ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

גיי פארשטיי
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » דינסטאג מארטש 02, 2021 10:24 pm

צל עובר האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אין אנדערע נייעס, שאצט די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט אז ארום 117,000 קינדער אונטער אכצן -אן זייערע עלטערן- וועלן אריבערקומען די גרעניץ דאס יאר.


זעהט אויס זייער אסאך!

וואס טוט מען מיט אזויפיל קינדער?

איך קלער אז אדאפטעישן וואלט געדארפט זיין אין דעם קאנווערסעישן.

דו האסט פלאץ פאר זיי ביי דיר אינדערהיים?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13276
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 03, 2021 9:30 am

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אפדעיט איבער די ערזאץ ליסטע
צווי נעמען צוגעלייגט צו די קורצע ליסטע זענען מארטא קאווען און שרה ביאנטשי
אויפן מאמענט איז שאלאנדא יאנג פרענט ראנער ביים שפיץ פון די ליסטע
די קומענדיגע צוויי זענעם קאווען און ביאנטשי
ספערלינג און א'לעירי ערשיינען ווייטער אויף די ליסטע אבער שוואכער ווי די אנדרערע דריי

די ווייסע הויז ווערט פארפלייצט מיט רופן אין שטיצע פון פרוי יאנג
די טענדען נאמינאציע איז פון די ערשטע מינוט נישט געווען איבריג שטארק קאארדאנירט מיט קעפיטאל היל און בודזשעט קאמיטע פארזיצער סענדערס איז ניטאמאל אינפארמירט געווארן פון פאראויס
טענדען'ס רוקנביין אין אנהויב און ביז היינט איז ווייסע הויז שטאב הויפט ראן קלעין
יאנג איז ארגינעל געווען די אויסוואל און רעקאמענדאציע פון ספיקער פעלאסי, קאנגרעס מאיאירטעט פירער סטעני האיער און פון קאנגרעסמאן קלייבורן
די קאנגרעסיאנאלע אפריקאנע אמעריקאנע קאקוס פלאנט צו שיקן א בריוו אין שטיצע פון יאנג

רעפובליקאנע סענאטאר שעלבי אינדארסירט אויך פרוי יאנג אין פאל טענדען זינקט

יאנג וועט ווערן פארהערט דינסטאג און דאנערשטאג אינדערפרי

פאר איר ליינט איבער נאכאמאל און וואנדערט זיך צו טענדען איז אפיציעל אראפ בארואיגט אייך
דערווייל האט עס נישט פאסירט און די יאנג פארהערן זענען איבער איר ארגינעלע נאמינאציע צו סערווירן אלץ "דעפיוטי" דירעקטארין

גרעהעם געפרעגט יאנג צו מען האט איר געבעטן צו אקצעפטירן די נאמינאציע פאר די דירעקטאר פאזיציע אויב טענדען פאלט
יאנג: איך בין נאמינירט אלץ דעפיוטי דירעקטאר
איך האף אז ענק וועלן מיר געפונען אלץ קוואלאפיצירט פאר די פאזיציע
ואגב, אויב פלאנט מורקאוסקי צו שטימען אקעגן טענדען און שלעפט אבי די צייט גייט עס אויפן חשבון פון יאנג וועלכע וועט מוזן דורכגיין צוויי מאל פארהערן ווייל אויב זאל מורקאוסקי איצט ארויסקומען אקעגן טענדען וואלט מען מעגליך גיך נאמינירט יאנג און אפגערופן די פארהערן פון איר ערשטע נאמינאציע און באשטימט נייע

גרעהעם האט איר נעכטן געזאגט אז ער קען זייער מעגליך שטיצן איר נאמינאציע ביידע מאל (איצט אלץ דעפיוטי און שפעטער פאר די דירעקטאר פאזיציע אויב זאל מען איר טאקע אויסקלויבן אנשטאט ענדען)

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2239
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך מארטש 03, 2021 10:59 am

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:היינט איז ווידעראמאל פארגעקומען א ראקעטן אטאקע אין איראק - די דריטע אזא אטאקע אויף אמעריקאנע אינטרעסן אין איראק אין די לעצטע וואך.

דאסמאל זענען די ראקעטן געפאלן אינערהאלב די גרינע זאנע, ווי איראקע באאמטע זאגן איז די ציל פון די אטאקע געווען די אמעריקאנע אמבאסאדע.

ווערט באריכטעט איבער א פרישע אטאקע - די פערטע אזא אינצידענט אין דריי וואכן.

דאסמאל איז די רעדע איבער א 10 ראקעטן אטאקע אויף א באזע אין מערב איראק וואו עס געפינען זיך אמעריקאנע זעלנער.

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2158
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך מארטש 03, 2021 12:07 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אין אנדערע נייעס, שאצט די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט אז ארום 117,000 קינדער אונטער אכצן -אן זייערע עלטערן- וועלן אריבערקומען די גרעניץ דאס יאר.

ממש געפערליך,
אפשר וואלט כדאי געווען צו בויען עפעס א שטיקעל צוים, דאס אפצוהאלטען?
אדער כאטשיג זאל מען זאגען אז מען וועט זיך באגיין שטרענג, אז די קינדער זאלען בלייבען אינדערהיים,
רח"ל אזויפיל משפחות וועלען ווערען אפגעטיילט אין איין יאר,

ווער זיצט דארט אינעם ווייסען הויז אין קימערט זיך נישט?
אז יענער קען קענסטו אויך

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך מארטש 03, 2021 12:10 pm

גיי פארשטיי האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אין אנדערע נייעס, שאצט די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט אז ארום 117,000 קינדער אונטער אכצן -אן זייערע עלטערן- וועלן אריבערקומען די גרעניץ דאס יאר.


זעהט אויס זייער אסאך!

וואס טוט מען מיט אזויפיל קינדער?

איך קלער אז אדאפטעישן וואלט געדארפט זיין אין דעם קאנווערסעישן.

דו האסט פלאץ פאר זיי ביי דיר אינדערהיים?


בכלל נישט, אבער גאר אסאך מענטשן לעכצן צו עדאפטן קינדער.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: profit, בארג, דברים אלו, היימישע וויין, טראוועי, כאפצעם, ממה נפשך, נודניק, נישטאמת, סקאראמוטשי, פארצייטיש און 69 געסט