפענונג סעסיע פון די היינטיגע אימפיטשמענט פראצעס וועלכע הויבט זיך אן אום 1 מיטאג
אום 1:45 האט דער פרעזידענט א זיצונג אינעם אוועל אפיס מיט וויצע פרעזידענט העריס, טרעזשורי סעקרעטארשע יעלען און ביזנעס פירער צו דיסקוסירן די ווירוס הילף ביל

אביסל שפעטער וועט זיך דער פרעזידענט טרעפן מיט זיין ווירוס טיעם אין אוועל אפיס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 10, 2021 9:14 am

טראמפ פלאן צו צוואונגען טיקטאק פארקויף אראפ פון טיש אויף דערווייל אין די צייט וואס די ביידען אדמיניסטראציע פירט דורך אן איבערזיכט אויף די אמעריקאנע פאליסי כלפי כינע

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14039
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך פאברואר 10, 2021 12:22 pm

זיסלעך
צוגעלייגטע
IMG-20210210-WA0010.jpg
IMG-20210210-WA0010.jpg (236.13 KiB) געזעהן 315 מאל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 10, 2021 12:43 pm

פסאקי זאגט אז ביידען'ס ערשטע בודזשעט פארשלאג וועט זיין אביסל שפעט און קען נישט אנגעבן א דאטום
זי שרייבט צי טייל פון די שולד צו שוואכע קאאפעראציע פון די פריערדיגע אדמיניסטראציע הויפטזעכטליך די אפיס אוו בודזשעט און מענעדזשמענט
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך פאברואר 10, 2021 12:56 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
ביידען2020
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 5:13 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ביידען2020 » מיטוואך פאברואר 10, 2021 1:10 pm

דער פרעזידענט גייט ביז געציילטע מינוט ארויסקומען געבן א רעדע איבער די סטואציע אין מינעמאור - בורמע, דער פרעזידענט איז ערווארטעט צו אראפשטעלן אמעריקע'ס רעקאציע צו די פוטש
מערב וועלט פירער איבער די וועלט קוקן צו מיט שטארקע אינטערעסע וואסערע שטעלונג וואשינגטאן וועט נעמען אויף דער העכסט קאמפלאצירטע אישו - לויט באריכטן, און לויט סענאט מינאריטעט פירער מעקאנעל, האט זיך דער פרעזידענט דורכגערעדט מיט מעקאנל איבער אמעריקע'ס צוגאנצג צו די סטוראציע, נאך וואס מעקאנעל הייסט א עקספערט איבער דער אישו

שפעטער, בערך 3 אזייגער וועט דער פרעזידענט געבן א רעדע אינעם פענטיגאן איבער די מיליטער
א טעות אין א רעדע איז נאר א טעות, א טעות אין פאליסי איז א חורבן


טראמפ טיילט פאר יעדן צונעמען, לאמיר אים געבן א צינאמען "געוועזענע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן"

ביידען, נאוועמבער 2019


הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 10, 2021 3:15 pm

הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט ביידען האט נאכנישט געמאלדן וועם ער וועט אויסקלויבן צו פירן די מעדיקעיר און מעדיקעיד אגענטור אבער לויט קוועלער איז טשיקיטא ברוקס-לאשור די קלארע פראנט ראנער ווען די אנדערדאג איז מענדי קאהען וועלכע האט סערווירט אלץ צפון קאראליינע העלט סעקרעטארשע

דער וועלכע וועט זוצן ביים רודער וועט האבן איבערזיכט אויף די טריליאן דאלער אגענטור און העלפן די אדמיניסטראציע אויסצופירן איר פארשפרעכונג אויסצוברייטערן אבאמאקעיר און צוריקדרייען טראמפ אדמיניסטראציע באגרעניצונגען אויף די העלט קעיר סעיפטי נעט

ברוקס-לאשור און קאהען האבן ביידע געארבעט אין די אגענטור אונטער די אבאמא אדמיניסטראציע אבער דער ערשטע איז אויסגעשטיגן אלץ קלארע בעפארצוגטע קאנדידאט פאר די פאזיציע

זי איז זייער רעספעקטירט אינערהאלב די ביידען אדמיניסטראציע וועלכע קרעדיטירן איר ארבעט ביים העלפן די טראנזישאן אויפן העלט קעיר פראנט

קאהען געניסט אויך פון די שטיצע פון א קאאליציע פון געוועזענע אבאמא איינגעשטעלטע אריינגערעכנט טייל וועלכע דינען איצט אין די ביידען אדמיניסטראציע אבער לויפט פארט אונטערשטעליג פון ברוקס-לאשור

העלט קעיר עקספערטן ווארענען אז מען מוז דרינגענד אינסטאלירן אן אדמינסטראטאר צו די אגענטור טראץ וואס די רעאקציע צום ווירוס דאמינירט די אגענדע ווייל אויב וועט מען זיך בלויז קאנצעטרירן אויף העכערע קאבינעט נאמינאציעס וועט די דאזיגע פאזיציע פארשלעפט ווערן אויף לאנגע מאנאטן מיט ווירוס הילף און אימפיטשמענט אויפן אויבנאן

פון ווייסן הויז הערט מען אבער אז זיי זענען ווייט נישט אין א געיעג צו מעלדן א נאמען און זענען ליבערשט אויסן צו רעאגירן צום ווירוס און באשטעטיגן קאבינעט פאזיציעס ווי געזונטהייט סעקרעטאר

זיי צייגן אויך אן אז נייע נעמען קענען נאך צוקומען צו די ליסטע

די דרויסנדיגע עקספערטן פארפירן אבער אז עס איז א גרייזיגע צוגאנג ווייל טראץ וואס די אדמיניסטראציע האט שוין אנגעהויבן צו אדרעסירן העלט קעיר- ווען עס קומט צו די עפעננונג פון די העלט אינשורענס מארקעט און מעלדן אן איבערזיכט אויף פאליסיס פון די פריערדיגע אדמיניסטראציע- וועט די אפוועזנהייט פון אן אויסשטאפירטע אגענטור שטארק פארווערן דאס צוריקדרייען די טראמפ קאנסערוואטיווע אינציאטיוון ווי צום ביישפיל די ערשטע ארבעט פארלאנג פון מעדיקעיד געניסער און דאס אריינקריצן די ביידען אדמיניסטראציע פינגער אפדרוקן אין די העלט קעיר פעלד

זיי ווארענען אז אין צוגאב אן אדמיניסטראטאר זאל מען זיך צויאגן אריינצושטעלן א פוד און דראג קאמישאנער וועלכע דארף נישט קיין סענאט באשטעטיגונג און איז נאכנישט געמאלדן געווארן צוליב אן אינערליכע דעבאטע איבער וועלכע פאזיציע זאל האבן א שטארקערע ווארט ווען עס קומט צום באקעמפן די ווירוס

יא זעהט אויס אז זיי זענען געווען אויפריכטיג ביים זאגן אז די ליסטע קען זיך נאך טוישן

איצט הערט מען פון קוועלער אז עס איז גאר עליזאבעט פאולער וועלכע האט זיך ארויפגעדראפעט צום שפיץ פון די ליסטע
פאולער האט אנגעפירט מיטן שרייבן אבאמאקעיר און שפעטער דאס אריינשטעלן אין פלאץ

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 10, 2021 3:53 pm

אין זיין ערשטע טעלעפאנישע געשפרעך מיט אן אויסלענדישע פירער האט ביידען געזאגט פאר קאנאדא'ס טרודא אז מען וועט זיך טרעפן שפעטער דעם מאנאט למספרם
די קאנאדישע זענען געווארן צומישט אויב ער רעדט פון א פיזישע באגעגעניש אדער בלויז ווירטואל זינט קיינע צוזאמטרעף איז נישט געווען געסקעדזשועלט

עס איז יא געסקעדזשועלט נאך א טעלעפאנישע געשפרעך און מעגליך ביידען האט זיך צו דעם באצויגן

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך פאברואר 10, 2021 4:36 pm

פרעזידענט ביידען געמאלדן די גרינדונג פון א פענטאגאן טעסק-פארס וואס זאל איבערקוקן די אדמיניסטראציע'ס צוגאנג צו טשיינע אנבאלאנגט נאציאנאלע זיכערהייט.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך פאברואר 10, 2021 4:41 pm

דורכאויס די דעצמבער מאנאט -ווען דעמאקראטן האבן פרובירט אריבערצושלעפן וויילער אין זשארזשיע- האט זשאו ביידען פארשפראכן אז ביז הונדערט טאג פון ווען ער ווערט איינגעשוואוירן אלס פרעזידענט, וועלן א "מערהייט פון אונזערע שולעס זיין אפן".

נעכטן האט אבער די ווייסע הויז פרעססע סעקרעטאר קלאר-געשטעלט אז דאס איז נישט פשוטו כמשמעו - נאר ענדערש כמדרשו, די ציהל איז אז פופציג פערצענט שולעס זאלן זיין "כאטש עטוואס" אפן פאר אין-פערסאן שטודיעס "איין מאל א וואך".

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5808
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך פאברואר 10, 2021 9:46 pm

פרעזידענט ביידען אפגעהאלטן זיין ערשטער געשפרעך מיט כינעזער פירער טשי דזשינפינג

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 11, 2021 10:02 am

פרעזידענט ביידען טרעפט זיך אין די מינוטן מיט אן אומפארטייאישע גרופע פון 10 סענאטארן צו רעדן איבער אינפראסטרוקטור


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א_נייע_גרינער, קאפ און אקסל, קיטשי און 29 געסט