בלאט 84 פון 222

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 4:15 pm
דורך פאליטקלי קארעקט
Social Security recipients get 5.9%

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 7:20 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
דירעקטאר פון די 'פארטיידיגונגס זיכערהייט קאאפעראציע אגענטור' (Defense Security Cooperation Agency) פרוי גרענט געמאלדן אז זי וועט רעזיגנירן פון אמט קומענדיגע מאנאט.

די אגענטור איז פאראנטווארטליך פאר פאראויסשטופן פארקויפונגען פון אמעריקאנע מיליטערישע וואפן פאר אנדערע לענדער.

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 7:29 pm
דורך נודניק
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:דירעקטאר פון די 'פארטיידיגונגס זיכערהייט קאאפעראציע אגענטור' (Defense Security Cooperation Agency) פרוי גרענט געמאלדן אז זי וועט רעזיגנירן פון אמט קומענדיגע מאנאט.

די אגענטור איז פאראנטווארטליך פאר פאראויסשטופן פארקויפונגען פון אמעריקאנע מיליטערישע וואפן פאר אנדערע לענדער.

די ביידען קען זיך מיט קיינעם פארטראגן?

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 8:52 pm
דורך פאליטישע עקספערט
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:דירעקטאר פון די 'פארטיידיגונגס זיכערהייט קאאפעראציע אגענטור' (Defense Security Cooperation Agency) פרוי גרענט געמאלדן אז זי וועט רעזיגנירן פון אמט קומענדיגע מאנאט.

די אגענטור איז פאראנטווארטליך פאר פאראויסשטופן פארקויפונגען פון אמעריקאנע מיליטערישע וואפן פאר אנדערע לענדער.

א סיבה?

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:19 pm
דורך כאפצעם
פרישע כמו-ווארענונג מעמאו פון ווייסן הויז צו קאנגרעס זאגט אז די פארהאנדלונגען דארפן אט קומען צו אן ענדע

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 4:37 pm
דורך הכל הבל
ראבערט קאליף האט א לאנגיעריגע היסטאריע פון נאנטע פארבינדונגען מיט די פארמאסיוטיקל אינדוסטריע און האט סערווירט אין די לעצטע יאר פון די אבאמא קאדענץ אלץ FDA קאמישאנער נאך וואס די סענאט האט אים דאן באשטעטיגט מיט 4-89

סענאטאר מענשין האט דאן שארפט באקעמפט די נאמינאציע זאגנדיג אז ער איז נישט די פאסיגע פערזאן צו באהאנדלען די אפיאיד עפידעמיע

אצינד הערט מען אז די ביידען אדמיניסטראציע וויל נאמינירן קאליף ווידער צו באזעצן זיין אלטע פאסטן

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 10:17 am
דורך הכל הבל
ביידען סופרים קאורט קאמיסיע האט זעצט זיך היינט אראפ פאר נאך א זיצונג אין צוגרייטונג צו פארטיגן זייער באריכעט וועלכע זיי ווילן צושיקן צום פרעזידענט אין עטליכע וואכן ארום

אויף דערווייל האבן זיי פארעפנטליכט א דרעפט וואו מען זעהט זייערע רויע איבערזיכט און געדאנקן דיסקוסירט און עס קוקט אויס אז זיי זענען מער סקעפטיש איבער צולייגן מער ריכטער אבער מער אפן איבער די געדאנק פון איינשטעלן טוירם לימיטס

זיי ערווענען אז ראבערטס, ברייער און קעיגען האבן זיך אויסגעדרוקט סימפאטיש איבער טוירם לימיטס איבער פאטענציאלע בענעפיטן

זיי ציטירן גלייכצייטיג פון עקספערטן וועלכע מוטיגן 18 יעריגע טערמינען פאר סופרים קאורט ריכטער

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 11:16 am
דורך מטעמים
איז שוין דא עני אינדיקעיטארס צו די רעפובליקאנע זענען אפען צו די געדאנק צו נישט?

אויבען אויף מאכט עס סענס.

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 11:21 am
דורך abeg
קודם זאל מען פאררעכטען אלטע זאכן װאס מאכט נישט קײן סענס אין נאכדעם קען מען אנפירן נײע זאכן װאס מאכן סענס

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 11:30 am
דורך פאליטישע עקספערט
מטעמים האט געשריבן:איז שוין דא עני אינדיקעיטארס צו די רעפובליקאנע זענען אפען צו די געדאנק צו נישט?

אויבען אויף מאכט עס סענס.

קיינער קעירט נישט סענס ארויף סענס אראפ, די צדדים דארפן עס נאך איבערקלערן וועמען ס'גייט מער בעניפיטירן, אויב בעניפיטירט עס ביידע די זעלבע דארף מען זען וועמען אזא געדאנק וועט העלפן ביי די מידטוירמס און דערנאך ווידערוויילונג - איז דאס א דעמאקראטישע פארשפרעכונג? אויב יא פארוואס ארויס העלפן?

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 11:36 am
דורך בניהו
מטעמים האט געשריבן:איז שוין דא עני אינדיקעיטארס צו די רעפובליקאנע זענען אפען צו די געדאנק צו נישט?

אויבען אויף מאכט עס סענס.

פארוואס אבער איז דאס פלוצלונג געווארן א אישו יעצט ווען די קאנסערוואטיוון האבן די רוב?

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 11:38 am
דורך פעיק ניוז
וויבאלד זיי האבן זיך נישט אויפגעפירט יושר'דיג מיט'ן וועג וויאזוי זיי האבן באקומען דעם רוב. כאטש למעשה האב איך הנאה, פארט פארשטיי איך פארוואס די דעמאקראטן זענען ווילד געווארן.

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 11:46 am
דורך בניהו
פעיק ניוז האט געשריבן:וויבאלד זיי האבן זיך נישט אויפגעפירט יושר'דיג מיט'ן וועג וויאזוי זיי האבן באקומען דעם רוב. כאטש למעשה האב איך הנאה, פארט פארשטיי איך פארוואס די דעמאקראטן זענען ווילד געווארן.

פאר מער איבער ״יושר״ דריקט דא

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 11:52 am
דורך Wow a1
הכל הבל האט געשריבן:ביידען סופרים קאורט קאמיסיע האט זעצט זיך היינט אראפ פאר נאך א זיצונג אין צוגרייטונג צו פארטיגן זייער באריכעט וועלכע זיי ווילן צושיקן צום פרעזידענט אין עטליכע וואכן ארום

אויף דערווייל האבן זיי פארעפנטליכט א דרעפט וואו מען זעהט זייערע רויע איבערזיכט און געדאנקן דיסקוסירט און עס קוקט אויס אז זיי זענען מער סקעפטיש איבער צולייגן מער ריכטער אבער מער אפן איבער די געדאנק פון איינשטעלן טוירם לימיטס

זיי ערווענען אז ראבערטס, ברייער און קעיגען האבן זיך אויסגעדרוקט סימפאטיש איבער טוירם לימיטס איבער פאטענציאלע בענעפיטן

זיי ציטירן גלייכצייטיג פון עקספערטן וועלכע מוטיגן 18 יעריגע טערמינען פאר סופרים קאורט ריכטער

You will need a constitutional amendment to enact term limits, which is highly unlikely to happen.

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 11:53 am
דורך פעיק ניוז
בניהו האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:וויבאלד זיי האבן זיך נישט אויפגעפירט יושר'דיג מיט'ן וועג וויאזוי זיי האבן באקומען דעם רוב. כאטש למעשה האב איך הנאה, פארט פארשטיי איך פארוואס די דעמאקראטן זענען ווילד געווארן.

פאר מער איבער ״יושר״ דריקט דא

איך זאג דען אז זיי זענען יושר'דיג? אזוי ארבעט עס אבער. ווען איינער איז נישט יושר'דיג צום צווייטן, באקומט דער צווייטער א דראנג צו טון עפעס דערקעגן.

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 11:55 am
דורך פאליטישע עקספערט
בניהו האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:וויבאלד זיי האבן זיך נישט אויפגעפירט יושר'דיג מיט'ן וועג וויאזוי זיי האבן באקומען דעם רוב. כאטש למעשה האב איך הנאה, פארט פארשטיי איך פארוואס די דעמאקראטן זענען ווילד געווארן.

פאר מער איבער ״יושר״ דריקט דא

דעמאלטס לאמיר טוישן צו היפאקריטיע, זיי האבן געפליפ פלאפט איבער א שטעלונג פון אקוראט די זעלבע מעשה מיט פיר יאר פריער...
נישט ממש אקוראט ווייל אונטער אבאמא האבן זיי עס געשטופט פאר א יאר...

אבער די עכטע ווארט איז אז לולא זיי טוען עס פאר א פינפטע ריכטער העט מען זיי פארשטאנען - ס'דאך נארמאל, אבער פאר א סופער מאיאריטעט - דאס האט באמת ארויסגעפירט מענטשן פון גלייכגעוויכט

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 12:29 pm
דורך פון אמעריקע
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:

דאכצעך אז דעמעקראטן האבן גערופן פאר סופרים קאורט עקספענשין נאך היבש פאר בעררעט.

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 1:01 pm
דורך פעיק ניוז
פון אמעריקע האט געשריבן:

דענקעך נישט. ביזסט זיכער ?

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 1:04 pm
דורך פון אמעריקע
פעיק ניוז האט געשריבן:

אזוי ליגט מיר אין קאפ, בעררעט האט טאקע געמאכט אז די נושא זאל ווערן פראנט ענד סענטער, אבער אויב האב איך נישט קיין טעות איז שוין געווען א געפולדער איבער דעם שוין פאר בעררעט. אויב עליך האבן צייט און געדולד וועל איך בל"נ נאכקוקען צו זיין זיכער.

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 3:20 pm
דורך פאליטישע עקספערט
פון אמעריקע האט געשריבן:אזוי ליגט מיר אין קאפ, בעררעט האט טאקע געמאכט אז די נושא זאל ווערן פראנט ענד סענטער, אבער אויב האב איך נישט קיין טעות איז שוין געווען א געפולדער איבער דעם שוין פאר בעררעט. אויב עליך האבן צייט און געדולד וועל איך בל"נ נאכקוקען צו זיין זיכער.

כ'ווייס נישט, און ס'איז מעגליך אז די ראדיקאלע האבן אלעמאל פארפירט, אבער זעסט דאך אליינס אז קיינער האט עס נישט אנגענומען.
די דעמאקראטן ווייסן וויאזוי צו פארנעמען אז זיי זענען אין די מינאריטעט, און ווייסן אז אמאל קען מען פארלירן. די פראגרעסיוון ווייסן נישט פון נאכגעבן וכדו'. אבער ביזט מודה אז די זאך וואס האט עס געגעבן א שטופ איז געווען אדורכשטורעמען א ריכטערין די לעצטע מינוט איידער וואלן מיט אזא היפאקריסיע

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 4:03 pm

יא, כ'על מודה זיין אז ס'איז געווארן א סיילענט קאמפיין אישו (ביידען האט נישט עכט געזאגט ווי ער שטייט אויף דעם) און אוטעמאטיש א פראנט ענד סענטער אישו צוליב בערעט, אבער איך האלט נישט עס איז געווען אומריכטיג און היפאקריטיע איר אריינצושטעלן.

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 4:06 pm
דורך ר' זעקל
אפטייטש פון היפאקראטיע;

א זאך וואס די רעפאבליקאנער האבן געטוהען אין עס שמעקט נישט פאר די דעמאקראטן.

עס זאל מיר קיינער נישט איינרעדן, אז ביי א פארקערטע מעשה וואלטן די דעמאקראטן נישט אריינגעלייגט קיין נייע ריכטער.

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 4:10 pm
דורך פאליטישע עקספערט
ר' זעקל האט געשריבן:אפטייטש פון היפאקראטיע;

א זאך וואס די רעפאבליקאנער האבן געטוהען אין עס שמעקט נישט פאר די דעמאקראטן.

עס זאל מיר קיינער נישט איינרעדן, אז ביי א פארקערטע מעשה וואלטן די דעמאקראטן נישט אריינגעלייגט קיין נייע ריכטער.

גערעכט, אבער דאס מאכט נישט רעפובליקאנער אויס היפאקריטן פארן זאגן איין זאך, און דאן ווען ס'לוינט זיי טון פארקערט

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 4:11 pm
דורך ר' זעקל
דאס מאכט זיי פאר פאליטיקאנטן.

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 4:20 pm
דורך פון אמעריקע
פון אמעריקע האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:פאר מער איבער ״יושר״ דריקט דא

דעמאלטס לאמיר טוישן צו היפאקריטיע, זיי האבן געפליפ פלאפט איבער א שטעלונג פון אקוראט די זעלבע מעשה מיט פיר יאר פריער...
נישט ממש אקוראט ווייל אונטער אבאמא האבן זיי עס געשטופט פאר א יאר...

אבער די עכטע ווארט איז אז לולא זיי טוען עס פאר א פינפטע ריכטער העט מען זיי פארשטאנען - ס'דאך נארמאל, אבער פאר א סופער מאיאריטעט - דאס האט באמת ארויסגעפירט מענטשן פון גלייכגעוויכט

דאכצעך אז דעמעקראטן האבן גערופן פאר סופרים קאורט עקספענשין נאך היבש פאר בעררעט.

דענקעך נישט. ביזסט זיכער ?

אזוי ליגט מיר אין קאפ, בעררעט האט טאקע געמאכט אז די נושא זאל ווערן פראנט ענד סענטער, אבער אויב האב איך נישט קיין טעות איז שוין געווען א געפולדער איבער דעם שוין פאר בעררעט. אויב עליך האבן צייט און געדולד וועל איך בל"נ נאכקוקען צו זיין זיכער.

האביך נישט געליינט די גאנצע ארטיקעל, אבער נאדיר א העדליין פון מערץ 2019:

2020 Dems warm to expanding Supreme Court

https://www.politico.com/story/2019/03/ ... rt-1223625