ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 4:01 pm

פרעזידענט ביידען ביים מיקראפאן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 4:05 pm

פרעזידענט רימט מעקאנעל און פארטמאן פאר זייער שטיצע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 4:06 pm

שטעלט קלאר אז זיין קאמפלימענט פאר פארטמאן וועט נישט שעדיגן דעם סענאטאר פאליטיש זינט ער לויפט נישט פאר ווידערערוויילונג

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 16154
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 10:18 pm

היינט אין סליפי/האלב טויטער זשאו ביידען'ס טאג:

געגעבן א רעדע ביים טרייבעל פעלקער סאמיט, געחתמ'ט א רייע עקזעקיוטיוו ארדערס בנוגע קריים און לאנד באשיצונג פון נאטיוו אמעריקאנער, באקומען אינטעל בריעפינג, געגעבן א רעדע ביים אינפערסטרוקטור צערעמאניע, געחתמ'ט דעם אינפערסטרוקטור ביל, אנטיילגענימען ביי פריוואטע קאנגרעסניאלע פייערונג אין ווייסן הויז, אפגעהאלטן א שעה'ן לאנגע סאמיט מיט טשיינע'ס זשי זשימפינג, וואס ציעט זיך נאך אריין אינעם נאכט אריין.
צוגעלייגטע
Screenshot_20211115-221523_Gallery.jpg
Screenshot_20211115-221523_Gallery.jpg (491.63 KiB) געזעהן 946 מאל
Screenshot_20211115-220431_YouTube.jpg
Screenshot_20211115-220431_YouTube.jpg (254.08 KiB) געזעהן 946 מאל
20211115_220754.jpg
20211115_220754.jpg (423.09 KiB) געזעהן 946 מאל

נודניק
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך נודניק » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 11:27 pm

כאפצעם האט געשריבן:היינט אין סליפי/האלב טויטער זשאו ביידען'ס טאג:

געגעבן א רעדע ביים טרייבעל פעלקער סאמיט, געחתמ'ט א רייע עקזעקיוטיוו ארדערס בנוגע קריים און לאנד באשיצונג פון נאטיוו אמעריקאנער, באקומען אינטעל בריעפינג, געגעבן א רעדע ביים אינפערסטרוקטור צערעמאניע, געחתמ'ט דעם אינפערסטרוקטור ביל, אנטיילגענימען ביי פריוואטע קאנגרעסניאלע פייערונג אין ווייסן הויז, אפגעהאלטן א שעה'ן לאנגע סאמיט מיט טשיינע'ס זשי זשימפינג, וואס ציעט זיך נאך אריין אינעם נאכט אריין.



איך האף אז די טעלעפראמפטער טעקנישענס באקימען מארגן וואקאציע,

rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך rutledge » דינסטאג נובעמבער 16, 2021 12:39 am

כאפצעם האט געשריבן:היינט אין סליפי/האלב טויטער זשאו ביידען'ס טאג:

געגעבן א רעדע ביים טרייבעל פעלקער סאמיט, געחתמ'ט א רייע עקזעקיוטיוו ארדערס בנוגע קריים און לאנד באשיצונג פון נאטיוו אמעריקאנער, באקומען אינטעל בריעפינג, געגעבן א רעדע ביים אינפערסטרוקטור צערעמאניע, געחתמ'ט דעם אינפערסטרוקטור ביל, אנטיילגענימען ביי פריוואטע קאנגרעסניאלע פייערונג אין ווייסן הויז, אפגעהאלטן א שעה'ן לאנגע סאמיט מיט טשיינע'ס זשי זשימפינג, וואס ציעט זיך נאך אריין אינעם נאכט אריין.

קום אריין מיט דעטאל ווען האט זיידי אנגעהויבן דעם טאג? 4 פארטאגס אדער 4 נאכמיטאג ?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 16, 2021 10:56 am

ביי די צערעמאניע אונטערצושרייבן די אינפראסטרוקטור ביל האט פרעזידענט ביידען אנערקענט אז עס זענען נישט געווארן צוגעשטעלט גענוג פעדערס צו קענען אויסטיילן פאר אלע אויפן פלאטפארמע כנהוג און האט פארשפראכן אז יעדער וועט באקומען איינס
ספיקער פעלאסי האט קענטיג פארשטאנען אז מען רוקט זיך אין ריכטונג פון א פעדער דעפיציט און ווען זי האט באקומען איינס האט זי עס באשיידן צוריקגעשטעלט אין שיידל אז א צווייטער זאל קענען געניסן דערפון

-קני כל חורשתא-

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 16, 2021 12:54 pm

הכל הבל האט געשריבן:אין צוגרייטונג צו די ווינטער אלימפיק שפילן אין 2022 למספרם וועלכע זענען געסקעדזשועלט צו ווערן אפגעהאלטן כינע און א דעבאטע האט זיך אנטוויקלט צווישן אנטי כינע פאליטיקאנטן אין וואשינגטאן ווי אזוי צוצוגיין דערצו

מייק פאמפעיא, ניקי העילי און אנדערע זענען ארויסגעקומען רופן אז די ביידען אדמיניסטראציע זאל איינפאך באיאקאטירן די שפילן און נישט שיקן אהין אמעריקאנע שפילער צו קאנקורירן און דערמיט באשטראפן כינע פאר זייערע מענטשן רעכט פארלעצונגען

סענאטאר קרוז שרייט אבער אז עס וואלט געווען א געפערליכע גרייז צו נעמען דעם ריכטונג און דערמאנט וואס עס האט פאסירט צוריק אין 1980 למספרם ווען פרעזידענט קארטער האט באיאקאטירט די זומער אלימפיקס אין מאסקווע צוליב רוסלאנד'ס אנוועזנהייט אין אפגאנסיטאן

קארטער האט דאן געסטראשעט די אמעריקאנע שפילער אז אויב זיי וועלן פרובירן צו רייזן קיין רוסלאנד וועט ער אפרופן זייערע פאספארטן

ביי יענע פאל האבן זיך 65 לענדער אנגעשלאסן אין די אמעריקאנע באיאקאט אריינגערעכענט דייטשלאנד, קאנאדא און די איזראעליס אבער 80 לענדער אריינגערעכנט ענגלאנד, אוסטראליע האבן יא געשיקט זייערע שפילער

פיר יאר דערויף האט רוסלאנד רעבאיאקאטירט די שפילן אין לאס אנדזשעלעס און די אנגענומענע שטעלונג אויף די קארטער באיאקאט איז געווען אז עס איז געווען אומסוקסעספול און געברענגט מער שאדנס ווי פארדינסטן

קרוז זאגט אז באיאקאטירן די שפילן וועלן בלויז באשטראפן די אמעריקאנע שפילער וועלכע אינוועסטירן יארן פון טרענירונג

סענאטארן רוביא און סקאט פון פלארידא רופן אוועקצונעמען די גאסטגעבער לאקאל פון כינע און עס גיבן אר א צווייטע לאנד אבער ווילן דערווייל נישט רופן פאר א באיאקאט אין פאל די אינטערנאציאנאלע אלימפיק קאמיטע שטייט ווייטער שטאנדהאפטיג מיט איר באשלוס עס צו לאזן אין כינע

רוביא זאגט אז א באיאקאט מיינט אז די שפילער זענען די וועלכע וועלן צאלן די פרייז און עס איז א שווערע רוף פאר אים צו מאכן און איז דעריבער דערווייל אומבאשלאסן

סענאטאר ראמני רופט פאר עקאנאמישע און דיפלאמאטישע באיאקאטן אבער איז נישט גרייט צו רופן פאר א פולע באיאקאט מיטן נישט שיקן קיין שפילער
די זומער שפיל בעפאר די כינע אלימפיק וועט ווערן אפגעהאלטן אין יאפאן און איז שוין איינמאל אפגעשטופט געווארן צוליב די ווירוס אויסברוך אבער מיט די וואקסין דיסטריביוציע איז דא מער האפענונג אז די שפילן וועלן נישט דארפן ווערן נאכאמאל אפגעשטופט


ביידען אדמיניסטראציע גרייט זיך צו מעלדן א דיפלאמאטישע באיאקאט אויף די אלימפיק שפילן

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דינסטאג נובעמבער 16, 2021 2:35 pm

הכל הבל האט געשריבן:ביי די צערעמאניע אונטערצושרייבן די אינפראסטרוקטור ביל האט פרעזידענט ביידען אנערקענט אז עס זענען נישט געווארן צוגעשטעלט גענוג פעדערס צו קענען אויסטיילן פאר אלע אויפן פלאטפארמע כנהוג און האט פארשפראכן אז יעדער וועט באקומען איינס
ספיקער פעלאסי האט קענטיג פארשטאנען אז מען רוקט זיך אין ריכטונג פון א פעדער דעפיציט און ווען זי האט באקומען איינס האט זי עס באשיידן צוריקגעשטעלט אין שיידל אז א צווייטער זאל קענען געניסן דערפון

-קני כל חורשתא-

:lol: :lol: :lol:
ש'כח הבל!
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
ר' זעקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4539
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ר' זעקל » דינסטאג נובעמבער 16, 2021 2:43 pm

סענאטער טעד קרוז (ר) פון טעקסעס ביים גרילן האמלענד סעקיורעטי סעקרעטאר מאיארקעס איבער די ביידען קעידזשעס.

חלק א חלק ב

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1510
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פארדינט » דינסטאג נובעמבער 16, 2021 2:48 pm

ר' זעקל האט געשריבן:סענאטער טעד קרוז (ר) פון טעקסעס ביים גרילן האמלענד סעקיורעטי סעקרעטאר מאיארקעס איבער די ביידען קעידזשעס.

חלק א חלק ב



אה מיי... וואס דער טוט צו דעם סעקרעטאר...
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
ווענגלייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ווענגלייך » דינסטאג נובעמבער 16, 2021 2:57 pm

ר' זעקל האט געשריבן:סענאטער טעד קרוז (ר) פון טעקסעס ביים גרילן האמלענד סעקיורעטי סעקרעטאר מאיארקעס איבער די ביידען קעידזשעס.

חלק א חלק ב

Ouch!!!

האסט נאך שטיקלעך?
יענעמס נאז איז גרינער…

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 10:36 am

פרעזידענט ביידען וועט אין די קומענדיגע דריי טאג באשליסן אויב צו רענאמינירן דזשעראם פאועל אדער ליבערשט גיין מיט פרוי ליעל ברעינארד

סענאטאר שעלדאן ווייטהאוז זאגט אז ער ווארט נאך א פובליק פארשפרעכונג פון פאועל איבער קלימאטן טויש און אז ער האט נאכנישט פארזיכערט זיין שטימע און אז ברעינארד איז געוויס בעסער אויף די אישו

סענאטאר שעראד בראון זאגט אז די סענאט וועט באשטעטיגן סיי וועם פון די צוויי אויב זאלן זיי ווערן נאמינירט

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3751
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 10:44 am

פרעזידענט ביידען פארלאנגט פון 'פעדעראל טרעיד קאמישען' פארזיצער אז די אגענטור זאל עפענען אן אויספארשונג אויב אויל פירמעס טוען מעגליך אומלעגאל האלטן געזאלין פרייזן אין די הייעך

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3751
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 11:05 am

פרעזידענט וועט היינט אפרייזן קיין דעטרויט וואו ער וועט אפשטאטן א באזוך ביי די זשי.עם. ריינע ענערגיע קאר פאבריק

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 11:22 am

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פרעזידענט ביידען פארלאנגט פון 'פעדעראל טרעיד קאמישען' פארזיצער אז די אגענטור זאל עפענען אן אויספארשונג אויב אויל פירמעס טוען מעגליך אומלעגאל האלטן געזאלין פרייזן אין די הייעך


היפש שארף...
צוגעלייגטע
FEZ9BHDWQAEovlf.jpg
FEZ9BHDWQAEovlf.jpg (93.94 KiB) געזעהן 414 מאל

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4782
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 11:27 am

יש ברירה האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פרעזידענט ביידען פארלאנגט פון 'פעדעראל טרעיד קאמישען' פארזיצער אז די אגענטור זאל עפענען אן אויספארשונג אויב אויל פירמעס טוען מעגליך אומלעגאל האלטן געזאלין פרייזן אין די הייעך


היפש שארף...

וואס איז טאקע פשט?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9825
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 11:48 am

קוקט מיר אויס ווי נארישקייטן.
פארן וואך איז אויל אראפ מיט בערך צוויי אהאלב פראצענט און גאזאלין מיט נאר א האלבע פראצענט. אבער פארן חודש איז גאזאלין אראפ מיט איבער זיבן פראצענט, מער טאפלט ווי די ווייניגער ווי פיר פראצענט וואס רויע אויל איז אראפ אין די זעלבע צייט אפשניט.
פארן יאר זענען ביידע העכער מיט פונקטליך די זעלבע פראצענט.
צוגעלייגטע
Screenshot_20211117-114219.jpg
Screenshot_20211117-114219.jpg (73.93 KiB) געזעהן 390 מאל
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

קארן
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קארן » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 11:54 am

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פרעזידענט ביידען פארלאנגט פון 'פעדעראל טרעיד קאמישען' פארזיצער אז די אגענטור זאל עפענען אן אויספארשונג אויב אויל פירמעס טוען מעגליך אומלעגאל האלטן געזאלין פרייזן אין די הייעך

יעדער איז שולדיג נאר נישט איך.

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 12:06 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:קוקט מיר אויס ווי נארישקייטן.
פארן וואך איז אויל אראפ מיט בערך צוויי אהאלב פראצענט און גאזאלין מיט נאר א האלבע פראצענט. אבער פארן חודש איז גאזאלין אראפ מיט איבער זיבן פראצענט, מער טאפלט ווי די ווייניגער ווי פיר פראצענט וואס רויע אויל איז אראפ אין די זעלבע צייט אפשניט.
פארן יאר זענען ביידע העכער מיט פונקטליך די זעלבע פראצענט.

ביידען צייגט אן אז די פרייזן ביים פאמפ שטייגען אין די צייט וואס די פרייז פאר אויל פאלט.

אין די זעלבע צייט וואס דאס האט פאסירט האבן פרייזן ביים פאמפ פארגעזעצט צו שטייגען
Untitled.jpg
Untitled.jpg (57.29 KiB) געזעהן 336 מאל


עס קענען זיין אנדערע פאקטארן וועלכע זענען שולדיג דערין, אבער וועלכע חלק איז נארישקייטן?

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 12:22 pm

Goodmorning האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
היפש שארף...

וואס איז טאקע פשט?

די גאז פרייזן שלעפן אראפ זיינע אפראוועל ציפערן...

אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פאטעיטא טשיפס » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 12:26 pm

געווענליך זענען פרייזן ביים פאמפ אין א דילעי פון א שיינע פאר וואכן פון די פרייזן ביים ריפיינערי
אין עוד מלבדו

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 12:35 pm

ריכטיג.

איך האב געדעקנט אז עס נעמט ארום פיר וואכן אבער איך זעה יעצט אז עס נעמט ארום זעקס וואכן. די פרייז פאר אויל איז געווען נידיריגער זעקס וואכן צוריק, טא דאס שטימט.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 4:04 pm

צוויי פרישע סירקוט קאורט נאמינאציעס קענען לאנדן אין א קורצע צייט

וועט זיין נומער 15 און 16 פאר די ביידען אדמיניסטראציע

אוועטאר
ר' זעקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4539
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 5:07 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פרעזידענט וועט היינט אפרייזן קיין דעטרויט וואו ער וועט אפשטאטן א באזוך ביי די זשי.עם. ריינע ענערגיע קאר פאבריק

ביידען ביים חול המועד האלטן ביי די GM קאר פאבריק.

WhatsApp Image 2021-11-17 at 5.04.24 PM.jpeg
WhatsApp Image 2021-11-17 at 5.04.24 PM.jpeg (71.58 KiB) געזעהן 164 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט